א צדיק בן צדיק אדער א צדיק בן רשע, ווער איז חשוב'ער?

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3067
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3323 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8392 מאל

א צדיק בן צדיק אדער א צדיק בן רשע, ווער איז חשוב'ער?

שליחה דורך שמן למאור »

מען טרעפט די וואך אין די פרשה ווי די תורה רעכנט אויס די יחוס פון די מאמע רבקה. וַיְהִי יִצְחָק בֶּן אַרְבָּעִים שָׁנָה, בְּקַחְתּוֹ אֶת רִבְקָה בַּת בְּתוּאֵל הָאֲרַמִּי מִפַּדַּן אֲרָם אֲחוֹת לָבָן הָאֲרַמִּי לוֹ לְאִשָּׁה. פארוואס טאקע רעכנט מען אויס איר יחוס, לכאורה ווייסט מען עס שוין פון די פריערדיגע פרשה, און בפרט אז עס איז נישט די שענסטע משפחה? זאגט רש"י אזוי: וְכִי עֲדַיִין לֹא נִכְתַּב שֶׁהִיא בַת בְּתוּאֵל וַאֲחוֹת לָבָן וּמִפַּדַּן אֲרָם? אֶלָּא לְהַגִּיד שִׁבְחָהּ, שֶׁהָיְתָה בַּת רָשָׁע וַאֲחוֹת רָשָׁע, וּמְקוֹמָהּ אַנְשֵׁי רֶשַׁע, וְלֹא לָמְדָה מִמַּעֲשֵׂיהֶם. די תורה וויל אונז לאזן הערן די מעלה און שטארקייט פון די מאמע רבקה אז זי איז געבליבן שטארק אין אזא הויז.

ווייטער שטייט אין פסוק אז יצחק און רבקה האבן נישט געהאט קיין קינדער, און זיי האבן זיך געשטעלט דאווענען. זאגט די פסוק אזוי: וַיֶּעְתַּר יִצְחָק לַה' לְנֹכַח אִשְׁתּוֹ כִּי עֲקָרָה הִוא, וַיֵּעָתֶר לוֹ ה' וַתַּהַר רִבְקָה אִשְׁתּוֹ. לכאורה וואס איז פשט אז די פסוק זאגט דוקה ויעתר "לו" ה', זי איז דאך אויך געהאלפן געווארן? זאגט רש"י: וַיֵּעָתֶר לוֹ – וְלֹא לָהּ, שֶׁאֵין דּוֹמָה תְפִלַּת צַדִּיק בֶּן רָשָׁע לִתְפִלַּת צַדִּיק בֶּן צַדִּיק. לְפִיכָךְ "לוֹ" וְלֹא "לָהּ". זיי זענען געהאלפן געווארן דוקא בזכות די תפלות פון יצחק.

לכאורה איז עס א שטיקל סתירה צו די פריערדיגע רש"י. אויב איז עס אזא שטארקע מעלה אז איינער וואקסט אויף א צדיק בן רשע אז די תורה דארף עס ספעציעל דערמאנען, דאן פארוואס ווען עס קומט צו תפילה איז איר דאווענען נישט אזוי חשוב? איז זי דען שולדיג אז איר טאטע איז געווען א רשע? פארוואס הערט די באשעפער ענדערש אויס א תפילה פון א צדיק בן צדיק, דער צדיק בן רשע האט דאך לכאורה אסאך שווערער געארבייט אויף זיך און זיך געהאלטן שטארק?

מען קען עס פארענטפערן מיט א באקאנטע מעשה וואס איז פארגעקומען מיטן צאנזער רב. (דאכצעך. ביטע פאררעכטן אויב עס איז געווען ביי א צווייטע צדיק. אזוי אויך אלע אנדערע צדיקים וואס איך וועל נאכזאגן בשמם. כ'בין נישט אזא דייקן). ער האט אמאל געטראפן א קבלה צעטל פון איינער וואס האט זיך אויפגעשריבן פינקטליך וואס ער וועט טון. וויפיל אזייגער ער וועט אויפשטיין, וויפיל צייט צו לערנען פארן דאווענען, ווי לאנג די דאווענען וועט געדויערן, וויפיל בלאט צו לערנען, וכו' וכו'. האט דער צאנזער רב צוגעשריבן אונטן פון די צעטל "ופעמים להיפך"! פשט איז, אזוי ווי מען זאגט נאך פון ראפשיצער רב אויפן פסוק לא תעשון כן לה' אלוקיכם, מען זאל נישט דינען דעם באשעפער אויף א אופן פון "דוקא אזוי"! עבודת השם איז נישט קיין ראובאטישע סיסטעם וואס מען פאלגט נאך פונקט אויף איין וועג. אמאל איז רצון השם אזוי, און אמאל איז רצון השם פארקערט. מען דארף האבן שכל צו זען לפי המקום ולפי הזמן וואס דער באשעפער וויל פון דיר אויף יענע מאמענט.

ווען מען וואקסט אויף אויפן היימישן קאנוועיר בעלט סיסטעם, קען זיך גאר גרינג מאכן אז איינער זאל טון אלע געזעצן פונעם בוך, אבער שטיין גאר ווייט פון עבודת השם. ער קען לייגן תפילין, דאווענען, לערנען, אבער נישט טראכן פון באשעפער קיין רגע נישט! אלעס איז מצות אנשים מלומדה... עס פארט א באן טאג איין טאג אויס.. די חומר זעצט זיך אריין, און מען הייבט אהן צו מיינען נאר כבוד געלט מיט זיך. אזוי ווי די באקאנטע מעשה פון דעם בן תורה וואס איז געווארן זייער נערוועז אז ער האט זיך גע'חלומ'ט ביינאכט פונעם אויבערשטן... ווארום ער טראכט דאך שוין נישט יארן פונעם אויבערשטן...

מען קען אמאל זען ווי אפילו גאר חשוב'ע אידן וועלן מקפיד זיין נישט משנה צו זיין קיין זיז כל שהוא פון די דרך אבותיהם ורבותיהם. זיי וועלן עסן נאר איין געוויסע סארט קיגל, מיט יענע סארט פיש. זיי וועלן אפילו צוגיסן אזוי פיל זאלץ ווי די טאטע פלעגט צוגיסן. זיי וועלן נישט חלילה משנה זיין קיין קנייטש פון א לבוש פון וואס די טאטע איז געגאנגען (חוץ א שינוי למעליותא... וואטעווער דאס מיינט. אבער דאס איז א שמועס פאר זיך ואכמ"ל) דאס איז אלעס זייער פיין אין חיצוניות וואס אויף דעם איז עס אים נישט אזוי שווער צו ארבעטן... אבער ווען עס קומט צו די פנימיות... אהה, דארטן טוישט ער שוין איינמאל! די אהבת ישראל, עין טובה, מידות טובות, תורה, ויראת שמים דאס מאכט ער לאו דוקא נאך פונעם טאטן... דאס איז שוין נישט אינטערסאנט. די עיקר איז אז מען עסט חלילה נישט קיין דיפס ווייל די טאטע האט נישט געגעסן.. אבער ציטערן צו פארשעמען אדער וויי טון א צווייטע איד, אדער זיין ערליך מיט געלט... דאס קען מען שוין משנה זיין פונעם טאטן...

אין איין ווארט, א ערליכע סיסטעם איז טאקע זייער וויכטיג כדי צו האלטן די חיצוניות'דיגע המשך און סטרוקטור פון כלל ישראל, אבער עס האט א שווערע זייטווירקונג וואס מען דארף אובאכט געבן דערויף, די חיצוניות'דיגע הלכות געבן צו צום פאקט אז מען זאל זיך קענען קלאפן אויף די אקסלען אז מען איז שוין מסודר... מען 'פירט' זיך גוט, ווען אין די זעלבע צייט קען מען דורכדעם פארקוקן די וויכטיגע פנימיות.

גאר אנדערש איז עס אבער ביי די בעלי תשובה. זיי זענען אייביג אויסגעבויט און פול מיט מחשבה און ריינקייט. זיי זענען אלעמאל ביזי מיט וואו זיי האלטן בפנימיות און מיט וויפיל זיי האבן זיך געריקט פון נעכטן. דאס איז די מציאות פון איינעם וואס האט א דרייוו און ער גייט אנטקעגן דעם שטראם וואס נעמט אים ארום, ער איז דא צו פייטן און מיינט עס אמת'דיג, די חיצוניות איז לאו דוקא זייער פאוקעס, זיי בויען אויף זייער עכטע זיך!

מען פארציילט א מעשה וואס איז פארגעקומען יארן צוריק מיט א בחור פון רוסלאנד, וואס האט זיך ארויסגעכאפט פון אונטער דעם אייזערנעם פורהאנג און איז ארויף קיין ארץ ישראל. ער האט זיך געוואלט איינשרייבן אין איינע פון די ישיבות צו לערנען, איז ער אריבער צו איינע פון די ראשי ישיבות פאר א פארהער. דער בחור האט זיך אנגעהויבן צו מתנצל זיין אז ער קומט פון רוסלאנד וואס דארטן איז לערנען תורה גאר א הארבע פארברעכן, און מען מוז גיין אין די גויאישע פאבליק-סקול א גאנצע טאג, נאר סוף טאג ווען מען איז שוין גוט אפגעמוטשעט, גייט מען אין א באהאלטענע לאקאציע און מען לערנט תורה פאר צוויי שעה. ממילא, פירט אויס דעם בחור פארן ראש ישיבה, דארפט איר פארשטיין אז איך קען נאר סדר נזיקין, און סדר מועד מיט תוספות, אבער אז דו וועסט מיר אריינעמען אין די ישיבה וועל איך לערנען גאר פלייסיג און משלים זיין דאס וואס איך האב פארפעלט און גאר בקרוב וועל איך קענען גאנץ ש"ס מיט אלע מפרשים און גאנץ שו"ע מיט די נושאי כלים אזוי ווי אלע אנדערע נארמאלע בחורים....!

דער ראש ישיבה האט אים פארהערט און געזען אז ער קען! ער איז ארויס פון התפעלות און אריינגעלאפן אין ביהמ"ד און אויסגעקלאפט אויפן בימה, רבותי! קוקט אהער! א בחור וואס קומט פון רוסלאנד - וואס אויב מען כאפט איינעם לערנען תורה שיקט מען אים גלייך קיין סיביר, קען צוויי סדרים פון ש"ס ישר והפוך מיט תוספות! און עס גייט אים גארנישט אריין אין קאפ אז בחורים וואס זיצן אין די פרייע וועלט אהן קיין שטער מיט וויפיל עסן און טרינקען זיי ווילן נאר, זאלן נישט קענען גאנץ ש"ס מיט ד' חלקי שו"ע!

פשט פון די מעשה איז טאקע דאס. יא! אז איינער איז אין א מצב ווי עס איז אים שווער צו זיין ערליך און ער דארף זיך ראנגלען זיך צו קענען פירן וויאזוי ער האט איינגעזען פאר ריכטיג, וועט עס האבן אסאך א שטערקערע משמעות. ער וועט אויסניצן יעדע רגע... ער וועט נישט ריזיקירן זיין לעבן צו קומען אין א שול און דערנאך שמועסן איבער א קאווע... די גאנצע לערנען וועט האבן א שטערקערע רושם...

יא! ס'איז שווער צו קענען ש"ס אין א קאמוניסטישע רוסלאנד, אבער עס איז פיל שווערער צו קענען ש"ס אין די פרייע וועלט ווען מען האט אלעס צוגעשטעלט און אלעס פארט פיין! די באן פארט.. מען איז זאט.. און... מען פארברענגט די צייט..! אזוי גייט עס... דאס איז די מציאות הדברים. נאר איינער וואס איז א עכטע גיבור קען גיין קעגן די היימישע אינערליכע שטראם, די שטראם וואס איז דאך נישט גענצליך אפגעפרעגט... און דאך זאל עס ביי אים יא זיין אפגעפרעגט.

עשיו איז געווען א טיפישער רבי'שע אייניקל... ער איז געווען אין די סיסטעם... באדינט די טאטע... כיבוד אב ואם! ער האט געבויט די חסידות! ער האט געוויסט די ריכטיגע סלאגאנען וואס די רבי זאל זיין געזונט האט ליב צו הערן... אבא איך מעשרין את המלח?
ביי די פערציג יאר האט ער נאכאמאל חתונה געהאט... ווייל די טאטע זאל זיין געזונט האט אויך חתונה געהאט ביי די פערציג... איי דו רשע האסט אלע יארן געפאנגען פרויען פון זייער מענער און זיי באלעסטיגט?! דאס האט דיין טאטע נישט געטון!!... אבער דאס טוט ער שוין נישט נאך אזוי פונקטליך......

ווען ער האט געהערט ווי זיין טאטע הייסט זיין ברודער יעקב נעמען א ווייב וואס איז דוקא נישט פון די בנות כנען איז ער שנעל געלאפן און חתונה געהאט צו מחלת בת ישמעאל! אהה! פונקט ווי די רבי הייסט... אבער נאר איין פראבלעם... שלא גירש את הראשונות... ער נעמט א נייע ווייב לויט די תקנות.. אבער ער האלט נאך די אלטע... עס דארף נאר אויסזען גוט.. פאלגן מיט אן אמת'דיגקייט איז שוין צו שווער...

יצחק אבינו און יעקב אבינו זענען געווען קינדער פון צדיקים, זיי וואלט געקענט ווערן נאכגעשלעפן אויפן ראבאטישן שטראם פון טון אהן טראכטן, פון טון אהן קיין מחשבה און געפיל, אבער דאך זענען זיי געשטאנען פעסט אנטקעגן די שטראם און געדינט די באשעפער אויף זייער אייגענע שטייגער!

אברהם אבינו האט געהאט א דרך עבודה פון 'מדת החסד' אבער יצחק האט אנגענומען א נייע דרך פון 'מדת הגבורה'! און יעקב האט גאר אנגענומען א פשרה'דיגן מהלך פון תפארת! יעדער האט געדינט דעם באשעפער אויף זיין אייגנארטיגן אינערליכן אופן.

גערעכט טאקע אז א תפלת צדיק בן רשע האט א חשיבות, למעשה דארף מען זיך שלאגן אנטקעגן די שטראם. אבער אסאך חשוב'ער איז א תפלת צדיק בן צדיק, אזא איינער וואס דארף זיך שלאגן מיטן שטראם שבתוך השטראם! ער האט אסאך א שווערערע עבודה זיך צו האלטן ריין און אמת'דיג. דערפאר איז ויעתר "לו" ה' דוקא!
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!

דער אשכול פארמאגט 11 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר