פראטעסטן אין עיר התורה מאנסי

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
חאניאק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 31
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 9:10 pm
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5 מאל

פראטעסטן אין עיר התורה מאנסי

שליחה דורך חאניאק »

עס איז שוין לאנג באקאנט פאר די נוא יארקער אידנטום אז צווישן די צענדליגער טויזענטער אידישע איינוואוינער אין עיר התורה מאנסי, געפונען זיך א הייפעלע ערליכע אידן, מענטשן וועלכע האבן שוין געוויזן פארן פאלק א זיין דערשרעקן זיך נישט פון קיינעם נאָר פון איין איינציגער הייליגער באשעפער!
עיר התורה מאנסי איז געשאנקן מיט אידן פון אלע סארט פראקציעס חסידישע ליטווישע און אריינגערעכנט ספרד׳ישע תימנ׳ישע מאדערענע, און דינט אלץ ערי מקלט פאר די בּאָקעס, דערפאר איז נישט מער ווי יושר אז אונזער הייפעלע ערליכע מקדשי שם שמים אידן געפונען זיך אין מאנסי צוצוגעבן פאר די קאליר וואס פאסט נישט מער ווי אריין.

עס טוט זיך שוין לאנג צווישן די מאנסי אידן אויב מען זאל זיי שטיצן, קודם זענען זיי נישט מוחה אויף געוויסע פערצעס,
אביר למעשה טוען זיי נאך א נאנד זיך לאזן הערן קעגן ציונות, חינוך, אינטערנעט, צניעות, און פערצעס וואס פלאגט לעצטנס די אידישע אידנטום ווי צום ביישפיל: שמאלע הויזן, אויפגעריסענע אדווערטייזמענטס, לאנגע אייזקרים, הויכע שטריימל.

די אידן זענען למעשה די איינציגסטע וואס שרייען, וויאזוי קען מען ארויסווייזן הכרת הטוב און געבן חיזוק פאר אונזערע הייפעלע?

דער אשכול פארמאגט 21 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר