וואספארא וואונטש געבן מיר בשעת ברית מילה?

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
אנטוישטער יונגערמאן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 46
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 25, 2021 5:27 pm
האט שוין געלייקט: 74 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 61 מאל

וואספארא וואונטש געבן מיר בשעת ברית מילה?

שליחה דורך אנטוישטער יונגערמאן »

מיינס א נאנטע חבר האט מיר געפרעגט, וואס איז די כוונה "כשם שנכנס כן יכנס"? פונקט אזויווי ער איז אריין בבריתו אזוי זאל ער אריין גיין לתורה א.א.וו. פארוואס קען מען נישט סתם וואונטשן "שיכנס לתורה ולחופה ולמעשים טובים"? וואס פעהלט אויס דער "כשם"? וואס פארגלייכט מען דא?

א שטארקע קשיא.
פרעג איך אים אלא מאי?
זאגט ער, די תירוץ איז אז ס'איז שוין גאָר קיין וואונטש נישט.
ס'איז א מסירת מודעה!

מען זאגט פאר'ן קינד און מען לאזט אים הערן קלארע ווערטער. הער אויס טייער קינד, פונקט ווי יעצט ווען דו ביסט קוים איבער א וואך אלט, האסט קוים געעפנט דיינע אויגעלעך צו די גרויסע שיינע וועלט, האט מען דיך גענומען, מען האט דיר נישט געפרעגט צו דו ווילסט יא צו דו ווילסט נישט, מען האט דיר אריינגעטראגן אין בעסמעדרעש, מ’האט דיר געווארפן פון איין מענטש צו אן אנדער מענטש מיט אזא מין כיבוד וואס הייסט חיקה. מען האט דיר ארויף געשלעפט אויפ'ן ארענאקוידעש ארויף, מען האט דיר אראפגעצויגן די הויזן מען האט גענומען א מעסער און געשניטן פלייש פון דיר, ניטאמאל האט מען דיר איינגעשלעפט, עס האט געגאסן בלוט, האסט געקייכט. עס זענען געשטאנען קעפ אויף קעפ מענטשן איבער דיר, צוגעקוקט צום מערכה און זיך נישט וויסנדיג געמאכט פון דיינע געוויינען.

כן יכנס לתורה. פונקט אזוי וועט מען דיר אריינטראגן אין חדר צום רבין, מ’וועט דיר נישט פרעגן צו דו ווילסט יא צו דו ווילסט נישט, מען וועט דיר ווארפן פון איין מלמד צום צווייטן, עס וועט קיינעם נישט אינטרעסירן צו מען פראסקעט דיר צאם צו מען אביוזט דיר. ווייטער וועט מען דיר אריין טראגן אין ישיבה, און עס וועט קיינעם נישט אינטרעסירן צו דו ווערסט ערצויגן און עדיוקעטעד צו נישט. דו וועסט וועלן דאס נארמאלסטע נאטורליכסטע געברויכן און עס וועט קיינער נישט הערן דיינע געוויינען פון עמאציאנאל און פון פיין און פון נפשיות1דיגע יסורי איוב וואס דו וועסט זיך דארפן ספראווען דערמיט ווען דו וועסט חלילה וועלן דאס נארמאלסטע נאטורליכסטע געברויכן טוען.

כן יכנס לחופה. מ’וועט פאר דיר ארענדזשן א שידוך, צו דו ווילסט צו דו ווילסט נישט. צו די מדוברת איז א גרויל צו א מרשעת צו א נערוון קראנקע, צו טאקע אלע בענעזאם... דער עיקר די מחותנים זאלן שטימען עס וועט קיינער נישט הערן דיינע געוויינען פון פיין און יסורי איוב וואס דו וועסט זיך אפלעבן דיינע יארן מיט דיין ארענדזשטן "באשערטן".

כן יכנס למעשים טובים. עס וועט קיינעם נישט אינטרעסירן צו דו האסט צום לעבן און ווי אזוי דו לעבסט, דער עיקר זאלסט אונזער עגא נישט צושטערן. נאר איידעלע פרנסות, נאר באקסעדיגע פרנסות זאלסטו האבן. מ'וועט שטענדיג האלטן קאנטראל מיט הונדערטער אויגן מיט וועמען דו האסט אלץ שייכות, מיט וועמען דו דרייסט זיך, מיט וואס דו האנדלסט, דער עיקר זאלסט נישט חלילה אונזערע משוגעת'ן פוגע זיין. א.א.וו. די ליסטע איז נאך לאנג און גרויס. און אויב וועסטו גאר שטארק קייכן, וועט מען דיר אריינטראפן אביסעלע טראפן אין מויל, דיר שטיל צו מאכן, אזוי ווי מען האט דיר ביים ברית אריינגעטראפט אביסל וויין ווען דיינע געוויינען זענען שוין געווען היסטעריש...

דאס האט מען דיר געוואלט לאזן וויסן דא אין בית המדרש, אין א מקום קדוש אויפן ארון הקודש צווישן א מנין אידן. און יעצט קען מען דיר שוין ארויסטראגן, און צוריקגעבן פאר די מאמען. דו ביסט שוין א גע'מל'טער גיי....... דאס איז תורה לאמיתו של תורה....
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שמעקעדיג, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
סיבה: מתקן געווען געוויסע לשונות וואס איז א זלזול אין מצות ברית מילה

דער אשכול פארמאגט 18 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר