כל קבוע כמחצה על מחצה דמי, פארוואס?

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2391
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5999 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5697 מאל

כל קבוע כמחצה על מחצה דמי, פארוואס?

שליחה דורך קהל'ס נער »

ס'דא א כלל אין הלכה אז ביי ספקות גייט מען נאך רוב (חוץ ביי ממונות, וואס לויט רב איז א מוחזק שטערקער אלץ המוציא מחברו עליו הראיה און רוב איז נישט קיין ראיה, ס'נאר א סברה), אבער ס'דא א יוצא מן הכלל ביי א קבוע.

לאמיר אנהייבן מיטן באקאנטן משל פון תשע חניות, ניין געשעפטן פארקויפן כשר'ע פלייש און איין געשעפט פארקויפט נבלה, איז אויב טרעף איך א שטיקל פלייש אויפן גאס מעיג איך עס עסן ווייל מ'גייט נאך רוב (בלשון הגמ': כל דפריש מרובא פריש), אבער אויב האב איך עס געקויפט אין א געשעפט אין איך געדעינק נישט וועלכע, כאטשיג ניין זענען כשר און נאר איינס איז נבלה, טאר מען עס נישט עסן, ווייל אין אזא פאל גייט מען נישט נאך רוב ווייל ס'איז "באשטימט" (בלשון הגמ': כל קבוע כמחצה על מחצה).

עד כאן הגמ'.
אין אלע כוללים לומד'ט מען ארום פארוואס ביי קבוע זאגט מען נישט קיין רוב, אבער אחרי ככלות הכל בלייבט דאך שווער אז סטאטיסטיש איז נישטא קיין חילוק צווישן פריש אין קבוע.
און אויב וויל מען לומד'ווען האב איך סברות צי פסל'ן פריש און כשר'ן קבוע.
אזוי פארוואס האט איינער סתם אראפגעווארפען א שטיקל פלייש אינמיטן גאס, מסתבר אז עס איז טרפה במילא האט ער עס אוועק געווארפען (וכן משמע בפרק אלו מציאות).
ווידער ביי קבוע קען איך זאגן א חזקה אז א יוד קויפט אין א כשר'ע געשעפט און נישט אין א טרפה'נע געשעפט.

אלא מהא ליכא למשמע מינה, ווייל סברות קען מען טרעפן צי ביידע זייטן.

מיז מען ציריק גיין צי מאטעמאטיקע, בלייבט שווער אז סטאטיסטיש זענען סיי די פריש און סיי די קבוע 90% כשר און 10% טרפה, מילא וואלטן ביידע געדארפט זיין מותר.

חיפשתי בכל הראשונים והאחרונים קיינער פארענטפערט דעיס נישט, האב איך געטראכט אפשר קענען די מאטעמאטיקער דא מסביר זיין פארוואס כל קבוע כמחצה על מחצה.
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein

דער אשכול פארמאגט 27 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר