שמיני - געפילן אין די ערב פסח טעג

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
א שעפעלע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 376
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 9:19 am
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 163 מאל

שמיני - געפילן אין די ערב פסח טעג

שליחה דורך א שעפעלע »

בס"ד

א גוטן טייערע חבירים וידידים..!

מיר האלטן אין פרשת שמיני, ווי די תורה הקדושה דערציילט אונז, "וַיְהִי בַּיּוֹם הַשְּׁמִינִי" עס איז געקומען צו גיין די אכטע טאג, נאך די שבעת ימי המילואים, די זיבן טעג פון הכנה איידער מ'גייט באנייען דעם משכן און אנהייבן צו טוהן די עבודה אינעווייניג פאר השי"ת, ענדליך האט מען שוין זוכה געווען אנצוקומען צו אט די געוואלדיגע הויכפונקט, נאך די גאנצע תקופה פון מיה און פלאג וואס די אידן האבן געברענגט זייערע נדבות, נאכן בויען און צוזאמשטעלן די משכן, און נאכן טוהן די אלע עבודות און פעולות פון די זיבן טעג פון מילואים ווען אהרן מיט זיינע קינדער האבן זיך געמוזט אפשיידן פון זייערע הייזער, און קומען וויילן ביים אוהל מועד, און מאכן א הכנה בקדושה ובטהרה, און אהרן הכהן ווערט געזאלבט מיט די שמן המשחה צו זיין ראוי און קענען טוהן די עבודה. טאקע יעצט קומט צו גיין ראש חודש ניסן, דער 'יום השמיני' וואס איז גאר א חשוב'ע און הייליגע טאג (ווי רש"י ברענגט פון חז"ל אז די טאג האט געהאט צען ספעציעלע מעלות און ענינים פון שמחה פארוואס עס איז געווען אזוי לעכטיג און דערהויבן) און משה רבינו לאזט רופן אהרן הכהן מיט זיינע קינדער און די זקנים, און ער גיבט זיי איבער די סדר העבודה און די קרבנות וואס דארפן געברענגט ווערן אין דעם טאג.

למעשה ווייסן מיר אלע אז די המשך פונעם טאג האט זיך ליידער זייער נישט גוט אויסגעלאזט, אין אונזער פרשה ווערט דערציילט איבער די פטירה פון נדב ואביהוא, די צוויי הייליגע קינדער פון אהרן הכהן וואס האבן געוואלט אנטייל נעמען אין די גרויסע שמחה פון די חנוכת המשכן, און זיי האבן זיך דערנענטערט מער ווי מען האט געמעגט, זיי האבן געברענגט א 'אֵשׁ זָרָה' א פרעמדע פייער, וואס האט גורם געווען אז זיי זאלן פארברענט ווערן און נסתלק ווערן פון די וועלט רח"ל (וואס דאס איז א שמועס פאר זיך, העכערע זאכן אין וואס מיר האבן אינגאנצן נישט קיין השגה אין זייער גרויסקייט און אין זייערע מעשים). אט די צוויי קדושים אויף וואס חז"ל זאגן אז זיי זענען געווען ראוי צו קענען זיין די מנהיגי הדור נאך משה און אהרן, די צוויי צדיקים אויף וועמען עס איז געזאגט געווארן "בִּקְרֹבַי אֶקָדֵשׁ", אז השי"ת נאמען וועט ווערן געהייליגט דורך זיינע נאנטע מענטשן, זיי זענען נסתלק געווארן אין דעם טאג וואס וואלט געדארפט זיין די שפיץ שמחה און התרגשות ביי כלל ישראל.

און ווי מיר געפונען טאקע אין די פרשה אז מ'האט געמוזט פארברענען דער קרבן חטאת וואס איז געווען דער מוסף פון ראש חודש, ווייל אהרן הכהן מיט זיינע אנדערע צוויי זוהן אלעזר און איתמר האבן דאָך געהאט א דין פון א 'אוֹנֵן' וואס טאר נישט עסן קדשים.

די גאנצע זאך איז איין שטיק פליאה, וואס איז טאקע די פשט אז אזא גרויסע און חשוב'ע טאג איז פארוואנדלט געווארן אין א טאג פון טרויער און צער, און וואס וויל אונז די תורה הקדושה לאזן הערן דערמיט לדורות, פון דעם וואס דער יום השמיני האט זיך אויסגעפירט לכאורה בכלל נישט ווי געפּלאַנט, אין אונזער שפראך וואלטן מיר דאס אנגערופן 'עס איז געגאנעגן מיט'ן פִּיטָם אראפ', עס איז געווען פיל מיט צער און טרויער, ניטאמאל די קרבנות האט מען געקענט עסן ווי דער דין איז... עס קומט אונז זיכער עפעס לערנען.

נאר צום ערשט לאמיר כאפן א בליק אריין אין אונזערע הערצער, און זיך אויסשמועסן וואס עס טוט זיך אפ אינעווייניג ביי כמעט יעדער פון אונז שטייענדיג אין די טעג. מיר האלטן אין די דערהויבענע זמן צווישן פורים און חודש ניסן, די טעג פון די ד' פרשיות און הכנה צום גרויסן יום טוב פסח, יעדער איינער האט פארשידענע 'הֶרְגֵשִׁים' און מחשבות, איינער מאכט זיך א שטיקל א חשבון הנפש מיט צובראכנקייט אז ער האט געהאפט אז דער פורים וועט זיין מער דערהויבן, ער האט געוואלט מרגיש זיין א טעם אינעם יום טוב, אבער ס'איז עפעס נישט געגאנגען, איינער האט גראדע יא געהאט גאנץ א פיינע פורים, אבער ער איז באזארגט איבער דעם פסח, א דריטער איז סתם אזוי אנגעשטרענגט פון די 'הכנות' וואס גייען פאָר אין שטוב, מ'דארף מאכן פסח'דיג, עס קאסט אסאך געלט אריינצוברענגן דעם יום טוב, יעדער האט פארשידענע 'געפילן' לכאן ולכאן, וויאזוי מ'האט געוואלט אז זאכן זאלן זיך פירן, וויאזוי מ'וויל ס'זאל זיין יעצט, און וויאזוי ס'זאל אויסזעהן מארגן.

אבער איידער מיר קריכן אריין נאך טיפער און מיר 'צונעמען' די דאזיגע הרגשים אויף קליין געלט, לאמיר זיך אביסל מתבונן זיין אין די וועגן פון אונזערע רבי'ס און פון אונזערע צדיקים וואס האבן אונז געלערנט א יסוד נפלא.

מיר האלטן דאָך אין די טעג פון נאך פורים, לאמיר א מינוט אויפמישן צוריק אין די מגילה ווען המן האט געענדיגט שלעפן מרדכי הצדיק אויפן פערד, מיט די הערליכע בגדי מלכות, און ער האט אויסגערופן אין די גאַסן כָּכָה יֵעָשֶׂה לָאִישׁ אֲשֶׁר הַמֶּלֶךְ חָפֵץ בִּיקָרוֹ. די געפילן פון המן נאך די מעשה, ווייסט דאָך יעדער חדר יונגל, עס שטייט בפירוש אין פסוק וְהָמָן נִדְחַף אֶל בֵּיתוֹ אָבֵל וַחֲפוּי רֹאשׁ, המן קומט אהיים באגאסן און פארשמירט, צוקלאפט און פארשעמט, ער רופט צוזאם זיינע פריינט און רעדט זיך אויס דאס הארץ. אבער די געפילן פון מרדכי, דאס שטייט בכלל נישט, אדרבה די מגילה זאגט בלויז "וַיָּשָׁב מָרְדֳּכַי אֶל שַׁעַר הַמֶּלֶךְ" מרדכי קערט זיך צוריק צו זיין פלאץ, און ווי חז"ל דערציילן אונז וואו אהין ער האט זיך צוריק געקערט, לשקו ולתעניתו!, מרדכי הצדיק פייערט נישט זיין נצחון קעגן המן, מרדכי זיצט נישט מיט הנאה און איז זיך מתבונן ווי לעכטיג די היינטיגע טאג איז געווארן פאר איהם, ווי מ'קען שוין אנזעהן א שטיקל ישועה דורך די מפלה און דערנידערונג פון המן, ניין, דאס אלעס עקזיסטירט נישט יעצט ביי מרדכי, נאר ער לויפט צוריק ממשיך זיין מיט זיין תענית און זיינע תפלות פאר כלל ישראל.

פארוואס איז דאס אזוי?, דער תירוץ איז ווייל מרדכי הצדיק איז אויף א מיסיע! ער איז דא צו העלפן כלל ישראל און זיי ראטעווען פון די שלעכטע גזירה, ער מיט אסתר המלכה הייסן פאסטן און מתפלל זיין, און מרדכי הצדיק אינטערסירט נישט בכלל וויאזוי 'זיין' טאג איז געגאנגען, דאס אז ער אליינס האט זוכה געווען צו כבוד דורכ'ן קעניג איז דאָך נאכנישט קיין ישועה פאר די אידן, דאס אז המן האט זיך געדארפט בייגן פאר איהם איז נאכנישט די גרויסע שינוי לטובה אויף וואס גאנץ כלל ישראל שטייט און האפט. און ממילא האבן זיינע פריוואטע געפילן נישט קיין שום ווערד ווען מ'קוקט אויפן גרעסערן בילד אין וועלכע מרדכי הצדיק איז יעצט עוסק - צו העלפן די אידישע קינדער, און וואס ער שפירט ביי זיך איז בכלל נישט מעלה און מוריד, עס מאכט נישט קיין חילוק.

פון דארט לאמיר צוריק קומען אביסל צו אונזער פרשה, עס איז דא א שטיקל אור החיים הקדוש, וואס זאגט א דבר נפלא: לאמיר נישט פארגעסן אז אין דעם יום השמיני האט פאסירט א געוואלדיגע זאך, משה רבינו דארף דא גיין און איבערגעבן די כהונה גדולה פאר זיין ברודער אהרן. און ווי חז"ל זאגן אז באמת וואלט משה רבינו געדארפט זיין דער כהן גדול נאר ווען ער האט נישט געוואלט גיין קיין מצרים תיכף ביים ערשטן מאל ווען הקב"ה האט איהם געשיקט, איז עס דעמאלטס געווארן אוועק גענומען פון איהם און געגעבן געווארן פאר אהרן הכהן. און אט דא האלטן מיר ביי דעם טאג ווען משה רבינו דארף רופן אהרן הכהן מיט זיינע קינדער און זיי מכתיר זיין אלס די כהנים און זיי איבערגעבן די עבודה אין די הענט אריין. א זאך וואס וואלט לכאורה געדארפט זיין שטארק ווייטאגליך און פּיינפול פאר משה רבינו צו טוהן, ער גיבט אוועק א זאך וואס וואלט געקענט זיין זיינס...

געווענליך ווען א מענטש טוט אזא סארט שליחות, ער דארף טוהן א זאך וואס איז איהם נישט צום הארצן -זאגט דער אור החיים הקדוש- איז דא דריי זאכן וואס ער טוט, די ערשטע זאך איז אז 'ער שלעפט די פיס' און ער איילט זיך נישט עס צו גיין טוהן, ער קיין באשטיין אז ס'זאל פאסירן וואס שפעטער. די צווייטע זאך איז אז ער טוט עס ביסלעכווייז, א שטיקל אויף אמאל, ער זוכט נישט צו טוהן דאס גאנצע תיכף ומיד. און די דריטע זאך, ער טוט דאס בצנעה, באהאלטנערהייט, ער זוכט נישט אז די גאנצע שטאט זאל מיטהאלטן זיין עגמת נפש ווי ער פירט אויס א ווייטאגליכע שליחות.

אבער דא ביי משה רבינו זאגט אונז די תורה קלאר, אז עס האבן נישט עקזיסטירט קיין איינס פון די אלע הנהגות. די ערשטע זאך שטייט "וַיְהִי בַּיּוֹם הַשְּׁמִינִי" ווי נאר ס'איז געווארן דער יום השמיני, די זון האט אויפגעשיינט, און משה רבינו לויפט גלייך, "קָרָא משֶׁה לְאַהֲרֹן וּלְבָנָיו", ער רופט אהרן הכהן צוזאמען מיט זיינע קינדער, ער גייט זיי איבערגעבן די כהונה אלע אינאיינעם, צוזאמען אויף איין מאל, מ'גייט עס נישט צוטיילן און צושטיקלען און איבערלאזן חלקים אויף שפעטער. ווי אויך טוט דאס משה רבינו בפומבי, ער גייט ברבים, ער רופט "לְאַהֲרֹן וּלְבָנָיו וּלְזִקְנֵי יִשְׂרָאֵל", זאלן אלע זקנים דארט זיין און מיטהאלטן דעם גרויסן מעמד ווי ער גיבט איבער די כהונה פאר זיין ברודער מיט זיין משפחה. און ווי דער אור החיים הק' פירט אויס מיט זיין הייליגע לשון, "וזה יורה על שלימות הרצון לעשות רצונו יתברך וכפה הרגשותיו", אט דאס ווייזט אונז זיין שלימות'דיגע רצון און זיין גרייטקייט צו טוהן דער רצון השי"ת, און אויב דאס וויל דער אייבישטער פון מיר, דאן עקזיסטירן נישט מיינע אייגענע מענטשליכע הרגשים, ס'איז נישט דא א זאך וואס פּאַסט מיר נישט אדער איך וויל עס נישט טוהן, נאר איך וועל אלעס טוהן פלינק און שנעל בשלימות, וכפה הרגשותיו!, ער האט 'באצווינגן' און איינגעבויגן זיינע אייגענע געפילן און זיך אינגאנצן מבטל געווען צום רצון השי"ת.

און צום לעצט, האבן מיר דאך אהרן הכהן אליינס, ווער נאך ווי אהרן הכהן האט כופה געווען און איינגעהאלטן זיינע מענטשליכע הרגשים, ווען עס האט פאסירט אזא צרה ווען זיינע צוויי הייליגע קינדער זענען נפטר געווארן, זאגט אונז די תורה הקדושה "וַיִדֹם אַהֲרֹן!" אהרן הכהן האט געשוויגן, ווי דער אסטראווצער גאון זי"ע האט געטייטשט 'וידום' איז א לשון פון א 'דוֹמָם' אזויווי א שטיין! ווייל יעדע בריה אין די וועלט קען מען זעהן א שינוי אויף דעם ווען עס ווערט געטשעפעט און וויי געטוהן (אפילו א צומח, א געוויקס, אויב מ'רייסט איהם ארויס אדער מ'צוקוועטשט עס, וועט עס קאליע ווערן און אויפהערן וואקסן, אויסער א דומם, א שטיין בלייבט ממש אָן קיין שום טויש אפילו מ'צוטרעט איהם און מ'צוקלאפט איהם) אט דאס האט אהרן הכהן דא באוויזן, ער האט איינגעהאלטן יעדע ברעקל צער און טרויער, ווי א מלאך אלקים האט ער באוויזן איינצונעמען זיינע מענטשליכע געפילן, און מקבל זיין די יסורים באהבה.

וואס דאס אלעס לערנט אונז די איינע און זעלבע יסוד, ווען עס קומט צו טוהן דעם רצון השם, דעמאלטס איז נישט דא קיין מקום פאר פריוואטע געפילן. און ממילא די קושיא וואס מיר האבן פריער געפרעגט און זיך געוואונדערט וואס איז טאקע די פשט אז די גרויסע און הייליגע יוֹם הַשְׁמִינִי איז איבערגעדרייט געווארן צו א טאג פון טרויער און צער, און וואס וויל אונז די תורה לערנען מיט דעם, איז בכלל נישט קיין קושיא. ווייל אין אונזער קליינע שכל טאקע קוקט עס אויס ווי א ירידה, ווי א דורכפאל, א טאג וואס האט זיך בכלל נישט אויסגעארבעט לויט'ן פלאן, דאס איז אבער נאר ווילאנג מ'שפירט די אייגענע הרגשים, ווילאנג מיר האבן געהאט ערווארטונגען, מיר האבן זיך געראכטן אויף א הערליכע חנוכת הבית, אויף א דערהויבענע מעמד, און צום סוף זענען מיר געווארן אנטוישט ווייל ס'האט נישט געקלאפט, ס'האט זיך נישט אויסגעארבעט לויט אונזערע רצונות און חלומות. אבער אין די אויגן פון משה רבינו, אהרן הכהן, מרדכי הצדיק, אין די אויגן פון אונזערע רבי'ס דארט איז נישט דא קיינע ערווארטונגען! זיי זענען אינגאנצן בטל ומבוטל צום רצון השי"ת, און נישט קיין חילוק וואס עס פאסירט אינדערמיט, סיי צום גוטן און סיי צום בייזן ח"ו, ווייסן זיי די גאנצע צייט איין זאך, מיר זענען דא צו טוהן דעם רצון ה' און דינען דעם אייבישטער, און וויאזוי ער שטעלט אויס די זאך און אויף וועלכע וועג ער זאל עס נאר פירן, זענען מיר ווייטער עבדים נאמנים צו איהם, מיר טוען וואס ער פארלאנגט פון אונז אין יעדן מצב, אפגעזעהן פון אונזערע קליינע הרגשים.

בדרך רמז קענען מיר צולייגן, באלד נאך די מעשה פון מיתת שני בני אהרן, געפונען מיר אין אונזער פרשה די איסור פון שְׁתּוּיֵי יַיִן, אז א כהן טאר נישט טוהן די עבודה ווען ער האט געטרינקן וויין, ווי עס שטייט אין פסוק וַיְדַבֵּר ה' אֶל אַהֲרֹן לֵאמֹר, יַיִן וְשֵׁכָר אַל תֵּשְׁתְּ וגו', און ווי חז"ל זאגן האט אהרן זוכה געווען אז השי"ת זאל רעדן צו איהם דייקא און איהם איבערגעבן די מצוה, דאס איז געווען א שכר אויף זיין שווייגן, א שכר אויף וַיִדֹם אַהֲרֹן. לכאורה וואס איז די קשר צווישן דאס שווייגן פון אהרן הכהן מיט די איסור פון טוהן די עבודה אנגעטרינקן?, נאר לויט ווי מיר שמועסן שטימט עס וואונדערליך, ווייל אהרן הכהן האט אונז געוויזן דעם וועג אז מענטשליכע געפילן קומען נישט אריין ביים טוהן דעם רצון השי"ת, וואס אט די זעלבע זאך איז מרומז אין די איסור פון טרינקן וויין ווען מ'גייט טוהן די עבודה. וויין סימבאליזירט די ענין פון רגש און שמחה, ווי דוד המלך זאגט אין תהלים וְיַיִן יְשַׂמַח לְבַב אֱנוֹשׁ, וויין דערפרייט דעם מענטש אין זיין הארץ, וואלט געווען א מקום צו טראכטן אז דאס איז די בעסטע הכנה איידער מ'גייט אריין טוהן די עבודה אין בית המקדש, דער כהן זאל ארבעטן אויף זיינע הרגשים, ער זאל פרואוון זיך אריינצולייגן אין א מצב פון שמחה און דערהויבנקייט פון זיין זייט כדי ער זאל שפירן א טעם און א זיסקייט אין די עבודה, אויף דעם לערנט אונז די תורה אז ניין, די מענטשליכע געפילן קומען אינגאנצן נישט אריין דא! די גשמיות'דיגע שמחה און דערהויבנקייט וואס דער כהן וועט מרגיש זיין, איז בכלל נישט קיין חלק פון די עבודה, ווייל דינען דעם אייבישטער דארף מען אין יעדן מצב, נישט קיין חילוק אויב דאס הארץ שפירט יא אדער נישט, נישט קיין חילוק אויב מ'איז פרייליך אדער אנגעצויגן, אונזער תפקיד איז אלעמאל צו זיין אין א מצב פון "כפה הרגשותיו", אוועקלייגן די אייגענע געפילן אין א זייט און טוהן וואס דער אייבישטער פארלאנגט, בלויז ווייל עס איז רצון ה', אפילו ווען מיר זענען נישט בשמחה, און אפילו ווען מיר זענען נישט מרגיש די לעכטיגקייט און די מתיקות.

און דאס איז א לימוד און א מוסר השכל פאר אלע דורות, פארשטייט זיך אז מיר זענען גאר ווייט פון די הויכע און הייליגע מדריגות וואס ווערן דא אויסגערעכנט, אבער אויף אונזער דרגא און אונזער פארנעם איז דאס אונז אלע נוֹגֵעַ. ווען מיר זענען סאלדאטן אינעם אייבישטער'ס ארמיי דעמאלטס קענען מיר נישט קוקן אויף 'זיך' און וויאזוי 'מיר' פערזענליך שפירן אין דעם זמן, ווייל עס האט נישט מיט אונז! עס האט בלויז מיט'ן טוהן דעם רצון השי"ת, און מיר זענען גרייט דאס צו טוהן אויף יעדן אופן, ווייל דאס פארלאנגט זיך פון אונז יעצט.

און די זעלבע איז לגבי די אלע הרגשים וואס מיר האבן פריער דערמאנט, אמאל קלערט מען אז די פורים איז נישט געווען ווי עס דארף צו זיין, די שבת איז נישט געלונגען, דער יום טוב האט נישט געקלאפט, מיינע טעג זענען אנגעצויגן, דאס איז אלעס איז נאר ווילאנג מ'איז פארנומען מיט זיך און מ'וויל 'זיך' צופרידנשטעלן, ווייל מצד דעם אייבישטער איז בכלל נישט קיין נפקא מינא אונזערע הרגשים, אדרבה, פון הימל וויל מען אז מיר זאלן טוהן דעם רצון ה' אפילו אין א מצב פון נסיון, אפילו ווען ס'גייט עפעס נישט, דאס הארץ איז פארמאכט, די געפילן זענען נישט דא, איז דאס אונזער עבודה דעמאלטס, צו זיין א געטרייע קנעכט וואס טוט וואס מען הייסט איהם אין יעדן פאל און אין יעדן אופן.

הג"ר נח וויינבערג זצ"ל האט אמאל אין איינע פון זיינע שמועסן געזאגט גאר א טרעפליכע געדאנק, און ער האט דערציילט ווי פאלגענד: ס'איז אמאל געווען א יונגערמאן, לאמיר איהם אנרופן ראובן, וואס האט אלס געהאט א שטרעבן צו ווערן אן עושר, צו זיין א איש מוצלח מיט א גרויסע פארמעגן, ער האט געהאט א אפיס און ער איז טאג און נאכט געווען פארנומען מיט מאכן אינוועסטמענטס און משקיע זיין אין פארשידענע פראיעקטן וואס וועלן ברענגן די געוואונטשענע רווחים פאר איהם און פאר אלע מענטשן וואס האבן איינגעלייגט געלט ביי איהם.

דארט אינעם זעלבן בנין, מיט עטליכע שטאקן ארויף, איז געווען די אפיסעס פון א בארימטער ביליאנער, א מיטל יעריגער איד מיט'ן נאמען שמעון, א איד וועמען ראובן האט שטענדיג ארויפגעקוקט און מקנא געווען אין זיין הארץ, וועלנדיג אנקניפן באציאונגען מיט איהם, האפנדיג אז אויך אין איהם זאל זיך אנקלעבן אביסל פון די רייכטום און די גוטע מזל פון שמעון.

ויהי היום, ראובן באגענגט דעם מאגנאט שמעון אינעם עלעוועיטאר פונעם בנין, און שמעון באגריסט איהם שיין און זיי כאפן א קורצע שמועס צווישן זיך. דער ערנערגישער ראובן נוצט אויס די געלעגנהייט און שטעלט זיך פאָר פארן עושר, ער זאגט איהם אז ער איז א טויגליכע אינוועסטער, ער ארבעט טאג און נאכט, ער איז פארנומען פיר און צוואנציג שעה אינעם טאג צו מאכן זיכער אז אלעס קלאפט, ער שוויצט אויף זיינע השקעות, ער רייזט ארום די וועלט, וכו' וכו', און ער ווארפט אריין א שטיקל רמז אז ס'וואלט כדאי געווען פארן הויכגעשעצטער ביליאנער אביסל צו אינוועסטירן ביי איהם, ווייל לויט די כוחות וואס ער לייגט אריין זענען די רווחים גאר גרויס און כמעט פארזיכערט...

נאכן זיך געזעגענען הייבט אויף ראובן זיינע אויגן צום הימל, און ער האפט אז די השתדלות וואס ער האט נארוואס געמאכט זאל טאקע עושה פירות זיין און ברענגן גוטע רעזולטאטן, ער האפט אז ער האט געמאכט א גוטע רושם אויפן ביליאנער שמעון, און אז ער וועט נישט פארגעסן פון איהם, און איהם גאר צוּווארפן אין די נאנטע צוקנפט א פעט ביינדל צו קענען פארדינען דערביי.

עס נעמט נישט לאנג, און איין טאג באווייזט זיך ביים שוועל פון ראובנ'ס אפיס איינע פון די געטרייע ארבייטער פונעם ביליאנער שמעון בכבודו ובעצמו, ער איז געקומען פארשלאגן א 'דיעל' אין נאמען פון זיין רייכן בעל הבית. ראובנ'ס הארץ האט כמעט פארפעלט א קלאפ פון גרויס התרגשות, ווייזט אויס אז דער ביליאנער האט טאקע נישט פארגעסן פון איהם. ער זעצט אוועק דעם שליח און וואַרט צו הערן וואס ער האט צו זאגן. דער שליח הייבט אָן צו זאגן ווי פאלגענד, "מיין בעל הבית וויל שליסן מיט די א געשעפט אין ווערד פון צוואנציג מיליאן דאלער"... ראובנ'ס אויגן זענען שיעור ארויסגעפאלן פון די לעכער, אויף אזאנס האט ער זיך זיכער נישט געראכטן, אבער ער וואַרט צו הערן וואס נאך איז אלס אריינגערעכנט אין דעם עסק, און דער שליח זעצט פאָר, מיין בעל הבית זאגט אז צווישן אנדערע האסטו איהם דערציילט אז דו האסט בליעה"ר אכט קינדער אין שטוב, נו, ער וואלט זייער געוואלט אפקויפן דיין יונגסטע קינד פאר צוואנציג מיליאן טאלער! מיין בעה"ב שמעון האט ליידער קיינמאל נישט זוכה געווען צו קינדער, און ער קלערט שוין לאנג פון אדאפטירן א זוהן, און ער שפירט אז דאס וואלט געווען גאר א גוטע געשעפט פאר דיר...

אויב ראובנ'ס אויגן זענען נאך ביז יעצט נישט ארויסגעפאלן, האט עס אויסגעזעהן ווי יעצט גייט עס געשען. "וואס? ביסט אויפן קאפ געפאלן? וואס מיינסטו, איך וועל פארקויפן מיין קינד?", הער מיך אויס זאגט דער שליח, ס'איז נישט אזא שלעכטע געשעפט ווי די מאכסט עס, דו ביסט דאָך א פארנומענער מענטש, דו האסט געזאגט אז דו ארבעטסט סייווי טאג און נאכט, די ביסט אין אפיס כמעט פיר און צוואנציג שעה א טאג, דו רייזט ארום די וועלט, האסטו דאָך סייווי נישט קיין צייט צו פארברענגן און הנאה האבן פון דיינע קינדער, דאגעגן מיין בעל הבית איז א עלטערע מענטש, א רייכע באזעצענער מענטש, ער וועט געבן פארן קינד א אמת'ע חיים טובים, ער וועט זיך אפגעבן מיט איהם, ער וועט איהם געבן וועלכע סארט חינוך דו וועסט נאר פארלאנגן, די בעסטע חברותות און מלמדים, וכו' וכו', און אין די זייט פארדינסטו נאך צוואנציג מיליאן...

די מאדנע שמועס האט זיך נישט געצויגן צופיל ווייטער, ווייל ביי א געוויסע פונקט האט ראובן ממש ארויסגעווארפן דעם שליח פון זיין אפיס, און איהם געהייסן אויפהערן צו רעדן זיינע נארישקייטן.

איבעריג צו זאגן אז דאס האט אבער איבערגעלאזט ראובן נאכדעם מיט א שטארקע ציפ אין הארצן, יענער איז דאך גערעכט, איך בין קיינמאל נישט אינדערהיים, איך געב זיך נישט אפ מיט מיינע קינדער, איך האב נישט קיין צייט צו זיי... אוי וויי, תיכף ומיד מאכט ער אפ ביי זיך א פעסטע החלטה, אז שוין מארגן וועט ער נעמען א 'דעי אָפ' פון די ארבעט, ער מוז שוין און שנעל גיין זיך אפגעבן אביסל מיט זיינע לעכטיגע טייערע קינדער (פאר וועמען ער האט מוותר געווען אויף צוואנציג מיליאן דאלער!). מיט א שמחה קומט ער אהיים יענעם טאג און איז מודיע פאר זיין ווייב אז מארגן אינדערפרי גייט ער ארויסנעמען די צוויי קליינע קינדער אין פארק און פארברענגן מיט זיי דעם טאג. און כך הוה, צומארגענס הייבט ער אן דעם טעג מיט א פרישקייט, מ'גייט פארברענגן מיט די קינדער, ער נעמט זיי צו א שפיל פלאץ, און זיין הארץ קלאפט מיט תענוג, ער האט די זכיה צו פארברענגן מיט זיינע קינדער וואס ער וועט קיינמאל נישט אויפגעבן פאר קיין געלט אויף די וועלט.
ווי לאנג מיינט איר האט דאס אנגעהאלטן?! אפשר א האלבע שעה, ווייל פלוצלינג זענען די קינדער געווארן אומרואיג, דער האט געוואלט אהערגיין און דער האט געוואלט אהינגיין, ער האט געדארפט נאכלויפן, טראגן אין בית הכסא, געבן צו טרינקן, דאס קינד האט זיך שמוציג געמאכט פון א טשאקאלד, און אזוי ווייטער, ער האט געפילט ווי מער קען ער דאס שוין נישט באווייזן, ער רופט זיין ווייב צו הילף און זאגט אז ער מוז פשוט צוריק גיין אין אפיס, ווייל דאס איז פשוט נישט פאר איהם...

ראובן קומט צוריק אין אפיס, אבער ער איז אינגאנצן צומישט און צובראכן, ער ווייסט נישט וויאזוי צו מאכן סדר פון די לעצטיגע געשעענישן מיט איהם. פון איין זייט האט ער דאָך באמת ליב זיינע קינדער אהבת נפש, און ער וואלט זיי נישט אוועקגעגעבן פאר כל הון דעלמא, אבער פון די צווייטע זייט האט ער נישט באוויזן צו קענען פארברענגן מיט זיי מער ווי עטליכע מינוט ביז ער איז נערוועז געווארן, איז וואס גייט דא פאָר? וואס איז די אמת מיט איהם?! האט ער זיי יא ליב אדער נישט?!
האט רבי נח זצ"ל געזאגט, די תירוץ איז איין זאך, ראובן מיינט אז נחת פון די קינדער איז נאר ווען זיי זענען שיין און ריין און האלטן זיך אין די ראַמען, אין זיין קאפ האט ער געהאט אזא 'הנחה' און א געוויסע בילד וויאזוי זיסע און לעכטיגע קינדער דארפן צו אויסקוקן, און ממילא אין די מינוט וואס זיינע ערווארטונגען ווערן נישט מקויים, פלוצלינג דערזעהט ער פאר זיך ווילדער קינדער, קינדער וואס לויפן און טאנצן ארום און זיצן נישט איין, קינדער וואס זענען פארשמירט פון קאפ ביז פיס, דאס שטימט עפעס נישט מיט זיין 'נחת בילד' וואס ער האט פאָראויס געמאלן אין זיין קאפ, און ממילא האט ער נישט קיין געדולד צו זיי, דאס זענען נישט די צוואנציג מיליאן דאלער'דיגע קינדער פון וואס ער האט גע'חלומ'ט.

אויב אבער זאל ראובן נעמען די מיה און די שכל צו 'טוישן דעם בילד' אין זיין קאפ, צו וויסן און פארשטיין ביי זיך אז קינדער וואס ווילדעווען ארום און ווערן שמוציג דאס איז אויך א חלק פון די נחת, און יא, עס באלאנגט אזוי, עס איז נארמאל אז קינדער טוען די אלע זאכן, און דאס אלעס איז א חלק פון זייער אויפציאונג, און אדרבה, עס וואלט געדארפט זיין א תענוג און א הנאה ביי איהם צו קענען שטיין און באטראכטן די קינדער ווי זיי האַקן א טאג און ווי זיי געבן זיך אויס, דעמאלטס וואלט ער עס געקענט דערהייבן און ער וואלט עס באמת געטוהן מיט א פארגעניגן! ער דארף נאר אנערקענען אז אויך די זייט פון די מטבע איז א טייל פונעם 'פעקעדזש' וואס איז ווערד ביי איהם מער ווי צוואנציג מיליאן דאלער, און דעמאלטס וועט ער מער נישט האבן קיין טענות ומענות, ער וועט נישט נערוועז ווערן דערפון!

ווי וויכטיג און חשוב זענען די ווערטער, ועכשיו ביותר, ווען מיר שטייען אין די טעג פון ערב פסח, אין יעדע אידישע שטוב ארבעט מען שווער, מען פראבירט צו רייניגן פון חמץ, מען פראבירט אנצוגרייטן א יום טוב, אבער יא, קינדער זענען קינדער, זיי וועלן אריינטרעטן וואו מ'דארף נישט, זיי וועלן שמוציג מאכן, און ס'איז לַאן דווקא אז זיי גייען איינזיצן ביים סדר.

ווי א חשובער אדם גדול האט אמאל געזאגט א גוט ווארט, אז די חורבן פון אונזער יום טוב איז די 'קאלארינג ביכלעך' פון אונזערע קינדער! ווייל אינעם ביכל זעהט מען ווי יעדער איינער העלפט מיט א שמייכל, יעדער פאלגט טאטע און מאמע, די סדר טיש איז שיין און ציכטיג און יעדער זיצט איינגעלייגט און וואויל, איין בילד איז שענער ווי די צווייטע. און דעריבער ווערט ביי אונז אזא בילד אין קאפ וויאזוי דער סדר טיש דארף אויסקוקן, מיר האבן גרויסע ערווארטונגען פון זיך און פון די קינדער. אבער ווען עס קומט למעשה, אוי, ווען עס קומט למעשה, ווען מ'הייבט קוים אָן די סדר און ס'האט זיך שוין אויסגעגאסן א בעכער וויין, און איין קינד האט שוין געוויינט, און איין קינד האלט נישט ביים איינזיצן, און מ'הייבט אָן צו שפירן פרעשור ווייל די נייע פארפאלק איז אויך דא, און ווער רעדט נאך אויב די מצות האבן זיך צובראכן וכדומה... עס שטימט דאָך נישט מיט'ן הערליכן בילד וואס מ'האט ערווארטעט, דער מענטש ווערט צובראכן און 'דיסעפוינטעט' מיט זיך אליין.

און ס'איז נישט נאר לגבי די קינדער אדער גשמיות'דיגע איבערקערענישן וואס פאסירן, דאס איז נאר געווען א משל פארשטייט זיך. דאס זעלבע איז מיט אלע אונזערע הרגשים און דערהויבנקייטן וואס מיר ווילן שפירן. מיר האבן ערווארטונגען, ווייל פאַריאָר איז געווען בעסער, ווייל נעכטן איז געווען בעסער, ווייל אמאל פלעג איך יא שפירן א טעם. אבער ווי געזאגט, די עבודה פון א איד איז צו זיין א עבד נאמן צו השי"ת אין אלע מצבים אפילו ווען מען שפירט נישט, אפילו ווען ס'דארף זיין "כפה הרגשותיו" ווי דער אור החיים הקדוש זאגט, אפילו לויט מיינע אייגענע געפילן פיל איך בכלל נישט קיין טעם אדער א מתיקות אין וואס איך טוה. עס ווענדט זיך נאר אין אונז, אויב מיר וועלן אפמאכן מיט א שטארקע החלטה ביי זיך אז מיר זענען גרייט אויף אלעם, און אויב די טעג פון ערב פסח זענען אנגעצויגענע און שווערע טעג איז דאס אלעס א חלק פון די עבודה, אזוי איז באשערט און אזוי דארף עס צו זיין, דעמאלטס גייט מען צו דערצו מיט אן אנדערע בליק, מ'ווערט נישט צובראכן אדער נערוועז דערפון. (און די זעלבע איז לגבי די קינדער, אויב מ'ווייסט אז ס'באלאנגט אזוי אז די קינדער זענען אינדערהיים און דרייען זיך אונטער די פיס און מאכן שמוציג, מ'דערהערט אז עס איז אלעס נכלל אין דעם טייערן און זיסן פעקל וואס איז ווערד איבער צוואנציג מיליאן דאלער...)

הכלל, דאס איז וואס מיר לערנען און דערהערן דא, אפילו ווען מ'פילט נישט די דערהויבנקייט אין די לופטן, און אפילו ווען די רגש גייט נישט ווי געפלאנט ווערט מען נישט צובראכן און מ'לאזט נישט נאך פון די עבודת ה' צוליב דעם. אין אנדערע זמנים פילסטו א בעסערן טעם? לעצטע יאר איז געווען בעסער? הכל ריוח, דאנק דעם אייבישטער וואס ער האט דיר דעמאלטס געשאנקן די מתנה אז דו האסט געשפירט א טעם, אבער דאס אז דו שפירסט נישט יעצט איז גארנישט מְשַׁנֶה אין דיין עבודה, עס האט נישט צו טוהן מיט וואס מ'פילט יא אדער נישט, מיר דארפן זיך אנשטרענגן נאכצוגיין די פיסטריט פון אונזערע וועג ווייזער פון די צדיקי הדורות וואס לערנען אונז אז עס האט גארנישט מיט אונז, אלעס איז בלויז די דבר ה' און די רצון ה'.

לסיכום געדענק:
• דינען דעם אייבישטער דארף מען אין יעדן מצב, נישט קיין חילוק אויב דאס הארץ שפירט יא אדער נישט.
• די איסור פון שְׁתּוּיֵי יַיִן לערנט אונז אז די גשמיות'דיגע שמחה און דערהויבנקייט וואס מ'איז מרגיש, איז נישט קיין חלק פון די עבודה.
• עס ווענדט זיך אין אונז, מיר דארפן נאר טוישן דעם בילד אין קאפ און בעזר ה' זוכה זיין צו אלע השפעות טובות.

א לעכטיגע שבת קודש!

זיך איינצושרייבן צו באקומען די "מיט א טיפערן בליק"
דורך אי-מעיל בעז"ה tiferenblik@gmail.com

דער אשכול פארמאגט 1 תגובה

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר