פסח - די טיפקייט פון חירות

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
א שעפעלע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 378
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 9:19 am
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 164 מאל

פסח - די טיפקייט פון חירות

שליחה דורך א שעפעלע »

בס"ד

א גוטן טייערע חבירים וידידים..!

ס'גלייבט זיך נישט, אבער פסח איז שוין דא! די לאנגע עיבור-יאר איז אדורך געלאפן ווי אַן אויגן בליק, קוים וואס מ'כאפט זיך דאס אטעם, די טעג, די וואכן, גייען גאר שנעל און אט שטייען מיר שוין געציילטע טעג פארן הייליגן יום טוב פסח, די הכנות גייען אָן מיטן פולסטן ברען. פון הימל קוקט מען אראפ מיט שטאלץ ווי טייער זענען די אידישע קינדער, די אידישע טאטעס און מאמעס, וויפיל הארץ, ארבעט, קאפ און מוח, ווערט אריין געלייגט אין דעם הייליגן יו"ט, וויפיל צדקה וחסד ווערט פארטיילט צווישן אונז ברידערלעך 'משפחת כלל ישראל', און מיר האפן און בעטן אז נאך דאס יאר זאלן מיר זוכה זיין אויף דעם וואס מיר ווארטן שוין אזוי לאנג, צו קענען שחט'ן דעם קרבן פסח, ונאכל שם מן הזבחים ומן הפסחים.

טייערע ברידער, דער הייליגער יו"ט איז א שפאן אוועק, די ליל הסדר וואס איז געקריצט ביי אונז אין נשמה, די נאכט אין וועלכע כלל ישראל איז געבוירן געווארן, ווי דער פסוק זאגט לֵיל שִׁמֻרִים הוּא לה'... לְכָל בְּנֵי יִשְׂרָאֵל לְדֹרֹתָם, ס'איז פאר אלע דורות די נאכט וואס מיר גייען ארויס פון אונזערע אייגענע גלות'ן, די אלע אותות ומופתים וואס הקב"ה האט אונז געוויזן אין מצרים קומט אריין אין מחשבה און ס'רופט אויס מיט א קלארקייט: "ה' הוא אלוקים ואין עוד מלבדו".

לאמיר נישט זיין נאריש און לאזן די טעג אדורך גיין אומזיסט, ס'איז א צייט וואס אונזערע זיסע קינדערלעך און בני משפחה זיצן מיט אפענע הערצער און ווארטן צו הערן פון אונז אמונה בטחון און חיזוק, ס'איז דער נאכט וואס מיר פרעגן דעם מה נשתנה?! (ווי עס ווערט גע'פסק'נט אז אויב איז נישט דא ווער ס'זאל פרעגן, דארף מען זיך אליין פרעגן), מיר מאכן אויף די אויגן און פרעגן טאטע לעבן! א גאנץ יאר לעבן מיר אין א מצב פון שעבוד, מיר זענען אונטערדריקט, דער אידעלע איז פאריאגט און פארפלאגט בכלל ובפרט, אבער היינט נאכט טוען מיר כל מיני זאכן וואס דערמאנען אונז פון חירות, דער איד שטעלט זיך אפ פונעם טעגליכן געלויף און ברענגט ארויס כל מיני לעכטיגע סימני חירות, ד' כוסות, אכילת מצה, אכילת אפיקומן, אמירת הלל און פיל נאך, מיר שפירן א מעין פון פרייהייט, א מעין פון אמת'דיגע חירות, און דער איד בענקט פאר נאך... ער בעט זיך טאטע זיסע ווי אזוי קען איך מיט נעמען פון די חירות אז ס'זאל מיט מיר בלייבן אויף א גאנץ יאר?!

דאס איז אונזער ארבעט במשך די אכט טעג, צו באגיסן 'זיך' און די בני משפחה מיט אמונה בה', בטחון, שמחה, און ישועה. לאמיר זיך צוזאמען אויסשמועסן עטליכע נקודות וואס איז כדי ארויס צו נעמען פון אזא גרויסע יו"ט, וכל המרבה לספר הרי זה משובח...

הלל והודאה
ווי באקאנט איז פסח דער איינציגסטער יו"ט וואס 'ביינאכט' גלייך נאך מעריב זאגן מיר הלל שלם אין בית המדרש ברוב עם, וואס כאטש בעצם איז עס א צייט ווען מען יאגט זיך אהיים, ווי ס'איז דער מנהג ישראל צו מאכן שנעל קידוש 'כדי די קליינע קינדער זאלן נישט איינשלאפן', און כאטש ס'איז א נאכט וואס אט גייט מען באלד ביים סדר זאגן און זינגען דעם הלל, דאָך שטעלט מען זיך אפ און מען זאגט הלל מיט א ברען, פרעגט זיך די שאלה, פארוואס טאקע? בפרט אויב זאגט מען שוין הלל ביים סדר, פארוואס זאגן מיר עס צוויי מאל איינס נאכן צווייטן?
מה נשתנה?

מיר פרעגן דעם מה נשתנה, און באמת אז מען איז זיך מתבונן באמערקט זיך אז די שאלות זענען גאנץ פשוט און פראקטיש, "אלע נעכט פון א גאנץ יאר עסן מיר חמץ און מצה, אבער היינט אויפדערנאכט פון פסח עסן מיר נאר מצה", "אלע נעכט פון א גאנץ יאר עסן מיר פארשידענע גרינצייגן אבער היינט אויפדערנאכט פון פסח איז א מצוה צו עסן מרור" און אזוי ווייטער.
אבער ווען ס'קומט צום תירוץ, ווערט עס פלוצלינג גאנץ קאמפלעצירט און גארנישט אזוי פשוט, מיר פאַנגען אָן מיט עבדים היינו און מיר ציען זיך אריין אין א לענגערע שמועס פון אונזער גאנצע היסטאריע, ווי חז"ל זאגן אונז "מתחיל בגנות ומסיים בשבח", וואס דאס ברענגט אונז צום שאלה אז אויב דאס קינד (אדער אונזער אייגענע אינערליכע קינד) פרעגט מיט פשטות, וואלטן מיר דאך געדארפט ענטפערן מיט א פשטות, א קלארע און לייכטע תירוץ, נו אויב אזוי לאמיר פארשטיין וואס איז דער תירוץ?!

פיוט דיינו
איינע פון די שטארקע פיוטים און ניגונים וואס מיר זינגען ביים סדר איז די הייליגע ניגון "דיינו", אילו... דיינו, אילו... דיינו, וואס לכאורה דארף מען פארשטיין, וואס איז דער געדאנק פון זינגען 'ווען נישט' – דיינו וואלט אויך גענוג געווען, ס'איז אסאך פשוט'ער און געשמאקער צו זינגען און ארויסברענגען אלע חסדים וואס מיר האבן 'יא' זוכה געווען, פארוואס פאנגען מיר נישט אָן דעם פיוט מיט דעם על אחת כמה וכמה?

מהלך המחשבה
שמועסנדיג פון דעם נישט און דעם יא, באמת באמערקן מיר במשך דעם גאנצן סדר אט דעם געדאנק, ס'גייט אהין און צוריק, מיר פאנגען אָן דעם הייליגן סדר מיט קדש וואס דארט דערמאנען מיר דעם ענין פון 'זמן חירותינו' – מיר מאכן א זכר אויף פרייהייט, אבער קורצליך דערנאך גייען מיר אריבער צום סימן פון מרור וואס איז א זכר אויף די ביטערע צער און פלאָגעניש, אפילו שפעטער ווען מען האלט שוין אט אט ביי שלחן עורך עסן מיר גלייך פארדעם די מרור, וואס דאס לאזט אונז איבער פארוואונדערט, וואס דארף זיין די מהלך המחשבה במשך פון דעם סדר, חירות אדער עבדות? און באמת 'מצה' אליינס פארמאגט אויך אין זיך ביידע כוונות, פון איין זייט עסן מיר עס אנגעלאנט אלץ א זכר לחירות און פון די צווייטע זייט איז עס א לחם עוני – ארימע ברויט? לאמיר זיך פארטיפן און בעזר ה' זוכה זיין ארויסצונעמען די ריכטיגע חיזוק און הדרכה פאר אט דעם קומעדיגן יו"ט און אוודאי האפן מיר אז ס'זאל מיט אונז פארבלייבן.
דער תירוץ איז...

הגאון רבי ישראל זאב גוסטמאן זצ"ל איז אמאל געגאנגען שפאצירן צוזאמען מיט זיינע תלמידים, ווען אינמיטן האט דער ראש ישיבה זיך אפגעשטעלט און געזאגט פאר זיינע תלמידים אז ער דארף ערגעץ צוגיין. פארשטייט זיך אז עטליכע תלמידים זענען אים נאכגעגאנגען, זייענדיג נייגעריג וואס זייער רבי פלאַנט צו טוען.

די תלמידים זענען געגאנגען פונדערווייטנס און געזען ווי הרב גוסטמאן גייט צו צו א פלאנצונג פון בלעטלעך און ער באוואסערט עס מיט א געוואלדיגע ערנסטקייט. ווען דער ראש ישיבה האט געענדיגט באוואסערן די בלעטלעך זענען די תלמידים צוגעגאנגען און געפרעגט, "רבי, פארוואס האט אויסגעפעלט אליין צו באוואסערן די בלעטלעך, מיר וואלטן עס דאך געקענט טון אנשטאט דעם רבי'ן?"
"הערט אויס וואס איך וועל אייך דערציילן," האט רב גוסטמאן זיי געענטפערט. "בעפאר דעם צווייטן וועלט מלחמה בין איך געגאנגען אמאל אין וואלד מיט הגאון רבי חיים עוזר גראדזענסקי זצוק"ל, און אינמיטן וועג האט ער זיך אפגעשטעלט און מיר געוויזן, דעם גראז און די סארט בלעטל קען מען עסן, ס'איז א געזונטער געוויקס. מיר זענען ווייטער געגאנגען און ווידער האט ער זיך אפגעשטעלט און געוויזן, יענעם גראָז זאלסטו חלילה נישט נעמען אין מויל ווייל ס'האט גיפט אין זיך. און אזוי האט ער מיר געגעבן פארשידענע אנווייזונגען פונקטליך וועלכע גראזן מ'קען עסן און וועלכע נישט."
"איך האב דעמאלט נישט פארשטאנען, און זיך גאר געוואונדערט פארוואס רבי חיים עוזר לערנט מיר אויס די אלע זאכן," דערציילט ווייטער הרב גוסטמאן פאר זיינע תלמידים. "אבער יארן שפעטער האט אויסגעבראכן די וועלט קריג, און איך האב מיך געטראפן אליין אין א וואלד, אנטלויפנדיג פון די נאציס ימ"ש. איך האב נישט געהאט וואס צו נעמען אין מויל, איך האב זיך געטראפן ארומוואנדערן פון איין גראז צום צווייטן און פלוצלינג האב איך זיך דערמאנט וואס רבי חיים עוזר האט מיר אויסגעלערנט, וועלכע גראזן צו עסן און וועלכע חלילה נישט, און טאקע אזוי בין איך געבליבן ביים לעבן און כ'האב זוכה געווען צו ווערן געראטעוועט פון א זיכערע טויט רח"ל"...

הרב גוסטמאן האט אויסגעפירט: אוודאי וואלט איך אייך געקענט בעטן צו וואסערן די בלומען, אבער פאר אייך וואלט עס געווען א 'פשוטע' פעולה פון וואסערן בלומען, נישט עפעס ספעציעל, אבער פאר מיר איז דאס גאנץ א צווייטע מציאות, "פאר מיר איז עס וואסערן דער בלעטעלע וואס האט מיר געהאלטן ביים לעבן אין מיינע שווערסטע מינוטן, דערפאר וויל איך אליין באוואסערן דעם בלעטל און ארויסברענגען מיינע טיפע געפילן און הרגשים פון הכרת הטוב פאר דעם געוואוקס!"

פון די מעשה דערהערן מיר גאר א טיפע יסוד, צומאל קענען מיר טוען געוויסע זאכן און ס'איז גאנץ א פשוטע פראקטישע ארבעט, אבער צומאל קען מען זיך אפשטעלן און טוען אט די זעלבע זאך, אבער מיט אביסל מחשבה, מ'לייגט צו קאפ צו פארשטיין וואס ליגט אונטער דעם, און פלוצלינג דערהערט דער מענטש אז איך טו נישט סתם, דאס הארץ מיינע איז אנגעפילט מיט הכרת הטוב, איך פארשטיי
און דערהער אז אט דער בלעטל האט מיר געגעבן חיות, ס'איז א חלק פון מיין מציאות און דעמאלטס וואסערט זיך גאנץ אנדערש!

השתא עבדי
ווען ס'קומט צו אונזער טעגליכע עבודת ה' איז עס גאר ענדליך, זייער אסאך מאל מאכט זיך אז מיר טוען און פירן זיך ריכטיג בעזרת ה', דער איד שטייט אויף און פראבירט צו דינען השי"ת דאס בעסטע וואס ער קען, ער לויפט און קומט, און די טאג גייט פארביי איינס צוויי, אבער ווען מען געבט זיך נאר א קליינע שטעל אפ פון די טעגליכע געלויף שפירט זיך גלייך וויפיל ס'פעלט אונז, די עמקות, די טיפקייט און פארשטאנד.

ס'איז פאר קיינעם קיין סוד אז מיר לעבן היינט אין א וועלט וואס איז אזוי פאריאגט און פארפלאגט, ס'איז א וועלט פון השתא עבדי, מיר זענען אין מצרים ממש, וואס דאס איז א לשון פון "מיצר-אונטערדרוקט", מיר האבן נישט קיין צייט א מינוט'קלע פאר א מחשבה, אביסל התבוננות, און אלס א דירעקטע תוצאה טרעפן מיר זיך אין א מצב וואס מיר באוואסערן דעם בלעטל, די הענט רוקן זיך טאקע און פירן אויס זייער ארבעט, אבער אָן קיין ברעקל מחשבה אדער התבוננות, מיר האבן פשוט נישט די צייט צו כאפן אז ס'האט עפעס שייכת מיט מיר פרעזענדליך.

די פסוק זאגט אז בשעת משה רבינו איז געקומען צו כלל ישראל איבער געבן די גוטע בשורה אז אט קומט דער ישועה האבן זיך די אידישע קינדער נישט צוגעהערט וְלֹא שָׁמְעוּ אֶל מֹשֶׁה מִקֹּצֶר רוּחַ וּמֵעֲבֹדָה קָשָׁה, זייענדיג פארזינקן אין די טעגליכע יאגעניש און קורצע אטעם האבן זיי פשוט נישט געקענט דערהערן די ווערטער פון משה רבינו, ביז בורא עולם האט אונז מיט רחמנות ארויסגעשלעפט פון דארט, וַיּוֹצִאֵנוּ ה' מִמִּצְרַיִם בְּיָד חֲזָקָה וּבִזְרֹעַ נְטוּיָה. אט דער מצב שפילט זיך איבער יערליך ווי די ספרים הקדושים זאגן אונז, די טעגליכע געלויף און געיעג ברענגט אונז כסדר צו א מצב פון 'לא שמעו', וואס דאס מיינט אז מיר זענען ליידער פארשטאָפּט און דערהערן נישט, אמת ברוך ה' אז מיר זענען נישט אונטערדרוקט מיט עבודת פרך אין מצרים, בחסדי ה' לעבן מיר א גוטן טאג, אבער דער מציאות פון מיצר-אונטערדרוקט גייט אָן, עס נעמט אוועק די מנוחה פון זיך אפשטעלן און זיך מתבונן זיין, פון מאכן א שטיקל חשבון הנפש פון וואו קום איך און וואו אהין גיי איך?! און ממילא פארשטייט זיך אז דאס נעמט אונז אוועק די אמת'ע טיפע געפילן און הרגשים וואס מיר וואלטן געדארפט שפירן פון די טעגליכע עבודת ה'.

זמן חרותינו
האט אבער אונזער געטרייע טאטע אבינו שבשמים אונז געגעבן א געוואלדיגע מתנה, דעם דערהויבענעם יום טוב פסח, ווי מיר אלע ווייסן אז די יו"ט רופט זיך אויך מיטן נאמען "זמן חרותינו", און זי האט דעם כוח משפיע צו זיין פארן מענטש אמת'ע חירות-פרייהייט, און נישט נאר אויפן מינוט, נאר א חירות וואס פארבלייבט אויף א גאנץ יאר.

פסח איז דער אפשטעל פונעם איד, ס'איז דער יו"ט אין וואס מיר זענען זיך מתבונן אז באוואסערן דאס בלעטל איז נישט נאר א 'פעולה' וואס מיר טוען, נאר עס איז אונזער גאנצע מציאות, עס איז דער בלעטל וואס האלט און טוט אונז כסדר האלטן ביים לעבן. און וואס דאס מיינט פראקטיש גערעדט, אז מיר זיצן אינעם דרייווערס זיץ אבער מיר זענען אויפן וואַך צו האבן די אויגן צום שפיגעל צו באמערקן וואס טוט זיך פון אונטער אונז, דאס לעבן פארט טאקע, צוביסלעך גייען טעג פארביי, אבער אנשטאט לאזן עס אריבער גיין מיט א פשטות זענען מיר זיך מתבונן און וואס ס'קומט פאר אונטער אונז, ווער שטייט אונטער מיר, ווער האלט מיר און ווער האט געהאלטן מיינע עלטערן?!

ווען מיר קוקן צוריק אויף כלל ישראל'ס היסטאריע, אנגעפאנגען פון אונזערע אבות הקדושים און וואס ציעט זיך טאקע ביז אונזערע איייגענע טעג, ווערט דאס הארץ אנגעפולט מיט הכרת הטוב, ווייל וואו מען זאל נאר כאפן א בליק באמערקט זיך וויפיל שווערע נסיונות און שוועריגקייטן כלל ישראל איז אריבער, ווי מיר זאגן אין די הגדה "שבכל דור ודור עומדים עלינו לכלותנו והקב"ה מצלינו מידים" ווי מער מיר זענען זיך מתבונן, ווי מער דער אידעלע טראכט אריין אז ס'איז נאר חסדי ה', ס'איז אלעס בלויז רחמים וחסדים וואס העלפט אונז אויף טריט און שריט, טוט זיך דאס הארץ אנפילן מיט טיפע געפילן פון הכרת הטוב, דאס הארץ ווערט איבערגענומען מיט דאנקבארקייט צו הקב"ה, און דעמאלטס באוואסערט מען גאר אנדערש, דעמאלטס זעהט אויס אונזער עבודת ה' גאר אנדערש, ווייל ס'גיסט זיך פון הארץ ארויס, ס'פליסט איבער מיט רגש און געפיל פון הכרת הטוב!

הכרת הטוב!
אין ספר החינוך (מצוה ה' - מצות שחיטת הפסח) ווערט דאס טאקע מבואר אלס שורש און יסוד פון דעם גאנצן יום טוב. ווי דער חינוך שרייבט בזה הלשון: משרשי מצוה זו, כדי שיזכרו היהודים לעולם הנסים הגדולים שעשה להם השם יתברך ביציאת מצרים. די גאנצע תכלית פון די שחיטת הפסח איז צו געדענקען און אנערקענען די גרויסע נסים און וואונדער וואס השי"ת האט געטון צו אונז ביים ארויסגיין פון מצרים. אט דאס איז דער יסוד פונעם גאנצן ליל הסדר אנצופילן די הארץ פון זיך און פון אונזערע קינדער מיט געפילן פון הכרת הטוב, אויסשמועסן און ארויסברענגן די געוואלדיגע מתנות וואס מיר האבן און טוען כסדר באקומען פון הקב"ה.

אין אמת'ן איז דאס אפענע פסוקים, ווי עס שטייט (שמות יג, ח) וְהִגַּדְתָּ לְבִנְךָ בַּיּוֹם הַהוּא לֵאמֹר בַּעֲבוּר זֶה עָשָׂה ה' לִי בְּצֵאתִי מִמִצְרָיִם. אביסל פריער אין די פסוקים (שמות יג, ג) זאגט דאס משה רבינו פאר כלל ישראל ארויסברענגענדיג דעם זעלבן נקודה: וַיֹּאמֶר מֹשֶׁה אֶל הָעָם זָכוֹר אֶת הַיּוֹם הַזֶּה אֲשֶׁר יְצָאתֶם מִמִּצְרַיִם מִבֵּית עֲבָדִים כִּי בְּחֹזֶק יָד הוֹצִיא ה' אֶתְכֶם מִזֶּה וְלֹא יֵאָכֵל חָמֵץ. עס איז א חיוב אויף אונז, "זכור" מיר מוזן געדענקן אונזער אדורכגאנג, די שווערע תקופה אין מצרים און די פרייליכע ענדע צום סוף ווען מיר זענען אויסגעלייזט געווארן מיט נסים ונפלאות, מען דארף דאס אריינבאקן אין זיך און דאנקען דערויף. און אט די הכרת הטוב איז דער ציל וואו מיר דארפן אנקומען דורך דעם יו"ט, ווייל ווי מער מיר געדענקן פון וואו מיר קומען, ווי מער מיר באקענען זיך מיט אונזער אייגענע היסטאריע טוט דאס אנפילן אונזערע הערצער מיט הרגשים און רצונות צו וויסן און געדענקן אז אונזער עבודת ה' איז נישט סתם געטוען, נאר ס'איז אונזער גאנצע מציאות, ס'האלט אונז ביים לעבן.

פסח איז די צייט וואס מיר זיצן מיט זיך און מיט די בני משפחה, און פאר גאנצע אכט טעג טוען מיר אויסשמועסן און דערציילן די געוואלדיגע חסדי ה', די פילע אותות ומופתים אנגעפאנגען פון טאקע די מעשה אין מצרים, און דאס ציעט זיך שוין דור נאך דור דער איד'ס לעבן איז א שטיק נס גלוי, אונזער הייליגע טאטע האלט אונז, טראגט אונז, און פירט אונז אויף טריט און שריט, ה' הוא האלקים ואין עוד מלבדו, אין לנו על מי להישען אלא אבינו שבשמים, ווי מער מיר דערהערן דעם יסוד, ווי מער מיר זענען זוכה אריין צו גיסן דעם יסוד אין די הערצער פון אונזערע קינדערלעך אלץ מער ווערט דאס הארץ איבערגענומען מיט געפילן פון שמחה און הודאה, דער איד נעמט זיך דאנקן און לויבן אָן אויפהער, ס'שרייט זיך ארויס דעם אשרינו מה טוב חלקינו, ווי גליקליך זענען מיר צו זיין דער עם הנבחר, די קינדער וואס אבינו שבשמים האט אויסדערוועלט!

דערמיט דערהערן מיר א לעכטיגע טעם אין אונזער מנהג ישראל תורה צו זאגן הלל תיכף נאך מעריב, ווייל ווי קען א איד ווארטן ביז'ן סדר ווען דאס הארץ איז מרגיש געפילן פון הכרת הטוב קען מען זיך נישט איינהאלטן, די שמחה איז עד אין לשער און דאס הארץ נעמט זיך דאנקן און לויבן השי"ת, און ס'שרייט זיך ארויס א שבח והודאה צו השי"ת אז מיר זענען זוכה צו דעם טיטל פון בני בכרי ישראל!
דער הייליגער רמב"ם אין ספר משנה תורה (הלכות חמץ ומצה פ"ז ה"א׳) פַּסק'נט דאס אלס הוראה פאר יעדן אידישן שטוב: מצות עשה של תורה לספֵּר בנסים ונפלאות שנעשו לאבותינו במצרים בליל חמשה עשר בניסן, עס איז א מצות עשה צו דערציילן די ניסים ונפלאות וואס איז געטון געווארן צו אונזערע עלטערן פסח אויפדערנאכט, שנאמר אזויווי עס שטייט אין פסוק 'זכור את היום הזה אשר יצאתם'.
ווייטער (הלכה ו') שרייבט ער: בכל דור ודור חייב אדם להראות את עצמו כאילו הוא בעצמו יצא עתה משעבוד מצרים, אין יעדן דור דארף זיך א מענטש פאָרשטעלן כאילו ער איז יעצט ארויס פונעם שעובד און שווערע ארבעט פון מצרים, שנאמר אזויווי עס שטייט אין פסוק 'ואותנו הוציא משם'. ועל דבר זה צווה הקב"ה בתורה 'וזכרת כי עבד היית' כלומר כאילו אתה בעצמך היית עבד ויצאת לחירות ונפדית.
ווען מיר דערהערן דעם נקודה אז די גאנצע עבודה אין די יעצטיגע טעג איז צו געדענקן און אריינקריצן אין הארץ די פילע חסדי ה' און זיך אנפילן מיט הכרת הטוב, לעבט זיך די גאנצע פסח-נאכט מיט אַן אנדערע בליק, מיר דערהערן אז אט אויף דעם נאכט גייען מיר ארויס פון אונזערע אייגענע גלות'ן, און מיר זענען זוכה צוריק אריין צוברענגן אין אונזער טעגליכע לעבן געפילן פון אמונה, בטחון, שמחה, און דביקות, און עס שרייט פון זיך אליינס ארויס 'ייש"כ באשעפער פארן "אונז" ארויסנעמען פון מצרים'.

וכל המרבה לספר
ווי מער מ'וועט זיך אריינלייגן אין דעם מצב, ווי מער מיר דערציילן, און מיר טוען ארויסברענגן די חסדי ה' ווערט עס צוביסלעך מער און מער א חלק פון אונזער טעגליכע לעבן, וואס וועט אונז בעזר ה' טראגן צום ציל וואס דאס איז א לעבן פון הכרת הטוב, דאנקען און לויבן הקב"ה פון טיפעניש פון הארץ אויף די געוואלדיגע און אפענע חסדים וואס 'מיר' האבן און טוען כסדר מיטלעבן.

פלוצלינג זענען מיר זוכה צו שפירן די גאולת מצרים וואס פארמאגט סיי די פיזישע גאולה – מעבדות לחירות, און נאך מער אויף די רוחניות'דיגע גאולה, פון די מ"ט שערי טומאה רח"ל צו א גענצליכע חירות, צו זיין מענטשן וואס זענען געבענטשט מיט תורה און מצוות. איבריג צו זאגן, מיט וויפיל הארץ דער איד לויפט דינען השי"ת און טוען א מצוה ווען זיין נפש ישראל גיסט איבער מיט געפילן פון שמחה און

הכרת הטוב!
דערמיט דערהערן מיר לעכטיג דעם ליל הסדר. מיר האבן פריער געפרעגט וואס איז דער מהלך המחשבה במשך דעם נאכט, חירות אדער שעבוד? ווי מיר שמועסן איז עס גאנץ פשוט - די צוויי זענען געקניפט און געבינדן, ווי מער מיר געדענקן די ביטערע צער און יסורים וואס מיר זענען אריבער, "ווי מער מיר דעהערן ווי ווייט פארזינקן כלל ישראל איז געווען, אלץ מער חירות זענען מיר מרגיש", און דאס איז טאקע די עבודה, "זכור" געדענק! פארגעס נישט די אלע פיינונגען וואס די אידישע קינדער זענען אריבער און ווי הקב"ה האט אונז ארויסגענומען מיט א שטארקע האנט, און אט דאס שפילט זיך אויס במשך דעם גאנצן סדר, די מחשבות און געפילן וואס קומען ארויף ביים מענטש זיך דערמאנענדיג פון די שעבוד און זיך פארשטעלנדיג דער מצב פון אונזערע עלטערן, דאס איז וואס ברענגט ארויס די הודאה, און דאס מאכט אז די הלל זאל זיין מיט די גאנצע הארץ.

פון די אנדערע זייט האבן מיר א פרעה וואס ער איז ממש דאס פארקערטע, ער טוט כסדר פארגעסן, עס האט נישט גענומען לאנג פון ווען ער האט געזעהן די אפענע יד ה' און צוגעזאגט אז ער לאזט שוין ארויס די אידן, ביז ער האט עס גענצליך פארגעסן, ער האט שוין נישט געדענקט וואס ער האט געזאגט, משא"כ מיר אידן ווייסן אז 'אין שכחה לפני כסא כבודך', אונזער חיוב איז צו געדענקען די חסדים און דאס מאכן א חלק פון אונזער מציאות... און דעריבער הייבן מיר טאקע אָן דעם סדר מיט 'הא לחמא עניא', וואס דאס ברענגט ארויס די ארימקייט; די עניות וואס מען האט דארט געליטן. אבער פון דעם צווייטן זייט קען דאס אויך טייטשן 'שעונין עליו דברים הרבה', מ'זאגט אויף דעם אסאך לויבונגען פיל מיט אמונה. מיר קאכן אין די צוויי קעגנזייטיגע געפילן כדי צו ערוועקן שטארק און ריכטיג די אמת'ע הכרת הטוב וואס עס פארלאנגט זיך און אונז.

עבדים היינו - מו"ר הגאון רבי יצחק דוב קאפעלמאן ראש ישיבת לוצערן זצ"ל פלעגט זאגן פשט אויף דעם 'עבדים היינו' אז מיר זאגן דערמיט א תירוץ ווי פאלגענד, "קנעכט זענען מיר געווען, און א עבד פרעגט נישט קיין קשיות!". בפשטות איז די כוונה דערפון אז מיר אידישע קינדער זענען עבדי ה' און דערפאר פרעגן מיר ניטאמאל, ווייל א עבד פרעגט נישט.

אבער באמת לויט ווי מיר שמועסן, קענען מיר גאר דערהערן אין די ווערטער פונעם ראש ישיבה ז"ל עפעס אסאך טיפער. היות מיר זענען עבדים, און די הלכה ביי עבדים איז דאך אז דער האַר דארף אים פארזארגן מיט אלע זיינע געברויכן, [על כל פנים ביי אן עבד עברי געפונען מיר אויף אזוי ווייט, די הלכה איז אז אויב דער האַר האט נאר איין קישן וכדומה, דארף ער דאס אוועק געבן פארן קנעכט], דעריבער פרעגן מיר נישט קיין קשיות וויל מיר זענען גענצליך רואיג מיט דאס וואס השי"ת טוט מיט אונז, וויסענדיג אז דער אויבערשטער אונזער גרויסע געטליכער האַר זוכט נאר אונזער טובה, און פירט אונז נאר צו פלעצער וואו אונז וועלן ארויסגיין פון דארט מיט רווחים.

אט דאס איז די פשוט'ע תירוץ וואס מיר דערהערן און ענטפערן פסח ביינאכט, כִּי לִי בְנֵי יִשְׂרָאֵל עֲבָדִים עֲבָדַי הֵם אֲשֶׁר הוֹצֵאתִי אוֹתָם מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אֲנִי ה' אֱלֹקֵיכֶם – ווי מער מיר קוקן צוריק אויף אונזער היסטאריע, ווי מער מיר געדענקן און חַזֶרן זיך איין ווער מיר זענען, און וויפיל חסדים גדולים אבינו שבשמים טוט כסדר מיט כלל ישראל, אלץ קלארער ווערט פאר די אויגן אז ס'עקזעסטירן מער בכלל נישט קיין שאלות, דער איד דאנקט און לויבט און בעט כסדר דעם תפילה וואס מיר זאגן סוף הלל "אנא ה' הושיעה נא" טאטע העלפט אונז ווייטער, ווייל מיר ווילן כסדר נאר ווייטער קענען דאנקן און לויבן!

אמר ליה פטרתן מלומר מה נשתנה
באמת שטייט דאס אלעס בפירוש אין חז"ל. די גמרא (מסכת פסחים דף קטז.) ברענגט א מעשה: אמר ליה רב נחמן לדרו עבדיה רב נחמן האט געפרעגט פון זיין קנעכט וואס האט געהייסן דָרוּ, עבדא דמפיק ליה מריה לחירות ויהיב ליה כספא ודהבא, א קנעכט וואס זיין האַר באפרייט אים לחירות, און ער געבט אים נאך צו א מתנה פון גאלד און זילבער אויך, מאי בעי למימר ליה וואס דארף דער עבד זאגן פאר זיין האַר? אמר ליה האט ער אים געזאגט בעי לאודויי ולשבוחי ער דארף אים דאנקן און לויבן דערויף. א"ל פטרתן מלומר מה נשתנה האט רב נחמן אים צוריק געזאגט, אז מיטן ענטפערן דעם תירוץ ביסטו שוין פטור פון זאגן 'מה נשתנה', ופתח ואמר, ער האט תיכף אנגעהויבן צו זאגן עבדים היינו.

לערנענדיג די גמרא פרעגט זיך, פארוואס פעלט אויס דעם פְּרַט אינעם משל אז דער עבד באקומט אויך גאלד און זילבער, לכאורה ווערט דער נמשל ארויסגעברענגט זייער גוט אפילו אָן די איבריגע חלקים, די עיקר געדאנק דארף ארויסגעברענגט ווערן אז ער איז געווארן באפרייט און אויסגעלייזט, און אויף דעם אליינס וואלט ער שוין געשפרינגען פאר שמחה און געדאנקט און געלויבט זיין האַר, ווי קומט די גאלד און זילבער אריין?

דער פשט קען מען פארשטיין, מיט א משל וואס ווערט געברענגט אין די ספרים הקדושים, לאמיר זאגן אז ראובן האט אַן ארבעטער שמעון, ויהי היום ראובן לאזט רופן דעם שמעון און זאגט אים, אהובי ידידי ס'איז צייט זאלסט גיין, אבער נישט חלילה ווייל דו ביסט נישט גוט וכדומה, פונקט פארקערט, איך שפיר אז דו ביסט שוין 'צו גוט' פאר מיר, און ס'איז צייט זאלסט גיין עפענען דיין אייגענעם געשעפט, און דערצו געבט ער אים א ריזן סומע געלט, אט גיי שפרינג אריין אין א גוט געשעפט.

יארן גייען פארביי און ב"ה שמעון האט שטארק מצליח געווען, און איין טאג מאכט זיך אז איינער רופט דעם שמעון זיך נאכפרעגן אויף זיין אלטע בעל הבית ראובן, און צווישן די פילע שאלות פרעגט יענער, "איז שמעון א פיינער מענטש?", זיכער! שרייט שמעון צוריק. "געב מיר א משל", בדרך כלל וועט שמעון דערציילן די צווייטע חלק מעשה, אז ביים עפענען דעם געשעפט האט ער אים געגעבן גאר אסאך געלט, אבער ער וועט נישט צוריק גיין אזוי ווייט צו דערציילן אז לכתחילה איז ער גאר געווען אַן ארבעטער ביי יענעם וכדומה, ווייל ס'איז דער מנהג העולם אז דער מענטש פארגעסט און געדענקט נאר די לעצטיגע זאכן, וד"ל.

דאס זעלבע איז מיט אונז כלל ישראל לגבי בורא עולם, דער אויבערשטער טוט מיט אונז אזוי סאך, אבער מיר מענטשן זענען בוחר צו פארגעסן. פארשטייט זיך אז ווען מיר האבן עפעס א אויסטערלישע לעצטיגע השחה פרטית רעדן מיר דערפון אבער צוריק צו גיין צו אונזער ארגינעלע היסטאריע און אריין אטעמען די טיפע נסים ונפלאות, אט דאס שפירט זיך ווייט... קומט רב נחמן און פרעגט פונעם עבד א דאפעלטע שאלה, סיי די חלק פון חירות און סיי די חלק פון גאלד און זילבער, און אז מען איז מדייק באמערקט זיך די לשון פונעם קנעכט דרו ווי ער ענטפערט צוריק א דאפעלטע לשון "לאודויי ולשבוחי" - ער דארף אים 'דאנקען און לויבן', הודאה איז אויפן עבר פון וואו ער קומט, אויף דעם וואס ער האט אים באפרייט פון זיין עבדות, און אויך לויבן אויף די גוטס וואס ער האט אים נאך צוגעגעבן. האט רב נחמן געזאגט אויב אזוי דארף מען שוין נישט זאגן 'מה נשתנה', ווייל דאס איז דער יסוד פון דער נאכט, געדענקען ווער מיר זענען געווען און וואס מיר זענען געווארן, און חלילה קיינמאל פארגעסן ווי דערנידערט און פארשקלאפט מיר זענען געווען און הקב"ה האט אונז נישט נאר ארויסגענומען נאר דערהויבן צו ווערן דעם עם סגולה.

אז מיר דערהערן דאס אלעס ביז אהער, לאמיר גיין א טריט טיפער. אין ספר החינוך (מצוה טז) איז דא א יסוד וואס ער קאכט זיך אריין אין דעם. דארט רעדט מען אז עס איז אסור צו צעברעכן א ביין פונעם קרבן פסח, און ער ערקלערט די טעם פונעם מצוה: "מען טאר נישט צעברעכן אין נאכט פון פסח קיין שום ביין פונעם קרבן פסח, וויבאלד דעמאלס זענען מיר געווארן א הייליג און אויסדערוועלטער פאלק, און ווי מער מיר אנערקענען אז מיר זענען בני מלכים, א שלימות'דיגע כלל ישראל, דארפן מיר זיך אנהייבן אויפפירן אזוי, און ס'פאסט נישט פאר א בן מלך צו צוברעכן ביינער".

און פון דעם נקודה ברענגט דער חינוך אריין א יסודות'דיגער שמועס, וואס איז בעצם די א-ב פון א אידיש קינד, אז עס זאל נישט קומען א מענטש און זאגן אז 'פאר מיר וועט עס נישט שאטן', אויב מ'וועט זיך נישט פירן ווי עס פאסט, ווייל אז מ'וועט זיך פירן ביליג, וועט עס האבן א השפעה, ווייל 'אדם נפעל כפי פעולותיו' וכו'. (עס איז שטארק כדאי צו לערנען די חינוך אינעווייניג).

בעצם איז אינטערעסאנט פארוואס דער חינוך האט אויסגעקליבן אויסצושמועסן דעם גאנצע ענין פון בן מלך און וואס עס פאסט פאר א אידיש קינד, פונקט דא ביי הלכות קרבן פסח? אבער לויט ווי מיר שמועסן, קען מען זייער גוט פארשטיין פארוואס דווקא דא איז די ריכטיגע פלאץ דערפאר, ווייל ווי איז דען פארהאן א בעסערע פלאץ ארויסצוברענגן דעם פאקט אז ישראל קדושים הם, און מיר האבן א חוב קדוש זיך צו פירן ווי בני מלכים, ווי ווען מען זיצט פסח ביינאכט און מיר געדענקן די אלע נסים ונפלאות וואס הקב"ה האט מיט אונז געטוען, ס'איז דווקא אין דער צייט ווען מ'דארף זיך אריינלייגן אין מחשבה אז מיר זענען געווען קנעכט און מיר זענען בס"ד באפרייט געוווארן, דווקא דא קען מען רעדן דאס פאקערטע, אז מען זאל פארשטיין און אנערקענען אז יעצט זענען מיר שוין נישט דארט, מיר זענען שוין ארויס פון דעם אָרט בגוף ובנפש, און דער איד טאר חלילה נישט צוריק אהין גיין בשום אופן.

צו דעם ענדיגט דער הייליגער חינוך צו זיין שמועס, אז מיט דעם וועט זיס ווערן אויסצופירן די אלע מצוות און אזהרות ווואס מען דארף געדענקען און מ'דארף וויסן, ווייל דאס ברענגט פשוט נענטער צו וואו מיר קומען, און דאס טוט דערמאנען ווי גליקליך און דערהויבן מיר זענען, מיטן זיין א חלק פונעם עם הנבחר!

דיינו
געווען איז עס אין די טעג פון ערב סוכות תשפ"ב ווען דער מנהל פון א חשוב'ע ישיבה קטנה אין מאנסי האט צוזאמגערופן אלע איינגעשטעלטע פון די ישיבה און זיי אנגעזאגט אז זיי זאלן זיך צוזאמקומען היינט נאכט אין בנין ישיבה, און איינער פון די עלטערן פון די בחורים וועט אויפטרעטן מיט א דרשה. די מגידי שיעור און איינגעשטעלטע האבן זיך זייער געוואונדערט וואס דאס באדייט, אבער דער מנהל האט זיי ערקלערט אז עס האנדלט זיך פון א חשוב'ער בעל הבית, און ער געטרויט אים אז ער האט עפעס וואס איבערצוגעבן פאר די גאנצע שטאב פון די ישיבה וואס קען זיין לתועלת.

אלע זענען געווען זייער נייגעריג, וואס קען א טאטע א בעל הבית ווילן איבערגעבען אדער זאגן פאר 'אלע' מגידי שיעור?! אבער געזאגט און געטוען, מען איז זיך צוזאמגעקומען און זיך אוועקגעזעצט צום טיש, ס'זענען דארט געזעצן די מגידי שיעור, משגיח און דער מנהל, א חשבון פון צוועלף מענטשן. נאך א קורצע באגריסונג צווישן די צוות הישיבה און דער בעל הבית (מיר וועלן אים רופן ר' שלום) נעמט ר' דוד ארויס פון טאש צוויי הויפנס און לייגט עס אראפ אויפ'ן טיש. איין הויפן פון ענוועלאפס, און די צווייטע הויפן פון צעטלעך.

צום ערשט האט ער געבעטן יעדן איינעם נעמען איין ענוועלאפ. די איינגעשטעלטע האבן איינס ביי איינס גענומען אַן ענוועלאפ, און געזען אז עס ענטהאלט א שיינע סומע געלט, וואס דאס האט געברענגט נאך א גרעסערע וואונדער, מה הפשט, וואס קומט דא פאָר?

דערנאך האט ער איידעלערהייט אויסגעטיילט פארן עולם דריי צעטלעך. עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז די צעטלעך באשטייען פון "לא נתקבל" צעטלעך. און מיט טרערן האט ר' דוד אנגעהויבן רעדן און געזאגט:

דעם ערשטן צעטל האב איך באקומען פון דעם חדר וואו מיין זון איז אויפגעוואקסן. ס'איז געווען קורצליך נאך פסח בערך דריי מיט א האלב יאר צוריק, מען האט מיר מודיע געווען אז אזויווי מיין זון האט זיך נישט אויפגעפירט ווי עס דארף צו זיין, וועט מען אים נישט ארייננעמען אין ישיבה קטנה, און ער מוז זיך זוכן א צווייטע פלאץ. דעם צווייטן צעטל האב איך באקומען פון א ישיבה קטנה, אז מען נעמט אים ליידער נישט אָן אין ישיבה. און דערנאך האב איך באקומען נאך א לא נתקבל צעטל, און אט קענט איר ליינען די ארגינעלע צעטלעך."

דער איד האט זיך צעכליפעט פארנט פון אלע פארזאמלטע און גערעדט מיט א געשטיקט שטימע, "איך האב דאן בהשגחה פרטית געטראפן דעם מנהל פון אייער ישיבה קטנה", ווייזענדיג אויפן מנהל וואס
איז געזיצן נעבן אים, "איך האב זיך אויסגערעדט צו אים, און ער האט ברוב רחמיו מסכים געווען אריינצונעמען מיין זון"."

דער טאטע האט ווייטער דערציילט: ווי איר ווייסט האט מיין זון בלע"ה אנגעהויבן שטייגן אויף א פארנעם וואס מען האט ממש נישט געזען ביז דאן, עד כדי כך אז נאכ'ן דורכגיין די דריי יאר פון ישיבה קטנה איז ער געווארן איינס פון די בעסטע בחורים פון ישיבה, און ווען ער האט געענדיגט די ישיבה קטנה יארן האט מען אים אנגענומען אין איינע פון די גאר חשוב'ע ישיבות און ער שטייגט ב"ה העכער פון טאג צו טאג.

דער טאטע האט אויסגעפירט: יעצט אויב וועט איר מיר פרעגן אז יעצט אז מיין זון איז שוין ב"ה ארויס פון דעם ישיבה, וואס וויל איך דא, וואס איז די גאנצע מיטינג? בעט איך אייך געבט מיר דעם געלעגנהייט זיך צו ערקלערן. און ר' דוד איז מסביר דריי סיבות:
א. ווען א איד איז זוכה צו חסדים דארף מען דאנקן ברוב עם, דערפאר האב איך זיך געוואלט אוועק זעצן טאקע מיט אייך, די געטרייע מרביצי תורה, און צוזאמען ארויסברענגן דעם גרויסן שבח והודאה צום רבש"ע, דעם אודה ה' מאד בפי בתוך רבים אהללנו!
ב. איך האב פשוט געוואלד זיצן מיט אייך און ארויסברענגן די גרויסע הכרת הטוב וואס איך האב צו 'אייך', פאר אייער געוואלדיגע געטרייע מסירת נפש פאר מיין זון במשך די דריי יאר, און אייך דערציילן אז ניטאמאל ווייסט איר ווי גרויס אייער ארבעט איז, איר האט פשוט געראטעוועט א אידיש קינד און אים ממש באלאכטן דאס לעבן. ישר כוח!

און דא האט זיך ר' דוד צו-וויינט און געזאגט: די סיבה פארוואס איך האב געשאנקען פאר יעדן איינעם אַן ענוועלאפ מיט געלט, איז נישט ווייל איך בין אזא פארמעגליכער מענטש אז איך קען זיך ערלויבן צו טיילן אזעלכע גרויסע סכומים, נאר איך האב געמאכט א חשבון מיט מיין בני בית, וויפיל וואלט אונז אפגעקאסט אונזער זון ווען מען וואלט אים נישט אריינגענומען אין ישיבה, וויפיל צער און עגמת נפש, וויפיל יארן פון טעראפי וואלטן מיר געדארפט אדורכגיין, ס'איז מיר גלייך ארויף געקומען חשבונות מן הסתם וואס באשטייען הונדרעטע טויזענטע דאללער האב איך געטראכט אז ס'איז גרינג צו פארגעסן די טיפע און גרויסע חסדי ה' האב איך מחליט געווען אז איך וועל אהער קומען און אייך אלע געבן א סכום וואס כאטש ס'איז נישט קיין פארגלייך צו וואס אייער הייליגע ארבעט איז, אבער לכל הפחות עפעס אויסצודריקן מיין הכרת הטוב און בעיקר צו מאכן זיכער אז איך פארגעס נישט די חסדי ה'"...

הלל והודאה
טייערע ברידער און שוועסטער! פסח אויפדערנאכט ווען מיר דאנקן און לויבן, מאכן מיר זיכער צו גיין דעם טריט ווייטער און זיך פאָרשטעלן ווי וואלט געווען ווען נישט, אויף איעדע פרט ופרט פון אונזער לעבן ווי וואלט געווען ווען נישט די פילע טיפע טעגליכע חסדי ה'. יא, צומאל גייען מיר אריבער שוועריגקייטן, אבער דאך איז דאס נאר א קליין ביסל כלפי די פילע גרויסע חסדים וואס הקב"ה טוט מיט אונז איעדע סעקונדע, ווי מיר זאגן, זינגן און שרייען אויס ביים הויעך פונקט פונעם סדר:

"וְאִלּוּ פִינוּ מָלֵא שִׁירָה כַיָּם... אֵין אֲנַחְנוּ מַסְפִּיקִין לְהוֹדוֹת לְךָ ה' אֱלֹקֵינוּ וּלְבָרֵךְ אֶת שִׁמְךָ מַלְכֵּנוּ עַל אַחַת מֵאֶלֶף אַלְפֵי אֲלָפִים וְרוֹב רִבֵּי רְבָבוֹת פְּעָמִים, הַטּוֹבוֹת נִסִּים וְנִפְלָאוֹת שֶׁעָשִׂיתָ עִמָּנוּ וְעִם אֲבוֹתֵינוּ... און דערנאך בעטן מיר עַד הֵנָּה עֲזָרוּנוּ רַחֲמֶיךָ וְלֹא עֲזָבוּנוּ חֲסָדֶיךָ. עַל כֵּן אֵבָרִים שֶׁפִּלַּגְתָּ בָּנוּ, וְרוּחַ וּנְשָׁמָה שֶׁנָּפַחְתָּ בְּאַפֵּינוּ, וְלָשׁוֹן אֲשֶׁר שַׂמְתָּ בְּפִינוּ, הֵן הֵם יוֹדוּ וִיבָרְכוּ, וִישַׁבְּחוּ, וִיפָאֲרוּ, אֶת שִׁמְךָ מַלְכֵּנוּ תָמִיד... אט דאס איז פסח ביינאכט! ס'איז די נאכט וואס מיר דערמאנען זיך ווער מיר זענען, מיר ווערן קלאר וויפיל מיר זענען שוליג, און מיר מאכן אויף אונזערע הערצער מרגיש צו זיין און שפירן די אינערליכע טיפע הכרת הטוב וואס מיר האבן צום בורא עולם, און דאס ערוועקט אין אונז אמת'ע חירות און ליבשאפט, ווייל ווי מער הכרת הטוב און דאנקבארקייט עס גיסט זיך ארויס פון א איד'ס הארץ אזוי פיל מער שמחת החיים איז דארט פארהאן, און בעזרת ה' איז דאס משפיע אויף די גאנצע שטוב צו ווערן א מקום פון שמחה און אמונה, און ווי מער שמחה און אמונה אלץ מער דביקות בה', און ווי מער דביקות בה' אלץ מער שמחה און אמונה, ס'איז ווי א רעדל וואס דרייט זיך און שטעלט זיך נישט אפ. און אזוי טוט זיך די גאנצע לופט ארום דער מענטש טוישן, און פלוצלינג איז ער מרגיש א זיסקייט און א אמת'ע חירות.

ויהי רצון אז דער יו"ט זאל אויף אונז משפיע זיין שמחה און ברכה, מיר זאלן זוכה זיין צו באגיסן זיך און די בני משפחה מיט די חיוב פון 'זכור' צו געדענקן די חסדי ה', עדי נזכה ווען מיר וועלן זוכה זיין צו זעהן מיט די אויגן די גרויסע ישועת ה' ווי הקב"ה וועט אונז צוריק אהיים טראגן פדויים לציון ברינה בביאת מלך המשיח בב"א.

א חג כשר ושמח!

זיך איינצושרייבן צו באקומען די "מיט א טיפערן בליק"
דורך אי-מעיל בעז"ה tiferenblik@gmail.com

דער אשכול פארמאגט 1 תגובה

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר