די מצוה פון ביומו תתן שכרו!

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
א שעפעלע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 372
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 9:19 am
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 162 מאל

די מצוה פון ביומו תתן שכרו!

שליחה דורך א שעפעלע »

בס"ד

א גוטן טייערע חבירים וידידים..!

צווישן די באקאנטע מצוות אין די וואכעדיגע סדרה איז די מצוה פון "וְאָהַבְתָּ לְרֵעֲךָ כָּמוֹךָ" אז מ'דארף ליב האבן א חבר אזויווי זיך אליין, "בְּצֶדֶק תִּשְׁפֹּט עֲמִיתֶךָ" אז מ'דארף דַן זיין יענעם לכף זכות, און אזוי ווייטער פארשידענע מצוות וואס זענען די יסודות פון אהבה ואחוה שלום וריעות, און זיי זענען א שליסל צו זייער אסאך אנדערע מצוות פון בין אדם לחבירו. ווי עס שרייבט דער ספר החינוך (מצוה רמ"ג) אויף די מצוה פון ואהבת לרעך כמוך: מיר דארפן ליב האבן יעדער איד אהבת נפש, וואס דאס מיינט רחמנות האבן אויף יענעם און אויף זיין געלט, פונקט ווי מיר גיבן אכטונג און היטן דאס אייגענע. און חז"ל זאגן אין ספרי "אמר רבי עקיבא זה כלל גדול בתורה", דאס מייט אז פילע אנדערע מצוות ווענדן זיך אין אט די מצוה, ווייל דער וואס האט יענעם אזוי שטארק ליב, ממילא וועט ער איהם נישט וויי טוהן, ער וועט איהם נישט שאָדן מאכן אדער בא'גנב'ענען, און ער וועט נישט גליסטן זיינע זאכן, וכדומה.

און די זעלבע געפונען אין גמרא (שבת דף ל"א.) אז א גוי איז געקומען צו הלל הזקן אז ער זאל איהם מגייר זיין און אויסלערנען די גאנצע תורה אויף איין פוס, האט איהם הלל הזקן געענטפערט "מה דעלך סני לחברך לא תעביד זו היא כל התורה, ואידך פירושא היא זיל גמור", אז ער זאל נישט טוהן צו יענעם א זאך וואס ער האט אליינס פיינט ווען מ'טוט צו איהם, און דאס איז כל התורה כולה, און די איבריגע תורה איז נאר א 'פירוש' אויף די מצוה, און דאס זאלסטו גיין אליינס לערנען. וואס די כוונה דערפון איז די זעלבע, אז די מצוה פון ואהבת לרעך כמוך איז א שליסל צו גאר אסאך אנדערע מצוות.

צווישן די יסודות'דיגע מצוות געפונען מיר א מצות לא תעשה אין אונזער פרשה "לֹא תָלִין פְּעֻלַּת שָׂכִיר אִתְּךָ עַד בֹּקֶר" ווי די תורה הקדושה וואָרנט אונז אָן אז ווען מ'האט געדינגן אן ארבעטער און ער האט געארבעט פאר מיר, טאר איך נישט לאזן איבערנעכטיגן זיין געהאלט, איך טאר נישט אפהאלטן דאס געלט פון איהם ביז מארגן. נאך מער, עס שטעטלט זיך נישט אפ מיט'ן לַאו פון לא תלין, נאר אין פרשת כי תצא געפונען מיר א מצות עשה אויף דעם זעלבן ענין, "בְּיוֹמוֹ תִתֵּן שְׂכָרוֹ וְלֹא תָבוֹא עָלָיו הַשֶׁמֶשׁ" דו זאלסט באצאלן פארן ארבעטער בו ביום און נישט לאזן די זון אונטערגיין אומבאצאלט (וואס להלכה לערנען ארויס חז"ל באזונדערע חיובים פון יעדן פסוק, אבער על כל פנים ביידע קומען אויפן זעלבן ענין).

וואס מען דארף דאס אביסל פארשטיין, לכאורה וואס איז די גרויסע עֵסֶק וואס די תורה מאכט פון באצאלן דעם ארבעטער באצייטענס, קודם כל, איז דאָך דאס לכאורה א פארשטענדליכע זאך, אז א מענטש האט געארבעט פאר מיר און איך בין איהם שולדיג געלט, אוודאי דארף איך איהם באצאלן. על פי רוב אויב א מענטש נעמט אן ארבעטער, לאמיר זאגן א גוי, דערוואגן זאל ער זיך נישט צו באצאלן באצייטענס, דער ארבעטער וועט רופן די פאליציי, ער וועט מאכן א ויצעקו, ווייל עס איז א פשוט'ע זאך אז ווען איינער האט געארבעט פאר מיר דארף מען איהם באצאלן.

און אפילו אויב מיר וועלן זאגן אז די תורה הקדושה וויל דא וואָרענען א געווענליכע איסור, אזויווי גניבה, גזילה, אדער שאָדן מאכן פאר א צווייטן, אויב אזוי איז עס הערשט נישט קיין חידוש, ווייל מיר זענען שוין באפוילן געווארן אויף דעם אז מ'טאר נישט גנב'ענען פון א צווייטן און מ'טאר נישט מזיק זיין; און ווען מ'האלט צוריק געלט פון אן ארבעטער איז דאָך דאס ממש די זעלבע ווי מען גנב'עט אוועק געלט פון איהם, אויב אזוי וואס וויל דא די תורה הקדושה מיט אט די מצוה.

נאר איידער מיר וועלן זיך מתבונן זיין אין א גאר וויכטיגע לימוד און מוסר השכל וואס ליגט ספעציעל אין דעם ציווי התורה, א זאך וואס איז נוגע פאר יעדן איינעם פון אונז ממש יעדן טאג, לאמיר איבערגעבן דאס ווארט פאר ר' יענקל, א מוצלח'דיגער בעל פרנסה וואס דערציילט א טיפע דערהער וואס ער האט זוכה געווען מקבל צו זיין פון זיין רבי, א איד פון די גדולי הדור, וואס האט איהם באלאכטן זיינע אויגן און געעפנט א נייע קוק-ווינקל וויאזוי צו באטראכטן די ברכה וואס השי"ת שענקט אונז. ר' יענקל דערציילט אָפענהאַרציג:
דער אייבישטער האט מיך ב"ה געבענטשט מיט שפע, אונטער מיינע הענט גייען אדורך עטליכע גרויסע און פארצווייגטע געשעפטן פון וואס איך בין זוכה צו זעהן שיינע רווחים. צווישן מיינע זאכן האב איך איין ביזנעס וואס איך האב אויפגעשטעלט א שיינע פּאָר יאר צוריק, די ביזנעס איז זיך צעוואקסן אין די לענג און די ברייט, עס פארמאגט היינט א שטאב פון ארום הונדערט און פופציג ארבעטער, גרויסע אפיסעס, און אלע צוגעהערן וואס א גרעסערע ביזנעס דארף. אבער די מציאות איז געווען אז אין פארדינען פאקטישע 'רֶיוח' איז דאס געווען מיין שוואכסטע ביזנעס, יא, עס דרייט זיך דארט אדורך גאר גרויסע סכומים געלט, און פילע ארבעטער מאכן דארט א שיינע געהאלט, אבער וואס עס איז מיר איבערגעבליבן נאך אלע הוצאות איז געווען גאנץ א קליינע סכום רעלאטיוו צו מיינע אנדערע געשעפטן וואו איך דארף אריינלייגן אסאך ווייניגער כוחות און צייט, און דאס געלט קומט אריין אסאך שענער און מער; פון איין גוטע 'דיעל' אין מיינע ריעל-עסטעיט געשעפטן האב איך געקענט פארדינען מער ריוח ווי מיין גאנץ-יעריגע פארדינסטן אינעם גרויסן ביזנעס מיט אירע הונדערט און פופציג ארבעטער.

פארשטייט זיך אז דער ענין האט מיר געדרוקט אויפן הארצן א לאנגע צייט, איך בין געווען ביטער דערוועגן, איך פלעג טשעפענען די ארבעטער דארט אז זיי פארדינען שוין מער געלט ווי מיר אין דעם גאנצן געשעפט, א זאך וואס איז טאקע געווען אמת. איך האב געפילט ווי איך געב אוועק טייערע צייט פון מיין לעבן, אלעס אז 'זיי' זאלן פארדינען געלט, ווייל אלס מיר אויס איז דער ביזנעס שוין לאנג נישט ווערד געווען די הארעוואניע וואס איך לייג דארט אריין, און אין מיין קאפ האט זיך געווירבלט א פלאן אז אפשר וואלט כדאי געווען צוצושפאַרן דעם געשעפט איינמאל פאר אלעמאל, און ווערן פטור דעם עֵסק.

בין איך אריין צו מיין רבי, מיין דעת תורה וואס פירט מיך אין אלע מיינע ענינים, און איך האב איהם פאָרגעלייגט די גאנצע מציאות, און מיינע מחשבות אז איך האב א צַד אויפצוגעבן דעם געשעפט. מיין רבי הערט מיך אויס, און דערנאך ווארפט ער א שאלה, "וויפיל אידישע ארבעטער האסטו דארט?" האב איך איהם געזאגט די מספר, אז עס זענען פארהאן דארט ארום זעכציג אידישע איינגעשטעלטע. ווען מיין רבי האט דאס געהערט איז ער געווארן דערציטערט, ער גיבט א שפרינג אויס און זאגט מיר "חס וחלילה! אזא געשעפט גייסטו קיינמאל נישט צומאכן! דו האסט די זכיה צו העלפן פאר זעכציג אידן ברענגן פרנסה אין שטוב, אפילו אויב פאר דיר בלייבט נישט איבער אזעלכע גרויסע רווחים דארט, ווער ווייסט אויב דיין גאנצע ברכה אין דיינע אנדערע געשעפטן קומען נישט אלס א תוצאה אין זכות וואס דו ביסט מפרנס אזויפיל אידן?!"...
און מיין רבי האט מיר דערמאנט א ווארט וואס ווערט געברענגט אין ספרים אויף די מאמר חז"ל "יגעתי ומצאתי תאמין" וואס איז געזאגט געווארן אויף לימוד התורה, אז ווען א איד פלאגט זיך און מוטשעט זיך, וועט ער צום סוף טרעפן און אנקומען. זאגן די ספרים הקדושים, ווען א מענטש מוטשעט זיך און לייגט אריין כוחות, מוז נישט אייביג זיין אז ער וועט משיג זיין און פארשטיין דארט אויפן פלאץ, אמאל ווערט עס 'מצאתי' ער געפונט א מציאה ערגעץ אנדערש, דאס הייסט אן אנדערע מאל ווען ער וואלט עכט נישט פארשטאנען לייכטערהייט, דאָך שיקט מען איהם אריין א ברכה פון הימל און ער איז זוכה אין א מציאה, אין זכות פון דעם וואס ער האט זיך געמוטשעט אין אן אנדערע סוגיא.

די זעלבע איז אין יעדע זאך אין רוחניות, האט מיין רבי צוגעגעבן, דו ווייסט קיינמאל נישט אין וועלכע זכות דו פארדינסט געלט אין סיי וועלכע געשעפט. עס קיין גאר זיין אז דו ביסט משקיע כוחות דא אין דעם שוואכן ביזנעס, דו טוסט אבער א טובה פאר אנדערע, און בשכר זאת באקומסטו באצאלט אין אנדערע פלעצער. ווייל באמת דאס איז די גאנצע תכלית פון אלע השפעות וואס הקב"ה גיבט פאר א איד, דער אייבישטער וויל אז מיר זאלן טוהן גוטס מיט די שפע וואס מיר באקומען פון אויבן, מיר זאלן טוהן צדקה און חסד, מיר זאלן העלפן א צווייטן; און וויפל מ'טוט פאר אנדערע, דורכדעם האלט מען אָפן די 'צינורות' די רערן וואס טראגן אין זיך די שפע, זיי פליסן כסדר נאך און נאך. אבער ווען איינער נוצט נישט זיין שפע צו העלפן אנדערע, נאר ער זוכט אנצופילן בלויז 'זיינע אייגענע' כֵּלִים ביז אויבן, ער וויל האלטן דאס גאנצע פאר זיך, קומט דאָך א צייט ווען זיינע אוצרות ווערן איבערגעפילט און ס'איז שוין נישט דא קיין פלאץ פאר נאך גוטע השפעות פון הימל. דעריבער אדרבה, מיר מוזן כסדר מאכן 'לעכער' אין אונזערע שיסלען, מיר מוזן מאכן א פלאץ פון וואו די גוטע השפעות וואס קומען צו אונז זאלן 'ארויסרינען' און זיך איבערגיסן צו אנדערע אידן, אזוי ארום מאכן מיר פלאץ אין אונזערע כלים אז דער אייבישטער זאל אריינגיסן נאך און נאך. און דעריבער דארף דאס זיין די גרעסטע שמחה ביי א איד ווען ער האט די געלעגנהייט צו טוהן פאר א צווייטן, צו העלפן א צווייטן, משפיע צו זיין ווייטער פאר א צווייטן; ווייל דאס איז גאר זיין מקור הברכה! דאס איז א מיטל איהם צו ברענגן מער און מער ברכה, און אפילו אויב די ברכה קומט נישט ממש דא אויפן פלאץ, דאָך קומט עס פון אנדערע זייטן און אנדערע צינורות...

ר' יענקל דערציילט אז ער איז ארויס פון זיין רבי'ן מיט שטורמישע געפילן, עס איז די ערשטע מאל וואס איינער האט איהם 'געעפנט די אויגן' און ערקלערט אז זיין פארמעגן און די ברכה וואס ער באקומט מן השמים, האט נישט צו טוהן בלויז מיט 'איהם' אליינס... סך הכל האט ער זוכה געווען צו זיין א שליח צו העלפן און געבן פאר אנדערע, און דאס האלט איהם אויף די פיס, דאס גיבט איהם נאך און נאך השפעות אין אלע זיינע אנדערע געשעפטן. ער האט זיך צום ערשטן מאל דערהערט, אז ווען ס'קומט צו מאכן א חשבון אויב מען גייט ווייטער מיט א געשעפט אדער נישט, נעמט מען נישט אין באטראכט נאר 'זיך' אליין, ווי שווער איך ארבעט דא, וויפיל כוחות איך לייג דא אריין, אויב עס לוינט זיך פאר מיר אדער נישט, און אזוי ווייטער; ניין, לא זו הדרך, א איד טראכט פון יענעם, אפשר בין איך נאר דער שליח, אפשר וויל דאס השי"ת פון מיר אז איך זאל קענען העלפן אנדערע, און נאר דורכדעם קען איך זוכה זיין צו וואס איך בין זוכה.

טייערע פריינט, ווען א איד איז זוכה צו פארשטיין און דערהערן דעם יסוד ריכטיג, וועט ער זעהן אז דאס שפילט זיך אפ כמעט אין יעדע הינזיכט אין אונזער טאג טעגליכע לעבן. יעדעס מאל ווען מיר האבן א געלעגנהייט צו 'געבן' עפעס פאר א צווייטן, דארפן מיר וויסן און געדענקן אז ס'קען גאר זיין אז די גאנצע סיבה פארוואס איך האב זוכה געווען צו די ברכה און די שפע, איז געווען נאר כדי צו קענען העלפן דעם איד.

לדוגמא, עס קומט צו גיין א ארימאן, א איד א נצרך קלאפט אָן ביים עושר אויפן טיר און בעהט א נדבה. מיט גשמיות'דיגע אויגן זעהט טאקע אויס ווי דער עושר איז דער 'משפיע' וואס גיבט און טיילט, און דער ארימאן איז דער 'מקבל' וואס דארף צוקומען און נעמען די טובה פון יענעם. אבער מיט א תורה'דיגע בליק ווערן מיר דא געוואר אז ס'איז גארנישט אזוי זיכער, עס קען גאר זיין אז דער ארימאן איז משפיע פארן עושר! דער עושר 'באקומט' יעצט זיין גרעסטע טובה דורכדעם וואס ער העלפט דעם ארימאן, ווייל מיט דעם מאכט ער אז השי"ת זאל איהם ווייטער געבן און העלפן און בענטשן אין זיינע געשעפטן, און ווען נישט די מעשי צדקה וחסד וואלט ער נישט זוכה געווען צו זיין שפע. און באמת שטייט דאס אין מדרש (ויקרא רבה ל"ד) "יותר ממה שבעל הבית עושה עם העני, העני עושה עם בעל הבית" דער ארימאן טוט נאך א גרעסערע טובה פארן בעל הבית ווי וואס דער בעל הבית טוט מיט איהם.

און באמת איז דאס אן ענין פון אמונה, אז מ'ווייסט און מ'גלייבט אז אלעס האט א חשבון פון הימל, און דער מענטש איז בכלל נישט דער וואס טוט אליינס, נאר אלעס פירט מען צו פון אויבן, און אלעס באקומט מען פון השי"ת, ממילא געדענקט מען און מ'פארשטייט אז איך בין נישט מער ווי דער 'צינור' דער רער און דער דורכגאנג צו קענען העלפן א צווייטן און נויט, אבער נישט ווייל בעצם איז דאס געלט 'מיינס' און עס געהערט באמת צו מיר. אדרבה, דער איד ווייסט און גלייבט אז אלעס איז דעם אייבישטער'ס און מיר זענען דא אויסצופירן זיין שליחות.

און די זעלבע איז מיט יעדע זאך אין די וועלט, אלעמאל ווען עס איז פארהאן א מענטש וואס געפונט זיך יעצט אינעם משפיע'דיגן פאזיציע, למשל ער איז דער בעל הבית, און ער האט אן ארבעטער אונטער זיך, איז אין אונזער שכל קען זיך טאקע דאכטן אז דער בעל הבית איז דער וואס געפונט זיך פון 'אויבן', ער איז דער אויבערהאַר, און דער ארבעטער איז אונטערטעניג און געפונט זיך אונטער איהם. ווען עס קומט צו באצאלן דאס געהאלט, איז דער בעל הבית דער משפיע און דער ארבעטער דער מקבל. אבער מיט א רוחניות'דיגע בליק ווי געזאגט ווייסן מיר שוין אז ס'איז בכלל נישט אזוי. פון הימל האט מען געשענקט דאס געלט און די פאזיציע פארן בעל הבית אז ער זאל זיין א 'הֵיכי תִּימצי' און א מעגליכקייט אריבערצופירן דאס געלט פאר זיין ארבעטער. פאר יענעם פלוני איז געווען באשערט פרנסה, און דעריבער האט מען איהם געשאנקן פון הימל די נויטיגע טאלאנטן צו קענען באקומען זיין דזשאב ביים בעל הבית, ער גיבט אוועק פון זיך, ער גיבט פון זיין צייט, פון זיינע כוחות און כשרונות, ער שענקט דעם בעל הבית מיט געוואלדיגע מתנות און פארדינסטן. און דער בעל הבית שענקט איהם צוריק דאס געלט וואס ער דארף איהם אפצאלן פאר די ארבעט, ווייל זיי זענען בעצם כמעט גלייכע 'שותפים', יעדער גיבט פארן צווייטן דאס וואס מ'האט איהם געשאנקן פון הימל.

אויב א בעל הבית טוט גרינגשעצן זיינע ארבעטער, ער זוכט צו געוועלטיגן אויף זיי, און באציט זיך צו זיין מיט א זלזוּל איז א סימן אז ער דערהערט נישט דעם אמת. ער לעבט עפעס אין עולם הדמיון און ער מיינט אז דאס געלט איז אינגאנצן זיינס, ער מיינט אז ער האט זיך אליינס איינגעקויפט רייכטום מיט זיין כוחי ועוצם ידי, און דעריבער איז עס בלויז זיינס, און יעדער ארום איהם איז באשאפן געווארן נאר איהם צו באדינען, זיי זענען אלע דא נאר איהם צופרידנצושטעלן, און ער טוט גאר א טובה אז ער באצאלט זיי (ער האט נישט קיין ברירה, ווייל אנדערש וועלן זיי דאָך נישט וועלן קומען ארבעטן פאר איהם) און ווען נישט איהם וואלטן זיי נישט געהאט פון וואו צו לעבן. ער כאפט אינגאנצן נישט אז יענער שפילט אויך א ראלע דא... ר' איד! יענער האט געארבעט פאר דיר און דיר א טובה געטוהן, און נאך מער, ווי מיר רעדן קען גאר זיין אז די גאנצע פארמעגן פונעם בעל הבית איז געקומען א דאנק די פּאָר ארבעטער ארום איהם וואס פאר זיי איז באשערט די פרנסה. ער דערהערט נישט אז ס'קען גאר זיין אז ער דארף זיי מכיר טובה, ווייל אויסער די הערליכע ארבעט וואס זיי טוען פאר איהם פיזיש, זענען זיי אויך דער גורם פאר זיין געלט און פאר זיין שפע פון הימל.

און דעריבער, ווען עס גייט אדורך די צייט פונעם ארבעט, דער געדינגענער ארבעטער האט געענדיגט זיין דזשאב און ער וויל אהיימגיין, דארט קען מען שטארק אנזעהן דעם חילוק: אויב איז דער בעל הבית א איד וואס לעבט על פי תורה און מיט די ריכטיגע אמונה און השקפה, דער ווייסט און פארשטייט אז אין די מינוט איז ער דאָך געווארן דער בעל חוב צום ארבעטער; ביז יעצט האט טאקע דער ארבעטער געארבעט פאר איהם און געטוהן וואס ער האט צו טוהן, ער האט צוגעשטעלט זיין חלק אינעם שותפות, אבער אין די מינוט וואס ער האט געענדיגט און דעליווערט זיין דזשאב, יעצט ווערט דער בעל הבית משועבד צו איהם, און ער דארף דעליווערן זיין חלק אינעם געשעפט און אפצאלן פארן ארבעטער אויף דאס וואס ער האט איהם געשאנקן. עס קומט בכלל נישט אויפן געדאנק מזלזל צו זיין אינעם ארבעטער און איהם אפשטופן מיט פוילע תירוצים (מעשי בעל הבית) באלד, מארגן, קום צוריק אן אנדערס מאל, ווייל ער זעהט זיך נישט אלס דער 'משפיע' וואס ער איז דער וואס גיבט פאר יענעם, נאר ער פארשטייט אז יענער האט פונקט אזוי משפיע געווען און צוגעשטעלט ארבעט פאר איהם, און עס איז פשוט ביי איהם אז ער מוז גלייך באצאלן.

דאגעגן ביי אזא סארט בעל הבית וואס זעהט זיך אלס משפיע, ער לעבט נאר מיט'ן בשבילי נברא העולם, אז אלעס דרייט זיך ארום איהם, ער באטראכט דעם ארבעטער כאילו ער איז עפעס א ביליגע מענטש וואס דארף צוקומען צו איהם, ממילא טרעט ער צו צום גאנצן ענין מיט א זלזול, יענעם באצאלן איז בכלל נישט אזוי וויכטיג, ער זאל זיך פרייען אז מ'גייט איהם בכלל באצאלן איין טאג... ווען מען זעהט אזא סארט התנהגות ביי א מענטש, איז דאס "הוברר הדבר למפרע" מען ווערט געוואר פון זיין גאנצע אויפפירונג, אז דער איד מיינט באמת אז ער איז בעל הבית, ער מיינט באמת אז דאס געלט איז זיינס און עס איז געמאכט געווארן צו בלייבן ביי איהם, און ווען ער וועט באשליסן דעמאלטס וועט ער א טובה טוהן און באצאלן. דאס מיינט אז זיין גאנצע מהלך המחשבה און זיין גאנצע וועג פון לעבן איז פארקרומט, ער זעהט נישט יענעם, ער אנערקענט נישט אז יענער האט אויך מעלות, ער פארשטייט נישט אז ער דארף פונקט אזוי צוקומען צו יענעם.

און דאס שרייט דא די תורה הקדושה ארויס אין אונזער פרשה, לֹא תָלִין פְּעֻלַּת שָׂכִיר אִתְּךָ עַד בֹּקֶר! לאז נישט נעכטיגן זיין געהאלט, זיי נישט מזלזל אין דיין ארבעטער, ווייל א איד מוז וויסן און אנערקענען אלעמאל אז יענער טוט מיט איהם א טובה פונקט אזוי, אפילו אין פאל ווען דו זיצט אויפן הויכן בענקל מיט א בעסערע פאזיציע און יענער איז 'דיין' ארבעטער, דאָך אבער מיט א תורה'דיגע בליק איז נישטא קיין שום חילוק צווישן בעל הבית און זיין ארבעטער, איר זענט צוויי שותפים וואס יעדער איינער העלפט דעם אנדערן און שענקט פארן אנדערן פון דאס וואס ער פארמאגט, און דעריבער האלט עס נישט צוריק, נאר בְּיוֹמוֹ תִתֵּן שְׂכָרוֹ, זיי איהם מכבד, אנערקען זיין ארבעט און זיין טובה פאר דיר און באצאל איהם תיכף, מיט כבוד און דרך ארץ.

ווי לעכטיג איז צו פארשטיין דערמיט א רמז נפלא וואס ווערט געברענגט פונעם אריז"ל אז די ראשי תיבות פון ב'יומו ת'תן ש'כרו איז די אותיות שבת [א מצוה וואס ווערט אגב אויך דערמאנט אין אונזער פרשה, וְאֶת שַׁבְּתֹתַי תִּשְׁמֹרוּ], וואס לכאורה דארף מען פארשטיין וואס איז דער קשר און שייכות פון שבת צו די מצוה פון בְּיוֹמוֹ תִתֵּן שְׂכָרוֹ.
נאר, שבת קודש איז דער טאג ווען כלל ישראל רופט אויס די אמונה און בטחון אז אלעס איז פון השי"ת, שבת איז דער טאג ווען מיר רוען, מיר טארן נישט ארבעטן און עוסק זיין אין מסחר, שבת לייגן מיר אוועק אלע אונזערע געצייג און חשבונות, און מיר ווייזן ארויס אז אונזער הצלחה קומט נישט פון זיך, עס קומט נישט פון די כוחות וואס מיר לייגן אריין אויף די וועלט, עס האט גארנישט מיט אונזער הארעוואניע און פלאג, נאר אלעס קומט פונעם אייבישטער, און ווען הייסט אונז רוען לאזן מיר טאקע אלעס איבער און מיר רוען. שבת קודש איז א זמן ווען ס'דארף זיין "כל מלאכתך עשוייה" אלע דיין ארבעט דארף זיין כאילו ס'איז שוין פארטיג, כאילו עס האט זיך שוין געענדיגט, דו האסט שוין גארנישט צוצולייגן דארט, ווייל שבת זענען מיר העכער פון די טבע און העכער ווי די גאנצע גשמיות פון די ששת ימי המעשה, ווי עס איז מבואר אין די ספרים הקדושים.

א איד האט זיך אמאל אויסגעדרוקט א ווערטל וועלנדיג ארויסברענגן א חילוק צווישן די ווירטשאפט פון גויים און אידן, אז ביים גוי מאכט זיך קיינמאל נישט א געלעגנהייט ווען דער עושר און דער ארימאן זענען אייניג, דער רייכער גוי לעבט אין א רייכע געגענט, ער פארברענגט נאר מיט די עליטע מענטשן, ווען ער גייט עסן אין א רעסטוראנט וועט ער גיין אין אזא פלאץ וואו דער ארימאן קען ניטאמאל חלומ'ן פון אריינצוגיין אהין, ווען ער פארט אדער ער פליהט ערגעץ וועט עס זיין אינעם בעסטן קלאס, און אזוי ווייטער. להבדיל אלף אלפי הבדלות ביי אונז אידן, קען מען זעהן שבת אין בית המדרש ווי עס זיצט דער גרעסטער נגיד וואס דרייט מיליאנען אין זיין באנק קאנטע, און נעבן איהם זיצט א בחור'ל אדער א כולל יונגערמאן וואס פארמאגט נישט קיין דאלער, ביידע עסן די זעלבע שלש סעודות, און מאכן אפילו לחם משנה אינאיינעם מיט די זעלבע צוויי בילקעס...

עס איז א גוט ווערטל, אבער עס האט אין זיך א געוואלדיגע אמת, ווען עס קומט צו רוחניות, ווען עס קומט צו א מקום קדוש, בפרט שבת קודש, דעמאלטס ווערן אלע חשבונות געלייגט אין א זייט, דעמאלטס פארמאגט דער עושר טאקע נישט מער ווי דער כולל יונגערמאן, זיי זענען שוה בשוה, און עס קומט נישט צו מאכן א חילוק, ווייל דא זענען אלע גלייך.

דערפאר געפונען מיר אז שבת קודש איז א זמן פון שלום, "שבת שלום ומבורך", און ווי מיר זאגן די ברכה ביים דאווענען שבת הַפּוֹרֵשֹ סֻכַּת שָׁלוֹם עָלֵינוּ וְעַל כָּל עַמוֹ יִשְֹרָאֵל. ווייל שבת איז א זמן ווען דער איד אנערקענט און ווייסט באמת אז ער איז נישט מער פון א צווייטן, דער רייכער בעל הבית לייגט אויך אוועק אלע זיינע געשעפטן און פאלגט דעם דבר השם, ער דערהערט אז דער אייבישטער פירט די וועלט און ער ס'איז נישט כוחי ועוצם ידי וואס מאכט איהם רייך, דאס איז א זמן וואס איז מסוגל צו פארשטיין אז בעצם איז יענער פונקט אזוי חשוב, יענער פארמאגט אויך א פלאץ אויף די וועלט, עס קומט נישט מזלזל צו זיין אין א צווייטן, און עס קומט נישט אז מ'זאל זיך איינרעדן אז איך בין מער. און שבת איז טאקע דער מקור הברכה פאר די גאנצע וואך, ווי עס שטייט אין זוהר הקדוש (יתרו פ"ח.) "כל ברכאן דלעילא ולתתא ביומא שביעאה תליין" אז אלע ברכות וואס קומען אראפ זענען געוואָנדן אינעם שבת קודש, ווייל דווקא דעמאלטס ווען דער איד ווייסט אז זיין שפע קומט נאר פון אויבן, און ער פארשטייט אז ער איז נאר א שליח פון אויבן צו געבן פון זיין פארמעגן אדער פון זיינע טאלאנטן און פון זיינע מעלות פאר אנדערע, דאס מאכט אז די שפע זאל טאקע קענען קומען מער און מער, ווייל ווען א איד מאכט זיכער נישט צו האלטן אלעס פאר זיך, נאר ער טיילט זיך מיט אנדערע, ערוועקט ער מיט דעם די שפע אז ס'זאל קומען נאך און נאך ווי דערמאנט.

און דאס וויל די תורה הקדושה, אז מיר זאלן אנהייבן צו לעבן שבת'דיג אויך אין די ששת ימי המעשה! נעם דעם מוסר השכל פון שבת קודש, נעם דעם אור פון שלום ושלוה וואס הערשט אויף די וועלט אום שבת, און הייב אָן צו לעבן דערמיט טאג טעגליך.

ווען דו ביסט זוכה צו טוהן א טובה פאר א צווייטן, דערהער אבער בשעת מעשה אז בעצם זענט איר ביידע אייניג, און אדרבה, עס קען גאר זיין אז יענער טוט דיר א טובה. געדענק אז דו ביסט נישט מער ווי א שליח פון הימל צו פארשפרייטן פון דיין שפע וואס דו האסט באקומען, צו טיילן פון דיין גוטס פאר אנדערע, אבער בעצם גיבט דיר יענער אויך פון זיך. און אפילו ווען דו ביסט טאקע דער געשעצטער בעל הבית, געדענק אז דער ארבעטער טוט אויך פאר דיר, און דאס גייט ביז די קלענסטע ארבעטער, אפילו דער רייניגער וואס רוימט אויף, סוף כל סוף דארפסטו צוקומען צו זיין טובה, און ווען ער ענדיגט דיר צושטעלן דאס וואס ער גיבט דיר, דעמאלטס צאלסטו איהם צוריק מיט די געלט וואס דער באשעפער האט דיר געשענקט.

אט דאס איז די קשר צווישן בְּיוֹמוֹ תִתֵּן שְׂכָרוֹ און שבת קודש, ווייל אז א איד לעבט מיט'ן שבת, מיט די אמונה וואס מיר ברענגן ארויס אינעם שבת קודש, וועט ער פון זיך אליינס אנהייבן צו לעבן מער אויסגעהאלטן און ערליך בין אדם לחבירו, ער וועט נישט טרעטן אויף אנדערע און מזלזל זיין אין זיי, א זאך וואס זעהט זיך גאר שטארק אָן ווען ס'קומט צו באצאלן פאר ארבעטער ווי געזאגט.

און דערמיט פארשטייען מיר גאר גוט בס"ד פארוואס די מצוה פון "וְאָהַבְתָּ לְרֵעֲךָ כָּמוֹךָ" איז טאקע אזא כלל גדול בתורה און ברענגט מיט זיך נאך אסאך אנדערע מצוות.
ווייל אין די מינוט וואס א איד פארשטייט אז דיין חבר איז "כָּמוֹךָ", ער איז באמת פונקט אזויווי דיר, ער איז א שותף גלייך אויף גלייך מיט דיר, און נאכמער, אסאך מאל קומט דיין גאנצע שפע נאר אין זיין זכות, מ'הייבט אָן צו דערהערן ווי וויכטיג יענער איז פאר מיין הצלחה, און ממילא הייבט מען אָן צו שעצן אנדערע און זיי אפגעבן כבוד, מ'זוכט יענעמ'ס תועלת און הצלחה, און מען וויל איהם נישט אפטוהן אדער בא'גנב'ענען, ווייל איך בין נישט מער פון איהם, און דאס וואס איך האב איז נאר א דאנק איהם.
און דער יסוד דארפן מיר נוצן אין יעדער מצב, צו געדענקן אז אפילו אויב אויפן מינוט בין איך דער משפיע פאר יענעם, דאָך גיבט מיר יענער פונקט אזוי צוריק. יענער בעהט טאקע א עצה פון דיר, אבער בשעת מעשה מאכט ער דיר גוט פילן דערמיט, און עס גיבט דיר חיזוק אנצוגיין ווייטער. און אזוי ביי יעדע זאך, א בעל הבית צו זיינע ארבעטער, א רבי צו זיין תלמיד, א מאן צו די ווייב אדער פארקערט, עלטערן צו די קינדער, מיר דארפן אלעמאל וויסן און געדענקן אז בשעת מיר געבן, נעמען מיר פונקט אזוי פון יענעם, מיר זענען אזויווי שותפים, און מיר זענען זוכה צו אסאך זאכן נאר אין זכות פונעם צווייטן, און ממילא, ואהבת לרעך כמוך!

לסיכום געדענק:
• די תכלית פון אלע השפעות וואס הקב"ה גיבט אונז, אז מיר זאלן טוהן גוטס פאר אנדערע, ממשיך זיין די השפעות.
• מיטן טוען פאר אנדערע האלט מען אָפן די 'צינורות' און די שפע קומט אלס מער און מער.
• מיר דארפן אלעמאל געדענקן אז איך בין ווי א שותף מיט יענעם, אפילו אויב איך בין משפיע פאר איהם, דאָך באקום איך צוריק פון איהם, און איך בין זוכה אסאך אין זיין זכות.


זיך איינצושרייבן צו באקומען די "מיט א טיפערן בליק" דורך אי-מעיל בעז"ה tiferenblik@gmail.com

דער אשכול פארמאגט 2 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר