ספירת העומר - די היינטיגע טאג!

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
א שעפעלע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 370
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 9:19 am
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 162 מאל

ספירת העומר - די היינטיגע טאג!

שליחה דורך א שעפעלע »

מיר שטייען אין פרשת אמור, וואו די תורה הקדושה גיבט אונז די מצוה פון ספירת העומר, די מצוה וואס גייט אָן אין אט די טעג אין וועלכע מיר שטייען, די ימי הספירה, ווען כלל ישראל ציילט ניין און פערציג טעג, א זמן פון הכנה צום גרויסן יום טוב פון קבלת התורה הבא עלינו לטובה.

די תורה זאגט אונז וּסְפַרְתֶּם לָכֶם מִמָּחֳרַת הַשַׁבָּת, מ'זאל אנהייבן צו ציילן פון צומארגענס פונעם ערשטן טאג פסח (וואס ווערט אנגערופן מיט'ן נאמען 'שַׁבָּת' דא אין פסוק. זעה ווייער), דעמאלטס איז די מצוה אנצוהייבן ציילן ספירה, "שֶׁבַע שַׁבָּתוֹת תְּמִימֹת תִּהְיֶינָה - זיבן גאנצע וואכן זאלן זיין די ספירה טעג". און די תורה איז ווייטער ממשיך מיט די מצוה אינעם קומענדיגן פסוק, עַד מִמָּחֳרַת הַשַּׁבָּת הַשְּׁבִיעִת תִּסְפְּרוּ חֲמִשִּׁים יוֹם, מען דארף ציילן פופציג טעג, ביז עס ענדיגט זיך די זיבן גאנצע וואכן.

יעדער פון אונז איז באקאנט אז עס איז פארהאן א גרויסע מחלוקת הראשונים אויב די מצוה פון ספירה איז 'איין גרויסע מצוה' פון ציילן במשך די זיבן וואכן פון פסח ביז שבועות, אדער יעדן טאג איז א באזונדערע מצוה פאר זיך, און איין טאג איז נישט פארבינדן מיט די אנדערע. עס זענען דא פארשידענע חילוקים למעשה, למשל אויב מ'פארגעסט צו ציילן איין טאג, אויב נעמען מיר אָן אז עס איז איין גרויסע מצוה, קומט אויס אז דער מענטש איז שוין נישט מקיים די מצוה, וויבאלד עס פעלט איהם א חלק דערפון, אבער אויב מיר גייען מיט די מהלך אז יעדן טאג איז א אייגענע מצוה פאר זיך, קומט אויס אז מ'קען ווייטער אנהאלטן און ציילן די קומענדיגע טעג, און דאס אז מ'האט אויסגעלאזט אינמיטן מאכט נישט קאליע די מצוה. להלכה שטייט אין שולחן ערוך אז אויב איינער האט אויסגעלאזט א טאג זאל ער ציילן פון דארט און ווייטער אָן א ברכה, דאס הייסט מיר זענען חושש צו ביידע שיטות, מיר זענען ממשיך ווייטער צו ציילן כדי צו קענען מקיים זיין די מצוה, אבער מען מאכט מער נישט קיין ברכה, ווייל לויט איין דיעה איז עס מער נישט די שלימות'דיגע מצוה פון ספירת העומר זיבן גאנצע וואכן.

און באמת אין די פסוקים אליינס קען מען הערן ביידע וועגן, פון איין זייט זאגט אונז די תורה "שֶׁבַע שַׁבָּתוֹת תְּמִימֹת תִּהְיֶינָה" אז עס דארף זיין זיבן גאנצע וואכן, וואס באדייט לכאורה אז עס איז איין גרויסע מצוה, און אויב מ'לאזט אויס אינדערמיט, איז עס מער נישט קיין 'תְּמִימֹת'. אבער דערנאך שטייט דאָך אין פסוק "תִּסְפְּרוּ חֲמִשִׁים יוֹם" וואס איז משמע אז מ'דארף ציילן פופציג טעג, וואס זענען לאו-דווקא פארבינדן איינס מיט די אנדערע, נאר יעדן טאג פון די טעג קען זיין א מצוה פאר זיך.

אויב אזוי לאמיר זיך אביסל מתבונן זיין און אריינקלערן אין דעם ענין, וואס איז טאקע די מצוה פון ספירת העומר? איז עס איין גרויסע מצוה? אדער אפשר גאר ניין און פערציג קליינע מצוות. און בכלל, ווי פריער דערמאנט מאכן מיר דאָך א שטיקל 'פְּשָׁרָה' צווישן ביידע שיטות, און אפילו אויב איינער האט פארגעסן איין טאג צו ציילן ספירה, זעצט ער ווייטער פאָר מיט'ן ציילן כדי אריינצוכאפן די ווייטער'דיגע קליינע מצוות פון יעדן טאג באזונדער, אבער ער מאכט שוין נישט קיין ברכה, צוליב דעם וואס עס איז שוין נישט תְּמִימֹת. וואס קומט דאס אלעס אונז ווייזן און אונז אויסלערנען למעשה אין אונזער עבודת השי"ת.

איידער מיר גייען אריין אינעם טיפערן באדייט פון די מצות ספירת העומר, לאמיר אייך דערציילן א מעשה, א קליינע פאסירונג וואס מיר האבן מיטגעהאלטן די פרטים פון די נאנט.

אהרן איז געווען א וואוילער בחור, א בחור נאנט צו די שידוכים יארן, וואס זיין מזל אין ישיבה האט איהם ליידער נישט צופיל געשיינט, און צוליב געוויסע סיבות, מעשה שהיה כך היה, האט ער זיך געפונען אינדרויסן פון ישיבה. וויבאלד ער איז געווען אן ערנסטע בחור האט ער געהאט סדרים צו לערנען סיי אינדערפרי און סיי באנאכט, זיינע נאנטע האבן איהם געהאלפן זיך מסדר זיין מיט גוטע חברותות, און אזוי אויך האט ער זיך געשאפט א שטיקל 'דזשאב' במשך די נאכמיטאג שעות, ער האט געארבעט אין א היימישע 'ווערהאוז' פון א קאמפעני, א זאך וואס האט איהם געהאלטן פארנומען און געהאלפן אנפילן זיין טאג אויף גאר א מסודר'דיגע אופן פון טוב תורה עם דרך ארץ.

ווען די זוממער טעג זענען געקומען נאנט, איז נתעורר געווארן פאר איינער פון די יונגעלייט וואס האבן געלערנט און געהאלפן אהרן, אז לכאורה וואלט געווען וויכטיג אז ער זאל נישט פארבלייבן אין שטאט דורכ'ן זוממער. ווי באקאנט ווערן דאָך די שטאטישע גאסן ממש ליידיג במשך דעם זוממער, עס איז נישט דא קיין סאך וואס צו טוהן, איבערהויפט פאר א בחור וואס געפונט זיך איינער אליינס, אָן קיין ישיבה און אָן קיין סביבה, וועט דער גאנצע ענין נישט צוגעבן צו זיין הצלחה. און דעריבער האט יענער יונגערמאן אנגעבאטן פאר אהרן א שיינע פּאָסטן אין א זוממער קעמפ, ער זאל זיין א שטיקל מדריך פאר קינדער, ווי אויך האט זיך אויסגעפעלט אז ער זאל דארט לערנען פריוואט מיט א יונגל דורכאויס דעם זוממער, א זאך וואס וועט איהם האלטן אין א הערליכע תורה'דיגע און היימישע אטמאספערע, און עס וועט זיין גוט און געשמאק ברוחניות ובגשמיות.

פאר די עלטערן פון אהרן האט דאס זייער נישט געשמעקט, זיי האבן אנגעהויבן צו מאכן א וַיִצְעַקוּ, וואס הייסט? ער איז דאָך א בחור אין די יארן און ער דארף באלד א שידוך טוהן, און מֵילא ווילאנג ער האט געארבעט שטילערהייט אפאר שעה אין טאג אין א פארמאכטע ווערהאוז, פון דעם האט דאָך קיינער נישט געוואוסט, אבער יעצט אז ער וועט ווערן א מדריך אין קעמפ לעיני כל הקהל, יעדער וועט זעהן און וויסן, ער וועט באקומען א נאמען ווי אן ארבעטס בחור און ווער וועט איהם וועלן נעמען פאר אן איידים וכו' וכו', אזוי זענען די עלטערן געקומען מלא טענות, און געוואלט אפהאלטן זייער זוהן פון טוהן אזא שריט. [מיר געבן נאר איבער די מעשה שהיה, אָן אריינגיין אין די פרטים און אָן נעמען קיין צד אין די טענות פארשטייט זיך].

הכלל, איז געבליבן אז מען גייט פרעגן דעת תורה, און זיי האבן זיך געוואנדן צו זייער רב. דער רב האט אויסגעהערט אלע צדדים מיט אן ערנסטקייט, און צום סוף גיבט ער א פרעג, דאס איז זיכער אז בלייבן אין שטאט זוממער איינער אליינס איז נישט קיין תכלית און אפשר אפילו א גורם אויף א ירידה אין רוחניות, ריכטיג?, "יא, אמת" האט יעדער איינער צוגעשטימט, אפילו די טאטע און מאמע. "די איינציגסטע חשש איז נאר" זאגט דער רב, "וואס וועט זיין אינעם צוקונפט, וואס וועט זיין מיט א שידוך וכדומה", נו אויב אזוי איז דאָך דא ביי דעם דער כלל פון בָּרִי וְשֶׁמָא בָּרִי עָדִיף, אויב די יעצטיגע מצב איז א באלדיגע סכנה און עס טויג זיכער נישט, קומט אויס אז ס'איז גאנץ קלאר און זיכער אז ער מוז אוועקפארן, נאר איר קומט מיט א חשש פון 'שֶׁמָא' אפשר וועט דאס נישט טויגן אינעם עתיד און אפשר וועט דאס ברענגן פראבלעמען, למעשה מוזן מיר קוקן אויפן זיכערן פאַקט פון יעצט, אויב אזוי זאל ער יא פאָרן און זיין אין יענעם קעמפ, און השי"ת וועט העלפן אז קיין שלעכטס וועט נישט ארויסקומען פון דעם.
באמת, פאר אונזער מוסר השכל איז גענוג די מעשה ביז אהער, אבער פאר די שלימות פונעם מעשה און צוליב די געוואלדיגע השגחה פרטית, וועלן מיר ממשיך זיין און דערציילן וואס עס האט פאסירט ווייטער, הערט און שטוינט פון א אמת'ע ערשט האנטיגע מעשה:

אהרן האט ב"ה גאר שטארק מצליח געווען אין קעמפ, ער האט געהאט א שיינעם זוממער פיל מיט תוכן, ער האט אנגעקניפט נאנטע באציאונגען מיט די אנדערע מדריכים אינעם קעמפ, און אפילו נאכן אהיימפארן האבן זיי ווייטער אנגעהאלטן שייכות, במשך די ווינטער חדשים פלעגן זיך די מדריכים צוזאמנעמען פון צייט צו צייט אויף א פארברענג, א ליל שישי, א מסיבה, און אזוי ווייטער. ביי די פארברענגן פלעגט אויך קומען צו גיין איינער וואס פלעגט אמאל זיין איינגעשטעלט אינעם זעלבן קעמפ, און כאטש ער האט שוין נישט געארבעט דארט, דאָך אבער האט ער זיך ווייטער געהאלטן היימיש מיט זיינע אמאליגע קאלעגעס, און ער פלעגט קומען און זיצן מיט זיי ביי די געשמאקע פארברענגנ'ס.

די המשך קענט איר זיך שוין געוויס אליינס פאָרשטעלן... דער איד האט געהאט א געראטענע טאכטער, א כלילת המעלות, און זיינע אויגן זענען געפאלן אויף אונזער בחור אהרן, ער האט שטארק הנאה געהאט פון זיין אויפפירונג, זיין פארשטאנד, און זיינע גוטע מידות, און עס האט נישט געדויערט צו לאנג ביז די שיינע שידוך איז געשלאסן געווארן בשעה טובה ומוצלחת. ווי עס שיינט האט דער רבונו של עולם זיך געהאט זיינע חשבונות, און טראץ די אלע חששות און פחדים וואס די עלטערן האבן געהאט אז דאס ארבעטן אין יענעם קעמפ וועט איהם שאטן און שטערן פון שידוכים, איז דאס גאר געווען די קוואל פון זיין ישועה, פון דארט האט ער זוכה געווען צו זיין זיווג הגון מיט וועמען ער האט בסייעתא דשמיא אויפגעשטעלט א בית נאמן בישראל אויף אלע אידן געוואונטשן.

יעצט צוריק צו די ערשטע האלב פון די מעשה וועלכע מיר ווילן נוצן אלס א משל צו דערהערן אונזער נקודה; ווען מיר קלערן אריין אין די טענות און די סיבות וואס די עלטערן האבן געהאט קעגן דעם געדאנק פון לאזן זייער זוהן גיין אין קעמפ, און די תשובה וואס דער רב האט מכריע געווען אין דעם נושא, שטעלט זיך ארויס אז דער רב האט באמת נישט מחדש געווען קיין שום חידוש, ווייל אז מ'טראכט גוט אריין און מען צונעמט ריכטיג די צדדים פון די מעשה, איז עס כמעט א מילתא דפשיטא, א זעלבסט פארשטענדליכע זאך אז א איד טאר זיך נישט אריינלאזן אין א רוחניות'דיגע סכנה און א גאנץ זיכערע ירידה צוליב זייטיגע חשבונות. א איד דארף אלעמאל טוהן וואס איז ריכטיג און וואס עס איז דער רצון השם, אפגעזעהן זיינע אייגענע ווייטע חששות וואס קענען אפשר ארויסקומען פון דעם. נאר וואס דען, די זארגנדיגע הארץ פון עלטערן לאזט זיך אריין אין חשבונות און אין א פחד אז דאס וועט איהם שטערן אין די צוקונפט, און ממילא ווערט דער מענטש פארבלענדט מיט פארשידענע מחשבות וואס לאזן איהם נישט טראכטן גראד. אבער אויב א מענטש וואלט געקענט באזייטיגן אלע אייגענע נגיעות און חשבונות וואס דאַכטן זיך איהם אז זיי זענען גוטע סיבות איהם אפצוהאלטן פון טוהן וואס איז ריכטיג, וואלט ער אליינס איינגעזעהן דעם אמת און געוואוסט וואס דער אייבישטער וויל באמת ער זאל טוהן.

ווי דערמאנט, האבן מיר דאס בלויז גענוצט אלס א קליינע ביישפיל, און אָן אריינצוגיין אין אלע דעטאלן און ויכוחים פון יענע געשיכטע. למעשה קען עס יעדער מענטש טרעפן ביי זיך אליין גאר אסאך, עס איז א כלל און א פאַקט אז דער 'עבר' און דער 'עתיד' שטערן אונז כסדר אינעם יעצטיגן הוֹוֶה. דאס הייסט, א מענטש מאכט פלענער אויפן עתיד, און ער רעדט זיך איין אז מארגן וועט ער ליידן צוליב דעם וואס ער טוט היינט, און דאס האלט איהם צוריק פון מאכן די ריכטיגע החלטה. און די זעלבע זאך שלעפט ער מיט מחשבות פונעם עבר, אז אין די פארגאנגענהייט ווען ער האט נאר פראבירט זיך צו נעמען אין די הענט אריין האט ער נישט מצליח געווען, און ממילא וועט ער יעצט אוודאי אויך נישט מצליח זיין. פיל מיט אזעלכע זייטיגע סארט חשבונות וואס ווירבלען אין קאפ, זיי האלטן אפ דעם מענטש און שטערן איהם פון מצליח זיין.

אויב דער אייבישטער וויל פון אונז אז מיר זאלן טוהן א געוויסע זאך, איז נישט דא קיין שום מקום צו טראכטן וואס וועט זיין מארגן און וואס איז געווען נעכטן, מיר זענען דא בלויז פאר איין ציל, צו טוהן דער רצון השם! און ווען עס קומט צו פאלגן דעם אייבישטער מאכט מען נישט קיין חשבונות. יעצט, אוודאי מיינט דאס נישט אז א מענטש זאל טוהן נארישע זאכן און מאכן ווילדע החלטות אלעס צוליב "ווייל מ'דארף נישט טראכטן וואס גייט זיי מארגן"... אבער אויב דער אייבישטער פארלאנגט באמת פון אונז א געוויסע זאך היינט, און ס'איז קלאר אז דאס איז די ריכטיגע שריט צו נעמען, דעמאלטס דארף מען זיך גוט מתבונן זיין, טראכטן איין מאל און נאכאמאל, ביז מ'וועט ארויסהאבן קלאר דעם גאנצן ענין, און אליינס פארשטיין און מברר זיין אז מיין פחד וואס איך האב אז מארגן וועל איך דערלייגן לכבוד דעם, דאס איז א אומזינסטע שרעק, עס איז בלויז א עצת היצר מיך אפצוהאלטן פון נישט וועלן טוהן וואס דער אייבישטער וויל פון מיר יעצט.

א חשוב'ער מגיד האט אמאל געזאגט, ווען א איד פאָדערט פון זיך, און ער פרעגט זיך די שאלה "וואס וויל דער רבוש"ע פון מיר היינט?", דארף ער פשוט זעצן די ווערטער אנדערש, "וואס וויל דער רבוש"ע פון מיר?, היינט!", דער אייבישטער וויל פון דיר דעם היינטיגן טאג, דעם יעצט, די הווה אין וואס דו געפונסט זיך! דער אייבישטער וויל אז דו זאלסט נישט זיין פארנומען מיט נארישע חשבונות פון מארגן און נעכטן, דער אייבישטער וויל אז דו זאלסט אויסנוצן דעם היינט, דו זאלסט מאכן די ריכטיגע החלטה און די ריכטיגע טויש, אפילו אויב נעכטן ביסטו אדורכגעפאלן, און אפילו אויב נעכטן איז עס אנגעקומען שווער, און אפילו אויב דו האסט מורא אז מארגן וועט עס זיין שווער פאר דיר אנצוהאלטן, דאָך וויל השי"ת פון דיר דעם היינט. שטארק זיך און שפרינג אריין צו טוהן דעם רצון ה' און דעמאלטס וועסטו שוין אליינס זעהן ווי דו וועסט זוכה זיין צו סייעתא דשמיא, דו וועסט זוכה זיין צו דעם הבא ליטהר מסייעין אותו, פון הימל וועט מען שוין מסדר זיין אלע פראבלעמען.

און דעם יסוד דארפן מיר האלטן פאר די אויגן אלעמאל, די היינטיגע טאג איז דאָך אזא טייערע מתנה, אזא געלעגנהייט, אזא עת רצון וואס מיר קענען אויסנוצן צו טוהן גוטס; צו זאל עס זיין לערנען, דאווענען, טוהן חסד, תיקון המידות, ס'איז דא אזויפיל גוטע זאכן וואס מ'קען אויפטוהן יעדן איינציגסטן טאג, דער מענטש דארף נאר האבן די קוראזש און מאכן די ריכטיגע החלטה אז איך גיי יעצט טוהן אזוי און אזוי, ווייל אזוי וויל דער אייבישטער פון מיר. אבער אנשטאט דעם קומט אלס דער יצר הרע צו גיין מיט זיינע מכשולות, דער יצר הרע דערמאנט פארן מענטש "נעה, דאס איז נישט פאר דיר, דו האסט דאָך שוין אזויפיל מאל פראבירט אין די פארגאנגענהייט און דו האסט דאָך געזעהן אז ס'גייט באמת נישט"... אדער ער הייבט איהם אָן איינצורעדן אז יעצט לערנט מען א שווערע מסכתא ביים שיעור, דו וועסט שנעל ארויספאלן, ווארט שוין אויף די קומענדיגע מסכתא, אדער אז אויב דו וועסט אנהייבן דיין פרישע קבלה וועט דאָך דער עולם אוודאי לאכן פון דיר און עס וועט דיר נישט פּאַסן, און ממילא הייב בעסער נישט אָן. און אזוי ווייטער, יעדער ווייסט אז פארן יצר הרע פעלט נישט קיין תירוצים, ער האט פילע זעק מיט תירוצים פון נעכטן און פון מארגן, דער עיקר איז אז דער מענטש זאל נישט אויסנוצן די יעצטיגע געלעגנהייט, די יעצטיגע שעת הכושר ווען ער וואלט געקענט אנהייבן צו טוהן א דבר טוב.

עס איז ממש מעשים בכל יום, כמעט אין יעדן פראבלעם אין וואס א מענטש דערזעהט זיך, אויב וועט ער נישט נעמען קיין באלדיגע החלטה, זיך 'יעצט' צו נעמען אין די הענט אריין און אויסנוצן דעם 'היינטיגן טאג' מאכן א טויש, וועט שוין בדרך כלל גארנישט ווערן דערפון. וויפיל מאל גייט מען אדורך עגמת נפש אדער פארשידענע מיטמאכענישן וואס מ'קען באמת העלפן, אבער אין די מינוט וואס דער מענטש הייבט עס אָן אפצולייגן אויף מארגן און אויף איבער מארגן, דעמאלטס גייט ער שוין גארנישט טוהן דערוועגן, ער וועט זיך צוגעוואוינען דערצו, און ס'וועט שוין בלייבן אזוי. ווייל אז מ'וויל מאכן א טויש, מ'וויל עפעס אויפטוהן, דעמאלטס דארף עס זיין יעצט! הַיוֹם! אִם בְּקֹלוֹ תִשְׁמָעוּ.

דערמיט קומען מיר צוריק צו די מצוה פון ספירת העומר. ווי באקאנט שטייט פונעם אר"י הקדוש זי"ע אז די ימי הספירה זענען טעג פון עבודה און הארעוואניע אויף תיקון המידות, וויבאלד יעדער איד איז זוכה פסח ביינאכט צו באקומען א התעוררות און א דערהויבנקייט פון הימל, מ'גיבט פאר יעדן איינעם גרויסע אוֹרוֹת און מדריגות, אבער דערנאך גייען זיי אוועק, און דער מענטש דארף אליין ארבעטן במשך די ספירה טעג זיי צוריק צו באקומען, יעדן טאג דארף מען זיך פארבעסערן און מתקן זיין נאך א מידה און נאך א מידה, און אזוי איז מען צוריק 'קונה' די אלע גוטע השפעות פון פסח, און מיט דעם קען מען צוגיין צו מתן תורה.

איינס פון די וויכטיגע ענינים וואס מיר לערנען זיך אפ פון די ספירה טעג, איז די חשיבות פון יעדן איינציגסטן טאג באזונדער, ווען א איד שטעלט זיך אוועק ספירה ציילן, און ער זאגט "הַיוֹם יוֹם אֶחָד לָעוֹמֶר, הַיוֹם שְׁנֵי יָמִים לָעוֹמֶר, הַיוֹם שְׁלשָׁה יָמִים" און אזוי ווייטער, איז ער מַדגיש און זאגט ארויס מיט'ן מויל אז עס איז א היינטיגע טאג, הַיוֹם יוֹם! יעדן טאג איז ממש א נייע אוצר, און יעדן טאג האט א באזונדערע חשיבות און באזונדערע השפעות, ווי מיר זאגן אינעם נוסח פון רבונו של עולם נאך ספירה ציילן שֶׁבִּזְכוּת סְפִירַת הָעוֹמֶר שֶׁסָפַרְתִּי הַיוֹם יְתֻקַן מַה שֶׁפָּגַמְתִּי בִּסְפִירָה... וְאֶטָּהֵר וְאֶתְקַדֵּשׁ בִּקְדֻשָּׁה שֶׁל מַעְלָה וְעַל יְדֵי זֶה יֻשְׁפַּע שֶׁפַע רַב בְּכָל הָעוֹלָמוֹת וּלְתַקֵּן אֶת נַפְשׁוֹתֵינוּ וְרוּחוֹתֵינוּ וְנִשְׁמוֹתֵינוּ מִכָּל סִיג וּפְגַם, ס'איז נישט פשוט, אין די טעג קען מען זוכה זיין צו א קְדֻשָּׁה עֶלְיוֹנָה, צו א שֶׁפַע רַב בְּכָל הָעוֹלָמוֹת, עס קערן זיך איבער וועלטן און עס גיסן זיך השפעות פון אויבן, מ'קען מתקן זיין גרויסע תיקונים דורך די סְפִירַת הָעוֹמֶר שֶׁסָפַרְתִּי הַיוֹם, דורך מיין עבודה און מיינע מצוות פונעם היינטיגן טאג.

אזוי אויך האט יעדן טאג איר ספעציעלע מידה, עס איז דא חסד, גבורה, תפארת, חסד שבחסד, גבורה שבחסד, און אזוי ווייטער, עס ווערט צוטיילט אויף שטיקלעך, יעדן טאג האט זיך אירע ענינים און אייגנארטיגע זאכן וואס מ'קען פאררעכטן און זוכה זיין דווקא אין דעם טאג.

פארשטייט זיך אז דאס דארף געבן א שטיקל ציפ אין הארצן, עס דארף ברענגן התבוננות ביים מענטש, וויאזוי זעהט טאקע אויס מיין "הַיוֹם יוֹם"? האב איך אויסגענוצט דעם היינטיגן טאג ווי עס דארף צו זיין?, מארגן קומט דאך שוין א נייע מידה, און דעמאלטס דארף מען שוין האלטן ביים קומענדיגן שטאפל, היינט קען מען נישט טוהן וואס מ'דארף טוהן מארגן, און מארגן קען מען נישט טוהן וואס מ'האט געדארפט טוהן היינט.

אוודאי טאר מען נישט ווערן צובראכן און בעצבות דערפון, אזויווי מיר האבן שוין גערעדט דערפון באריכות, א איד דארף וויסן און גלייבן אז מ'קען אלעמאל מתקן זיין, און ביז די לעצטע מינוט איז קיינמאל נישט צו שפעט, אבער סוף כל סוף האט יעדן טאג א אייגענע אויפגאבע און א אייגענע תכלית און ס'איז א שאד צו פארפּאַסן.

און דאס לערנט אונז די תורה הקדושה מיט די צוויי חלקים פון די מצוה, וואס מיר האבן אויבן דערמאנט באריכות אז עס איז א מחלוקת אויב די מצוה פון ספירה איז איין גרויסע מצוה, אדער עס איז אסאך קליינע מצוות צוזאמען. און דער תירוץ איז, ביידע זענען ריכטיג! אמת טאקע אז די שאיפה פון א איד דארף זיין אנצוקומען צו 'איין גרויסע שלימות' און מ'מוז לעבן מיט'ן גרעסערן בילד פון "שֶׁבַע שַׁבָּתוֹת תְּמִימֹת תִּהְיֶינָה" און מאכן א פלאן אז איך וויל אנקומען ווייט, איך וויל אויפטוהן אסאך און אלעס מתקן זיין, מיין ציל איז צו גרויסקייט, קונה זיין וואס מער. אבער דער וועג אנצוקומען אהין איז נאר דורך "תִּסְפְּרוּ חֲמִשִׁים יוֹם" מ'דארף איינצעלנע טעג, טאג נאך טאג, קליינע טריט וואס זענען נישט ממש פארבינדן איינס מיט די אנדערע, יעדן טאג איז א אייגענע דערגרייכונג און א אייגענע מצוה פאר זיך.

און טאקע דערפאר, קען מען זאגן בדרך רמז, אויב א איד האט פארגעסן צו ציילן איין נאכט, הייסט מען איהם ווייטער ציילן (לויט געוויסע שיטות ציילט מען ווייטער אפילו מיט א ברכה), ווייל אפילו מיט'ן בליק פון תְּמִימֹת תִּהְיֶינָה, אפילו מיט'ן ציל און שטרעבן פון איין גרויסע שלימות, דארף מען נאך אלס וויסן און געדענקן אז ס'איז צוזאמגעשטעלט פון תִּסְפְּרוּ חֲמִשִׁים יוֹם, פון קלענערע און באזונדערע טיילן, וואס יעדע איינס פון זיי איז וויכטיג און ס'פעלט זיך אויס פאר די גרויסע הצלחה, און מ'טאר דאס נישט פארפאסן. אויב נעכטן האט נישט געטויגט מיינט נאכנישט אז היינט וועט נישט טויגן, מ'דארף יעדן טאג נעמען אין באטראכט און אנערקענען פון דאסניי די גרויסע מתנה און געלעגנהייט וואס מיר פארמאגן דערמיט, און עס פראבירן אויסצונוצן די בעסטע וואס מ'קען. און אז מ'איז מחשיב יעדן טאג באזונדער, יעדע טריט, יעדע רִיר פאָראויס, וועט מען בעזר ה' זוכה זיין אנצוקומען צום גרויסן מטרה און תכלית פון עבודת השי"ת און תיקון המידות.

און אפשר קענען מיר שפינען דעם געדאנק אביסל ווייטער, און געפונען א טרעפליכן רמז אין דעם ענין. חכמינו ז"ל דערציילן אונז אז ס'איז געווען א גרויסע ויכוח צווישן די חכמים און די צדוקים בנוגע די זמן פונעם מצות העומר. אין אונזער פרשה שטייט די מצוה פון ברענגן די מנחת העומר אינעם צווייטן טאג פסח, דאס איז געווען א ספעציעלע קרבן מנחה וואס מען דארף ברענגן אין בית המקדש פון די נייע גערשטן וואס זענען יעצט געוואקסן. יעצט, אין די תורה שטייט וְהֵנִיף אֶת הָעֹמֶר לִפְנֵי ה'... מִמָחֳרַת הַשַׁבָּת וגו', וואס די חכמים האבן מקבל געווען אז דאס מיינט צומארגענס פונעם ערשטן טאג יום טוב פסח (אין ארץ ישראל איז נאר דא איין טאג יום טוב) כאטש עס שטייט נישט בפירוש מִמָחֳרַת הַפֶּסַח, דאָך זאגן אונז די חכמים אז "שַׁבָּת" וואס שטייט דא מיינט פסח. דעריבער פלעגט מען אלעמאל גיין שניידן די גערשטן תיכף מוצאי דעם ערשטן טאג פסח, ווייל דאס איז די זמן המצוה לויט די חכמים, און אין די זעלבע נאכט הייבט מען אָן צו ציילן ספירת העומר אזויווי עס שטייט אין פסוק וּסְפַרְתֶּם לָכֶם מִמָּחֳרַת הַשַׁבָּת מִיּוֹם הֲבִיאֲכֶם אֶת עֹמֶר הַתְּנוּפָה.

עס זענען אבער געווען די גרופעס פון צדוקים און בייתוסים וואס האבן זיך געקריגט מיט די חכמים און האבן געהאט פארקרומטע פשטים אין די תורה, און זיי האבן געהאלטן אז מ'דארף טייטשן דעם פסוק כפשוטו, אז "מִמָחֳרַת הַשַׁבָּת" מיינט זונטאג, צומארגענס פון שבת. און ממילא קומט אויס לויט זיי אז מ'שניידט נאר די תבואה מוצאי שבת, און פון דעמאלטס הייבט מען אָן צו ציילן ספירה, לויט זיי האט מען געדארפט ווארטן ביז מוצאי שבת חול המועד פסח און דעמאלטס הייבט זיך אָן די מצוה פון עומר. לויט די צדוקים ציילט מען שֶׁבַע שַׁבָּתוֹת תְּמִימֹת מיט א מורא'דיגע פונקטליכקייט, ס'איז געווען זיבן גאנצע וואכן, אנגעהויבן פון מוצאי שבת, און געענדיגט זיבן וואכן שפעטער, ווען די לעצטע טאג פון ספירה איז שבת, און מוצאי שבת איז דער יום טוב שבועות.

חז"ל דערציילן טאקע אז דעריבער ווען מ'איז געגאנגען שניידן די תבואה מוצאי דעם ערשטן טאג פסח, האט מען דאס בדווקא געמאכט מיט א גרויסע עֵסֶק און א פִּרְסוּם, כדי צו ווייזן אז די חכמי ישראל זענען גערעכט און די ריכטיגע זמן צו שניידן די תבואה איז מוצאי יום טוב, אנדערש ווי די צדוקים וואס האלטן אז עס איז נאכנישט די ריכטיגע צייט, און דעריבער זענען אידן געקומען צו שטראמען פון אלע זייטן, די מענטשן פון די ארומיגע שטעט זענען געקומען צו קענען צוקוקן פון די נאנט וויאזוי מ'גייט שניידן די תבואה פארן עומר. און נאך פארשידענע אינטערסאנטע זאכן פלעגט מען דעמאלטס טוהן, אלעס כדי "להוציא מלבן של צדוקים", צו ווייזן אז מיר טוען ווי די חכמים און נישט ווי די צדוקים.

עס קען זיין אז די שיטה פון די צדוקים איז מרמז, אז די ספירת העומר דארף זיך אנהייבן דווקא מִמָחֳרַת הַשַׁבָּת, צומארגענס פון שבת קודש, וואס שבת קודש איז הייליג פון הימל, שבת האט נישט צוטוהן מיט אונזער עבודה, ס'איז נישט קיין זאך וואס מיר קענען מקדש זיין, שבת ווייזט אויף שלימות און העכערקייט. ווייל דער יצר הרע גיבט נישט אפ קיין חשיבות פאר אונזער עבודה, פאר אונזער הארעוואניע, אונזערע קליינע טריט פון 'איתערותא דלתתא' וואס מיר פראבירן אליינס צו דערגרייכן מיט אונזער קליינע יגיעה. און דערפאר טאקע איז האבן די צדוקים געלייגט געוויכט אינגאנצן נאר אויפן "תְּמִימֹת תִּהְיֶינָה" אז עס זאל זיין מיט די גרעסטע מאָס פונקטליכקייט, זיבן גאנצע וואכן וואס הייבן זיך אָן זונטאג און ענדיגן זיך מיט א שבת, ווייל ביי זיי עקזיסטירט בכלל נישט די טאג טעגליכע עבודה פון טאג נאך טאג און טריט נאך טריט, וואו דער מענטש פראבירט און ארבעט צו מאכן א שינוי לטובה, און שטרענגט זיך אָן אויסצונוצן דעם היינטיגן טאג ווי עס דארף צו זיין.

דאגעגן די הייליגע חכמים לערנען אונז, אז ספירה ווענדט זיך דווקא אין יום טוב און נישט אין שבת, וואס מיר לערנען אין אונזער פרשה מוֹעֲדֵי ה' אֲשֶׁר תִּקְרְאוּ אֹתָם מִקְרָאֵי קֹדֶשׁ, עס שטייט די ווארט "אֹתָם" אָן א ו', און חז"ל דרש'ענען כאילו ס'וואלט געשטאנען "אֲשֶׁר תִּקְרְאוּ אַתֶּם" אז דאס באשטימען די צייט פאר די ימים טובים איז אינגאנצן איבערגעגעבן אין אייערע הענט, אין די הענט פון כלל ישראל, און ווען די אידן באשטימען אז ס'זאל זיין ראש חודש אדער יום טוב, וועט אזוי זיין, "אַתֶּם - אפילו בשוגג, אפילו במזיד, און אפילו בטעות" דער כוח איז שטענדיג אין אונזערע הענט אין יעדן מצב.

ווייל דאס איז די מהות פון די ימי הספירה, יא אונזער קליינע מענטשליכע עבודה, אונזער טאג טעגליכע מלחמה מיט אונזער אייגענע פלאג און מיה. עס מוז נישט זיין אזא שלימות'דיגע בילד פון "תְּמִימֹת תִּהְיֶינָה" וואס הייבט זיך אָן באלד אנהייב וואך, אדרבה, מ'קען אריינשפרינגן סיי וועלכע טאג ס'געפאלט נאר אויס, נישט קיין חילוק ווען און וואס, דער עיקר איז אז דער איד ווייסט און אנערקענט אז דער רבונו של עולם וויל פון מיר דעם היינט! דעם יעצט! און יעדן טאג איז א הערליכע דערגרייכונג פאר זיך.
און דאס איז די ריכטיגע "תְּמִימֹת תִּהְיֶינָה", ווען א איד גייט טאקע מיט די מידת התמימות, ווי רש"י זאגט אויפן פסוק (דברים י"ח) תָּמִים תִּהְיֶה עִם ה' אֱלֹקֶיךָ "התהלך עמו בתמימות ותצפה לו ולא תחקור אחר העתידות", א איד דארף גיין בתמימות נאכן אייבישטער און זיך נישט זארגן וואס וועט זיין מארגן!. ווייל ווילאנג מ'שלעפט זיך ארום מיט די הויפענעס פון חשבונות אז נעכטן איז נישט גוט געווען, אדער אז מארגן וועט ח"ו נישט טויגן, דעמאלטס קומט מען אין ערגעץ נישט אָן, אבער אז מ'הייבט אָן מחשיב צו זיין יעדן איינציגסטן טאג באזונדער און מ'שפרינגט אריין צו טוהן וואס מ'קען גוטס אינעם היינטיגן טאג, אפגעזעהן וואס איז אלס געווען אמאל און וואס עס קען אלס געשען אין די צוקונפט, דעמאלטס איז מען זוכה באמת מתקן צו זיין און אויפצוטוהן, און בעזר ה' אנקומען צום ריכטיגן שלימות פון תְּמִימֹת תִּהְיֶינָה, און מיט א ריכטיגע הכנה צו קבלת התורה.

לסיכום געדענק:
• השי"ת וויל פון אונז דעם היינטיגן טאג, דעם יעצט, די הווה אין וואס מיר געפינען זיך! מאַך נישט קיין חשבונות פון מארגן און נעכטן.
• ווען מ'וויל מאכן א טויש מוז עס זיין א באלדיגע החלטה, זיך 'יעצט' צו נעמען אין די הענט אריין און אויסנוצן שוין דעם היינטיגן טאג.
• ספירת העומר לערנט אונז אז די שאיפה פון א איד דארף זיין אנצוקומען צו שלימות און גרויסקייט, אבער דער וועג אנצוקומען אהין איז נאר דורך קליינע טריט פון טאג נאך טאג.

א לעכטיגע שבת קודש!

זיך איינצושרייבן צו באקומען די "מיט א טיפערן בליק"
דורך אי-מעיל בעז"ה tiferenblik@gmail.com

דער אשכול פארמאגט 1 תגובה

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר