איך בין א קליינע בצלאל

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
א שעפעלע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 378
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 9:19 am
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 163 מאל

איך בין א קליינע בצלאל

שליחה דורך א שעפעלע »

בס"ד

א גוטן טייערע חבירים וידידים..!

אין פרשת ויקהל האבן מיר ווי א שטיקל חזרה אויף די פריערדיגע פרשיות, די תורה דערמאנט דא פון פריש די אלע ענינים פון נדבות המשכן וואס די אידן זענען באפוילן געווארן צו ברענגן, ווי אויך דאס בויען און צוזאמשטעלן די כלי המשכן דורך בְּצַלְאֵל בֶּן אוּרִי בֶן חוּר פון שבט יהודה צוזאמען מיט די אנדערע חכמי לב, וואס האבן מיט זייער חכמה און פארשטאנד באוויזן אהערצושטעלן דעם גאנצן בנין המשכן מיט אלע כלים.

בסייעתא דשמיא האבן מיר זוכה געווען אין די פארגאנגענע וואכן זיך מתבונן צו זיין און באטראכטן מיט א טיפערן בליק די נושא פון 'נדבת הלב' אז א איד מוז אריינלייגן זיין הארץ, משקיע זיין כוחות און געפיל, און עס ברענגן גאר נאנט צו זיין נפש און נשמה, סיי ווען מ'רעדט פון עבודת השי"ת, אהבת ישראל, צו זיין א אוהב את הבריות ומקרבן לתורה, די יסוד פון אלעס איז דאס הארץ, נאר די געפיל און די ליבשאפט וואס דער מענטש פארמאגט, דאס וועט איהם ברענגן צו זיין ציל. און ווי מיר האבן זוכה געווען צו דערהערן אין פרשת כי תשא, אז יעדער איד ווערט בעצם געבוירן מיט א ריינע נפש און א גאלדענע הארץ, ממילא איז נישט שייך צו קומען מיט א טענה "איך בין נישט אזא סארט מענטש, ס'רעדט נישט צו מיר, ביי מיר ארבעט עס נישט", ווייל יעדער איינער גלייך האט אין זיך א חלק אלקי ממעל, העשיר לא ירבה והדל לא ימעיט, נישט קיין חילוק אויב מ'איז שטארק אדער שוואך, ארים אדער רייך, געלונגען אדער נישט, טיף אינעווייניג איז יעדער די זעלבע, נאר די פארשידענע 'חשבונות רבים' וואס מענטשן מאכן צוליב געוויסע טעכנישע סיבות און פאסירונגען וואס זיי זענען אדורך, דאס פאַרשטאָפּט אמאל ליידער דאס הארץ, און מ'דארף ארבעטן דאס אויפצושטאָפּן, אפצושיילן די דיקע שיכטן וואס האבן זיך ארויפגעלייגט אויף אונזערע הערצער במשך די יארן. אבער אויב מיר וועלן גראבן, וועלן מיר בעזהשי"ת אנקומען צום נקודה פנימית, צום ריינעם הארץ וואס קלאפט אין יעדער פון אונז און איז גרייט צו זיין מתלמידיו של אהרן הכהן, אוהב שלום ורודף שלום...

האט איינער אבער ארויפגעברענגט א שטארקע הערה אויף דאס אלעס, ער קומט מיט א טענה ווי פאלגענד: מ'רעדט און מ'רעדט אזויפיל פון נדבת הלב, אזעלכע שיינע און ווארימע דיבורים וואס איז מיין חוב און מיין תפקיד, איך הער פונקטליך וואס מיין ציל דארף צו זיין, און איך ווייס אז טיף אינעווייניג געפונט זיך אין מיר א הייליג הארץ. אבער... פון די אלע שיינע שיעורים און דרשות קום איך אין ערגעץ נישט אָן, דאס התעוררות האלט ביי מיר אָן אין בעסטן פאַל פאר בערך פינף מינוט, אבער ביינאכט ווען איך קום אהיים נאך א טאג ארבעט, בין איך דער זעלבער ווי נעכטן, איך זעה נישט קיין ממשות'דיגע טויש אין מיר, דאס אלעס וואס איך האב געהערט און געהאָפט צו טוהן למעשה, איז געבליבן ביים וועלן, און איך דערזעה מיך ווייטער מיט מיין אלטע פאַרשטאָפּטע הארץ וואס דארף נאך א תיקון.

און אפילו ווען איך וויל מיך שוין יא אביסל דערהייבן, "איך נעם זיך אין די הענט אריין" ווי מ'זאגט, איך פראביר ארויסצוברענגן מיין אינערליכע הארץ, איך פראביר צו ווערן בעסער, צו רעדן שענער און איידעלער, האבן בעסערע מידות צו אנדערע, וכדומה וכדומה, דאָך אבער זעה איך נישט קיין רעזולטאטן, איך שפיר זיך גארנישט בעסער, און איך זעה נישט וואו עס טוט אויף במציאות. און אפילו איך האב שוין יא געגעבן אביסל פון מיין הארץ, דאָך זעהט עס נישט אויס ווי ס'גייט אריין אין איינעמ'ס הארץ, עס מאכט נישט אויס קיין סאך ביי מיינע פריינט, ביי מיין מאן / ווייב און קינדער, זיי נעמען נישט אָן מיינע ווערטער און מיין התנהגות. און ממילא קוקט מיר אויס די גאנצע נושא ווי עפעס א ווייטע חלום וואס איז אפשר געאייגענט פאר גרויסע צדיקים און בני עליה, אבער ביי א קליינע מענטש ווי איך, זעה איך נישט וויאזוי איך זאל אמאל קענען אריינלייגן מיין הארץ אין א זאך, איך זעה נישט וויאזוי איך קען ווערן אויסגעארבעט ליב צו האבן א צווייטן, פארגינען יענעם מיט אן אמת, מוותר צו זיין און זיין א אוהב שלום ורודף שלום, און אזוי ווייטער.

די ווערטער הערן זיך לכאורה צו אונזערע אויערן אלס גאנץ א ווייטאגליכע פאַקט, עס גיבט א שטיקל ציפ אין הארץ, און מיר שפירן מיט די צער, ווייל ביי אסאך פון אונז כאפט זיך באמת אמאל אריין אזא געפיל ווי ס'איז 'טאקע' נישט פאר מיר, ווייל כ'האב דאָך שוין אביסל פראבירט, איך האב אזוי שטארק געוואלט, אבער איך זעה בחוּש אז א מענטש קען זיך נישט טוישן, ער בלייבט די זעלבע אלטע מאַשין מיט אלע חסרונות און פעלערן וואס ס'פאַרמאָגט אין זיך.

טייערע חברים, די תורה הקדושה לערנט אונז אבער אן ענטפער אויף דעם אלעם, און ס'איז יא דא א וועג און א עצה אנצוקומען זיך צו טוישן, צו ווערן א הארציגע מענטש, א מענטש מיט געפיל, א איד מיט גוטע מידות, אבער, מיט איין תנאי... עס פארלאנגט זיך ארבעט! די עצה גייט נישט ארבעטן אין איין טאג, און אויך נישט אין איין וואך, נישט אין איין חודש, און לכאורה אויך נישט אין איין יאר.

דא וועט איר דאָך אוודאי הייבן די ברעמען מיט וואונדער, וואס הייסט? איך זאל יעצט שטיין און ארבעטן חדשים און יארן, און אינוועסטירן כוחות כדי צו זעהן אין מיר א טויש? געענדיגט מיט "שלא עשני עבד?" ווייל פון היינט און ווייטער וועל איך זיך דארפן פלאָגן און הארעווען ווי א עבד נרצע כדי אנצוקומען צו א שטיקל הארץ? איז דען דאס א פראקטישע עצה בכלל?!
אבער דער אמת איז, לאמיר אויפהייבן אונזערע אויגן א מינוט און באטראכטן די גאנצע בריאה, די גאנצע וועלט אין וועלכע מיר לעבן. היינט צו טאגס לעבן מיר אין א 'אינסטענט' וועלט, פאר די וואס ווייסן נישט וואס דאס מיינט, מיר ווילן אלעס האבן 'תיכף ומיד' אויפן פלאץ, אלעס ביי אונז לויפט שנעל, געשווינד, אין א אויגנבליק. נאר אלס א קליינע ביישפיל, לאמיר צוריק גיין ביז די נישט-ווייטע אמאל, א איד האט געוואלט שיקן א בריוועלע צו א קרוב, האט ער זיך געזעצט אפשרייבן דעם בריוו, דערנאך עס געטראגן מיט די הענט אינעם לאקאלן פאסט אפיס, וואו די בריוו איז געבליבן ליגן ביז די קומענדיגע פערד און וואגן האבן זיך ארויסגעלאזט אינעם באשטימטן ריכטונג, און אזוי האט עס געמאכט דעם לאנגן וועג פון עטליכע טעג אדער וואכן ביז ס'האט דערגרייכט איר דעסטינאציע. היינט ווען א מענטש ענדיגט אפקלאפן זיינע ווערטער קען ער עס געבן א שיק ארויס אין א האלבע רגע, זיין חבר קען זיין טויזנטע מייל אוועק פון איהם, אבער אין א סעקונדע האלט ער אין זיינע הענט דאס וואס יענער האט איהם געשיקט. און אזוי איז מיט יעדע זאך, בילדער, נייעס, מעלדונגען, און וואס נישט?, אלעס קומט אָן ביז געציילטע רגעים, און מיר ווילן אלעס וויסן און מיטהאלטן ממש 'בשעת מעשה' ווייל עס איז דאָך אזוי גרינג און פשוט.

אט די מציאות כאפט זיך אריבער צו אלע אנדערע תחומים אין אונזער לעבן אויך, וויבאלד אלעס פאָרט אזוי געשמאק גרינג און באקוועם ב"ה, דעריבער האבן מיר אויך דעם געפיל אז יעדער פראבלעם האט א לעזונג אויף דעם זעלבן אופן. און מיט רעכט, היות אונזער מוח איז נישט געוואוינט צו ווארטן, און אונזער 'געדולד-לעוול' איז אנגעשטעלט אויף גאר א קליינע נומער, און ממילא איז עס משפיע אויף אונזער גאנצע הָלוֹך יֵלֵך פונעם לעבן. ווען א מענטש פילט נישט גוט, ער ליידט אויפן מאָגן אדער אנדערע געזונט קאמפליקאציעס, און ער לויפט צום דאקטער, ערווארט ער צו באקומען א וואונדער מעדיצין וואס וועט איהם אויסהיילן אין פינף מינוט, אדער נעמט מען 'טיילענאל' צו פארטרייבן די ווייטאג, ווייל מיר זענען נישט מסוגל זיך צו פארמעסטן מיט א זאך אויף א לאנג-טערמינונגע וועג. מיר וועלן כמעט נישט באגעגענען דעם מענטש וואס האט באשלאסן 'זיך צו נעמען אין די הענט אריין' און טוישן זיין דיעטע כדי אנצוקומען צו א געזונטערע און בעסערע לעבן, ווייל דאס איז נישט די וועלט וואס מיר קענען, ביי אונז עקזיסטירט כמעט נישט אזא מושג פון אריינלייגן כוחות און צייט כדי צו טוישן א זאך ביז צום שורש, ווייל מיר ווילן האבן א 'עולם התיקון' אין געציילטע מינוטן.

דאס זעלבע איז אויך ווען עס קומט 'אפצולערנען' א זאך, אדער דַן זיין א צווייטן, מיר באנוצן זיך כמעט נישט מיט די חושים און די כוחות וואס השי"ת האט אונז געשאנקן, מיר טראכטן עס נישט אדורך מיט יישוב הדעת און התבוננות, ווייל אונזער מוח לויפט דאָך, ער איז אויף זיין אייביגע געיעג. דערפאר טאקע קענען מיר באמערקן ווי מיר זענען 'מחליט' בדרך כלל אין צוויי סעקונדעס אויף פלוני אז ער איז אזוי, און יענער איז אזוי, אלעס לויט וואס מיר זעהן אין א אויגן בליק, מיר האבן געקוקט נאר אויף א 'בליץ' פון יענעמ'ס התנהגות, און אסאך מאל אפילו דאס אויך נישט, נאר מיר האבן פשוט געכאפט א בליק אויף זיין פנים, און דערמיט האבן מיר איהם שוין פארזיגלט און אפגעסטעמפלט כאילו מיר ווייסן שוין גענוי וואס ער איז.
וויפיל מאל מאכט זיך אז א מענטש הייבט אָן צו הערן א דרשה אדער א שיעור, אבער שוין אין די ערשטע מינוט לויפט אדורך אין זיין קאפ די החלטה, נעה, דאס איז נישט פאר מיר... און אזוי איז מיט זייער אסאך זאכן, וואס ס'איז שווער אויסצורעכענען באריכות אלע משלים און דוגמאות. הכלל, מיר 'פארשטייען' זאכן זייער שנעל, און מיר נעמען ווייניג מאל די מיה און די צייט וואס עס פעלט זיך באמת אויס אדורך צו טוהן און ארויסהאבן א זאך.

און דעריבער ווען א מענטש גייט צומאל אדורך געוויסע שוועריגקייטן פון וועלכע ער וויל זיך ארויסזעהן, צו עס זאל זיין א שוועריגקייט אין חינוך פון די קינדער, שלום בית, א פראבלעם אין די ביזנעס, אדער סיי וועלכע זאך, ערווארט ער אויך אז ס'זאל פאַרראָכטן ווערן ביז פיר און צוואנציג שעה, ער מיינט אז דארט איז אויך פארהאן די וואונדערליכע מעדיצינען וואס וועלן אלעס מאכן פאַלן אין פלאץ תיכף ומיד. אסאך מאל קען מען הערן ווי א מענטש דרוקט זיך אויס "איך האב שוין אזויפיל געטוהן אין דעם ענין, איך בין שוין געווען ביי צען מענטשן נאך הילף"... אבער דער אמת איז אז ער האט כמעט גארנישט געטוהן! ער איז טאקע געלאפן צו דעם און צו יענעם, געזוכט א עצה דא און א עצה דארט, אבער ער איז נישט געווען גרייט צו אינוועסטירן די ריכטיגע כוחות וואס פארלאנגן זיך אויסצוהיילן דעם פראבלעם און ברענגן א שינוי לטובה.

איי וועט דער מענטש ווערן דערשראקן, ווייל עס זעהט דאָך אויס ווי מ'גיבט איהם ביטער שווערע ארבעט וואס וועט דויערן זייער לאנג. אבער וויסן דארף מען אז ס'איז דא צוויי סארטן ארבעטער! לאמיר אנכאפן א משל פון א 'קאנטראקטער' וואס זיין אויפגאבע איז אהערצושטעלן א בנין. יעצט אמאל איז דא אזא סארט קאנטראקטער וואס איז דא נאר צוליב זיין פרנסה, ער האט נישט קיין אנדערע ברירה, בעצם וואלט ער נישט געוואלט דא זיין, ער האט נישט קיין געשמאק אין בויען, ער האט נישט קיין חשק צו די ארבעט, נאר ער מוז דאָך לייגן ברויט אויפן טיש אינדרעהיים, דערפאר קומט ער בלית ברירה יעדן טאג צו זיין ארבעט. אז איר וועט באטראכטן דעם מענטש פון די זייט, וועט איר גאנץ שנעל באמערקן אז אלעס ווערט באהאנדלט דורך איהם ווי א 'פראבלעם', קודם האט ער א פראבלעם וויאזוי איינצוּוואַרפן דעם בנין וואס שטייט דא אויפן שטח, דערנאך האט ער א פרישע פראבלעם אז מ'דארף גראבן א לאָך און מאכן פלאץ פאר א פונדאמענט, און אזוי שפירט ער יעדע זאך לעול ולמשא, ער קרעכצט און ער שלעפט די פיס, ווייל ער האט אזויפיל 'דאגות' און 'פראבלעמען' אויפן קאפ אהערצושטעלן דעם בנין, ער האט א פראבלעם וואס רופט זיך ציגל, און א פראבלעם וואס רופט זיך צעמענט, א פראבלעם וואס רופט זיך עלעקטריק, געז, פּלאָמינג, ווייל ער וויל נישט באמת דא זיין, און ס'איז איהם א אפקומעניש די גאנצע אדורכגאנג וואס ער מוז נעבעך טוהן לצורך פרנסה.

דאגעגן איז אבער דא א קאנטראקטער וואס האט א געשמאק אין בויען, ער איז גוט באהאוונט אין דעם פעלד און ער האט עס ליב בעצם, און ממילא גייט ער צו דערצו מיט א פרישקייט, טאג און נאכט בליצן אויף אין זיין קאפ פרישע געדאנקן וויאזוי מ'קען דא מאכן אביסל בעסער אדער פראקטישער, ער לייגט אריין זיין קאפ און מוח אהערצושטעלן א פראכטפולן בנין, און אדרבה ס'איז איהם א פארגעניגן יעדע חלק פון די אדורכגאנג, ער האט הנאה פון פלאנען די אויסשטעל פון די עלעקטריק, די גענויע פלאץ פון די פּלאָמינג, ווייל ער האט ליב זיין פאַך, עס איז ביי איהם א 'אינדזשוימענט' און נישט קיין פראבלעם.

טאקע דערפאר האט מען געזעהן ביי צדיקים ווי זיי האבן געארבעט אויף זייערע מידות א גאנץ לעבן, אפילו אויף די עלטערע יארן האבן זיי נאך געהארעוועט אין ספרי מוסר, געמאָנט פון
זיך, און געזוכט צו שטייגן אלס העכער, ווייל ביי זיי איז עס געווען א 'געשמאקע ארבעט', עס איז נישט געווען א געצווינגענע אדורכגאנג וואס מ'וויל פטור ווערן דערפון ווי א מינוט פריער, אדרבה, ס'איז א עבודה פון תענוג, א רוחניות'דיגע געשמאק, און ממילא וויל מען קיינמאל נישט אויפהערן. די עבודה איז געווען א חלק פון זייער מהות און זייער מציאות, און זיי האבן עס קיינמאל נישט אפגעלאזט, ווייל זיי האבן געוואוסט אז די עצם ארבעט איז זיס און געשמאק, עס איז א תכלית פאר זיך אליינס, און מ'נעמט ארויס א סיפוק דערפון יעדע רגע.

דעריבער, ווען מ'גייט בויען א משכן, וְעָשׂוּ לִי מִקְדָשׁ וְשָׁכַנְתִּי בְּתוֹכָם, און ווי מיר ווייסן פון ספרים הקדושים, ושכנתי בתוכם איז טייטשט "בתוך כל אחד ואחד" אין די הארץ פון יעדער איד, דאס הייסט אז יעדער איד איז א משכן פאר זיך, און יעדער איינער איז א גוֹרֵם פאר די השראת השכינה אין משכן, ווי די ספרים זענען מבאר באריכות, אז דער אייבישטער רוהט נישט אין סתם א גשמיות'דיגע פלאץ פון האלץ און שטיינער, אדרבה, ס'איז נאר געווען די 'נדבת הלב' און די הארץ פון אידישע קינדער וואס איז אריין דארט, וואס דאס האט געגעבן די כוח און די חשיבות צום משכן. לערנט אונז די תורה וויפיל כוחות פלאג און יגיעה עס האט געדארפט אריינגיין אינעם משכן, כדי מיר זאלן לערנען פון דעם אז גענוי די זעלבע פאָדערט זיך פון אונז אלע ווען מיר ווילן אויפבויען אונזער אייגענעם משכן, ווען מיר ווילן אז אונזער הארץ זאל זיין א מקום וואס איז ראוי פאר השראת השכינה.

נאך מער פון דעם, חכמינו ז"ל לערנען ארויס די ל"ט מלאכות וואס מ'טאר נישט טוהן אום שבת, טאקע פון אונזער פרשה, און עס לערנט זיך פון די מלאכת המשכן, וואס די אלע מלאכות
האבן זיך אויסגעפעלט אנצוגרייטן די פארשידענע פאַרבן און סחורות וכדומה. וואס אז מיר וועלן זיך אביסל מתבונן זיין אין די מלאכות וועלן מיר זעהן וויפיל כוחות און האָרעוואניע עס גייט אריין אין יעדן איינציגסטן פרט. כדי צו האבן אביסל קאליר צו פארבן, האט מען געדארפט אקערן די ערד, איינפלאנצן די קרענדלעך, באוואסערן, שניידן, צוזאמקלויבן און אויפהויפענען, דרעשן, קלויבן, און אזוי ווייטער, מלאכה נאך מלאכה, טריט נאך טריט, וואס עס לערנט אונז אז גארנישט קומט נישט מיט איין מאל. יא אין אונזער וועלטל היינט גייען מיר אריין אין געשעפט און מיר קויפן א פארטיגע ברויט, אבער אז מיר זאלן נאר כאפן א בליק אין די ל"ט מלאכות און זעהן וויפיל ארבעט עס גייט אריין אין יעדע רעפטל ברויט, וויפיל כוחות עס קאסט ביז מ'זעהט די פירות דערפון. און דווקא דאס איז די הקדמה צו די פרשה פון מלאכת המשכן, ווייל נאר אזוי קען מען בויען א משכן, עס גייט נישט אזוי שנעל און גרינג, עס פעלט זיך אויס חָכְמָה, תְבוּנָה, דַעַת, וְלַחְשֹׁב מַחֲשָׁבֹת, וּבַחֲרשֶׁת אֶבֶן, וּבַחֲרשֶׁת עֵץ, און אזוי ווייטער נאך פארשידענע זאכן וואס די תורה רעכנט אויס.

און ווען מיר קומען דינען אלס בצלאל, ווען מיר ווילן אויפבויען און אהערשטעלן אונזער אייגענע משכן, דארפן מיר וויסן אז עס קומט מיט ארבעט, און נישט א שנעלע אדער איינמאָליגע ארבעט, נאר א שטענדיגע ארבעט, א שטענדיגע הארעוואניע, אבער א זיסע ארבעט, ס'איז געשמאק בעצם. ווייל ווען מ'ארבעט מיט א ציל אנצוקומען הויעך, צו שטייגן אין רוחניות און צו ווערן נענטער צו השי"ת, ווען מ'ארבעט מיט א ציל צו בויען א משכן לה' אין די אייגענע הארץ, איז די גאנצע וועג אהין פיל מיט סיפוק און געשמאק. און ניין, ס'גייט זיכער נישט געשען אין איין טאג, מ'גייט ארבעטן און ארבעטן וואכן, חדשים, און יארן, אבער נאר אזוי קען מען אנקומען צום ריכטיגן תכלית, הַזֹרְעִים בְּדִמְעָה בְּרִנָה יִקְצֹרוּ, מ'דארף טאקע אריינלייגן אסאך ארבעט, אבער צום סוף וועט מען אנקומען.

יעדע טריט וואס א מענטש טרעט אין די ריכטונג פון פארבעסערן די חינוך פון זיינע קינדער, די קשר מיט זיי, אדער פארבעסערן די שלום בית, אדער וואס עס זאל נאר זיין, ער זייעט איין קליינע קערנדלעך, ער ארבעט און ארבעט, יעדן טאג נאך א ברעקל, און ער גיבט נישט אויף, אדרבה, ער האט הנאה, און לייגט אריין מער צייט און מער קאפ צו טראכטן און אינזין האבן וואס מ'קען אלס פארבעסערן, דעמאלטס וועט ער זיך טרעפן אין א לעבן פון תענוג און פון געשמאקע עבודה. און ווי לאנג עס זאל נאר נעמען, לוינט זיך עס איהם און עס איז איהם גוט, ווייל ער ווייסט אז דאס איז זיין תפקיד און זיין תכלית, ער ארבעט א געשמאקע סארט ארבעט, א מלאכת הקודש וואס וועט ברענגן סייעתא דשמיא און השראת השכינה.

עס ווערט געברענגט פון צדיקים א טייטש אויף די ווערטער אין אנהייב פון אונזער פרשה "קְחוּ מֵאִתְּכֶם תְּרוּמָה לַה', כֹּל נְדִיב לִבּוֹ יְבִיאֶהָ אֵת תְּרוּמַת ה'", לכאורה וואס באדייט די לשון קְחוּ וואס איז טייטש 'נעמען' לכאורה וואלט געדארפט שטיין א לשון פון געבן, און בכלל פארוואס פעלט אויס אז ס'זאל שטיין 'מֵאִתְּכֶם' אוודאי זאלן די אידן נעמען פון זיך אליין, נאר פון וועמען דען זאלן זיי נעמען?. נאר די כוונה איז, אז יעדער איד האט געריסן שטיקער פון זיך, יעדער איד האט מנדב געווען דאס שענסטע און בעסטע וואס ער האט נאר פארמאגט, דאס וואס איז געווען די מערסטע באליבט ביי איהם, דווקא דאס האט ער מנדב געווען און אוועק געגעבן פארן משכן, און דאס איז טייטש "קְחוּ מֵאִתְּכֶם" נעמט פון זיך אליין א תְּרוּמָה לַה', רייסט שטיקער פון זיך, גיבטס אוועק מיט מסירות נפש פון זיך פארן אייבישטער. כֹּל נְדִיב לִבּוֹ "יְבִיאֶהָ" אֵת תְּרוּמַת ה', ברענגט אייער 'נדבת הלב' און זייט מקריב אייער הארץ פארן אייבישטער, יְבִיאֶהָ, ברענג איר, ברענג דיין הארץ אלס א תרומה לה'.

אסאך מאל נוצט מען טאקע א לשון פון 'רייסן שטיקער' אדער 'שינדן די הויט', וואס מיינט אבער נישט כפשוטו, עס מוז נישט דווקא זיין פּיינליך און ווייטאגליך, נאר לעניננו מיינט מען צו זאגן, אז א מענטש דארף זיין גרייט אויף א לאנגע עבודה, יא עס גייט דויערן צייט, איך גיי משקיע זיין אסאך כוחות, איך גיי מקיים זיין דעם 'קְחוּ מֵאִתְּכֶם' און איך גיי מקריב זיין א חלק פון זיך אליין פארן הייליגער באשעפער.

און אויב א מענטש גייט צו צו די גאנצע ענין מיט אזא ידיעה, עס איז קלאר ביי איהם אז זיינע מדריגות אין נדבת הלב גייען נישט קומען צו פליען אין איין סעקונדע, נאר ער גרייט זיך צו ארבעטן און ארבעטן אָן אויפהער, עס גייט זיין א שווערע ארבעט, שווער אבער געשמאק, שווער אבער זיס, שווער אבער מיט א הערליכע ציל און א תכלית וואו ער גייט אי"ה אנקומען מיט די צייט, דעמאלטס גייט ער טאקע מצליח זיין צום סוף בעזהשי"ת! ווייל ער אנערקענט אז די רעזולטאטן קומען נישט צו לויפן אין איין רגע, נאר עס איז א לענגערע השקעה וואס מ'דארף משקיע זיין און אינוועסטירן ביז מ'קומט אָן, און ער טוט עס, ער ארבעט אָן אויפהער נאך און נאך.

און אפילו אין אזא פאל וואו דער מענטש זעהט נישט קיין תוצאות, ער זעהט נישט קיין פירות פון זיין הארעוואניע, ער שפירט ווי ער גיבט און גיבט פון זיין הארץ, אבער די ארומיגע ארום איהם פילן עס נישט און זענען עס נישט מחשיב, דארף מען וויסן אז אין רוחניות איז נישט דא אזא זאך, יעדע ברעקל השתדלות און יעדע פעולה וואס א איד טוט, ווערט געזעהן אין הימל און ס'ברענגט פירות.

חכמינו ז"ל זאגן אין מדרש תנחומא אין אונזער פרשה, ראו קרא ה' בשם בצלאל וגו' מה צורך לחזור להזכיר כאן, אלא שנתן נפשו להקב"ה בשעה שבקשו לעשות את העגל, עמד כנגדם וגער בהם ועמדו עליו והרגוהו, אמר לו הקב"ה חייך אני פורע לך, פארוואס ווערט דערמאנט דא די נאמען פון בְּצַלְאֵל בֶּן אוּרִי בֶן חוּר מיט זיין גאנצע יחוס, נאר וויבאלד בצלאל האט זוכה געווען צו זיין גרויסקייט און זיין חכמה בלויז אינעם זכות פון זיין זיידע חור, חור האט זיך מוסר נפש געווען בשעת די חטא העגל, ער האט געוואלט צוריק האלטן די אידן פון זינדיגן, און די אידן האבן זיך קעגנגעשטעלט און מ'האט איהם געהארגעט רח"ל, האט דער אייבישטער איהם צוגעזאגט מיט א שבועה "חייך אני פורע לך" איך וועל דיר באצאלן! ווייל קיין שום מסירות נפש פון א איד גייט נישט לאיבוד, אז מיר זענען משקיע אין רוחניות, מיר ארבעטן און שטרענגן זיך אָן צו זיין גוט און ערליך, וועט דער אייבישטער באצאלן. חור האט מיט זיין מסירות נפש זוכה געווען צו א אייניקל ווי בצלאל וואס איז געווען גרויס און הייליג, בְּצֵל קֵל ער איז געווען אין די שאָטן פון השי"ת, אונז צו לערנען אז יעדע מסירות נפש פון א איד וועט מאכן א רושם און ס'וועט זיך אפצאלן.

ווי דער סלאנימער רבי זצ"ל זאגט אין זיין ספר נתיבות שלום, אויפן פסוק "וְהֵם הֵבִיאוּ אֵלָיו עוֹד נְדָבָה בַּבֹּקֶר בַּבֹּקֶר", עס איז רמז אויף יעדע ברעקל עבודה וואס א איד לייגט אריין, אפילו זיין דאווענען איז נאכנישט אויף א הויכע מדריגה, ביי השי"ת איז אבער חשוב אז ער קומט אינדערפרי אין בית המדרש, דאס אז ער שטייט אויף, דאס אז ער זאגט אביסל תהלים, אפילו דאס עצם אנקומען אינדערפרי איז אויך א נדבה להשי"ת און עס איז חשוב ביים אייבישטער.

דאס זעלבע איז מיט יעדע עבודה, יעדעס ביסל נדבת הלב וואס א איד טוט אין רוחניות, ער פראבירט צו ווערן בעסער און לעכטיגער, ער מאכט השתדלות, אין הימל איז עס חשוב און עס
מאכט א רושם, און ממילא וועט עס באצאלט ווערן. דער עיקר איז אז מיר זאל נישט שוואך ווערן אדער ווערן אפגעקילט אינדערמיט. מיר דארפן חזר'ען און געדענקן אז עס איז א לאנגע וועג צו גיין, ברעקל נאך ברעקל, שטיקל נאך שטיקל, אבער מיט א געשמאק, מיט א ברען און א האפענונג צו די שלימות וואס וועט נאכפאלגן בסייעתא דשמיא נאכן אריינלייגן די ריכטיגע כוחות. ובשם ה' נעשה ונצליח.

לסיכום געדענק:
• זאכן וואס געשעען שנעל, קורץ, און גרינג זענען נישט קיין ריכטיגע היילונגס מיטל.
• אנצוקומען צו א ציל און א תכלית פאָדערט זיך א לאנגע און שטייטע עבודה, עס איז אבער זיס און געשמאק.
• יעדע פעולה און השתדלות וועט מאכן א רושם, גארנישט גייט נישט לאיבוד.

א לעכטיגע שבת קודש!
זיך איינצושרייבן צו באקומען די "מיט א טיפערן בליק"
דורך אי-מעיל בעז"ה tiferenblik@gmail.com

דער אשכול פארמאגט 1 תגובה

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר