בהר - מאך נישט קיין געטשקע!

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
א שעפעלע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 370
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 9:19 am
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 162 מאל

בהר - מאך נישט קיין געטשקע!

שליחה דורך א שעפעלע »

שטייענדיג אין פרשת בהר, די פרשה וואס איז עוסק אין די מצוה פון שמיטה און יובל, אז א איד מעג נאר ארבעטן זעקס יאר אין זיין פעלד, אבער אין די זיבעטע יאר איז אלעס הייליג, אלעס דארף רוען, וְשָׁבְתָה הָאָרֶץ שַׁבָּת לַה'.

דאס זעלבע איז ווען עס קומט יובל, אינעם פופציגסטן יאר טאר מען גארנישט טוהן אין די פעלדער, און נאכמער, אלע פעלדער קערן זיך צוריק צו די אלטע בעלי בתים וואס האבן עס אמאל פארקויפט, די עבדים וואס זענען געבליבן ביי זייערע האַרן נאך די זעקס יאר וואס די תורה באשטימט פאר אן עבד עברי, ווען עס קומט צו גיין יובל גייען זיי אלע ארויס לחירות, וְקִדַשְׁתֶּם אֵת שְׁנַת הַחֲמִשִּׁים שָׁנָה וּקְרָאתֶם דְּרוֹר בָּאָרֶץ לְכָל יֹשְׁבֶיהָ וגו' וְשַׁבְתֶּם אִישׁ אֶל אֲחֻזָּתוֹ וְאִישׁ אֶל מִשְׁפַּחְתּוֹ תָּשֻׁבוּ, יובל איז א צייט פון 'דְרוֹר' א צייט פון פרייהייט און חירות, א צייט ווען יעדער קערט זיך צוריק צו זיין אייגענע משפחה, און יעדער איינער גייט צוריק אריין אין זיין געוועזענעם פעלד, זיין אמאליגע ארבטייל.

און אזוי איז די תורה הקדושה מאריך אין נאך פארשידענע דינים וואס האבן א שייכות מיט יובל, דינים פון א מענטש וואס פארקויפט א פעלד אדער א הויז, אדער ער איז עס מקדיש פאר הקדש, ביז ווען מ'קען עס אויסלייזן, און אזוי ווייטער.

אבער ווען מיר כאפן א בליק אינעם סוף פון אונזער פרשה, געפונען מיר צוויי פסוקים וואס זעהן אויס ווי גאנץ נייע ענינים, זאכן וואס האבן נישט אזוי ווייט קיין שייכות מיט די מצוות און ציוויים פון ביז אהער. די תורה הקדושה באפעלט אונז: לֹא תַעֲשׂוּ לָכֶם אֱלִילִם וּפֶסֶל וּמַצֵבָה לֹא תָקִימוּ לָכֶם וְאֶבֶן מַשְׂכִּית לֹא תִתְּנוּ בְּאַרְצְכֶם לְהִשְׁתַּחֲוֹת עָלֶיהָ כִּי אֲנִי ה' אֱלֹקֵיכֶם, אז א איד טאר נישט מאכן קיין עבודה זרה און א געטשקע אויף סיי וועלכע אופן, מ'טאר נישט מאכן א געשטאלט אדער א מצבה עס צו דינען, און אויך נישט אויסלייגן שטיין אויף דער ערד זיך צו ביקן דעראויף בפישוט ידים ורגלים, מיט אויסגעשפרייטע הענט און פיס (א זאך וואס מ'האט נאר געמעגט טוהן אין בית המקדש).

און צום לעצט געפונען מיר דעם פסוק מיט וואס די פרשה ענדיגט זיך, "אֶת שַׁבְּתֹתַי תִּשְׁמֹרוּ וגו' אֲנִי ה'". וואס לכאורה דארף מען פארשטיין וואס איז די שייכות פון די צוויי ענינים דא אהער צו פרשת בהר.

אינעם פריערדיגן שיעור האבן מיר בסייעתא דשמיא אסאך ארומגערעדט איבער די נושא אז צומאל ווערט א מענטש געשטערט דורך זיין עָבר אדער דורך זיין עתיד. דאס הייסט אז וויבאלד ער טראגט זיך ארום מיט שווערע זכרונות פון זיין פארגאנגענהייט, עס ליגט איהם נאך אין מויל די ביטערע טעם פון זיינע דורכפעלער, דעריבער שטערט עס איהם יעצט זיך צו וועלן נעמען אין די הענט אריין און טוהן גוטע זאכן. און די זעלבע איז אויך ווען א מענטש מאכט צופיל חשבונות בנוגע דעם צוקונפט, ער זארגט זיך וואס וועט זיין מארגן, וויאזוי וועט ער אויסקוקן, וואס וועלן מענטשן זאגן, וכדומה, און ממילא וויל ער זיך נישט אנגארטלען יעצט מיט שטארקייט און טוהן וואס איז ריכטיג.

אבער אצינד לאמיר אויסשמועסן און צולייגן א דריטע נקודה וואס האלט אפ זייער אסאך מענטשן פון אנקומען צו זייער הצלחה, וואס דאס איז, די בילד וואס דער מענטש האט זיך אוועקגעשטעלט ביי זיך אין קאפ אז "אזוי וויל ער זיין!", ער האט זיך אליינס באשטימט א געוויסע שאיפה אדער א ציל וואס ער האלט איז פאסיג פאר איהם, ער האט זיך אריינגעפּאַסט אין א געוויסע פונקטליכע ראַם (frame) וואו ער האלט אז דארט באלאנגט ער, און פון דארט און ווייטער מוז אלעס פאָרן גענוי וויאזוי ער וויל, אלעס מוז שטימען הערליך מיט'ן בילד, און ער איז נישט גרייט זיך אוועק צו רירן פון יענעם פלאץ. ממילא, אין די מינוט וואס זאכן גייען נישט ווי געפלאַנט, ווערט דער מענטש אינגאנצן צעווארפן, ער קען זיך נישט ספראווענען דערמיט, ער גיבט זיך נישט קיין עצה, ווייל 'זיין' פונקטליכע פלאן און ווילן איז אדורכגעפאלן.

דאס זעהט מען סיי אין רוחניות און סיי אין גשמיות. וויפיל מאל מאכט זיך אז א בחור האט באשלאסן אז ער באלאנגט דווקא אין יענע אויסגערופענע ישיבה, און 'נאר' דארט קען ער מצליח זיין, אדער ווען א כולל יונגערמאן שטופט זיך צו לערנען דווקא צו א געוויסע לימוד אדער א געוויסע מקצוע, ווייל ער פארשטייט אז ער מוז אויסוואקסן א דיין, און עפעס אנדערש קומט נישט אין באטראכט. און אזוי קען מען מאריך זיין מיט צענדליגע דוגמאות, ווען מענטשן מאכן זיך א געוויסע ציל און א תכלית, וואס איז לַאו דווקא א טובה פאר זיי, ס'איז שטארק מעגליך אז ס'איז בכלל נישט געאייגענט פאר זיי, און אסאך מאל איז עס קלאר און אָפן אז דער פלאן איז נישט גוט, ס'איז נישט רעאליסטיש, ס'איז נישט אויסגעהאלטן, אבער עס איז נישט דא צו וועמען צו רעדן, ווייל דער מענטש ווערט פארהארטעוועט מיט אן עקשנות און וויל זיך נישט אוועקבייגן פון זיין פון פאָראויס-באשטימטע פלאן.

אזוי אויך איז עס מעשים בכל יום בגשמיות, א מענטש מאכט זיך אמאל א פלאן איבער עפענען א געוויסע ביזנעס, אדער משקיע זיין אין א געוויסע זאך, אפילו אויב יעדער ארום איהם זעהט קלאר און פארשטייט אז ס'איז נישט גוט פאר איהם, עס האט נישט קיין שאנס מצליח צו זיין, און אפילו ווען גרעסערע און קלוגערע פון איהם, מענטשן מיט מער ערפארונג ווי איהם, קומען איהם זאגן אז ס'טויג נישט, זענען זיינע אויערן פארשטאָפט פון הערן וואס מ'זאגט איהם, ווייל ער האט דאָך שוין אפגעמאכט ביי זיך אנדערש.

דערהערן מיר דא א טיפע דערהער, אמאל קען א מענטש אליינס זיין דער גורם ח"ו אפצוהאלטן זיין אייגענע הצלחה, און גארנישט צו טוהן מיט א פאַקט וואס האט אמאל פאסירט אינעם פארגאנגענהייט, אדער צוליב עפעס וואס קען באמת פאסירן שפעטער, נאר בלויז צוליב זיינע 'דמיונות' וואס ער האט אלס געהאָפט און געטראכט, און לכבוד דעם לאזט ער זיך נישט מצליח זיין, ווייל עס שטימט נישט מיט זיין הַוה-אמינא.

דער צדיק הרה"ק רבי מענדל'ע ווארקער זי"ע האט אמאל געטייטשט די לשון המשנה אין פרקי אבות "וְלֹא עַם הָאָרֶץ חָסִיד", אויב א מענטש איז א עַם הָאָרֶץ, ער איז א פאלק פון א געוויסע לאנד אדער א געוויסע פלאץ, דאס הייסט אז ער איז מקושר און פארבינדן צו עפעס אן אָרט, און ער טענה'ט אז דווקא ווען ער געפונט זיך אויף 'יענע' פלאץ, דארט קען ער דינען דעם אייבישטער, אבער וויבאלד יעצט איז ער נישט דארט ווי ער באלאנגט, ממילא איז איהם שווער דא צו דינען דעם אייבישטער, אזא איינער קען נישט זיין קיין חסיד. "מ'קען נישט זיין קיין ערליכע איד אויב עס קומט מיט פארשידענע תנאים"; אויב איך וואלט זיך ווייניגער געדארפט פלאגן פאר פרנסה, דעמאלטס וואלט איך געהאט א רואיגע קאפ צום לערנען, אבער אין מיין יעצטיגע מצב קען איך פשוט נישט, אויב איך וואלט נאר געהאט א אייגענע דירה, אויב מיין ווייב און קינדער וואלטן נאר געווען אנדערש, אויב איך וואלט פארמאגט כך וכך, און אזוי ווייטער. א מענטש קען האבן ביי זיך א גאנצע רשימה פון פארשידענע פארלאנגן, וואס ווען נישט דעם 'וואלט' ער געקענט דינען דעם אייבישטער, אבער אין זיין יעצטיגע מצב האלט ער נישט דערביי, אזא איינער איז א עַם הָאָרֶץ, ער איז צוגעבינדן צו די הויז, דאס געלט, די משפחה, ער איז באהאפטן צו 'ארציות' און צו אלע וועלטליכע אומשטענדן ארום איהם, און אזוי קען מען קיין חסיד נישט זיין.

ווי מיר געפונען דער ענין אין אלע ספרים הקדושים, ווען א איד וויל זיין א ריכטיגער 'עובד השם' דעמאלטס דארף ער זיין אינגאנצן בטל ומבוטל צום רצון ה', און וויאזוי דער אייבישטער פירט איהם איז גוט, אפילו ווען ס'איז איהם נישט באקוועם, אפילו ווען ער געפונט זיך נישט אויף 'זיין' אייגענעם פלאץ, ער איז נישט אין דעם מצב אין וואס ער האט געוואלט זיין, עס פעלן איהם פארשידענע זאכן, דאָך קוקט ער נישט אויף גארנישט, נאר ער טוט אלעמאל וואס מען וויל פון איהם יעצט, וואס דער רצון ה' איז לויט זיין יעצטיגע מציאות וועט ער זיך צושטעלן און דאס טוהן, אפילו אויב אין זיין קאפ קלערט ער אז ווען ער וואלט געהאט מער וואלט ער אפשר שענער אויסגעזעהן, אבער וואס זאל מען טוהן אז פון הימל וויל מען אנדערש, אויב פון הימל האט מען איהם געפירט 'דא אהער' וואו ער געפונט זיך יעצט, אויב שטייט ער אין זיין יעצטיגע מצב, מיינט דאס אז דא דארף ער זיין, און מיט אט די כוחות אין די כלים וואס ער פארמאגט 'יעצט', מיט דעם דארף ער דינען דעם אייבישטער. אויב נישט, איז ער א 'עובד את עצמו' ער דינט זיך אליינס, נישט דעם אייבישטער, ווייל אויב איז ער נאר גרייט צו טוהן ווען עס שטימט גוט מיט זיינע רצונות, האט עס נישט מיט'ן רצון השם. א געטרייער עבד לעבט פיר און צוואנציג שעה מיט זיין האַר, ער עסט דארט און שלאפט דארט, און איז גרייט יעדע
סעקונדע אויפצושפריגנן און שטיין גרייט אויפן באפעל פונעם אדון, צו טוהן וואס מ'וויל פון איהם שוין יעצט.

כדי אביסל ברייטער אויסצושמועסן דעם ענין ווי ווייט א מענטש קען האבן א נישט-ריכטיגן בליק דורכ'ן זיך מאכן אייגענע פאלשע שאיפות און פלענער וואו אהין ער וויל אנקומען. לאמיר אייך געבן א שטיקל בליק אין א שמועס אין וואס עס האט אנטייל גענומען א גאר חשוב'ער יונגערמאן, לאמיר איהם אנרופן מיט'ן נאמען ר' יקותיאל.

אויף יקותיאל קען מען זאגן מיט א פולן מויל אז ער איז א ריכטיגער מזכה את הרבים, א צדיק, און אפילו א 'מלאך מושיע' פאר צענדליגע און הונדערטע אידישע שטובער וואס ער האט שוין אויפגעראכטן בעזהשי"ת. ער האט מיט זיינע אייגענע צען פינגער געבויעט א מוסד וואס העלפט ארויס קינדער און בחורים וואס דארפן צוקומען צו הילף, אונטער זיינע געניטע הענט זענען שוין אדורכגעגאנגען אזויפיל טייערע נשמות, זיסע לעכטיגע קינדער וואס האבן נישט זוכה געווען צו די שטערקסטע כשרונות, און זיי דארפן צוקומען צו זייטיגע הילף, צו זאל עס זיין מיט קריאה, הבנה, טעראפי, און נאך פארשידענע זאכן, אין וואס ר' יקותיאל צייכענט זיך ממש אויס, ער איז דער שליח מן השמים שטענדיג צוצושטעלן פאר יעדן קינד די ריכטיגע מענטשן און די נויטיגע הילף וואס ער דארף באקומען. א דאנק איהם האבן שוין הונדערטע אזעלכע קינדער זוכה געווען צו קענען לערנען, דאווענען, פארשטיין, מיטהאלטן סדרי הלימודים, און ווערן א 'מענטש צווישן מענטשן' כאחד האדם צווישן זייערע חברים און קרובים.

הכלל, אמאל זענען געזעצן עטליכע ידידים צוזאמען, ואני הקטן בתוכם, און מ'האט פארברענגט, די שמועס האט זיך געצויגן ארום די גרויסע אויפטואונגען פון ר' יקותיאל, מ'האט גערעדט פון פארשידענע חידושים און זאכן וואס ער האט לעצטענס זוכה געווען אויפצוטוהן אין זיין פעלד פון עסקנות און חסד. מ'רעדט אזוי אפנהארציג און געשמאק, און אינמיטן רופט זיך אָן נישט קיין אנדערער ווי אונזער ר' יקותיאל, און ער גיבט א זאג מיט א אמת'ע קרעכץ "למעשה בין איך א דורכפאל, א געזונטער דורכפאל, קוק וואס איז געווארן פון מיר"...

די אויערן האבן זיך שווער געקענט גלייבן אז זיי הערן ריכטיג. ער? יקותיאל זאל אזוי רעדן?, א איד וואס האט אויף זיין וואגשאל אזויפיל זִיכּוּי הרבים, אזויפיל
גמילות חסדים, און אזויפיל זכותים, ער זאל זאגן אזעלכע ווערטער?. פארשטייט זיך אז מיר זענען אלע געבליבן ערשטוינט, מ'האט נישט געוואוסט אויב מ'זאל לאכן אדער וויינען. אבער ניין, יקותיאל מאכט נישט קיין ווערטל, ער מיינט עס גאר ערנסט...

ער דערציילט ווי ער פערזענליך האט זיך גאר שטארק געמוטשעט פון אלס יונג קינד אין חדר, ער האט געהאט גאר שוואכע כשרונות, ממש א פארשטאפטע קאפ, וויפיל ער האט פראבירט צו לערנען און מיטצוהאלטן, האט ער ממש נישט געקענט. "איך האב אלעמאל געהאפט, כ'האב משתוקק געווען און געדאווענט אז דער אייבישטער זאל עפענען מיין קאפ, איך האב געליינט פארשידענע מעשיות פון צדיקים וואס זענען געהאלפן געווארן נאכן מתפלל זיין און זיך אויסוויינען פארן אייבישטער, איך פלעג אלעמאל חלומ'ען אז ביי מיר וועט אויך פאסירן דאס זעלבע, איך האב געווארט אויף די גרויסע נס, איך האב געטוהן אלע סארטן סגולות און אנגעוואנדן אלע מיטלען, אבער למעשה האט גארנישט געהאלפן, די יארן האבן זיך גערוקט, איך האב חתונה געהאט ב"ה, איך האב גאנץ שנעל איינגעזעהן אז קיין תלמיד חכם וועט שוין פון מיר נישט ווערן", דערציילט ר' יקותיאל מיט א צובראכן הארץ, און ער איז ממשיך, "אזויפיל האב איך יא דעמאלטס באשלאסן, אז איך וועל פראבירן אז אנדערע קינדער זאלן נישט דארפן אדורכגיין און מיטמאכן דאס וואס איך האב געליטן אין מיינע קינדערישע יארן צוליב מיין באגרעניצטע מעגליכקייט, און דעמאלטס האב איך מחליט געווען זיך אריינצולייגן אין דעם פעלד אין וואס איך בין עוסק ביז'ן היינטיגן טאג, צו העלפן און אוועקצושטעלן די אלע קינדער און בחורים וואס מוטשענען זיך מיט פארשיעדנע שוואכקייטן און פראבלעמען"...

איך געדענק נאך ווי זיינע ווערטער זענען געפאלן אויף מיר ווי א דונער אינמיטן א שיינע זוניגן טאג, אזא זאך?! א מענטש וואס האט באוויזן אזעלכע גרויסע זאכן, ער האט שוין אזויפיל אויפגעטוהן, דאָך אבער אין זיין אייגענע געוויסן האלט ער זיך אין איין פייניגן און אראפקלאפן אז ער איז א 'דורכפאל'; איר הערט, נישט מער און נישט ווייניגער, נאר א דורכפאל! און אלעס פארוואס? בלויז צוליב דעם ווייל ער איז נישט געשטיגן א תלמיד חכם, ער איז נישט געוואקסן א דיין אדער א מגיד שיעור אזויווי טייל פון זיינע אנדערע יוגענט פריינט.

איך האב איהם דעמאלטס פראבירט צו ערקלערן מיט דברים היוצאים מן הלב, מיט'ן גאנצן אמת, אז עס איז נישט מעגליך במציאות אז ער איז א דורכפאל, אדרבה, טראכט אליינס אריין אין די ווערטער וואס דו האסט נארוואס געזאגט, דו האסט עס אזוי שיין אויסגעשמועסט אז דו האסט פראבירט און פראבירט, דו האסט אלעמאל געוואלט אויסשטייגן און וואקסן א תלמיד חכם, אבער די נס האט נישט פאסירט, פון הימל האט מען צוריק געהאלטן פון דיר די כשרונות וואס מ'דארף האבן צו פארשטיין לערנען, דאס הייסט אז פון הימל האט מען געהאט פאר דיר א קלארע פלאן וואו דו באלאנגסט, דער אייבישטער האט דיר געשיקט אין א אנדערע ריכטונג, ער האט אויסגעוועלט פאר דיר דיין עתיד, ער האט באשטימט פון פאראויס אין וועלכע פעלד דו דארפסט אנקומען! און אז דו האסט געפאלגט, דו האסט זיך גענומען אין די הענט אריין, און אויפגעבויעט אזא הערליכע אימפעריע וואס באשטייט פון העלפן אידן יעדן איינציגסטן טאג, וויאזוי קען אזא מענטש זאגן אויף זיך די ווארט דורכפאל?! עס איז דאָך קלאר ווי די טאג אז דו האסט באקומען א געוויסע שליחות און א תפקיד פון הימל, און דו פירסט עס אויס הערליך שיין.

טייערע אידן, ווען מיר דערהערן און פארשטייען ריכטיג אז א איד דארף זיך לאזן פירן פון הימל, ער דארף מיטגיין מיט יעדן מצב אזויווי עס איז, און זעהן וואס דער אייבישטער וויל פון איהם לויט זיינע אומשטענדן, און נישט לויט זיינע חלומות און אייגענע רצונות. קומען מיר צוריק צו די פסוקים פון אונזער פרשה, די פרשה וואס הייבט אָן מיט שמיטה און יובל און ענדיגט צו מיט די מצוה פון שבת קודש, וואס זענען אלע איין יסוד. פונקט ווי ווען עס קומט שבת הערט אויף דער מענטש צו ארבעטן, ער טוט גארנישט מער אליינס, דאס זעלבע איז שמיטה און יובל, דער איד גיבט זיך אונטער צום בורא עולם, דער איד הייבט אויף זיינע הענט, ער לייגט אראפ זיינע פעלד געצייג, ער ווייזט אז ער טוט גארנישט, זיין פרנסה קומט נישט צוליב דעם וואס ער ארבעט שווער, נאר ער ווייסט און גלייבט אז אלעס קומט פון דעם אייבישטער'ס ברכה, ווי די תורה זאגט בפירוש וְכִי תֹאמְרוּ מַה נֹאכַל בַּשָּׁנָה הַשְׁבִיעִת, אויב אידן וועלן זיך זארגן וואס וועט מען עסן אין די שנת השמיטה ווען מ'ארבעט נישט, זאגט הקב"ה וְצִוִּיתִי אֶת בִּרְכָתִי לָכֶם בַּשָּׁנָה וגו' איך וועל אריינשיקן די ברכה און עס וועט זיין א שפע.

און דאס איז אויך דער מוסר השכל פון צוריקגעבן אלע פעלדער און ארויסלאזן די קנעכט אום יובל, ווייל דאס קומט דערמאנען דעם מענטש אז מיר זענען אלע 'עראי'
מיר זענען נאר דא צייטווייליג, די גאנצע עולם הזה פארמאגט נישט צו א גרויסע פלאץ אינעם לעבן פון א איד, ווייל א איד איז גענצליך אונטערגעווארפן אונטער די תורה און אונטער דער באשפער, און ווען די תורה הקדושה הייסט צוריקגעבן גיבט ער צוריק, ווייל ער האט נישט קיין אייגענע מיינונג, ער האט נישט קיין אייגענע פלענער, ער רעדט זיך נישט איין אז נאר פון דא קען ער מצליח זיין, ווייל ער ווייסט אז אלעס קומט פון אויבן, און דער אייבישטער איז דער וואס פירט איהם און באשטימט וואס איז גוט פאר איהם.

יובל איז א ענין פון 'חֵירוּת' און פרייהייט, דער מענטש ווערט באפרייט פון אלע וועלטליכע חשבונות, ער דערהייבט זיך העכער ווי זיין גשמיות'דיגע צושטאנד אויף די וועלט, ער ווערט נענטער צום רצון השי"ת, ער ווערט מער בטל צום אייבישטער, און ווייניגער צוגעבינדן צו זיינע נכסים און קנינים וואס ער האט אין עולם הזה. ווי עס שטייט אין פסוק די לשון וּקְרָאתֶם דְרוֹר בָּאָרֶץ, אז יובל דארף מען אויסרופן פרייהייט אין לאנד, "דרור" איז טייטש פרייהייט, און ווי רש"י ערקלערט אז דאס איז א לשון פון 'דירה' און וואוינונג, ווייל א פרייע מענטש קען וואוינען און זיך דרייען וואו ער וויל, און ער איז מער נישט קיין קנעכט וואס דארף זיין אונטער די רשות פון זיין האַר. וואס ווי מיר שמועסן באדייט דאס אז דער מענטש הערט אויף צו טראכטן אז 'ווען איך וואלט געוואוינט דא' אדער 'אויב איך וואלט זיך נאר געפונען דארט און דארט', נאר אדרבה, ער ווערט א בן חורין, ער ווערט א פרייע מענטש וואס קען וואוינען וואו עס זאל נאר זיין, ס'איז נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב ער געפונט זיך, ער ווייסט אז איבעראל קען מען דינען דעם אייבישטער, און אויף יעדן אופן איז מעגליך צו געפונען א לעכטיגקייט און טוהן וואס איז ריכטיג.

אין ספר מי השילוח פון הרה"ק רבי מרדכי יוסף פון איזביצא זי"ע שטייט אט דעם גאנצן יסוד אויפן פסוק וואס מיר האבן פריער דערמאנט, לֹא תַעֲשׂוּ לָכֶם אֱלִילִם
וּפֶסֶל וּמַצֵבָה לֹא תָקִימוּ לָכֶם וְאֶבֶן מַשְׂכִּית לֹא תִתְּנוּ בְּאַרְצְכֶם לְהִשְׁתַּחֲוֹת עָלֶיהָ, דער איזביצער זי"ע טייטשט אויס אז די אלע סארטן עבודה זרה'ס וואס ווערן דערמאנט דא אינעם פסוק, אז דאס זענען אלע מרמז אויף פארשידענע פאלשע אופנים און יסודות וואס א מענטש שטעלט אוועק ביי זיך, ער מאכט אפ אז אזוי וויל ער דינען דעם אייבישטער, און מען דארף וויסן אז צומאל גרעניצט זיך עס מיט עבודה זרה ממש ח"ו.

און צווישן זיינע ווערטער זאגט דער מי השילוח ווי פאלגענד: ומצבה הוא עקשות, שתגמור בדעתך במצב הזה אני רוצה בדווקא, וכך ישר בעיני, אין לך רשות לבחור בזה... ואבן משכית נקרא בפישוט ידים ורגלים, שלא יאמר האדם אם יהי כך לא אוכל לחיות... ווען די תורה הקדושה זאגט אז א איד טאר נישט מאכן א 'מַצֵבָה' מיינט דאס צו זאגן אויף די מידה פון עקשנות; מצבה איז א לשון פון זיך 'אוועקשטעלן' און אויך א לשון פון 'מצב', דאס הייסט דער איד קלויבט זיך אויס א געוויסע מצב, ער שטעלט אוועק ביי זיך אז אזוי און אזוי דארף זיין לעבן אויסקוקן כדי ער זאל קענען דינען דעם אייבישטער. אבער אויב די מצב גייט נישט ווי ער וויל, ס'האט זיך אויסגעשטעלט אנדערש ווי זיין שטרעבן, דאן ווערט ער אינגאנצן פארלוירן, ער דינט שוין נישט דעם אייבישטער ווי עס דארף צו זיין, ווייל עס איז דאָך נישט ווי יענער מצב וואס ער האט זיך פארגעשטעלט.

די זעלבע זאך איז מיט די נעקסטע איסור פון 'אֶבֶן מַשְׂכִּית' וואס ווי געזאגט דרש'ענען חז"ל אז מ'טאר נישט אויסלייגן אויפן ערד א שיכט פון שטיין און זיך אראפלייגן דעראויף בפישוט ידים ורגלים - מיט אויסגעשפרייטע הענט און פיס. זאגט דער מי השילוח, אז ווען א מענטש ווארפט זיך אזוי אראפ אויפן ערד, ווייזט עס אויך אויף א געוויסע עקשנות און ייאוש, אז ער קען שוין נישט, ער האלט זיך נישט ביים רירן פון דא ביז זאכן וועלן ווערן בעסער (ווי מען זעהט אסאך מאל ביי קליינע קינדער וואס פארפירן שטארק און זיי ווילן אנקומען צו א געוויסע זאך, וועלן זיי זיך ווארפן אויף די ערד און מאכן קולות ביז מ'גיבט זיי נאך).

און די ביידע זאכן באפעלט אונז דא די תורה: "וּמַצֵבָה לֹא תָקִימוּ לָכֶם" שטעל נישט אוועק א געוויסע מצב און א פלאן וויאזוי 'דו' שפירסט אז עס מוז זיין, "וְאֶבֶן
מַשְׂכִּית לֹא תִתְּנוּ בְּאַרְצְכֶם לְהִשְׁתַּחֲוֹת עָלֶיהָ" ווארף דיך נישט אראפ אויפן ערד מיט עקשנות, ווי איינער זאגט איך גיי נישט ווייטער אויב מיין מצב בלייבט אזוי ווי עס איז. ווייל א איד וואס דינט דעם אייבישטער ווייסט אז עבודת השי"ת טוישט זיך נישט אין קיין שום מצב, זאל זיין וואס זאל זיין זענען מיר אלעמאל מחוייב צו דינען דעם אייבישטער, סיי אויב זאכן גייען ווי מיר ווילן, און אפילו ווען זאכן גייען אנדערש ווי מיר וואלטן געוואלט, א איד בלייבט אלעמאל געטריי דעם רבונו של עולם און טוט זיין רצון אין יעדן פאל, און טאמער נישט, איז ער נישט קיין עובד ה' נאר ענדערש נענטער צו א עובד עבודה זרה ח"ו.

דערמיט לאמיר אריבערשפאצירן צו ענינא דיומא, צום גרויסן זמן אין וועלכע מיר געפונען זיך, וואס האט דאָך זיכער אויך א שייכות צו אונזער פרשה.
אין ספר צבי לצדיק פון הרה"ק רבי צבי אלימלך פון בלאזוב זי"ע שטייט א דבר נפלא, מיר ווייסן אז רבינו הקדוש האט מסדר געווען די משניות און אראפגעשריבן די תורה שבעל פה, כאטש תורה שבע"פ דארף מען לערנען פון אויסנווייניג און מ'טאר עס נישט שרייבן (אנדערש פון תורה שבכתב) דאָך האט ער איינגעזעהן אז מ'דארף דאס יא פאַרשרייבן כדי עס זאל זיך האלטן לדורות און ס'זאל חלילה נישט פארגעסן ווערן פון כלל ישראל.

זאגט דער צבי לצדיק, אז באמת האט שוין רבי שמעון בר יוחאי געלאזט שרייבן א חלק פון די תורה שבעל פה, ווי עס שטייט אין זוהר הקדוש אז רשב"י האט באפוילן פאר זיין תלמיד רבי אבא אז ער זאל אראפשרייבן די סודות התורה וואס ער האט מגלה געווען. אין די סיבה פאר דעם איז געווען, ווייל רשב"י האט זיך געמאכט א חשבון, מיין רבי - רבי עקיבא האט דאָך געהאט אזויפיל טויזנטע תלמידים, און למעשה זענען אלע נפטר געווארן, און די תורה הקדושה איז געווען אין א סכנה אז ס'האט כמעט געקענט פארגעסן ווערן ח"ו, אויב אזוי 'סודות התורה' וואס דאס איז נאר געמאכט פאר ווייניג מענטשן, נישט יעדער איינער איז ראוי דערצו, איז דאָך זיכער דא א חשש אז ס'קען ח"ו אמאל עפעס פאסירן און די תלמידים וועלן נפטר ווערן און ס'וועט אינגאנצן פארגעסן ווערן, און דעריבער האט ער מתיר געווען אז מ'זאל אראפשרייבן די סודות התורה.

נאך איהם איז געקומען זיין תלמיד רבינו הקדוש, און ער האט געמאכט א חשבון אז לויט ווי די דורות ווערן שוואכער דארף מען מורא האבן אז די תורה שבעל פה וועט ח"ו פארגעסן ווערן, און זעענדיג אז זיין רבי רשב"י האט שוין אזוי געטוהן, האט ער געטוהן די זעלבע מיט גאנץ משניות און תורה שבעל פה, און ער האט דאס געלאזט שרייבן.

יעצט לאמיר כאפן א בליק און זיך ווענדן צו צוויי דורות פריער: דער הייליגער תנא רבי עקיבא האט זיך געפלאגט, ער האט אריינגעלייגט מיה און יגיעה, און אויפגעשטעלט פיר און צוואנציג טויזנט פּאָר תלמידים. אבער צום סוף זענען ליידער די אלע תלמידים נפטר געווארן, עס איז נישט געבליבן קיין זכר פון רבי עקיבא'ס גרויסע הארעוואניע ביז אהער. רבי עקיבא איז זיך אבער נישט מייאש, ער גייט און שטעלט אויף פינף נייע תלמידים, און גיבט זיי איבער פון זיין תורה צו צושפרייטן ווייטער, צווישן זיי דער תנא האלקי רבי שמעון בר יוחאי.

אז מיר וועלן זיך נאר מתבונן זיין, ווער נאך ווי רבי עקיבא וואלט געקענט קלערן ביי זיך אז לערנען מיט בלויז פינף תלמידים איז נישט קיין עֵסֶק פאר איהם, ער איז דאָך ראוי צו זיין א רבי פאר פילע טויזנטע תלמידים, ער איז נישט געמאכט זיך אפצוגעבן מיט א קליינע קבוצה פון תלמידים, ער וואלט זיך געקענט מייאש זיין, ווערן צובראכן, און אויפגעבן זיין ארבעט פון מרביץ תורה זיין פאר די נייע תלמידים, ווייל עס שטימט נישט מיט זיין שאיפה און מיט זיין ריזיגע מעגליכקייט. אבער רבי עקיבא עקש'נט זיך נישט מיט א פסול'ע עקשנות, ער ווערט נישט נאכגעשלעפט נאכן 'מצב' אז זאכן דארפן גיין וויאזוי ער האט געוואלט אדער זיך פארגעשטעלט, אדרבה, רבי עקיבא איז א עובד ה' וואס טוט וואס השי"ת פארלאנגט פון איהם אין יעדן מצב, און דעריבער זעצט ער זיך לערנען פון פריש מיט די פינף תלמידים.

און וואס איז געווען דער המשך? ווי מיר האבן שוין פריער געזען, איז דאָך פון דעם ארויסגעקומען די תורה פאר אלע דורות, יעדע ברעקל תורה שבעל פה וואס מיר פארמאגן היינט, משניות, ברייתות, בבלי, ירושלמי, הלכה, דאס איז אלעס אין זכות פון רבי עקיבא וואס האט געלערנט מיט די געציילטע תלמידים און מיט רבי שמעון בר יוחאי, וואס א דאנק דעם האט שפעטער רבינו הקדוש געשעפט פון דארט די הֶיתּר צו פארשרייבן גאנץ תורה שבעל פה.

דאס קומט אונז לערנען אט דעם מוסר השכל, א איד דארף אלעמאל טוהן וואס עס איז דער רצון השי"ת פון איהם, אין סיי וועלכע מצב ער געפונט זיך. אפילו ווען זאכן גייען נישט ווי געפלאנט, אפילו אויב ער וואלט געוואלט אנדערש, דאָך איז ער א געטרייע עבד ה' וואס דינט ערליך אין יעדן מצב, און צומאל איז דווקא פון דארט, פון יענע שוואכע מצב וואו ער האט געמיינט אז דאס איז נאר א 'בדיעבד', דאס איז גאר זיין תפקיד, דארט ליגט זיין הצלחה, און פון דארט קען ארויסקומען גאנצע וועלטן, דורות פון תורה, הערליכע פירות וואס וועלן בלייבן לנצח נצחים!

לסיכום געדענק:

• לאז נישט דיינע 'דמיונות' און ערווארטונגען אפהאלטן דיין הצלחה.
• א עובד ה' איז גרייט צו דינען השי"ת אין יעדן מצב, און ער ווייסט אז וואו דער בורא האט איהם געפירט, מיינט אז דארט דארף ער זיין און דארט איז זיין תפקיד...

”תּוֹרָתוֹ מָגֵן לָנוּ, הִיא מְאִירַת עֵינֵינוּ,
הוּא יַמְלִיץ טוֹב עָלֵינוּ, אֲדוֹנֵנוּ בַּר יוֹחָאי”

א לעכטיגע שבת קודש!

זיך איינצושרייבן צו באקומען די "מיט א טיפערן בליק"
דורך אי-מעיל בעז"ה tiferenblik@gmail.com

דער אשכול פארמאגט 1 תגובה

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר