בחקתי - ווען ס'קריצט זיך אריין...

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
א שעפעלע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 370
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 9:19 am
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 162 מאל

בחקתי - ווען ס'קריצט זיך אריין...

שליחה דורך א שעפעלע »

א גוטן טייערע חבירים וידידים..!

מיר שטייען אין פרשת בחוקותי, וואו די תורה הקדושה הייבט אָן מיט אלע גוטע ברכות וואס מ'וועט זוכה זיין, אִם בְּחֻקֹּתַי תֵּלֵכוּ וְאֶת מִצְוֹתַי תִּשְׁמְרוּ וגו' וְנָתַתִּי גִשְׁמֵיכֶם בְּעִתָּם... וְעֵץ הַשָּׂדֶה יִתֵּן פִּרְיוֹ. וואס לכאורה דארף מען פארשטיין וואס באדייט די לשון אִם בְּחֻקֹּתַי תֵּלֵכוּ, תלכו מיינט 'גיין', וואלט ענדערש געדארפט שטיין אִם בִּדְרָכַי תֵּלֵכוּ, אויב איר וועט גיין אין מיינע וועגן, אדער אִם חֻקֹתַי תִּשְׁמוֹרוּ, אויב איר וועט היטן מיינע געזעצן, וואס מיינט אבער "צו גיין אין די געזעצן" פון השי"ת?. און בכלל מיט וואס איז אונזער פרשה פארבינדן מיט ענינא דיומא, וואס לערנען אונז די ברכות און די קללות בנוגע די טעג אין וועלכע מיר שטייען יעצט, די ימי הספירה און הכנה צו קבלת התורה, לאמיר זיך פארטיפן דערין בעזהשי"ת.

צום ערשט, עס איז פארהאן א באקאנטע סיפור וואס חסידים דערציילן: אין א פראסטיגן קאלטן ווינטער נאכט האט אמאל דער הייליגער בעל שם טוב זי"ע כדרכו בקודש גענומען אייניגע תלמידים און געהייסן דעם בעל עגלה אלעקסיי איינשפאנען די פערד, און "וַיִסָעוּ" מען פארט. די גרויסע תלמידים האבן שוין געוואוסט אז אויב דער רבי וויל פארן, פארט מען, מען פרעגט נישט קיין פראגעס וואו אהין און פארוואס, אפילו דער בעל עגלה ווייסט שוין אז מ'פרעגט נישט, און אזוי האבן זיי געמאכט זייער וועג אויף די וועגן וואס זענען איינגעהילט אין באדעקט מיט שניי. מיטאמאל זענען זיי אנגעקומען נעבן א גרויסע פארפרוירענעם טייך, פילע מענטשן זענען געווען פארזאמלט דארט און אפגעהאלטן 'אייז גליטשונג פארמעסטן' אויף די פארפרוירענע וואסערן, ווי עס פלעגט דעמאלטס זיין דער שטייגער ביי די ארטיגע גויים אין די תקופה פון זייערע חגאות ארויסצוגיין און פייערן צוזאמען און פארברענגן, ווען צווישן אנדערע גליטשט מען זיך אויפן טייך. א טייל פונעם 'אונטערהאלטונג' דארט איז אויך געווען, ווער עס קען אריינקריצן אין די אייז מיט זיינע שיך, די ספעציעלע שיך וואס זיי האבן געהאט אנגעטוהן ביים גליטשן, צו מאכן פארשידענע סארטן צורות און בילדער אויף די אייז, און מ'האט זיך פארמאסטן איינער מיט'ן אנדערן, יעדער האט באוויזן זיינע קונצן, מיטן אויסקריצן זאכן אויפן הארטן אויבערפלאך פונעם טייך. פארשטייט זיך, אז די גויים האבן דארט אויסגעקריצט כל מיני סימבאלן פון זייער גלויבן, און די אייז איז געווארן אנגעפילט מיט צלמים, און מיט שטריכן פון שֶׁתִי וְעֶרֶב

די תלמידים זענען געווען זיכער אז מ'גייט פארקירעווען דעם וועג און פראבירן ארומפארן דעם טייך, כדי אויסצומיידן אט דעם פארזאמלונג, אבער פונעם בעל שם טוב'ס התנהגות, זעהט עפעס אויס אז מען איז דווקא יא געקומען צו פארן אהער, און מען גייט בכלל נישט ווייטער. צום גרויס וואונדער פון די תלמידים שטייגט דער רבי אפ פונעם שליטן, און אפילו די גויים האבן נישט געקענט איינהאלטן זייערע נייגעריגע בליקן וואס טוט דא דער אידישער ראבינער? וואס האט ער דא פארלוירן ביי אזא סארט פארזאמלונג?. דער בעש"ט האט פאר אייניגע רגעים באטראכט די סצענע, און נאכדעם אראפגעלאזט זיינע הייליגע אויגן אויף אראפ, מיט א קענטיגע התרגשות אויף זיין געזיכט, און דערמיט האט זיך געענדיגט זייער באזוך ביים טייך, און נאך אייניגע מינוטן איז מען אויפן וועג צוריק קיין מעזיבוזש.
צ
וריק אין שטעטל, די הייליגע חבריא איז נאך אלס אונטערן רושם פון די העכסט אינטערסאנטע נסיעה, און זענען פארוואונדערט ביז גאר, וואס איז געווען דער באדייט פונעם באזוך? וואס האט דער רבי געזוכט ביי אזא סארט גוי'אישע אייז פארמעסט?!. דער בעל שם הקדוש לאזט זיך נישט לאנג ווארטן און איז מסביר, טייערע תלמידים, כ'האב אייך געוואלט לערנען, איר זאלט קלאר זעהן און אריין נעמען טיף אין הארץ, אז די נידריגסטע זאכן, אפילו די בילדער און סימבאלן פון די גרעסטע טומאה, די צלמים, אלעס וואס ווערט אויסגעקריצט, איז אבער סוף כל סוף נאר אריינגעקריצט אין אייז! וואס דאס קומט אונז לערנען א כלל אין עבודת השי"ת, אז ווען עס איז קאלט און פארפרוירן קען מען דארט איינקריצן דאס ערגסטע רח"ל, די פלאץ איז הארט און קען פארנעמען די פארשידענע סארטן זאכן וואס מען קריצט דארט אריין. אבער מצד שני דארף מען וויסן אז אין די מינוט וואס אביסל ווארעמקייט טוט זיך אויסשפרייטן אויפן האריזאנט, צוגייט עס אינגאנצן און עס ווערט אויס, עס ווערט בטל ומבוטל און עס בלייבט נישט קיין זכר פון די אלע שלעכטע זאכן.

דהיינו, וואסער טוט רעפרעזענטירן דער ענין פון 'חיות' לעבן, כידוע אז אויף אונזער וועלט איז נישט דא נאך אזא זאך וואס גיבט לעבן אזויווי וואסער, וואסער איז די מערסט לעבנס וויכטיגע באדערפעניש וואס א מענטש האט, ס'איז כמעט גארנישט דא אָן וואסער, וואסער איז אלעס, ס'איז אונזער גאנצער חיות, דאס איז אלעס אבער נאר אויב די וואסער איז פליסיג, עס לעבט, עס האט ווארימקייט, אבער אויב די וואסער ווערט קאלט און פארפרוירן, ס'ווערט הארט, איינמאל ס'איז אינגאנצן אייז קען מען ליידער אנהייבן אריינקריצן צלמים און עבודה זרה, מ'קען מאכן דערפון ממש דאס פארקערטע פון לעבן. קען דאך דער מענטש אבער מיינען אז די קריצן פארבלייבן און זיי האבן חלילה אן אייביגע כוח, לערנט אונז דער בעל שם טוב זי"ע, אז ניין, מיט אביסל ווארעמקייט צוגייט אלעס, עס ווערט אינגאנצן צולאזט, און עס פארבלייבט נישט קיין זכר דערפון. און דאס איז אונזער תפקיד, די ארבעט פון א איד איז כסדר אריין צוברענגן אין זיך און אין די וועלט א ווארימקייט, א התלהבות, און דאס איז משפיע כוחות אז די אלע קריצן וואס עקזעסטירן שוין ליידער אין אונז ביז יעצט, דאס אלעס זאל ווערן צולאזט און צוגאנגען, און די הייליגע לויטערע קוואל זאל אנהייבן צו פליסן פון פריש, כולו קודש.

לענינינו, מיר דערהערן דא א יסוד נפלא, עס זענען ליידער פארהאן זייער אסאך 'קריצן' אין אונזער טאג טעגליכע לעבן, יעדער מענטש האט פארשידענע מניעות און טירדות, מען האט געוויסע שטרויכלונגען און שטערונגען, זאכן וואס שטייען אונז און וועג און מאכן אונז שווער פון קענען אנגיין און שטייגן העכער. אבער וואס מיר דארפן געדענקן, ווי דער בעל שם טוב הקדוש זי"ע לערנט אונז, אז דאס זענען קריצן בלויז אויפן אייז, על פי רוב זענען זיי סתם אזעלכע 'אויבערפלעכליכע קריצן' וואס מאכן א רושם ווי א ערנסטע קריץ. ווען מ'זעהט א שטארקע קריץ אויף די אייז, אין די ערשטע מינוט קען מען זיך טאקע דערשרעקן, געוואלד, עס זעהט אויס מעכטיג און שטארק, עס ווארפט א פחד, ס'איז דאָך דא א קריץ! אבער אז מ'ווייסט און מ'פארשטייט אז ס'איז נישט מער ווי א קריץ אין די אייז, ס'איז נישט מער ווי א צייטווייליגע זאך, ביז ס'וועט קומען די נויטיגע ווארימקייט און אלעס צולאזן און אוועקמאכן אויף אייביג, דעמאלטס דערהערט מען אז ס'איז גארנישט, ס'איז נאר א מראית עין, א חיצוניות'דגע שטער, אבער עס האט אין זיך נישט קיין שום אמת, קיין שום טיפקייט, און קיים שום גרונד.

כלפי מה דברים אמורים - וואס מיינען מיר ארויסצוברענגן דערמיט?, אין די פארלאפענע שיעורים האבן מיר בסייעתא דשמיא אויסגעשמועסט באריכות און ערקלערט די נושא וואס מיר געפונען כסדר ביי מענטשן ווי זיי לאזן זיך נישט אנגיין ווייטער און זיי שטערן זיך פון מאכן א גוטע אויסוואל אלעס צוליב פארשידענע חשבונות פונעם נעכטן און דעם מארגן. ווייל ער געדענקט נאך ווי אינעם עבר האט ער שוין פראבירט און פראבירט און ס'איז נישט געגאנגען, ער געדענקט ווי שווער ער האט געארבעט ביז אהער און ער האט קיינמאל נישט מצליח געווען, און דערפאר האט ער נישט קיין מוט צו גיין ווייטער. אדער ווייל ער טראכט צופיל וועגן דעם עתיד, וואס וועט זיין? מה יאמרו הבריות, וואס וועלן מענטשן זאגן? עס וועט איהם שאטן פאר שידוכים ח"ו, און אזוי ווייטער פארשידענע פראבלעמען וואס קומען איהם אויפן געדאנקן פונעם עבר און די עתיד, און ממילא האלט עס איהם אפ פון נעמען דעם ריכטיגן שריט, עס ברענט איהם צו אן אפשטעל און נישט צו וועלן גיין ווייטער ווייל ער ציטערט אז ער וועט אדורכפאלן, ער ציטערט אז עס וועט נישט טויגן.

און דערנאך האבן מיר דערמאנט א דריטע נקודה וואס האלט אפ זייער אסאך מענטשן פון אנקומען צו זייער הצלחה, דאס איז צוליב אייגענע דמיונות. דער מענטש האט זיך איז מחליט ביי זיך אין קאפ אז "אזוי וויל איך זיין!", אדער ער קלערט ביי זיך "אזוי בין איך בעצם!", ער זעהט זיך אין א געוויסע מצב אדער מציאות, און נאכדעם איז שוין שווער פאר איהם זיך ארויסצוזעהן פון דארט, ווייל עס כאפט איהם אָן אַן עקשנות, ער וויל זיך נישט אוועקרירן פונעם פלאן וואס ער האט דעזיגנירט פאר זיך אליינס, און פון דארט און ווייטער קען מען רעדן צום לאמפ... ער מיינט אז ער פארשטייט בעסער, ער האט זיך קלאר ארויס, ער מיינט אז ער איז 'באמת' א מֵבין אויף זיך און קיינער אנדערש פארשטייט איהם נישט.

דער 'צד השוה' וואס פאראייניגט די אלע דריי סיבות וואס האלטן אפ דעם מענטש פון זיך שטארקן און זיך רוקן פאָראויס צו זיין ציל און צו זיין הצלחה, איז אז דאס זענען 'אייגן געמאכטע פראבלעמען' וואס דער מענטש נעמט זיך אליינס. אמת טאקע, אמאל איז די סביבה אויך אביסל שולדיג, און אמאל האט ער טאקע געהאט א שווערע עבר, און ממילא איז איהם שווער זיך ארויסצוזעהן פון די שלעכטע זכרונות; צומאל איז עס באמת זייער שווער זיך צו באפרייען פון די אלע נאטורליכע חשבונות און פחדים וואס דער מענטש האט אין זיך, עס איז שווער זיך צו דערהייבן העכער די אלע מחשבות וואס שטערן אונז פון קוקן פאָראויס און נעמען די ריכטיגע שריט ברוחניות ובגשמיות. אבער מיר דארפן געדענקן אז אפילו אויב זיי זענען 'קריצן' וואס שטייען אונז אין וועג, זענען זיי אבער נישט מער ווי קריצן אין די אייז! זיי זענען קריצן וואס קענען אוועקגיין, קריצן וואס קענען בטל ווערן איבערנאכט, מיט אביסל ווארימקייט און אביסל התבוננות וועט דער מענטש זעהן אז דאס זענען נישט מער ווי פשוט'ע קריצן.

אדרבה ואדרבה, אויב דער מענטש וויל זוכן אן אמת'ע קריץ, א טיף איינגעבאקענע קריץ וואס מ'קען קיינמאל נישט צולאזן, דאס איז דער קריץ וואס הקב"ה האט 'חוֹקֵק' געווען און איינגעקריצט טיף אינעווייניג אין יעדע אידיש הארץ. א זאך וואס איז מבואר אין זוהר הקדוש און אין אלע ספרים הקדושים אז א איד האט אין זיך א "חֵלֶק אֶלוֹקַי מִמַעֲל" א חלק פון השי"ת וואס געפינט זיך אין די נשמה, וואס דאס איז די 'נקודה פנימית' פון א איד - דאס פינטעלע איד וואס בלייבט אלעמאל ריין אין יעדן מצב, א אינערליכע ארט טיף אינעווייניג וואס פארבינדט איהם און האלט איהם נאנט צום רבונו של עולם אפילו ווען ער זינדיגט ח"ו. און ממילא אז א איד געדענקט אז אין זיין נשמה איז 'איינגעקריצט' עפעס אסאך שטערקער און טיפער, ער ווייסט אז ער איז א חלק פונעם עם הנבחר, א באליבטער קינד ביי זיין טאטע אין הימל וועלכער וואַרט אויף זיין עבודה, און גיבט איהם כוח און שטארקייט צו עבודת השי"ת, דעמאלטס וועט ער זיך טאקע קענען שטארקן און איבערקומען די אלע חיצוניות'דיגע קריצן און שוואכקייטן וואס נעמען איהם ארום. איינמאל א איד קומט אָן דארט אינעווייניג צו דעם טיפן פלאץ, ער פארבינדט זיך מיט זיין חלק אלקי, זיין געטליכקייט וואס ער פארמאגט אין זיך, דעמאלטס ווערט ער א גאנצע נייע מציאות, ער ווערט א 'כלי מחזיק ברכה' צו אלע גוטע השפעות וואס השי"ת שיקט פון הימל, ער באקומט רוחניות'דיגע כוחות, און מיט דעם קען מען זיך באמת שטארקן איבער אלע שטערונגען און שטרויכלונגען וואס שטייען פארן מענטש אין וועג.

אין אנדערע ווערטער, ווילאנג דער מענטש איז פארבינדן נאר צום 'אויבערפלאַך', ער האלט נאך ביי די אויבערשטע שיכטן פון אייז, דעמאלטס וועט ער טאקע זעהן די שרעקליכע קריצן, ער וועט זיי זעהן אלס גרויסע און שווערע ריסן, שלעכטע בילדער, און עס וועט איהם זיין שווער זיך צו שטארקן קעגן זיי. אבער ווען א איד שטארקט זיך, ער שטעלט זיך אפ מתבונן זיין ווער ער איז באמת, ער פארשטייט די געוואלדיגע כוחות וואס דער אייבישטער גיבט איהם, זיין ריינע נשמה און זיינע מעלות וואס ער פארמאגט, פלוצלינג קומט ער אָן צו א גאנץ אנדערע מציאות, דארט איז נאר פארהאן די כוח הקדושה, די כוח פון השי"ת וואס איז טאקע איינגעקריצט עד הסוף, א אייביגע קריץ וואס געפונט זיך אין איהם אליינס. און איינמאל מ'האלט שוין דארט וועלן די אלע זייטיגע חשבונות און איינרעדענישן צולאזט ווערן, זיי צוגייען אינגאנצן, און אלע איינגערעדטע מויערן און שלעסער וואס האלטן איהם אפ פון וואקסן און שטייגן העכער, דאס אלעס וועט אראפּפאַלן פון זיך אליינס, און דער מענטש וועט זיך ארויסזעהן פון זיין אייגענעם גלות הדעת אין וועלכע ער איז געלעגן ביז יעצט. ער וועט אנערקענען אז ווען מ'טוט דעם רצון השי"ת ווערט מען געבענטשט, מ'באקומט סייעתא דשמיא און ברכה פון הימל, און קיינער קען מיך נישט שטערן אדער צוקלאפן, און גארנישט וועט שוין נישט שטיין אין וועג.

און ווי מיר האבן געברענגט פון ספר מי השילוח פון הרה"ק רבי מרדכי יוסף פון איזביצא זי"ע אז דאס איז טאקע די כוונה פון סוף פרשת בהר, וואו די תורה הקדושה באפעלט אונז לֹא תַעֲשׂוּ לָכֶם אֱלִילִם וּפֶסֶל וּמַצֵבָה לֹא תָקִימוּ לָכֶם וְאֶבֶן מַשְׂכִּית לֹא תִתְּנוּ בְּאַרְצְכֶם לְהִשְׁתַּחֲוֹת עָלֶיהָ, אז א מענטש טאר נישט אוועקשטעלן ביי זיך א ציל אז 'אזוי און אזוי' דארף זיין לעבן אויסקוקן כדי ער זאל קענען דינען דעם אייבישטער, ווי אויך זאל ער זיך נישט אראפווארפן אויפן ערד מיט אן עקשנות און ייאוש, אז ער קען שוין נישט, ער האלט זיך נישט ביים רירן פון דא ביז זאכן וועלן ווערן בעסער, דאס הייסט אז א איד זאל זיך נישט מאכן קיין אייגענע 'קריצן' און החלטות וואס וועלן איהם נישט לאזן דינען דעם אייבישטער. (זעה באריכות אין גליון פרשת בהר)
לויט דעם ווי זיס איז וואס די תורה הקדושה איז יעצט ווייטער ממשיך תיכף דערנאך אין אנהייב פון אונזער פרשה, אִם בְּחֻקֹתַי תֵּלֵכוּ, בחקותי איז א לשון פון 'חקיקה' און קריצן ווי עס איז מבואר אין ספרים הקדושים. און השי"ת זאגט אונז דערמיט, אִם בְּחֻקֹתַי תֵּלֵכוּ, אויב איר וועט גיין מיט מיינע קריצן, מיט מיין הייליגע חקיקה וואס איך האב אריינגעלייגט אין אייך; אנשטאט ווערן נאכגעשלעפט נאך די גשמיות'דיגע חקיקות וואס יעדער מענטש מאכט זיך אליין אָן, די נארישע עקשנות וואס כאפט אָן פארן מענטש און ער וויל זיך נישט אוועקרירן פון דארט, ער האט מורא צו ווערן א עובד ה' ווייל אפשר וועט עס איהם נישט זיין גוט ח"ו, אדער ווייל אפשר וועט ער אדורכפאלן, וכדומה.

אויף דעם זאגט הקב"ה, גייט נאך מיינע חקיקות, באהעפט זיך צו דיין הייליגע נקודה וואס איז באמת איינגעקריצט אין דיר, אנשטאט ווערן נאכגעשלעפט נאך 'חוּקוֹתֵיכֶם' נאך די אייגענע איינרעדענישן און זארגן, וואס דאס זענען באמת נישט אנדערש ווי א פֶסֶל וּמַצֵבָה וואס א מענטש מאכט אליינס, און דערנאך פאנגט ער אָן צו גלייבן דערין און עס צו דינען... ער האט עס אליינס געמאכט, און דערנאך האט ער שוין מורא דערפון... די זעלבע איז דאָך מיט אלע אונזערע קריצן און אומבאקוועמליכקייטן וואס מיר מאכן זיך אליינס, און נאכדעם זעהט עס שוין אויס כמעט עכט, דער מענטש פאנגט אָן באמת מורא צו האבן דערפון, און האלט זיך אפ פון טוהן גוטס, ווייל איהם דאכט זיך דער קריץ ווי א גרויסע אייזערנע מויער וואס שטייט איהם אין וועג, ווען באמת איז עס נישט מער ווי א קריץ אין פשוטע אייז וואס האלט נישט אָן צו לאנג.

און אויב א איד קומט אָן צו 'בְּחֻקֹתַי', ער נעמט ארויס זיינע אינערליכע פנימיות'דיגע כוחות, ער זעהט ווי השי"ת איז איינגעקריצט ביי איהם אין הארץ. וואס אויף אונזער שפראך מיינט דאס, אז ער נעמט זיך אין די הענט אריין, ער איז זיך מתגבר און ער פאנגט אָן צו דינען דעם אייבישטער מיט א שטארקע קבלה, עס ווערט ביי איהם א 'חוֹק' ולא יעבור, עס ווערט איינגעקריצט ביי איהם מיט א עקשנות דקדושה, יא, איך קום יעדן טאג צום שיעור, איך פראביר יעדן טאג צו דאווענען בעסער, איך פראביר צו פארבעסערן מיינע מידות, און ער טוט דאס מיט א פעסטקייט, ווייל ער אנערקענט אין זיין שליחות אויף וואס דער רבוש"ע האט איהם געשיקט אויף די וועלט, ער וויל זיין א עבד נאמן, און ער שטארקט זיך צו טוהן דער רצון השי"ת, דאס באדייט אז ער איז טאקע אנגעקומען צו זיין אינערליכע חקיקה, ער האט דערהערט די רוף פון זיין נשמה. איינמאל מ'האלט דארט, דאן פאסירט דאס וואונדערליכע, "תֵּלֵכוּ - איר וועט גיין", דו וועסט זעהן אז פלוצלינג וועסטו ווערן א 'הוֹלֵך' און דו וועסט קענען שטייגן און ממשיך זיין העכער און העכער אומגעשטערט. בלויז ווילאנג דו ביסט משועבד צו דיינע אייגענע קריצן, צו דיין פֶסֶל וּמַצֵבָה וואס דו האסט זיך אליינס אוועקגעשטעלט ח"ו, דעמאלטס וועסטו טאקע האבן שוועריגקייטן פון גיין ווייטער און זיך רוקן פאָראויס, ווייל יעדע קריץ קען דיר שטיין אין וועג. אבער ווען עס איז 'בְּחֻקֹתַי' דעמאלטס פאלגט שוין נאך א 'תֵּלֵכוּ', און דער מענטש באקומט די הימלישע כוחות פון זיך הייבן העכער און העכער און מצליח זיין אפילו למעלה מדרך הטבע.
און ווי די תורה הקדושה אליינס איז ממשיך אין די ברכות: וְרָדְפוּ מִכֶּם חֲמִשָּׁה מֵאָה, וּמֵאָה מִכֶּם רְבָבָה יִרְדֹּפוּ, ווייל ווען מ'גייט מיט די כוח פון השי"ת, ווען מ'איז דבוק און מחובר צום אייבישטער, דעמאלטס קען מען דערגרייכן גאר ווייט. די תורה רעדט טאקע דא פון גיין אין מלחמה קעגן די פיינט, אבער עס איז אודאי אויך א לימוד פאר אונז לדורות עולם, אז אין רוחניות ווערט גארנישט געמאסטן לויט די טבע און לויט די נאטורליכע אומשטענדן, נאר אין די מינוט וואס א איד איז זוכה צו סייעתא דשמיא, קען ער באמת בייקומען אלע שוועריגקייטן, און פון יעדע קליינע פעולה וואס ער טוט קען ארויסקומען גאנצע וועלטן, ריזיגע און אומשאצבארע מעשים, נאך אסאך מער ווי וואס ער האט זיך אליינס געקענט פאָרשטעלן.

אויב מיר ווילן בלויז א שטיקל דוגמא, א היינטיגע געשעעניש, ווי ווייט א מענטש קען דערגרייכן מיט א קליינע רוחניות'דיגע פעולה, איז גאר פאסיג צו ברענגן א מעשה וואס איז זיך ממש לעצטנס פארלאפן, און עס ווערט נתפרסם אין די יעצטיגע טעג, א מעשה נורא וואס עס דערציילט אונז דער בעל המעשה אליינס, ידידינו היקר וידיד נפש כל חי, העסקן ר' יואל ווייזער הי"ו, לאמיר צולייגן אן אויער און הערן די ווערטער פון ר' יואלי אליינס:
טוענדיג אין ארויסהעלפן אידישע ארעסטאנטן, לייג איך ספעציעלע געוויכט צו מהנה זיין אזעלכע וואס האבן קיינעם נישט אויף די וועלט, און קיינער מאכט פון זיי נישט קיין וועזן. היי יאר חודש אדר בין איך געוואויר געווארן פון אן עלטערע איד, שמעון מידלארסקי, ליידער נישט קיין שומר תורה ומצוות, וועלכע שמאכטעט שוין אין טורמע זינט שנת תשמ"ג (1983) דאס מיינטו כמעט גאנצע פערציג יאר ל"ע! און נישט נאר דאס, נאר במשך די לעצטע צוואנציג יאר האט ער מער נישט קיין שום שייכות צו די דרויסענדיגע וועלט, דאס הייסט אז קיין שום נברא בעולם קומט אים נישט באזוכן, זיין פאמיליע האט זיך ליידער אפגעשאקלט פון איהם, און אזוי זיצט ער עלענד אליין ממש ווי א שטיין.

דעם פארגאנגענעם חודש אדר בין איך געפארן קיין אלמיירע, א געגענט אין אפסטעיט, פיר שעה אוועק פון די סיטי, וואו כ'האב באזוכט אט דעם זיבן און אכציג יעריגער איד שמעון וואס האט שוין קיין באזוכער נישט געזעהן אין צוואנציג יאר! איך האב פשוט געוואלט טוהן א חסד, אנקומענדיג דארט האב איך איהם געקויפט א דעניש מיט א ווארימע קאווע וואס ער האט געשלינגען מיט דארשט, זאגנדיג אז פאר פערציג יאר האט ער שוין נישט געטרונקען קיין ווארימע קאווע! ער איז געווען מלא שמחה מיט מיין באזוך, וויבאלד ס'איז דאס ערשטע מאל אין אזויפיל יאר וואס ער האט בכלל קשר מיט א מענטש וואס וואוינט נישט צווישן די תפיסה ווענט. און פון דאן האבן מיר אנגעהאלטן א ווארעמען קשר, בעת וואס איך שיק אים שבת פעקלעך, בריוון, און ענליכס.

מיט א וואך צוריק האב איך ערהאלטן א בריוו פון א גוי'אישע ארעסטאנאט וועלכע האט מיך אנגעמאלדן די ווייטאגליכע נייעס אז דער ארעסטאנט שמעון איז אוועק פון די וועלט. יענעם נאכמיטאג האב איך אויך ערהאלטן א בריוו פונעם טורמע זעלבסט, מיך אנצומעלדן מיט די בשורה, וויבאלד איך בין דאָך געווען די איינציגסטע מענטש אויף זיין וויזיטינג ליסטע וואס האט איהם בכלל באזוכט אין די לעצטע דריי שמיטות, און דעריבער כדי זיך צו קענען מטפל זיין מיט זיין גוף און איהם צו באערדיגן וכדומה, האט די טורמע זיך פארבונדן מיט מיר. היות זיי האבן אבער נישט געהאט מיין טעלפאן נומער, האבן זיי זיך געמוזט פארבינדן מיט מיר דורך א בריוו, און טאקע ווען איך האב ערהאלטן די בריוו איז שוין בעצם געווען זעקס טעג נאכדעם וואס ער איז אוועק.

למעשה האט מען זיך אנגעשטויסן מיט שוועריגקייטן, וויבאלד די טורמע פארוואלטונג האט גע'טענה'ט אז זיי קענען נישט ארויסגעבן א טויטער נאר פאר א משפחה מיטגליד, אדער מיט די הסכמה פון א משפחה מיטגליד, דעריבער קענען זיי מיר איהם נישט געבן. בקיצור, איך האב זיך געוואנדן צו די חשוב'ע עסקנים און וואוילטעטיגע ארגענעזאציעס וואס טוען אין די ענינים, און אינצווישן האב איך אנגעהויבן צו זוכן און נישטערן נאך קרובים פון שמעון, אפשר וועלן זיי קענען העלפן ארויסבאקומען זיין גוף, אבער אָן ערפאלג. כ'האב געפונען פארשידענע נומערן פון מענטשן וואס טראגן דעם זעלבן משפחה נאמען ווי איהם, אבער רוב זענען שוין נישט געווען אין סערוויס אדער זענען זיי געגאנגען צום וואויס-מעיל, הכלל, מען האט געטאפט א וואנט. און אין די זעלבע צייט האבן די עסקנים אנגעהויבן ארבעטן אויף א לעגלאן פראנט צו באקומען רעכט פון די סטעיט איהם צו באערדיגן.
איין טאג באקום איך א קאל פון עמיצן מיט די נאמען מידלארסקי, א נומער וואס כ'האב גערופן באלד אין אנהויב, נאר יענער האט נישט דעמאלטס געענטפערט, יענער פרעגט מיך וואס איך וויל, האב איך איהם פארגעלייגט די נושא. זאגט ער מיר, אז ער איז א נעפיו פון דעם שמעון, און אז שמעון האט גאר צוויי קינדער, און דערביי שענקט ער מיך די נומער פון איינע פון די קינדער.

כ'האב גלייך גערופן דעם זוהן, און איהם פארציילט וואס עס גייט פאר און אין וואס איך בין עוסק, ער איז זייער איבערגענומען געווארן פון אונזערע פעולות, אבער ווען כ'האב אים געפרעגט וויאזוי ער וויל מ'זאל באערדיגן זיין פאטער, איז ער געווען שטייף ביי די מיינונג אז ער וויל איהם ל"ע פארברענען, און האט בשום אופן נישט געוואלט ברענגן זיין פאטער צו קבר ישראל רח"ל. איך האב איהם תיכף פארבינדן מיט העסקן החשוב ר' מענדל ראזענבערג שליט"א וואס איז ווי באקאנט גאר אסאך עוסק אין דעם פעלד, און האט אסאך ערפארונג מיט'ן העלפן ברענגן אזעלכע פארווארפענע אידישע נשמות צו קבר ישראל, און ר' מענדי האט איהם פראבירט מסביר צו זיין אז דאס איז קעגן די תורה, און וואס דאס מיינט פארן נשמה, אבער דער זון איז געווען שטאנדהאפטיג ביי זיין שטעלונג און נישט געהאלטן ביים טוישן זיין מיינונג.

אבער אז מ'מיינט עס אמת'דיג העלפט דער אייבישטער, דער זון איז איבערגעשלאפן דעם ענין, און דעם קומענדיגן צופרי האט ער זיך באררעכנט, און באלד אונטערגעשריבן אז ער גיט איבער די בעלות פון זיין פאטער פאר חסד של אמת. מען האט האט שנעל געברענגט א דאקטער פון ערגעצוואו וואס האט באשטעטיגט דעם סטיפיקט און די נויטיגע פאפירן, און נאך בו ביום, אין יענעם נאכמיטאג, איז דער איד געקומען לקבר ישראל אינעם בית החיים שע"י חסד של אמת אין וואדרידזש, תהא נשמתו צרורה בצרור החיים.

עד כאן המעשה... אבער טייערע חברים, ווען וואלט א איד זיך געקענט פאָרשטעלן אינעם ווילדסטן חלום אז פון א קליינעם בריוועלע, אדער פון א פעקל עסן, זאל ארויסקומען אזא געוואלדיגע חסד של אמת פון ברענגן א עלנדן איד צו קבר ישראל... און אפילו ווען מיר וואלטן געפרעגט יואלי אליינס פון פאָראויס אויב ער האלט אז ער איז מסוגל אנצוקומען צו אזעלכע ווייטע מצוות און חסדים, איז א שטארקע ספק אויב ער וואלט זיך געקענט אזאנס פאָרשטעלן. אבער דאס איז דער כוח פון אִם בְּחֻקֹתַי תֵּלֵכוּ, אז מ'גייט מיט'ן אייבישטער, א מען הייבט נאר אָן צו טוהן מיט א שטארקייט דאס וואס השי"ת וויל און פארלאנגט פון אונז, דעמאלטס פאסירן שוין גאר גרויסע זאכן, ממש וְרָדְפוּ מִכֶּם חֲמִשָּׁה מֵאָה, וּמֵאָה מִכֶּם רְבָבָה יִרְדֹּפוּ...

דאס איז אלעס ווען מ'באהעפט זיך צו רוחניות און צום רצון השי"ת; אויב אבער א איד גייט נישט מיט'ן כוח השי"ת, ער בלייבט שטעקן אין זיין גשמיות'דיגע וועלט און מיט זיינע אייגענע דמיונות, דעמאלטס איז דאָך אלעס פונקט פארקערט ח"ו. ווי מיר געפונען ווייטער אין די תוכחה, וְאִם בְּחֻקֹתַי תִּמְאָסוּ אויב מ'גייט נישט מיט'ן חקיקה פון השי"ת, "וְהֵבֵאתִי מֹרֶךְ בִּלְבָבָם" וועט דער אייבישטער חלילה אריינלייגן א ווייעכקייט און א שרעק אין די הערצער, "וְרָדַף אֹתָם קוֹל עָלֶה נִדָּף וְנָסוּ מְנֻסַת חֶרֶב וְנָפְלוּ וְאֵין רֹדֵף" דער מענטש פאנגט אָן צו לויפן פון זיין אייגענע שאָטן רח"ל, ער הערט א קול פון א בלעטל וואס שאקלט זיך מיט די ווינט, אבער אין זיינע אויערן הערט זיך עס ווי די קלאנגען פון א שונא, ער הייבט אָן צו אנטלויפן פאר שרעק, ער מיינט אז ער אנטלויפט פון א שווערד, און דערווייל לויפט איהם קיינער נישט נאך, ער פאלט נעבעך, ער צוקלאפט זיך און ווערט צוביילט, פאר... גארנישט, אלעס בלויז צוליב זיינע אייגענע דמיונות!

זעען מיר דאָך די חילוק, ממש הימל און ערד. ווען א איד שטארקט זיך און נעמט זיך אין די הענט אריין, ער וויל גיין מיט'ן כוח וואס השי"ת האט איינגעפלאנצט אין איהם, דעמאלטס וועט ער דערגרייכן גאר ווייט, ער וועט גיין און גיין אָן אפשטעל, און ער וועט זוכה זיין צו דערגרייכן גאר ווייט. דאגעגן אויב מ'גייט נישט מיט'ן אייבישטער, מען זוכט נישט זיך צו שטארקן און טוהן דעם רצון השי"ת, מען באגנוגט זיך מיט א שוואכע פוילע עבודה ח"ו, דאן פאלט מען און מען פאלט, וְנָפְלוּ וְאֵין רֹדֵף, וְכָשְׁלוּ אִישׁ בְּאָחִיו, יעדע קליינע שטרויכלונג זעהט אויס ווי א גרויסע בער, אלעס שטייט אין וועג, און מ'קומט נישט אָן אין ערגעץ ח"ו.

דאס זאגן אונז חכמינו ז"ל (מגילה ל"א:) אז מען ליינט די תוכחה דווקא אין פרשת בחוקותי וואס געפאלט שטענדיג פאר די יום טוב שבועות, כדי מקיים צו זיין דערמיט "תִּכְלֶה שָׁנָה וְקִלְלוֹתֶיהָ תָּחֵל שָׁנָה וּבִרְכוֹתֶיהָ", דער יום טוב שבועות איז אזויווי ראש השנה, עס הייבט זיך אָן א נייע תקופה, און מיר ווילן ענדיגן אלע קללות, זיי זאלן בלייבן ביים אלטן יאר, זיי זאלן זיין א פארגאנגענהייט. לויט ווי מיר זאגן, קען מען דאס ערקלערן גאר גוט, ווייל דוקא איידער די יום טוב שבועות, יעצט ווען מיר גרייטן זיך מקבל צו זיין די תורה, ווען מיר גייען אויסשרייען נעשה ונשמע און מקבל זיין אויף זיך דעם עול תורה צו טוהן דעםרצון השי"ת, דארפן מיר ענדיגן מיט די קללות, ענדיגן מיט די פאלשע דמיונות, אויפהערן צו אנטלויפן פון יעדע קלייניגקייט און יעדע נארישע שטער, אדרבה, מיר דארפן אויסשרייען חזק חזק ונתחזק, זיך שטארקן און אנהייבן זוכן די אינערליכע הייליגע חקיקה וואס איז איינגעקריצט טיף אין אונזער הארץ, וואס מיט איר כוח וועלן מיר בעזהשי"ת ווערן א שטענדיגע הולך, שטייגן ווייטער און ווייטער אָן אויפהער, און אנקומען צו גאר ווייטע און הערליכע תוצאות אין רוחניות, אסאך מער ווי אונזערע אייגענע כוחות און השגות!

א לעכטיגע שבת קודש!

זיך איינצושרייבן צו באקומען די "מיט א טיפערן בליק"
דורך אי-מעיל בעז"ה tiferenblik@gmail.com

דער אשכול פארמאגט 3 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר