כי תשא - הער אויף מיט די חשבונות!

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
א שעפעלע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 378
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 9:19 am
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 164 מאל

כי תשא - הער אויף מיט די חשבונות!

שליחה דורך א שעפעלע »

בס"ד

א גוטן טייערע חבירים וידידים..!

אין פרשת כי תשא געפונען מיר עטליכע נושאים אין די תורה, וואס מיט א אויבערפלעכליכע בליק זענען זיי לַאו דווקא פארבינדן איינס מיט די אנדערע, און מען דארף טאקע פארשטיין די שייכות צווישן זיי, וואס האבן די אלע פרשיות א נקודה וואס פאראייניגן זיי און ברענגן זיי נאנט איינער צום אנדערן.

די ערשטע זאך געפונען מיר אין אונזער פרשה די מצוה פון מחצית השקל, ווי השי"ת האט באפוילן פאר משה רבינו צו ציילן די אידן דורך די מחצית השקל וואס יעדער איד וועט געבן, און דאס געלט איז גענוצט געווארן אויף צו מאכן די אַדָנִים - די שוועלן אויף וועלכע ס'איז געשטאנען די ברעטער פונעם משכן. וואס אין די פסוקים פון מחצית השקל אליינס וואלט מען געקענט מדייק זיין פילע דִיוּקים וואס איז נישט דא דער פלאץ מאריך צו זיין אין דעם. אבער על כל פנים איין זאך וואס שטעלט זיך גאר שטארק ארויס און פארלאנגט א הסבר, וואס איז טאקע פשט פונעם ציווי השי"ת "הֶעָשִׁיר לֹא יַרְבֶּה וְהַדַל לֹא יַמְעִיט מִמַחֲצִית הַשָׁקֶל" אז אלע אידן זענען באפוילן געווארן צו געבן אייניג, דער עושר טאר נישט פאַרמערן און צולייגן נאך געלט צום סכום, און דער ארימאן טאר זיך נישט ארויסדרייען, נאר אלע צוזאמען מוזן ברענגן דווקא א האלבע שקל. לכאורה וואלט דאָך געפּאַסט אז דער עושר וואס האט די מעגליכקייט מנדב צו זיין אסאך געלט פארן משכן, זאל האבן די געלעגנהייט דאס צו טוהן, און מ'זאל איהם לאזן נעמען א חשוב'ע חלק אין די נדבות. איבערהויפט אז מיר געפונען שוין אזוי אין פרשת תרומה אז השי"ת האט באפוילן דארט (ווען מ'האט צוזאמגענומען נדבות צו בויען די עצם משכן און די כלים) "מֵאֵת כָּל אִישׁ אֲשֶׁר יִדְּבֶנּוּ לִבּוֹ תִּקְחוּ אֶת תְּרוּמָתִי" אז מ'האט גענומען פון יעדן איינעם זיין נדבת הלב, לויט וויפיל ער האט געוואלט געבן, יעדער האט געקענט ברענגן וואס און וויפיל זיין הארץ האט נאר באגערט, אויב אזוי וואס האט פאסירט דא אז עס האט שוין נישט צו טוהן מער לויט די נדבת הלב און די יכולת וויפיל דער מענטש קען געבן.

און דאס זעלבע וואונדערט זיך אויך לגבי די צווייטע חלק, אויף דעם "וְהַדַל לֹא יַמְעִיט" פארוואס טאקע זאל דער ארימאן זיך נישט קענען ארויסדרייען פונעם חיוב? ער האט דאָך נישט קיין געלט, און וואס וועט שוין געשען אז זיין האלבע שקל וועט פעלן, ער איז דאָך א אונס, און 'אונס רחמנא פטריה' די תורה האט נישט קיין טענות צו אזא איינער וואס קען ליידער נישט געבן.

פון דא זענען מיר ממשיך ווייטער צו די פרשה פון די כיור, ווי השי"ת באפעלט משה רבינו צו מאכן א כיור, און דאס אוועקשטעלן אינעם חצר פונעם משכן, און יעדער כהן וואס גייט נאר קומען טוהן די עבודה וועט זיך מוזן רייניגן און אפוואשן די הענט און פיס, קידוש ידים ורגלים. וואס דאס אליינס איז א חידוש, פארוואס עפעס באפעלט די תורה דווקא דא די מצוה פון מאכן דעם כיור, לכאורה וואלט עס געדארפט שטיין אין די פריערדיגע פרשיות צווישן אלע אנדערע כלי המשכן. און פון דארט גייען מיר אריבער צו די מצוה פון היטן שבת, און דערנאך צו די מעשה פונעם חטא העגל וואס די אידן האבן געמאכט. וואס ווי געזאגט דארף מען פארשטיין די המשך און די פארבינדונג פון די אלע פרשיות.

איידער מיר טרעטן אריין אין אונזער נושא, איז כדאי מקדים צו זיין מיט א ווערטל וואס די וועלט דערציילט: ס'איז אמאל ארומגעגאנגען א איד פון טיר צו טיר און פארקויפט פארשידענע ספרים און קונטרסים פון 'שמירת הלשון' וועלנדיג מעורר זיין אידישע קינדער זיך אנצושליסן אין דעם וויכטיגן ענין, אידן זאלן לערנען און נתעורר ווערן אין די גרויסקייט פון זיך היטן דאס מויל פון לשון הרע און רכילות. איין טאג קלאפט ער אָן אויף א טיר, דער איד עפנט אויף, און ווען ער זעהט פון וואס ס'רעדט זיך, רופט ער זיך אָן מיט א צופרידענע שמייכל "מיר דארפן דאס נישט האבן ב"ה, אונזער משפחה האט א קביעות'דיגע שיעור און אונז לערנען כסדר הלכות שמירת הלשון, און מיר צייכענען זיך אויס אין דעם הינזיכט ב"ה, אבער איך מיין איר זאלט אריינקלאפן צו מיין שכן פון אויבן, ער קען עס נוצן, ער דארף א תיקון אין זיין שמירת הלשון"...

אזא פנים האט עס ווען מ'לערנט און מ'איז עוסק אין א געוויסע נושא, אבער תּוֹך-כדי-דיבור, ממש בשעת מעשה ווייסט מען נישט וויאזוי עס איינצוהאלטן און אויספירן בפועל, עס בלייבט סתם 'רייד' וואס מ'לערנט און מ'הערט, אבער ס'מיינט גארנישט למעשה ח"ו.

לעניננו, במשך די פארגאנגענע וואכן האבן מיר בסייעתא דשמיא אסאך עוסק געווען אין דעם ענין פון הארץ, פון נדבת הלב, די מידה פון אהרן הכהן אוֹהֵב שָׁלוֹם וְרוֹדֵף שָׁלוֹם אוֹהֵב אֶת הַבְּרִיּוֹת וּמְקָרְבָן לַתּוֹרָה, זיין געוואלדיגע כוח פון פארגינען און זיך מיטפרייען מיט א צווייטן - וְרָאֲךָ וְשָׂמַח בְּלִבּוֹ, און אזוי ווייטער. איז אבער דא אסאך מענטשן וואס ווען זיי הערן דאס, לויפט תיכף אדורך אין זייער קאפ א מחשבה, נעה, דאס איז נישט פאר מיר, ס'איז טאקע שיינע מדריגות און ס'איז זיכער דא דערהויבענע אידן וואס האבן אזא ספעציעלע הארץ, זיי קענען פארגינען א צווייטן, זיי ווייסן וויאזוי מ'איז א אוהב את הבריות ומקרבן לתורה, איך בין עפעס נישט מסוגל, "איך בין נישט אזא מין מענטש", נישט מיר מיינט מען. און די אלע ענינים בלייבן טאקע נאר אין פסוק חומש, זיי בלייבן ביי אהרן הכהן, אבער ער שפירט נישט אז ער קען באמת מקיים זיין דעם "הֱוֵי מִתַּלְמִידָיו שֶׁל אַהֲרֹן" און נאכגיין אין זיינע וועגן.

ווי האט נאר יענער אמאל געזאגט? "מ'קען רעדן און רעדן פון הארץ, אבער ביז מ'נעמט עס אריין אין הארץ, קען דאָך דאס הארץ אויסגיין". אסאך מאל מאכט זיך אז דער מענטש ווייסט, ער הערט, ער פארשטייט, ער באגרייפט אז ס'איז דא אזא ענין פון טראגן א צווייטער איד אין הארץ און טוהן פאר יענעם, אבער ער ווייסט נישט דעם וועג דערצו, ער זעהט נישט קיין שום מיטל וויאזוי 'ער' מיט זיינע שוואכקייטן זאל אמאל קענען דערגרייכן אזעלכע 'הויכע' מדריגות, עס זעהט איהם אויס ממש ווייט און אוממעגליך, אז אפילו אויב ער וועט ארבעטן דעראויף און זיך אנשטרענגן מקיים צו זיין, וועט ער קיינמאל נישט קענען אנקומען דערצו. און דאס וועלן מיר בעזהשי"ת פראבירן אויסצוקלארן דא, אז עס איז יא דא א וועג, עס איז מעגליך פאר יעדן איינעם צו ווערן א אוהב את הבריות, א טוב עין, א מענטש מיט א אידיש הארץ, א מענטש מיט נדבת הלב, און אזוי ווייטער.

א חתן איז אמאל אריינגעקומען צו מו"ר הגאון רבי יצחק דוב קאפעלמאן ראש ישיבת לוצערן זצ"ל און איהם געבעטן אז ער זאל איהם זאגן קורצע דברי הדרכה איידער ער פאָרט אהיים צו זיין חתונה בשעה טובה ומוצלחת. האט איהם דער ראש ישיבה געענטפערט קורץ און שארף, "דו זאלסט זיין בשמחה, און אז דו וועסט זיין בשמחה ממילא וועט זי אויך זיין בשמחה, און ס'וועט זיין א שמחה'דיגע שטוב". דער בחור הערט, און פרעגט צוריק מיט הכנעה, "יא רבי, אבער וויאזוי קען מען זיין בשמחה?" וואס איז די עצה צו קענען זיין אלעמאל פרייליך, ענטפערט איהם הרב קאפעלמאן זצ"ל מיט'ן לשון הפסוק פון תהלים "פִּקּוּדֵי ה' יְשָׁרִים מְשַׂמְחֵי לֵב", ווי דוד המלך האט אונז שוין געגעבן די עצה, אז מ'איז עוסק אין תורה, אין די פיקודי השם, דאס זענען די בעסטע 'משמחי לב' וואס ס'איז נאר פארהאנען אויף די וועלט.

דער חתן לאזט אבער נישט נאך און פרעגט ווייטער, "מיר זעען דאָך אבער ס'זענען דא מענטשן וואס לערנען תורה און זענען נישט בשמחה?". דער ראש ישיבה זיצט און טראכט א מינוט מיט א פארקנייטשטע שטערן, און דערנאך גיבט ער א זאג פארן בחור, דאס וואס שלמה המלך זאגט אין קהלת "אֲשֶׁר עָשָׂה הָאֱלֹקִים אֶת הָאָדָם יָשָׁר וְהֵמָה בִקְשׁוּ חִשְׁבֹנוֹת רַבִּים"... דער מענטש איז באשאפן געווארן יָשָׁר, מיט א גלייכקייט און א שלימות, און בעצם וואלט ער געדארפט ווערן מלא שמחה פון די הייליגע פִּקּוּדֵי ה' יְשָׁרִים, די תורה וואלט געדארפט באמת דערפרייען זיין נשמה, נאר וְהֵמָה בִקְשׁוּ חִשְׁבֹנוֹת רַבִּים, מענטשן מאכן זיך אליין אָן שאָדן, זיי מאכן קאליע די טייערע מתנה דורך זייערע אייגענע חשבונות און קרומקייטן, און ממילא פארלירן זיי די נאטורליכע שמחה וואס זיי וואלטן געדארפט האבן ווען נישט די אלע 'חשבונות רבים' און די נישטיגע זאכן וואס מאכן חרוב די יַשְׁרוּת און די שלימות האדם.

לאמיר זיך אביסל פארטיפן אין דעם ענין: יעדער ווייסט אז א קינד ווערט געבוירן מיט א געוויסע שמחה און צופרידנהייט וואס נעמט איהם ארום, און מ'זעהט עס כסדר ווי קליינע קינדער זענען בדרך כלל פרייליך, און אויב עס פעלט זיי גארנישט אויף די מינוט, זענען זיי מלא שמחה און סיפוק. בכלל האבן קינדער א נאטור אז זיי לאזן זיך שנעל איבערבעטן, און פאר א קליינע גוטע זאך וועלן זיי זיך שנעל בארואיגן און אויפהערן צו וויינען. ווי מ'זאגט נאך פון צדיקים אז א קינד איז מער פרייליך ווייל ער וועלט אויס צו זיין בשמחה איידער בלייבן גערעכט, דאגעגן א ערוואקסענע מענטש וויל על פי רוב 'בלייבן גערעכט' און עס פּאַסט איהם נישט נאכצולאזן און מוותר זיין, און דעריבער וועט ער ענדערש בלייבן אין כעס און פארווייטאגט און נישט ארויסקריכן פון דעם מצב, ווייל 'ער איז דאָך גערעכט' און יענער האט איהם בא'עוול'ט. א קינד פארשטייט נישט די אלע 'חשבונות' און טראכט נישט אויף דעם אופן, פאר דעם וועט ער אסאך שנעלער און גרינגער ארויסקריכן פון זיין ווייטאג.

קומט אויס אז די 'התחלת הבריאה' פון יעדער מענטש איז געווען צו זיין פרייליך און צופרידן, "אֲשֶׁר עָשָׂה הָאֱלֹקִים אֶת הָאָדָם יָשָׁר", דער אייבישטער האט אונז באשאפן גראד און גוט. און אזוי זאגן מיר יעדן טאג אינדערפרי, "אֱלֹקַי, נְשָׁמָה שֶׁנָתַתָּ בִּי טְהוֹרָה הִיא", יעדער איינער איז באשאפן געווארן מיט די זעלבע ריינע נשמה, יעדער איז געבוירן געווארן מיט א לויטערקייט, א טהרה, א יַשְׁרוּת, וואס אויב מ'וואלט געבליבן אין דעם מצב אויף אייביג, אוי ווי גוט וואלט געווען.

נאר וואס דען? במשך די יארן הייבן זיך אָן צו אנטוויקלען פארשידענע מחשבות און חשבונות, און די "וְהֵמָה בִקְשׁוּ חִשְׁבֹנוֹת רַבִּים" וואקסט פון טאג צו טאג, ביז צום סוף איז שוין דער מענטש א גאנץ אנדערע סארט מהות און מציאות, ער איז שוין ווייט נישט די זעלבע ווי וואס ער איז באשאפן געווארן.

און אסאך מאל איז עס נישט אונזער שולד, זאכן געשעהן במשך דעם לעבן, אין פארלויף פון די יארן גייט א מענטש אדורך פארשידענע פראבלעמען און שוועריגקייטן, און דאס בויעט ביי איהם שטערקער
און שטערקער דעם מויער פון די 'חִשְׁבֹנוֹת רַבִּים'. אויב מ'זאל דאס דארפן ערקלערן מיט א משל, צו א מענטש וואס האט א רער, א פֵּייפּ וואס ברענגט אראפ א שטארקע און גוטע שטראם וואסער פון א הויכע קוואל, אלעס פאָרט א מחיה, דאס וואסער רינט און פליסט אָן אויפהער, ביז אינמיטן קומט איינער און גיבט א האַק אריין אינעם רער, עס כאפט א קלאפ דא, א בייג דארט, עס ווערט פארדרייט און צובויגן, צוביסלעך ווערט די שטראם וואסער קלענער און קלענער, עס זענען דא זאכן וואס האלטן אפ אז די וואסער זאל נישט קענען רינען און אנקומען, ווייל דער כֵּלִי דערצו איז שוין לאנג נישט די זעלבע, עס איז שוין געווארן געשעדיגט פון אלע זייטן, עס איז כמעט אינגאנצן פארשטאָפּט.

גענוי די זעלבע געשעט מיט א מענטש, יא, אלס קליין קינד איז ער טאקע א תָּמִים, ער איז א לויטערע און ריינע נפש. אבער מיט די צייט כאפט ער א זעץ דא, א קוועטש דארט, פלוצלינג באגעגנט ער די
וועלט מיט אירע אמת'ע פארבן, ער ווערט בא'עַוול'ט פון דעם און פון יענעם, איין טאג האט איהם איינער געטשעפעט, און א אנדערע טאג האט איינער איהם אביסל וויי געטוהן, דא האט א חבר עפעס אוועקגענומען פון איהם, און דארט האט איהם יענער געזאגט א שלעכט ווארט, ממילא אלס א תוצאה פון דאס אלעס, הייבט אָן דער מענטש צו בויען ביי זיך אין מוח פארשידענע 'הנחות' און פאַקטן, ער איז שוין מחליט פון פריער וועלכע סארטן מענטשן ער וויל בכלל נישט געטרויען, ער הייבט אָן דַן צו זיין און פאר'משפט'ן יעדן איינעם אין זיין קאפ, ווי מיר זענען געוואוינט צו הערן פון מענטשן כסדר א שפראך ווי "איך קען שוין יענע מינע מענטשן, זיי זענען נאר דא דיך אויסצונוצן" וכדומה, כאטשיג וואס אסאך מאל איז יענער גענצליך אומשולדיג און ער איז בכלל נישט 'אזא סארט' אדער 'אזא מין' מענטש, אבער וואס זאל מען טוהן, ביי אונזער צוקלאפטער און צוביילטער מענטש איז יענער שוין אפגעסטעמפלט, ער איז א קרבן פון די 'חשבונות' רבים אין וועלכע זיי האבן איהם שוין קאטאגאריזירט און אפגעזיגלט... און מ'קען נישט האבן קיין טענות פארוואס עס האבן זיך אנטוויקלט די אלע חשבונות רבים אין זיין קאפ, ער איז נישט אינגאנצן שולדיג דערין, עס איז פשוט ווייל ער האט זיך שוין אמאל אפגעבריט, ער איז שוין אמאל געווארן פארקלעמט דורך געוויסע מצבים, און ממילא שפירט ער א שטארקע נויט זיך צו באשיצן פון די אלע שלעכטע מענטשן, און דעריבער איז ער כסדר פארנומען אפצולערנען און אפצומאכן ביי זיך אין הארץ געוויסע החלטות אויף פארשידענע מענטשן, אפילו אויב ער קען זיי בכלל נישט, דאָך אבער וויל ער נישט מיטמאכן נאָכאַמאָל, ער וויל נישט אדורכגיין פֵּיין און ווייטאג.

דאס זעלבע איז מיט פארשידענע 'הֶרְגֵשִׁים' וואס א מענטש פארקלאפט אין זיך, זיין הארץ ווערט פארשטיינערט און פארמאכט, ער לאזט זיך נישט זיין פרייליך אדער צופרידן אין געוויסע מצבים, דאס אלעס שטאמט על פי רוב פון די זעלבע סיבה, ווייל ער האט אמאל געכאפט א קלאפ, א ווייטאג אין זיין נפש, ער האט געהאט צער, און ער וויל עס נישט אדורכגיין א צווייטע מאל, און ממילא בויעט ער אויף אינעווייניג אין זיך פארשידענע מחיצות און חומות, ער וויל זיך נישט לאזן פרייען ווייל ער וויל נישט ליידן א 'ירידה' נאכדעם, ער האט מורא אז ס'וועט זיך אויסלאזן נישט געשמאק פאר איהם, און ממילא 'לאזט ער זיך נישט' פירן פון פארשידענע געפילן זיינע, ער לאזט זיך נישט זיין דער אמאליגער 'ער' וואס ער איז אמאל געווען, ער איז פשוט שוין נישט דער נאטורליכער 'זיך אליינס' וואס ער וואלט געדארפט זיין, ער ערלויבט נישט אין זיין נשמה דאס יַשְׁרוּת וואס האט אמאל עקזיסטירט אין איהם.

די פאַקט איז, אויב א מענטש וואלט געהאט די קלארקייט און די יישוב הדעת זיך גוט מתבונן צו זיין און צו דערגיין דעם 'שורש' פון זיינע חשבונות, הארטקייט, פארביסנקייט, שוועריגקייטן, וואס ער האט אין פארשידענע ענינים, וואלט ער בדרך כלל געקענט אנקומען צו די פאסירונג ווען עס האט זיך אנגעהויבן, מ'קען ממש טייטלען און אנווייזן מיט די פינגער פונקטליך ווען עס האט זיך געשאפט אין איהם די מציאות, עס שטאמט געווענליך פון א מעשה שהיה, פון א צער און א עגמת נפש וואס ער איז אדורכגעגאנגען, און דאס האט גורם געווען אז ער זאל זיך טוישן, ער זאל ווערן פארהארטעוועט און פאר'עַקשנ'ט אין געוויסע זאכן, ווייל ער וויל עס נישט שפירן נאָכאַמאָל.

עס האט דערציילט א יונגערמאן וואס האט זיך א לאנגע תקופה געמוטשעט, ער איז געווען נידערשלאגן און צובראכן, ער האט געפילט אינגאנצן צוקלאפט אינערליך, און נישט געהאט קיין שום זעלבסט ווערד און חשיבות אין זיינע אייגענע אויגן, ווער רעדט נאך ווען איינער האט איהם געזאגט א גוט ווארט אדער א קאמפלימענט האט ער דאס תיכף אפגעווארפן, ער האט פשוט נישט געקענט הערן א פאזיטיווע זאך אויף זיך אליינס. איין טאג האט ער באשלאסן אז ער מוז ארויסהאבן וואס עס גייט פאָר מיט איהם, עפעס איז נישט אין ארדענונג מיט זיין מצב, פארוואס זאל ער זיין אזוי אז ער קען נישט אָננעמען א קאמפלימענט?!. ער האט געטראכט און געטראכט, ביז ער האט זיך דערמאנט אז מיט א לענגערע צייט צוריק האט ער אמאל געארבעט אין א געוויסע ביזנעס, און איין טאג שפאצירט אריין זיין בעל הבית און הייבט איהם אָן קאמפלעמענטן און זאגן, "זאלסט וויסן אז דו ביסט א גוטע ארבעטער, דו ביסט ארנטליך און צייטליך, דו מאכסט א גוטע דזשאב דא" און אזוי ווייטער נאך פארשידענע שבחים און מעלות, און צום סוף גיבט ער א וואַרף אריין, "איך מיין אבער אז דיין פלאץ איז נישט דא, אונזער ביזנעס גייט יעצט אריבער פארשידענע טוישונגען, מיר האבן אויפגענומען אן עדווייזער, א יועץ וואס פירט אונז, און ער טענה'ט אז די פאזיציע איז נישט פאר דיר, דעריבער האב איך נישט קיין ברירה איך מוז איהם פאלגן און איך מוז דיר אפזאגן פון דיין דזשאב"...

דער יונגערמאן האט דערציילט אז דאס איז געקומען צו איהם ווי א דינער אינמיטן העלן טאג, עס איז געווען פאר איהם אזא שאק, ער האט זיך בכלל נישט געראכטן דעראויף, און בפרט אז דער בעל הבית האט נאך אנגעהויבן מיט אזעלכע העפליכע ווערטער און גוטע רייד. ער איז געבליבן אינגאנצן צושוידערט און צובראכן פון דעם עפיזאד, אז אפילו יארן שפעטער ווען ער איז שוין פון לאנג געווען מסודר מיט א צווייטע פרנסה און ער האט שוין כמעט פארגעסן פון יענע געשיכטע, דאָך אבער איז געבליבן איינגעקריצט אין איהם טיף אינעווייניג א שרעקליכע ווידערשטאנד קעגן יעדע גוט ווארט, ווייל אין זיין מוח איז א קאמפלימענט געווען פארבינדן מיט א ווייטאגליכע המשך, עס האט זיך אלעמאל אנגעצינדן אין איהם א רויטע לעמפל אז אפשר וועט יעצט נאכפאלגן עגמת נפש. עס האט איהם געדוירעט א לאנגע צייט צו קענען אפטיילן די צוויי, און וויסן אז א גוט ווארט קען האבן א זיסע טעם און א קאמפלימענט מוז נישט אלעמאל קומען מיט נאכווייען.

דאס איז דער ענין וואס מיר רעדן, ס'איז אפשר נישט אזוי לייכט, און אוודאי דארף מען אסאך מחשבה און התבוננות דערצו. אבער אויב א מענטש וואלט פארשטאנען און געוואוסט קלאר, אז זיינע שוואכקייטן און נישט גוטע תכונות, "דאס איז נישט מיך", איך בין נישט אזא מענטש בעצם, נאר עס האט זיך בסך הכל צוגעקלעבט צו מיר במשך די יארן געוויסע הנהגות וואס זענען געווען א תוצאה פון פארשידענע מצבים און אומשטענדן וואס איך בין אדורכגעגאנגען. מיט אט די ידיעה קען מען גאר אסאך אויפטוהן, ווייל א מענטש דארף פרואוון צוריק צו קריכן טיף אינעווייניג אין זיין נפש, צוריק צו גיין צו זיין "אֱלֹקַי, נְשָׁמָה שֶׁנָתַתָּ בִּי טְהוֹרָה הִיא", צו זיין אינערליכע מהות, זיין ריינקייט און לויטערקייט פון אמאל.

און דעריבער ווען מ'רעדט פון נדבת הלב, פון האבן א הארץ צו א צווייטער איד, ליב האבן יעדער איד און נישט מאכן קיין חשבונות, הער אויף צו טראכטן אז "נישט מיך מיינט מען, איך קען דאס נישט באווייזן, ס'איז נישט מיין טייפּ" וכדומה. ווייל באמת איז יעדער איד לויטער און ריין, יעדער איד האט אין זיך די זעלבע חלק אלקי ממעל, די זעלבע הערליכע פנימיות, אֲשֶׁר עָשָׂה הָאֱלֹקִים אֶת הָאָדָם יָשָׁר איז געזאגט געווארן אויף יעדן איינעם ממש. נאר וואס דען? במשך הזמן קען טאקע זיין אז ס'האבן זיך אנגעקלעבט אין דיר פארשידענע פראבלעמען, דער צינור פון די לויטערע וואסער איז געווארן צוקלאפט און אויסגעבויגן, ווי מיר האבן פריער דערמאנט אינעם משל, און ממילא קען טאקע זיין אז ס'האבן זיך אנגעקלעבט פארשידענע חסרונות פון גאוה, כבוד, כעס, און נאך זאכן וואס קלעבן זיך אָן אינעם מענטש, אבער דאס איז נישט 'דיך' בעצם, דאס איז נישט דיין אמת'ע אידענטיטעט און מהות. והא ראיה, יעדער מענטש האט ביי זיך געוויסע דערהויבענע זמנים ווען דעמאלטס האט ער נישט אין זיך די חשבונות רבים, למשל, א חתן אונטער די חופה, פארשטייט יעדער איינער אז דעמאלטס אינטערסירט איהם נישט גארנישט, אפילו אויב איינער זאל איהם יעצט טשעפענען אדער אויפרעגן, וועט עס איהם בכלל נישט בארירן, און ביי איינעם איז עס יום כיפור ביי נעילה, ביי א צווייטן איז דאס שמחת תורה ווען ער טאנצט מיט די תורה, און ביי א דריטן איז עס פורים ווען ער ווערט אביסל בגילופין און ער הייבט זיך אויף העכער פון זיין טאג טעגליכע דעת, דעמאלטס איז ער בשמחה, ער איז דערהויבן און צופרידן, אלעס איז לויטער ריין און גוט. זעען מיר פון דעם קלאר, אז אין די פנימיות, טיף אינעווייניג עקזיסטירט
נאך דאס אמאליגע יַשְׁרוּת, דער לְיִשְׁרֵי לֵב שִׂמְחָה, מ'דארף עס נאר זעהן צו באגעגענען מער אָפט...

ולכן, א קלוגע מענטש וואס האט געהאט א רער פון וואסער וואס איז טאקע צע'מַזיק'ט געווארן און ס'האט אויפגעהערט צו ארבעטן ווי עס דארף צו זיין, הייבט ער אָן צו זוכן א וועג, אפשר קען מען פאררעכטן די וואסער שטראם, אפשר קען מען באהעפטן א נייע און בעסערע רער צום קוואל פון די וואסער קומט, כדי אז ס'זאל צוריק אנהייבן צו פליסן ווי אמאל. דהיינו, אויב שפירסטו אז עס איז נישט דא קיין נדבת הלב, דאס הארץ איז ליידער פארשטאפּט, דעמאלטס נעם זיך צו די עבודה, הייב אָן זיך איינצו'חַזר'ן אז טיף אינעווייניג בין איך אסאך א בעסערע מענטש, טיף אינעווייניג פארגין איך יא פאר א צווייטן, טיף אינעווייניג בין איך נישט אזוי אויפגערעגט אויף יעדער וואס טוט נישט גענוי וואס איך וויל, און הייב אָן צו פראקטיצירן און ארבעטן עס אנהייבן 'ארויסצוברענגן' צום אויבערפלאַך.

און דאס באפעלט אונז די תורה הקדושה מיט די מצוה פון מחצית השקל אין אונזער פרשה, ריכטיג טאקע אז ס'איז אויך געווען נדבת הלב ביים משכן ווען יעדער האט געקענט ברענגן וויפיל ער וויל, אבער יעצט ווען מ'גייט בויען די אדנים, מ'גייט אוועקשטעלן דעם 'יסוד' די פונדאמענט אויף וואס די גאנצע משכן שטייט, דארט וויל דער רבוש"ע דווקא אז "הֶעָשִׁיר לֹא יַרְבֶּה וְהַדַל לֹא יַמְעִיט מִמַחֲצִית הַשָׁקֶל", צו ווייזן אז יעדער איינער איז אינגאנצן גלייך, נישט קיין חילוק אויב דו ביסט רייך אדער ארים, שטארק אדער שוואך, טאלאנטפול אדער נישט, ביים יסוד המשכן זענען אלע אייניג, ווייל נאר אזוי קען מען אוועקשטעלן א משכן השם, אז מ'ווייסט קלאר אז יעדער איד איז אייניג און יעדער פארמאגט דעם זעלבן יסוד, די נְשָׁמָה שֶׁנָתַתָּ בִּי טְהוֹרָה הִיא. מצד אחד דארף מען טאקע האבן א לב נשבר און מ'דארף וויסן אז מ'איז נאר א 'האלבע' זאך און מ'איז נאכנישט בשלימות, ווי עס שטייט אין ספרים הקדושים די מוסר השכל פונעם 'מחצית' השקל, אבער מצד שני דארף מען וויסן אז איך בין די זעלבע ווי יעדער אנדערע איד און איך בין א חלק אלקי ממעל.

פון דארט גייען מיר ווייטער צו די פרשה פון כיור, וואס איז מרמז אויף דער ענין פון זיך 'אפוואשן' און רייניגן. ווען א איד גייט אריין טוהן די עבודה, דארף ער זיך אפשטעלן און אפוואשן, הייב אָן זיך מתבונן זיין און אפשאקלען פון זיך די חשבונות רבים וואס האבן זיך אנגקלעבט אין דיר, פונקט ווי שמוץ קלעבט זיך אָן אויפן גוף פון אינדרויסן, עס איז בלויז א חיצוניות'דיגע צודעק, און מ'דארף עס אביסל אפרייבן און אפוואשן מיט וואסער, דאס זעלבע קען יעדער איד טוהן מיט זיין נשמה, אז ער ווייסט און דערהערט אז בפנימיות איז ער הערליך און ריין, און ער דארף פשוט 'אראפקראצן' די שלעכטע געוואוינהייטן און נישט גוטע זאכן וואס האבן זיך אנגעקלעבט אין איהם, וועט ער בעזר ה' קענען ארויסקריכן דערפון.

און אט דאס איז די פרשה פון שבת קודש, שבת דאס איז דאָך דער זמן פון מנוחה, ווען דער מענטש רוהט און לאזט אפ די אלע חשבונות רבים, ער ווערט אפגעהאקט פון די גאנצע וועלט (בפרט היינטיגע צייטן) ער האט א געלעגנהייט צו לעבן מיט זיך אליין, צוריק צו קומען צו זיין אייגענע פנימיות, שבת איז דער זמן ווען א איד שיינט און עס קומט ארויס די ריינקייט פון די נשמה, דעמאלטס פארנעמען נישט קיין ארט די אלע דברי חולין און טאג טעגליכע געשעפטן און געלויף.

און דאס זעלבע איז מרומז אינעם חטא העגל, וואס האט פאסירט דווקא אויף אזא אופן ווען דער שטן איז געקומען צו גיין מיט 'חשבונות' און ער האט גע'טענה'ט פאר די אידן אז משה רבינו וואלט שוין געדארפט צוריק קומען פון הימל, און ער האט זיי געוויזן סימנים אז משה רבינו קומט שוין נישט צוריק ח"ו, און דערמיט האט ער זיי געמאכט זינדיגן מיט'ן עגל, ווייל די אידן האבן זיך געלזאט פון די חשבונות פונעם יצר הרע.

דאס אלעס לערנט אונז און איז אונז מרמז אז מיר זאלן זיך נישט לאזן פירן פון די אלע 'חשבונות' וואס נעמען אונז ארום. נאר אנשטאט דעם זיך ארומוואשן און זיך מתבונן זיין, פראבירן אנצוקומען טיף אינעווייניג צו די ריינע פנימיות, צו באהעפטן נייע רערן צום אינערליכן קוואל וואס פליסט מיט ריינע און לויטערע וואסער וואס געפונט זיך אין יעדער פון אונז, און מיט די הילף פון כסדר'דיגע עבודה און רצון וועלן מיר בעזהשי"ת ארויסברענגן אין זיך א שפע פון נדבת הלב, הארץ און געפיל, און אלע גוטע מידות און מעשים טובים.

א לעכטיגע שבת קודש!

זיך איינצושרייבן צו באקומען די "מיט א טיפערן בליק"
דורך אי-מעיל בעז"ה tiferenblik@gmail.com

דער אשכול פארמאגט 1 תגובה

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר