כי תצא - פארוואס האב איך בכלל אנגעהויבן?!

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
א שעפעלע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 370
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 9:19 am
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 162 מאל

כי תצא - פארוואס האב איך בכלל אנגעהויבן?!

שליחה דורך א שעפעלע »

בס"ד

א גוטן טייערע חבירים וידידים..!

מיר שטייען שוין אין פרשת כי תצא, וואו די תורה הקדושה רעדט וועגן מלחמה האלטן, כִּי תֵצֵא לַמִלְחָמָה עַל אֹיְבֶיךָ וּנְתָנוֹ ה' אֱלֹקֶיךָ בְּיָדֶךָ, אז דו וועסט ארויסגיין אין א מלחמה קעגן דיין פיינט, און דער אייבישטער וועט זיי איבערגעבן אין דיינע הענט. און די תורה גייט אריבער תיכף צום ענין פון א אשת יפת תואר וואס א מענטש וועט טרעפן בשעת די מלחמה און ער וועט גלוסטן חתונה צו האבן מיט איר. און ווי באקאנט לערנען אונז חז"ל, ווי רש"י ברענגט עס דא אויפן ארט, "לא דברה תורה אלא כנגד יצר הרע, שאם אין הקב"ה מתירה ישאנה באיסור" אז די תורה האט דאס נאר געזאגט צוליב די גרויסע יצר הרע וואס הערשט ביים מענטש, און כדי דער מענטש זאל נישט טוהן אן עבירה און עובר זיין א איסור, האט איהם די תורה מתיר געווען דאס צו טוהן.

וואס ווען מ'לערנט דאס הייבן זיך די אויגן ברעמען מיט וואונדער, וואס איז טאקע די באדייט אז די תורה הקדושה האט דא מתיר געווען א איסור קעגן דעם יצר הרע?! עס איז א זאך וואס מיר געפונען נישט אין קיין שום אנדערע פלאץ אין די תורה. די תורה באשטייט דאָך פון דריי הונדערט פינף און זעכציג מצוות לא תעשה, דאס מיינט אז ס'איז דא אזויפיל זאכן וואס מיר טארן נישט טוהן, און ביי די אלע איסורים האט די נישט געגעבן א היתר פארן איד כדי צו שטילן זיין יצר, און פונקט דא ביי די מלחמה האט די תורה יא מתיר געווען דעם איסור. לכאורה וואלט די תורה געקענט הייסן פאר אזא איד וואס האט א שטארקע יצר הרע אז ער זאל אהיימגיין פון די מלחמה, אדער אנדערע אופנים וויאזוי ער זאל זיך שלאגן מיט זיינע נסיונות, אבער אנשטאט דעם געפונען מיר דא א היתר כנגד יצר הרע, וואס דאס איז א זאך וואס קומט אונז אוודאי לערנען עפעס וויכטיג און חשוב.
און אז מ'רעדט שוין פון דעם, ווערט נאכגעזאגט א דבר נפלא פון הגאון רבי יחזקאל אבראמסקי ז"ל וועלכער האט געדינט במשך א תקופה אלס רב אינעם שטאט לאנדאן. בימים ההם פלעגט ער פאָרלערנען א וועכנטליכע שיעור פאר די דארטיגע אידן, און צווישן די שומעים ביים שיעור זענען געזעצן אזעלכע בעלי בתים וואס זענען געווארן נאכגעשלעפט נאכן 'רוח הזמן' און זיי האבן שטארק געוואלט מאדערנעזירן און טוישן פארשידענע זאכן אין אידישקייט לויט זייער באקוועמליכקייט. ווען ס'איז געקומען פרשת כי תצא, האבן זיי באשלאסן אז ווען דער רב וועט רעדן פאר זיי איבער די נושא פון די אשת יפת תואר, דא וועט זיין א 'שעת הכושר' ווען מ'וועט קענען פאָרהאלטן דעם רב מיט א קלארע באווייז פון די תורה אליינס, מ'זעהט דאָך דא בפירוש אז "לא דברה תורה אלא כנגד יצר הרע" דאס הייסט אז די תורה הקדושה אליין פארשטייט אז געוויסע זאכן איז שווער מקיים צו זיין, און מ'מוז מתיר זיין און מֵקִיל זיין אין געוויסע איסורים ח"ו כדי נאכצוגעבן אביסל פארן יצר הרע.

דער רב רבי יחזקאל האט מיט זיין חכמה פארשטאנען וואס די אידן קלערן, און ער האט געוואוסט וואס קומט, האט ער אנגעהויבן זיין שיעור זאגענדיג "פון די וואכעדיגע פרשה זעען מיר בפירוש אז מיר זענען אלע מסוגל מקיים צו זיין אלעס וואס שטייט אין די תורה, און מ'טאר גארנישט מתיר זיין אדער טוישן! וויבאלד די תורה הקדושה האט דאָך מתיר געווען א יפת תואר צוליב די גרויסע יצר הרע, זעען מיר אז די תורה האט זיך געזארגט פאר אונז, און וואס מ'קען טאקע נישט ביישטיין האט די תורה מתיר געווען, קומט אויס אז וואס די תורה האט 'נישט' מתיר געווען, איז א סימן אז מיר זענען גענוג שטארק דאס איינצוהאלטן און מ'דארף עס נישט מתיר זיין"...

אבער ווי געזאגט, ליגט דאָך אודאי עפעס א לימוד פאר אונז פון דעם וואס די תורה האט טאקע געגעבן דעם היתר דווקא דא ווען כלל ישראל איז ארויסגעגאנגען מלחמה האלטן.
און נאך א קליינע הערה, ביים סוף פון אונזער פרשה האבן מיר די מצוה פון מחיית עמלק, ווי די תורה הקדושה באפעלט אונז זָכוֹר אֵת אֲשֶׁר עָשָׂה לְךָ עֲמָלֵק וגו' אֲשֶׁר קָרְךָ בַּדֶרֶךְ... תִּמְחֶה אֶת זֵכֶר עֲמָלֵק מִתַּחַת הַשָׁמָיִם לֹא תִּשְׁכָּח, אז מיר זאלן אלעמאל געדענקן די געפערליכע עוולה וואס עמלק האט געטוהן, ווען מיר זענען ארויסגעגאנגען פון מצרים און אלע פעלקער פון די וועלט האבן געציטערט מלחמה צו האלטן מיט אונז, זיי האבן געוואוסט פון די אלע נסים ונפלאות און די מכות וואס השי"ת האט געמאכט אין מצרים, און דא איז געקומען עמלק און איז געווען דער ערשטער צו קומען מלחמה האלטן, און ער האט 'אפגעקילט' די גאנצע זאך, אֲשֶׁר קָרְךָ בַּדֶרֶךְ, ער האט געמאכט אז מ'זאל מער נישט מורא האבן, ווי רש"י ברענגט די משל פון חז"ל אזויווי ס'זאל זיין קאכעדיג הייסע וואסער וואס קיינער וויל נישט אריינגיין דערין, ווייל מ'האט מורא זיך אפצובריען, אבער אין די מינוט וואס דער ערשטער שפרינגט אריין, אפילו ס'איז גוט הייס און ער בריט זיך אפ, דאָך האט ער שוין 'קאלט געמאכט די זאך' און דער עולם האט שוין נישט קיין מורא נאכצושפרינגען...

אבער אז מיר מישן צוריק אביסל, אינמיטן אונזער פרשה ביי רביעי, שטייט אין פסוק א וואונדערליכע זאך, "לֹא תְתַעֵב מִצְרִי כִּי גֵר הָיִיתָ בְאַרְצוֹ" מיר טאָרן נישט פאר'מיאוס'ן און דערווייטערן די מצריים ווייל מיר זענען זיי שולדיג הכרת הטוב, כִּי גֵר הָיִיתָ בְאַרְצוֹ, דו ביסט געווען א גאַסט אין זיין מדינה, אונזערע אבות הקדושים ווען זיי האבן געזוכט אן אכסניא אין פאל פון נויט, ווען ס'האט געהערשט א הונגער אויף די וועלט, זענען זיי געגאנגען קיין מצרים, אויב אזוי זענען מיר מחוייב זיי נישט צו דערווייטערן, נאר אדרבה, לאזן זייערע גֵרִים חתונה האבן מיט אונז (נאך דריי דורות, זעה דארט אין פסוק).

און דא ווערט שווער א קושיא עצומה, אויב מ'זאל אונז פרעגן, מיט אונזער קליינע שכל, וועמען דארפן מיר מער פיינט האבן און דערווייטערן? די מצריים אדער די עמלקים? וואלטן מיר זיכער געענטפערט די מצריים!, וואס הייסט, זיי האבן דאָך אונז געפייניגט אזויפיל יארן, געמאכט די אידן ארבעטן ביטער און שווער מיט א קושי השעבוד, אריינגעווארפן אידישע קינדער אין טייך, און נאך פילע זאכן וואס די תורה אליינס דערציילט אונז באריכות, דאגעגן די עמלקים זענען געקומען סתם מלחמה האלטן, א קורצע מלחמה און געגאנגען ווייטער. אבער דערווייל די תורה זאגט פונקט פארקערט, דער מצרי טארסטו נישט דערווייטערן, ווייל ער איז געווען דיין "אכסניא בשעת הדחק" דו האסט איהם גענוצט ווען דו האסט איהם געדארפט, אבער דער עמלקי, אָך און וויי, זיין עונש איז תִּמְחֶה אֶת זֵכֶר עֲמָלֵק מִתַּחַת הַשָׁמָיִם, זיין גאנצע אנדענק דארף ווערן פארמעקט פון די וועלט, און ס'טאר אפילו נישט איבערבלייבן קיין 'זֵכֶר' פון איהם אונטערן הימל, און ווי רש"י ברענגט, אז מיר זענען מחוייב אויסצורייסן יעדע זאך וואס האט נאר א שייכות מיט עמלק, פון קליין ביז גרויס, און אפילו זייערע בהמות טארן נישט בלייבן לעבן, כדי מ'זאל נישט זאגן "די בהמה קומט פון די עמלקים" וואס דאס מיינט אז זייער נאמען וועט נאך אמאל דערמאנט ווערן אויף עפעס אן אופן... וואס איז פשט פון דעם?.

איז כדי אפצולערנען דעם ענין, לאמיר אנהייבן מיט א באקאנטע מעשה, וואס רוב פון אונז קענען, דאס איז די מעשה פון רבי עקיבא און זיין ווייב די צדיקת רחל, די טאכטער פון כלבא שבוע. די גמרא דערציילט (אין מסכת כתובות דף ס"ב: און נאך) אז רחל איז געווען די טאכטער פונם בארימטער עושר 'כלבא שבוע' וואס איז געווארן אזוי אנגערופן צוליב זיין גרויס רייכטום און מידת החסד, וואס יעדער וואס האט נאר איבערגעטרויטן זיין שוועל, אפילו אויב ער איז אריינגעקומען הונגעריג ווי א 'כלבא' א הונט, איז ער ארויס 'שבוע' אינגאנצן זאט.

רבי עקיבא איז נאך דעמאלטס געווען א בחור אַן עם הארץ, ער האט נישט געקענט קיין תורה, און ער איז געווען איינגעשטעלט ביי כלבא שבוע, ער האט געפאשעט זיינע שאף. די טאכטער פון כלבא שבוע האט געזעהן אויף איהם אז ער איז עפעס ספעציעל, ער האט גאר גרויסע מעלות, ווי די גמרא זאגט אז ער איז געווען 'צניע ומעלי' ער האט זיך געפירט איידל און באשיידן, און זי האט איהם געפרעגט אויב וועט זי חתונה האבן מיט איהם, איז ער גרייט צו גיין לערנען תורה, און רבי עקיבא האט צוגעשטימט, און די צוויי האבן חתונה געהאט. דער רייכע טאטע כלבא שבוע האט נישט מסכים געווען צום שידוך פון זיין טאכטער, און דעריבער האט ער געמאכט א נדר אז זי טאר מער נישט הנאה האבן פון זיין פארמעגן. רבי עקיבא און זיין ווייב רחל זענען געליבן דערווייטערט פון זייער סביבה, ארים און עלנד, ווי די גמרא דערציילט אין מסכת נדרים, האבן זיי געהאט נישט מער ווי אביסל שטרוי אויף וואס זיי פלעגן זיך לייגן שלאפן ביינאכט, און יעדן טאג אינדערפרי האט מען נעבעך געדארפט קלויבן די שטרוי און עס ארויסנעמען פון די האָר וואו עס האט זיך צוגעטשעפעט במשך די נאכט. אבער די צדיקת רחל איז נישט מוותר, און זי שיקט רבי עקיבא צו גיין לערנען תורה אזויווי מען האט אפגעמאכט. רבי עקיבא פאָרט אוועק אין ישיבה אריין, און זיין ווייב די צדיקת זיצט אליינס ממש אן עגונה, און אזוי גייען אדורך לאנגע צוועלף יאר! עס זאגט זיך אפשר גרינג, אבער צוועלף יאר איז דאָך א ממש ווי א ענדלאזע תקופה, עס איז טויזנטע טעג, הונדערטע וואכן ווי זי לעבט איינזאם און אליינס, אָן קיין געלט און אָן קיין פרנסה.

רבי עקיבא באשליסט אהיימצוקומען נאך צוועלף יאר, און ווען ער קומט אָן אונטער די טיר הערט ווי עפעס אן עלטערע מענטש זיצט דארט אינעווייניג ביי זיין ווייב און בעהט זיך ביי איר, "ווילאנג וועסטו בלייבן אזוי א לעבעדיגע אלמנה אָן קיין מאן?", ער פראבירט איר איבערצורעדן אז איר לעבן איז נישט קיין לעבן, אבער די צדיקת רחל רופט זיך אָן "אויב וויל ער מיך אויסהערן, זאל ער גיין לערנען פאר נאך צוועלף יאר!" און רבי עקיבא טראכט נישט קיין צוויי, ער האט דאָך יעצט באקומען א בפירוש'ע רשות פון זיין געטרייע ווייב אז ער קען זיך צוריק קערן אין ישיבה אריין פאר נאך צוועלף יאר, אומר ועושה, רבי עקיבא דרייט זיך אויס און גייט צוריק לערנען...

נאך פיר און צוואנציג יאר קומט רבי עקיבא צו גיין מיט גרויס כבוד און עהרע, באגלייט מיט זיינע פיר און צוואנציג טויזענט תלמידים וואס ער האט אויפגעשטעלט במשך די אלע יארן. ווען רחל האט איהם געוואלט אנטקעגן גיין, האבן איר די שכנות געזאגט אז ס'פאסט נישט אזוי ארויסצוגיין, אזוי ארים און אפגעריסן, זי וואלט געדארפט גיין בארגן עפעס א שענערע קלייד, אבער זי זאגט אז עס פעלט נישט אויס, רבי עקיבא ווייסט און פארשטייט מיך. ענדליך ווען זי שטופט זיך צו נאנט צו איר גרויסער מאן און זי פאלט איהם צו די פיס, האבן די משמשים איר פראבירט אוועקצושטיפן, ביז דער הייליגער תנא רבי עקיבא האט אויסגערופן "שבקוה, שלי ושלכם שלה הוא!" לאזט איר, מיין גאנצע תורה און אייער תורה איז אלעס אירס, עס איז נאר אין איר זכות און נאר איר צו פארדאנקן, אלע זכותים באלאנגן צו איר...

נו, אזויווי געזאגט, יעדער האט שוין געוויס געהערט די מעשה, און מיר זענען געוואוינט ארויס צו נעמען פון דעם פארשידענע מוסר השכל'ס און לימודים, די געוואלדיגע מסירות נפש פון די צדיקת, די כוח פון לימוד התורה אפילו ביי די פערציג יאר, און נאך. אבער דאסמאל לאמיר זיך אריינטוהן אביסל אין די געפילן און אין די מיטמאכענישן פון אט די גרויסע צדיקת רחל און איר מאן רבי עקיבא. רחל האט דאָך געטוהן א שריט וואס זי האט געהאלטן איז ריכטיג, זי האט געזעהן אין רבי עקיבא גרויסע מעלות, און זי האט זיכער געמאכט אז ער גייט זיך זעצן לערנען, און דערפאר האט זי חתונה געהאט צו איהם. אבער פלוצלינג, די גאנצע סביבה האט אויסגעדרייט די רוקן צו איר, איר גרויסער טאטע כלבא שבוע וואס האט פארזארגט די גאנצע שטאט מיט עסן און מיט גמילות חסדים, ער ווערט אויפגעברויזט און איז איר מַדִיר הנאה פון זיין פארמעגן! קיין איין פרוטה איז ער נישט גרייט צו געבן. עס אינטערסירט איהם נישט די שווערע מצב פון זיין טאכטער, זי איז ארים און הונגעריג, זי שלאפט עטליכע גאסן אוועק פון איהם אויף דער ערד מיט א בינטל שטרוי, זי האט נישט קיין לחם לאכול, זי פלאגט זיך און מוטשעט זיך נעבעך, אבער איר אייגענע טאטע איז נישט גרייט צו קומען צו איר הילף.

נו, קלערט איר אודאי אז אפשר האט זי געהאט 'מאראלישע שטיצע' פון די שכנים, די ארומיגע אידן האבן מן הסתם ארויפגעקוקט און געשעצט איר מסירות נפש, א קלייניגקייט? זי האט גענומען א וואוילע מאַן, און זי האט איהם נאך געשיקט לערנען פאר לאנגע יארן, און זי איז גרייט אלעס סובל צו זיין אליינס... אינגאנצן נישט! אויב ווילן מיר צובייגן אַן אויער צו וואס די דארטיגע סביבה האט געהאט איר מחזק צו זיין, לאמיר הערן וואס יענער אלטער מענטש זאגט איר, ער האט נישט געפונען קיין בעסערע ווערטער ווי שרייען אויף איר אז זי איז פשוט א לעבעדיגע אלמנה וואס האט נישט קיין מאן, און אז איר גאנצע אויפפירונג איז נישט ריכטיג און האט נישט קיין תכלית... און דאס איז אודאי נישט געשען נאר דעמאלטס 'פונקט' אין יענע איינע מינוט ווען רבי עקיבא איז געשטאנען אונטער די טיר, דאס איז לכאורה געווען א טאג טעגליכע ערשיינונג, ווען די שכנים האבן גערעדט צו איר, אדער ווען מ'האט גערעדט וועגן איר אונטער איר רוקן, אז זי איז נעבעך עלענד און אליינס, דער עולם האט איר געשוינט און אראפגעקוקט; געוויס זענען כסדר געקומען שלוחים פונעם רייכן פאטער כלבא שבוע, און געבעטן אז זי זאל זיך בארעכענען און צוריקציען פון די נארישקייט וואס זי איז באגאנגען...

די ווייטאג און די יסורי הנפש אין אזא מצב זענען דאָך אין לשער! זי וואלט געקענט אויפהייבן אירע פארוויינטע אויגן צום הימל און זאגן "רבונו של עולם, איך האב דאס אלעס געטוהן פאר דיינעטוועגן, איך האב געהאלטן אז דאס איז די ריכטיגע שריט צו טוהן, איך האב זיך מקריב געווען פאר דיין תורה, פארוואס קומט מיר דאס? מיין אייגענע טאטע זאל זיך דערווייטערן פון מיר? אנשטאט רחמנות האבן אויף מיר און האבן מיטגעפיל, זאל מיין אייגענע בלוט און פלייש זיין מיין גרעסטע שונא? און די אלע מענטשן ארום מיר, אלעס שפעט און לאכט פון מיר, זו תורה וזו שכרה? פארוואס קומט זיך מיר דאס?"... אבער די צדיקת האט דאס נישט געזאגט, זי נעמט אָן אירע יסורים באהבה, און ווען יענער אלטער קומט איר זאגן אז איר לעבן איז קיין לעבן נישט, אנשטאט מסכים צו זיין צו איהם, אדער על כל פנים ווערן צאמגעבראכן און זיך נעמען וויינען אויף איר שרעקליכע מצב, שפרינגט אויף די צדיקת און זי גיבט רשות אויף נאך צוועלף יאר! זי איז ווייטער דא מיט איר פלאן און מיט איר אייזערנע רצון אז איר מאן רבי עקיבא זאל וואקסן א תלמיד חכם, זי האט נישט קיין פראבלעם אויב די איינזאמקייט און די ארימקייט וועלן אנגיין פאר נאך לאנגע, ביטערע, גאנצע צ-ו-ו-ע-ל-ף י-א-ר!!! זי האט נישט קיין חרטה און זי ציט נישט צוריק, טראץ די אלע שוועריגקייטן.

וואס איז טאקע פשט דערפון? פון וואו נעמט מען אזעלכע הימלישע כוחות נישט צו ווערן צובראכן און נישט אויפצוגעבן אין אזא מצב ווען עס איז אזוי שווער, און מ'האט נישט קיין ברעקל חיזוק אין וואס זיך אנצוכאפן?.

נאר דער תירוץ איז, אזויווי מיר האבן דערמאנט פאריגע וואך פונעם תוספות יום טוב וואס ברענגט בשם דער מדרש שמואל אין פרקי אבות, אז דאס איז דער דרך פונעם יצר הרע, ווען ער שפירט אז מען גייט איהם מנצח זיין, וועט ער אנווענדן אלע מיטלען צו קענען צוריקשטויסן און דערלאנגן א טויט קלאפ. און דערפאר איז טאקע קלאר ווי די טאג אז ווען א איד נעמט זיך אונטער א דבר טוב, א גוטע קבלה, זיך מחזק צו זיין אין ערליכקייט וכדומה, אז דער יצר הרע וועט קומען צו גיין, ווער רעדט נאך אויב מ'נעמט זיך אונטער גאר א גרויסע זאך, א ספעציעל גוטע זאך, א מסירות נפש, דא וועט דער יצר הרע 'צוריק ענטפערן' לויט'ן ערך און די חשיבות פון די זאך וואס ער האט מורא.

די צדיקת רחל אשת רבי עקיבא האט דאס גוט געוואוסט, זי האט פארשטאנען אז זי נעמט זיך אונטער א געוואלדיגע הקרבה און מסירות נפש פאר די תורה, און דעריבער וועלן די שטיינער און די שטרויכלונגען וואס וועלן קומען איר וועג זיין גאר גרויס און שווער, יא די אייגענע טאטע, די אייגענע משפחה, די אייגענע סביבה, אלעס איז קאלט און פארפרעמדעט, יעדער האט נאר א שלעכט ווארט צו זאגן, קיינער פארשטייט נישט, קיינער פילט נישט מיט, אבער, דאס איז די גרעסטע סימן און באווייז אז זי טוט א דבר טוב... ביז די לעצטע רגע האט איר יעדער פראבירט אפצורעדן, און אפילו ווען רבי עקיבא קומט שוין אהיים, ער איז שוין דער רבי פון כלל ישראל, האט נאך יעדער א דיעה צו זאגן, די שכנות וועגן די קלייד, און די משמשים שטופן, זי ליידט און ליידט, ווייל דאס איז אלעס א חלק פונעם נסיון, א גוטע זאך קומט אָן ביטער שווער, זי ווערט אבער נישט אפגעשוואכט, זי גיבט נישט אויף, ביז צום זיסע ענדע, די לעכטיגע רגעים ווען איר גרויסער מאן רופט אויס הויעך און קלאר "שלי ושלכם שלה הוא!" די גאנצע לימוד התורה פון מיר און די פיר און צוואנציג טויזענט תלמידים, דאס איז אלעס אירס, זי האט דאס געמאכט, נאר מיט איר כוח און איר מסירות נפש האט זי דאס באוויזן, מיט אירע וואונדערליכע מעשים פון די לעצטע פיר און צוואנציג יאר...

טייערע חברים, וויפיל מאל זעען מיר דאס צו מיט אונזערע אויגן, און מיר שפירן דאס אויף אונזער אייגענע הויט. זייער אסאך מאל מאכט זיך אז א מענטש נעמט אויף זיך א פרישע קבלה, ער וויל ווערן בעסער, ער וויל זיך טוישן, און פלוצלינג הייבט ער אָן אריינצוכאפן פון זיין גאנצע ארום, די משפחה, די גוטע פריינט, די סביבה, אלעס נעמט זיך לאכן און חוזק מאכן, אנשטאט זיי זאלן מסכים זיין און איהם מחזק זיין, פלוצלינג ווערט אלעס שווער און ביטער, ער פילט ווי עס קומען גרויסע און שווערע שטרויכלונגען אין זיין וועג, קיינער ארבעט נישט מיט מיט איהם.

אדער צומאל ווען א מענטש האט געטוישט זיין לעבנסשטייגער, ער פראבירט זיך צו פארבעסערן, ער הייבט אָן צו דאווענען שענער, ער איז קובע עתים לתורה, ער שטארקט זיך אין מצות צדקה, וכדומה, און ער האט ערווארטעט צו זעהן א ברכה אין זיינע געשעפטן לכבוד דעם, אדער ער ווארט אויף א געוויסע ישועה, אבער דערווייל זעהט ער גאר דאס פארקערטע, אז זייט ער האט אנגעהויבן זיך צו פארבעסערן, האבן זאכן אנגעהויבן צו גיין מיט'ן פיטום אראפ, זיין לעבן איז גאר געווארן ערגער ח"ו, און עס כאפט זיך אריין א ביטערניש אין הארץ, דער מענטש שפירט א שטיקל טענה חלילה, "רבונו של עולם, איך מיין דאָך דיר, איך האב געטוהן א געוויסע גוטע זאך פאר דיר, און פארוואס שפיר איך אז גארנישט גייט מיר נישט זייט דערמאלטס, אלעס איז אזוי שווער און ביטער?"...

אבער, דער אמת איז ווי געזאגט, א איד וואלט געדארפט ארויסנעמען א 'חיזוק' ווען ער זעהט ווי שווער עס קומט אָן, ווייל וואס גרעסער די שטרויכלונגען זענען, איז א סימן אז ער טוט טאקע א דבר טוב, און ווארשיינליך שטערט עס גענוג שטארק פארן יצר הרע, אז ער קומט צו גיין און ווענדט אָן אלע מיטלען איהם אפצוהאלטן דערפון.

דא פאדערט זיך פון אונז אזא עבודה אזויווי פון רחל אשת רבי עקיבא, מיר דארפן זיך מתבונן זיין אז עס איז גאר א 'פעקעדזש דִיל' און עס גייט צוזאמען, ווען מען טוט גוטע זאכן קומט עס מיט מיט התנגדות פון די ארומיגע מענטשן, יעדער וועט לאכן, קיינער וועט נישט מיטשטיין, און אודאי נישט העלפן, און אמאל קומט עס ח"ו אפילו מיט דחקות און נויט אזויווי עס איז געווען ביי רבי עקיבא, אבער דער מענטש דארף פארשטיין אז דאס אלעס זענען נישט קיין סיבות צוריק צו ציען און קלערן פון אויפגעבן, פארקערט דאס זענען די סימנים אז מען טוט א דבר טוב. טאקע דעמאלטס ווען די גאנצע משפחה מאכט חוזק און לאכט אפ, די זעלבע מענטשן וואס האבן נישט געהאט קיין שלעכט ווארט צו זאגן ווען כ'האב מיך אויפגעפירט נישט אזוי שטארק ווי עס דארף צו זיין, נאר פלוצלינג ווען איך ווער בעסער, ווען איך מאך א שינוי לטובה, יעצט זענען זיי אלע דא צו לאכן און מיך אפשוואכן, דארף מען וויסן כִּי אָבִי וְאִמִי עֲזָבוּנִי וַה' יַאַסְפֵנִי, איך בין נישט דא צופרידן צושטעלן דעם אדער יענעם, מיין משפחה, אדער מיינע פריינט, נאר איך בין דא אנצוהאלטן מיין קבלה מיט א פעסטקייט און טוהן וואס עס איז דער רצון השי"ת, און בעזרת ה' וועל איך צום סוף מצליח זיין און קענען אויספירן דאס וואס איך וויל.

אט דאס לערנט אונז די תורה הקדושה אין אונזער פרשה, ווען די תורה הייבט אָן מיט כִּי תֵצֵא לַמִלְחָמָה עַל אֹיְבֶיךָ, א איד גייט ארויס מלחמה האלטן, וואס ווי באקאנט שטייט אין אלע ספרים הקדושים אז דאס גייט ארויף אויף מלחמת היצר. און ווי מיר האבן שוין דערמאנט פון הרה"ק דער רבי רבי בונם פון פרשסיחא זי"ע (יארצייט י"ב אלול) אז ווילאנג כלל ישראל האט נאך געפירט מלחמות, דעמאלטס האבן די אלע פסוקים פון די תורה טאקע באדייט אויף די 'עכטע' מלחמות וואס מ'האט געהאלטן, און די 'מלחמת היצר' איז נאר געווען מרומז אין די פסוקים בדרך רמז. היינט אבער ווען מיר האבן שוין נישט יענע סארטן מלחמות, עס זענען שוין נישט דא ביי אונז קיין מלחמת מצוה אדער מלחמת הרשות, קומט אויס אז די 'מלחמת היצר' דאס איז געווארן פשוט פשט אין פסוק, עס איז נישט בלויז א רמז, נאר די רעדט צו אונז וועגן אט די מלחמה, ווייל די תורה הקדושה איז נצחיות און גייט אָן אין יעדן דור און אין יעדן מצב.

קומט אויס אז די תורה רעדט ממש צו אונז, און די תורה רעדט פון א איד וואס וויל זיך שטארקן קעגן זיין יצר הרע. נאך מער, ווי עס איז מרומז אין די ווערטער "כִּי תֵצֵא" לַמִלְחָמָה, מ'רעדט דא פון א איד וואס גייט ארויס פון זיין וועג, ער לאזט איבער זיין באקוועמליכקייט, ער שפרינגט אריין מיט מסירות נפש זיך צו טוישן, ער וויל טוהן דעם רצון השי"ת. דוקא דא האט די תורה געשפירט פאר וויכטיג אונז צו לערנען אז עס וועלן אונטערקומען די שווערסטע נסיונות. דו האסט אונטערגענומען א מלחמה מיט'ן יצר הרע? וויסן זאלסטו אז ער וועט קומען צו גיין מיט אלע כוחות אנטקעגן דיר, און אפילו דער סוף וועט זיין א נצחון און דו וועסט איהם בייקומען, אבער אינצווישן וועט זיין ביטער שווער, און טאקע דא קומט אריין די זעלטענע "לא דיברה תורה אלא כנגד יצר הרע" וואס מיר געפונען נישט אין קיין שום אנדערן פלאץ, ווייל דייקא דא, ביי די מלחמת היצר וועלן טאקע אונטערקומען פרישע נסיונות און פרישע תאוות וואס דער מענטש האט אפילו נישט געוואוסט אז עס עקזיסטירט אין איהם, עס וועט ווערן ביטער שווער! אזוי גייט זיין! דאס איז די מציאות, און דערפאר בעהט זיך די תורה צום איד אז ער זאל נישט אויפגעבן, ער זאל נישט נכשל ווערן באיסור, נאר זיך האלטן צו וואס די תורה זאגט.

און דערמיט קענען מיר פארשטיין דעם צווייטן ענין וואס מיר האבן דערמאנט, וואס איז די חילוק צווישן די מצריים און די עמלקים, אז ביים מצרי זענען מיר באפוילן געווארן "לֹא תְתַעֵב מִצְרִי כִּי גֵר הָיִיתָ בְאַרְצוֹ", און מיר דארפן איהם נאך מכיר טובה זיין אויף די אכסניא בשעת הדחק, אבער דעם עמלקי דארפן מיר אויסרייסן און אויסמעקן אָן איבערלאזן א זכר. נאר דער חילוק איז, אין מצרים זענען מיר געווען געסט ביי זיי אין לאנד, און איין טאג האבן די מצריים מחליט געווען אז עס וועט קומען א טאג וואס מיר קענען זיך נאך שטארקן איבער זיי און זיי פארטרייבן פון זייער אייגענע מדינה, און מיר זענען געווארן ווי א דאָרן אין זייערע אויגן, ווי די תורה דערציילט אונז אין פרשת שמות, דערפאר האבן זיי זיך גענומען אונז פייניגן און שווער מאכן. מיר אידן זענען נאך דעמאלטס נישט געווען קיין פאלק, מיר זענען נאכנישט געגאנגען אין ערגעץ, מיר זענען בסך הכל געווען פרעמדע מענטשן אין א פלאץ, און דעריבער האט מען אונז פיינט געהאט און גע'רודפ'ט, און דאס האט נאך א כפרה... אבער עמלק, כאטש וואס מיר האבן איהם גארנישט געטוהן, מיר האבן נישט געהאט קיין שום שייכות מיט איהם, דאָך איז ער געקומען צו לויפן זיין דער אֲשֶׁר קָרְךָ בַּדֶרֶךְ, מיר אידן זענען דעמאלטס געווען בַּדֶרֶךְ בְּצֵאתְכֶם מִמִצְרָיִם, מיר זענען געווען אויפן וועג פון ווערן דער עַם הנבחר, מיר זענען געווען אויפן וועג צו ווערן דער אויסדערוועלטע פאלק פון השי"ת, מיר זענען געגאנגען מקבל זיין א תורה, און עמלק איז געקומען צו גיין סתם אונז צו שטערן, קאלט צו מאכן אלע פעלקער פון די וועלט אז זיי זאלן נישט מורא האבן פון אונז, דאס האט נישט קיין כפרה! עמלק איז געווען 'יענע יצר הרע' פון וואס מיר רעדן, דער וואס קומט צו גיין אויפן וועג צו א דבר טוב, ווען די אידן האבן געהאלטן אינמיטן זיך גרייטן צו די גרעסטע זאך, ער איז געווען דער מכשול וואס האט זיי געוואלט אפהאלטן פון וואקסן, און אויף דעם איז די תורה הקדושה אזוי מקפיד אז מען דארף דאס אויסרייסן ביז'ן סוף...

און די תורה הקדושה איז אונז דאס מרמז ביים אנהייב און די ענדע פון אונזער פרשה, כִּי תֵצֵא לַמִלְחָמָה עַל אֹיְבֶיךָ, ווען דו וועסט נאר ארויסגיין מלחמה האלטן מיט'ן יצר הרע, און זיך אנשטרענגן און ארויסגיין פון דיין וועג, וויסן זאלסטו אז עס וועלן קומען מכשולות, עס וועט קומען צו גיין 'דיין' עמלק, דיין אֲשֶׁר קָרְךָ בַּדֶרֶךְ, זאכן וועלן דיר קאלט מאכן, שטיינער וועלן קומען צו פליען, און געדענק דאס איז א שטענדיגע מלחמה, מִלְחָמָה לַה' בַּעֲמָלֵק מִדֹר דֹר, אין יעדן דור און אין יעדן מצב קומט דער יצר הרע מיט זיינע מיטלען וויאזוי אפצוקילן דעם מענטש, און אונזער תפקיד איז נישט זיך צו לאזן, און אודאי נישט זיין פון די וואס קילן אפ יענעם אין זיין גוטע וועג.

עס ווערט דערציילט אז אין א געוויסע שטאט האט אויסגעבראכן א סכסוך אין די קהילה, האט מען אהינגעברענגט הגאון הגדול רבי יהושע'לע קוטנער זי"ע פון די גדולי פוילן בימיו, אז ער זאל העלפן אויסגלייכן די מחלוקת אין שטאט. בשעת ווען דער קוטנער גאון איז געפארן אין די גאסן פון שטאט, איז פלוצלינג געקומען צו פליען אויפן וואָגן א גרויסע שווערע שטיין וואס איינער האט געוואָרפן, און דער שטיין האט אויסגעמיטן רבי יהושע'לע ממש בדרך נס. אלע אנוועזנדע האבן באלד פארשטאנען אז דאס האט ווארשיינליך געוואָרפן איינס פון די בעלי מחלוקה וואס זענען געווען פארמישט אינעם געפעכט אין שטאט, און יענער האט ווארשיינליך געוואלט ח"ו שעדיגן אדער הרג'ענען ח"ו דעם קוטנער גאון.

שפעטער האט דער קוטנער גאון זיך איינגעבעטן ביי זיינע מקורבים אז זיי זאלן איהם אויסזאגן ווער ס'איז געווען דער וואס האט געווארפן דעם שטיין אויף איהם. די מענטשן האבן מורא געהאט אויסצוזאגן דעם אמת פאר רבי יהושע'לע זיך זאָרגענדיג אז אפשר וועט איהם דער צדיק ח"ו מעניש זיין מיט זיין קפידה, אבער רבי יהושע'לע האט נישט נאכגעלאזט נאר געוואלט וויסן דעם נאמען פונעם וואַרפער, צוזאגענדיג דערביי אז ס'וועט איהם קיין שום שלעכטס נישט פאסירן, ער וויל בלויז וויסן צוליב א אייגענע סיבה וואס ער האט. ענדליך ווען מ'האט איהם אויסגעזאגט דעם נאמען פונעם יונגערמאן וואס האט געווארפן אויף איהם דעם שטיין, האט רבי יהושע'לע זיך צושמייכלט און געזאגט, "אלעס איז מיר שוין פארענטפערט!", און ער האט זיי געגעבן צו פארשטיין:

ליידער איז פארהאן אזא טבע אין די בריאה אז ווען איינער טוט א טובה פאר א צווייטן, וועט יענער זיין א כפוי טובה און איהם צוריק טוהן שלעכטס, אזוי איז דער סדר העולם. "דעריבער ווען ס'איז געקומען צו פליען דעם שטיין, האב איך געטראכט צו מיר וואס פאר א טובה האב איך דען געטוהן דא פאר א מענטש אז ער זאל מיך אזוי שטארק וועלן שעדיגן און וויי טוהן?. אבער יעצט ווען איר האט מיר געזאגט דעם נאמען פונעם יונגערמאן וואס האט געווארפן דעם שטיין, איז מיר שוין אלעס פארענטפערט געווארן. מיט יארן צוריק איז דער יונגערמאנ'ס טאטע געווען פארפּלאָנטערט אין א ערנסטע פראבלעם מיט די רעגירונג, און זיין לעבן איז געווען אין א סכנה וויבאלד ס'האט איהם געווארט א שטראָף פון ווערן פארטריבן קיין סיביר רח"ל, און איך האב דעמאלטס משתדל געווען פאר איהם, און איך האב געראטעוועט זיין לעבן. יעצט פארשטיי איך שוין אלעס, עס איז נישט מער ווי נאטורליך אז זיין אייגענער זוהן זאל מיך וועלן דער'הרג'ענען, עס שטימט, און עס איז אין איינקלאנג צו די גרויסע טובה וואס איך האב געטוהן פאר זיין פאטער"...

ווי פאסיג איז דאס פאר אונז צו דינען אלס א משל, ווען מיר ווילן אמאל מעסטן ווי גרויס און ווי חשוב אונזער 'קבלה טובה' אדער 'דבר טוב' איז, לאמיר באטראכטן די שטיינער וואס קומען צו פליען, לאמיר זעהן ווי שווער און ביטער עס קומט אָן, און דאס וועט אונז ערקלערן און געבן צו פארשטיין די גרויסקייט פון אונזער פעולה. געדענק! וואס שווערער און גרעסער די שטיינער זענען איז א סימן אז עס טוט שטארק וויי פארן יצר הרע, וואס מער די סביבה לאכט אונז אפ און שטייט אין אונזער וועג פון זיך פארבעסערן, איז א סימן אז ס'מוז זיין גאר א גוטע זאך, און דאס דארף דינען אלס חיזוק צו וויסן נישט אויפצוגעבן, נאר אנגיין ווייטער און ווייטער, ביז עס וועט זיין וּנְתָנוֹ ה' אֱלֹקֶיךָ בְּיָדֶךָ, און מיר וועלן אנקומען צו אונזער ציל און תכלית!

א לעכטיגע שבת קודש!

זיך איינצושרייבן צו באקומען די "מיט א טיפערן בליק"
דורך אי-מעיל בעז"ה tiferenblik@gmail.com

דער אשכול פארמאגט 1 תגובה

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר