וישלח - ווען איך קען נישט אנטלויפן

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
א שעפעלע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 372
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 9:19 am
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 162 מאל

וישלח - ווען איך קען נישט אנטלויפן

שליחה דורך א שעפעלע »

בס"ד

א גוטן טייערע חבירים וידידים..!

די תורה הקדושה פאנגט אָן אונזער פרשה מיט'ן דערציילן ווי יעקב אבינו גרייט זיך צו ענטפאנגן זיין ברודער עשו וואס קומט איהם אנקעגן מיט פיר הונדערט מענטשן, יעקב אבינו מאכט פארשידענע הכנות און טוט פעולות, ער גרייט זיך צו צו דורון, תפלה, און מלחמה. ערגעץ וואו אינמיטן די אלע צוגרייטונגען, איז יעקב אבינו איבערגעבליבן איינער אליינס, ווען ער איז אריבערגעגאנגען דעם טייך צו נעמען עטליכע קריגלעך וואס ער האט דארט איבערגעלאזט, וַיִּוָתֵר יַעֲקֹב לְבַדּוֹ וַיֵּאָבֵק אִישׁ עִמּוֹ, דער מלאך דער שר פון עשו האט איהם דארט באגעגנט, און זיי האבן זיך געראנגלט ביז צום עלות השחר, וואס דעמאלטס האט יעקב אבינו באזיגט דעם מלאך.

צום סוף איז איהם דער מלאך מבשר די בשורה "לֹא יַעֲקֹב יֵאָמֵר עוֹד שִׁמְךָ כִּי אִם יִשְׂרָאֵל" אז פון יעצט און ווייטער וועט שוין דיין נאמען נישט זיין יעקב, נאר ישראל, א נאמען וואס ווייזט אויף א העכערע מדריגה, א ענין פון 'שְׂרָרָה' און גרויסקייט, כִּי שָׂרִיתָ עִם אֱלֹקִים וְעִם אֲנָשִׁים וַתּוּכָל, ווייל דו האסט געהערשט איבער א מלאך און איבער מענטשן, דו ביסט בייגעקומען אלע וואס האבן זיך געשטעלט קעגן דיר.

אט די זעלבע ענין ווערט איבערגע'חַזֶר'ט אביסל ווייטער אין די פרשה, וואו דער אייבישטער אליינס באווייזט זיך צו יעקב אבינו, (ל"ה י') וַיֹּאמֶר לוֹ אֱלֹקִים שִׁמְךָ יַעֲקֹב לֹא יִקָּרֵא שִׁמְךָ עוֹד יַעֲקֹב כִּי אִם יִשְׂרָאֵל יִהְיֶה שְׁמֶךָ, השי"ת זאגט פאר יעקב אבינו אז פון יעצט און ווייטער וועט מען דיר מער נישט אנרופן מיט'ן נאמען יעקב, נאר דיין נאמען וועט זיין ישראל, "וַיִּקְרָא אֶת שְׁמוֹ יִשְׂרָאֵל" און דער אייבישטער האט טאקע גערופן זיין נאמען ישראל.

וואס באמת דארף מען ארויסהאבן און פארשטיין וואס באדייט די גאנצע ענין פון די נעמען, יעקב און ישראל, אויף וואס איז עס מרמז, און וואס איז דער חילוק צווישן זיי, וואס פארשטייט זיך אז עס ליגן אין דעם פילע הויכע און הייליגע ענינים וואס זענען העכער ווי אונזער השגה, מיר ווילן בלויז אפלערנען דעם ענין בדרך רמז לויט
אונזער שכל און פארשטאנד.

און נאך דארף מען פארשטיין, ווען דער אייבישטער אליינס רעדט צו יעקב און ער זאגט איהם אז זיין נאמען גייט זיך טוישן פון יעצט און ווייטער, וַיֹּאמֶר לוֹ אֱלֹקִים "שִׁמְךָ יַעֲקֹב" לֹא יִקָּרֵא שִׁמְךָ עוֹד יַעֲקֹב כִּי אִם יִשְׂרָאֵל יִהְיֶה שְׁמֶךָ, פארוואס הייבט זיך עס אָן מיט די הקדמה פון "שִׁמְךָ יַעֲקֹב", וואס איז משמע אז זיין נאמען איז נאך אלס יעקב, טראצדעם וואס השי"ת זאגט תיכף ומיד נאכדעם אז לֹא יִקָּרֵא שִׁמְךָ עוֹד יַעֲקֹב כִּי אִם יִשְׂרָאֵל יִהְיֶה שְׁמֶךָ,
מען וועט דיך מער נישט רופן יעקב נאר ישראל, וואס גייט דא פאָר? הייסט ער נאך יא יעקב אדער נישט? און וואס קומט אונז דער ענין לערנען.

כדי צו עפענען אונזער שמועס, איז כדאי צו ברענגן א רירנדע שמועס וואס מיר האבן געהאט מיט א חשוב'ע מגיד שיעור און א מחנך אין א ישיבה, און ער האט
דערציילט ווי פאלגענד:

מאיר איז געווען א יונגע בחור אין ישיבה וואס האט געהאט פארשידענע עליות און ירידות, מער ירידות ווי עליות ליידער, ער האט זיך שטארק געוואַקלט, א גרויס חלק פון זיין התנהגות, זיין דאווענען און לערנען, האבן נישט געטויגט, אבער ער האט געהאט א רצון, ער האט אלעמאל געוואלט זיך נעמען אין די הענט אריין און זיך טוישן, אבער פארשטייט זיך אז ביז צום אויספירן למעשה די אלע גוטע רצונות איז די וועג נאך זייער לאנג.

למעשה האב איך געפרואווט מיט אלע מיטלען איהם צו העלפן, איהם צו געבן די חיזוק און די נויטיגע שטופ זיך צו קענען רוקן פאָראויס צו די גוטע זייט. און בסייעתא דשמיא, נאך לענגערע וואכן און חדשים פון שווערע ארבעט, האבן זיך די פירות שטארק אנגעזעהן, מאיר האט זיך באמת גענומען אין די הענט אריין, ער האט געארבעט אויף זיך, ער האט אריינגעלייגט איבערמידליכע כוחות איבערצוקומען זיינע שוועריקייטן און זיין גרויסע יצר הרע, און צוביסלעך איז ער געשטיגן, ער האט געמאכט געוואלדיגע שינויים לטובה, און ממש געווארן אן אנדערע מענטש.

ויהי היום, ס'איז אריבער א לאנגע תקופה, שוין היבש מער ווי א יאר וואס מאיר איז ממש א מצויין, א ערנסטע בחור, ווי מ'רופט עס "צו גאט און צו לייט", ער שטעלט זיך צו צו די סדרי הישיבה, ער פילט אָן זיין טאג מיט א הערליכע סדר היום, עס איז שוין נישט צום דערקענען דער אלטער מאיר'ל פון אמאל. הכלל, איין טאג קומט ער צו צו מיר, איך האב באטראכט זיין געזיכט, זיין פנים האט גערעדט ווערטער אז ער וויל עפעס רעדן, זיינע אויגן האבן פייכט געגלאנצט מיט די אנהייב פון א טרערל. אינגאנצן באזארגט און דערשראקן לייג איך ארויף א האנט אויף מאיר'ס אקסל און איך געב איהם א פרעג, וואס איז געשען? וואס גייט פאָר מאיר? און מאיר רעדט זיך אויס דאס הארץ: איך כאפ א בליק אויף צוריק, איך דערמאן זיך מיינע שווערע צייטן ווען זאכן האבן נישט געטויגט, איך בין טאקע געווען בשפל המצב, איך האב זיך נישט אויפגעפירט ווי מען דארף, אבער דאָך שפיר איך ביי זיך אז דעמאלטס האב איך געהאט עפעס א מין קלאָרקייט, א שטארקע ידיעה אז מיין מצב טויג נישט, עס האט מיר גענאגט יעדן טאג ביים הארץ אז איך בין שלעכט, איך בין נישט וואויל, איך בין נישט ערליך, טיף אינעווייניג אין מיר האט געשריגן א קול הויעך און קלאר און געזאגט וואס איך טוה נישט גוט, און איך האב געהאט אין מיין מוח א גאנצע רשימה פון זאכן וואס כ'האב געוואוסט אז איך מוז אפלאזן, איך האב געוואוסט גענוי וועלכע חברים זענען נישט פאסיג פאר מיר, וועלכע סביבה טויג נישט פאר מיר, און אזוי ווייטער, אלעס איז געווען ממש שווארץ און ווייס פאר מיינע אויגן, ס'איז געווען קלאר און דייטליך אז איך מוז אנטלויפן פונעם מצב אין וואס איך געפון זיך. איך האב פונקטליך געוואוסט וואס איך האב צו טוהן, הגם ס'איז טאקע געווען זייער שווער און זייער ווייט פון מיין דעמאלטסדיגע מציאות אז איך זאל טאקע קענען באווייזן צו מאכן דעם טויש, האב איך אבער כאטש געוואוסט וועלכע שריט איך וועל מוזן נעמען, און אויף וועלכע ענינים איך וועל דארפן ארבעטן און אינוועסטירן כוחות, און אזוי ווייטער.

דער אייבישטער האט מיר טאקע געהאלפן, און מיט די ריכטיגע הילף האב איך זיך צוביסלעך ארויסדערזעהן פון מיין נישט גוטע מצב, איך האב איבערגעלאזט די שוואכע חברים, אנטלאפן פון געוויסע מצבים און פלעצער וואס האבן מיר געברענגט צו פאלן, און איך האב אנגעהויבן זיך צו פארבעסערן מער און מער, און צו שטייגן העכער און העכער. ב"ה איך האב זוכה געווען זיך צו דרייען אין א פיל בעסערע סביבה, ארומגענומען מיט גוטע חברים, אלעס גלאנצט און אלעס שיינט.
אבער פלוצלינג האב איך זיך באגעגנט מיט נייע נסיונות, דא אין מיין יעצטיגן פלאץ קומט נאך אלס דער יצר הרע, איך האב פרישע שוועריגקייטן, אבער דאס זענען אנדערע סארט נסיונות, נסיונות פון וואס מ'קען נישט אנטלויפן, נסיונות פון וואס מ'קען נישט אוועקשפאצירן צו אַן אנדערע פלאץ און עס איבערלאזן... דא איז שוין די מלחמה נישט אזוי 'שווארץ און ווייס' און ס'האט נישט אזא אויסגעטרויטענע וועג; ווייל פון שלעכטע חברים קען מען אוועקגיין, פון א שלעכטע פלאץ קען מען זיך אוועקדרייען, פון א אומאיידעלע התנהגות קען מען מאכן א דראסטישע שינוי און זיך אוועקרייסן דערפון. אבער איינמאל די נסיונות זענען קליינע אינערליכע שווערע נסיונות, וואס באגלייטן דעם מענטש, אפילו ווען ער איז וואויל און ערליך און ער געפונט זיך אין א גוטע סביבה, [צו ס'זאל שמירת עינים, שמירת הלשון, ערליכקייט, זיך פירן מער בקדושה, כוונה ביים דאווענען, התמדה בתורה, יעדער איינעם לויט זיין מדריגה און זיין מצב] און ביי יעדעם איינעם מאכט זיך דאָך אזעלכע נסיונות וואס קומען מיט מיט איהם וואו ער גייט און וואו ער שטייט, עס פלאָגט איהם... דא איז שוין נישט דא וואו אהין צו לויפן, וויל דער מענטש שפירט אז עס איז א נסיון אינעווייניג אין מיר, אין מיין פנימיות, דער יצר הרע פארלייגט זיך אויף מיר און ער וויל מיך אראפברענגן, און איך פיל אז דא האב איך שוין נישט די כלים און די כוחות זיך צו קענען שלאגן מיט איהם. "אנטלויפן פון מיין שלעכטע מצב דאס האב איך נאך געקענט, איך האב געקענט איבערלאזן מיין שלעכטע פארגאנגענהייט און טוישן זייטן, אבער דא פיל איך ווי איך קען שוין נישט, איך האב שוין נישט וואו זיך צו ווענדן, און איך ווייס נישט וויאזוי זיך צו שטארקן אין די יעצטיגע מלחמה, איך האב נישט קיין וועג דאס צו באווייזן" האט מאיר אויסגעפירט זיינע טיפזיניגע רייד.

דער מגיד שיעור איז געבליבן ערשטוינט הערנדיג די ווערטער פונעם בחור, עס איז געווען דברים היוצאים מן הלב, און פארשטייט זיך אז ער האט געטוהן דאס זייניגע, ער האט שטארק מחזק געווען מאיר און איהם פראבירט צו געבן די ריכטיגע כוחות זיך צו קענען שטארקן אפילו אין די אינערליכע שטילע נסיונות וואס פלאגן דעם מענטש אין יעדן מצב און אין יעדן פלאץ.

אבער לעניננו, מיר האבן געברענגט די אויבנדערמאנטע עפיזאד צוצוקומען צו אט די נקודה, בנוגע די נסיונות וואס א איד שלעפט מיט מיט זיך אין זיין טאג טעגליכע לעבן, דאס זענען נסיונות וואס 'באגלייטן' א מענטש און זיי שפראצן ארויס אין יעדע מצב. אסאך מאל שפירט דער איד אז ער איז ממש איינזאם עלנד אליינס אין זיין מצב, דער יצר הרע ברענט און פלאקערט אין איהם, ער פילט ווי ער איז קליין און נישטיג קעגן אזא גרויסע יצר הרע, און על פי רוב האט ער אפילו נישט מיט וועמען דאס אויסצושמועסן, עס איז זיינע אינערליכע נסיונות אויף א שטילע פארנעם, נאר ער מיט'ן באשעפער ווייסן זיינע שוועריגקייטן, און ער זעהט נישט קיין וועג ארויס וויאזוי זיך צו קענען שטארקן און אנגיין ווייטער צו זיין אן ערליכער איד ווי עס דארף צו זיין.

און דער אמת איז, אז אין א געוויסע וועג איז טאקע אסאך אסאך שווערער זיך צו שטארקן אויף די קליינע און שטילע נסיונות וואס געפונען זיך אינעווייניג אין אונז און זענען א טייל פון אונזער מהלך החיים, ווי זיך צו שטארקן אויף גרויסע און שווערע נסיונות פון וואס מ'קען זיך דערווייטערן און עס איבערלאזן אויף די אנדערע זייט. הגם פון אינדרויסן קוקט עס אויס פארקערט, ווען איינער מאכט א גרויסע שינוי, ער ווערט א בעל תשובה, אדער ער טוישט זיין גאנצע לעבנסשטייגער אויף א דראמאטישע אופן, דעמאלטס קוקט עס אויס ווי א געוואלדיגע מסירות נפש און גרויסע הקרבה פון זיין זייט, ער מאכט א רושם פון א העלד, א גיבור חיל. און ס'איז טאקע נישט לייכט, ס'איז פשוט אז עס קומט אָן זייער שווער און מיט אסאך ארבעט. אבער, ווען די גדרים זענען קלאר, עס איז שווארץ און ווייס, דער מענטש ווייסט אז ער מוז זיך אויפהייבן און אנטלויפן און טוישן זיינע וועגן, איז עס א אויסגעטרויטענע מהלך, ער ווייסט וואס ער האט צו טוהן, און עס הערשט א געוויסע עקסטאז און התלהבות ווען ס'קומט צו מאכן די ריזיגע שריט פון זיך טוישן. ווער רעדט נאך אויב מ'באקומט כבוד און אנערקענונג פון אנדערע מענטשן ארום און ארום אויף די דראסטישע טויש און העראָישע מעשים, איז דאס אויך א געוואלדיגע שטופ פארן מענטש צו קענען אויספירן זיינע גוטע פלענער.

אבער ווען עס קומען אונטער די קלענערע נסיונות, די טאג טעגליכע שוועריגקייטן וואס קיינער האלט אפילו נישט מיט. קיינער וועט נישט וויסן אויב איך האב היינט זיך געשטארקט אויף מיין יצר הרע, צו איז עס געווען אינדערהיים, אדער אין די ארבעט, איך האב געדארפט אריינלייגן כוחות נישט זיך צו לאזן פון מיין יצר הרע וואס האט מיך געוואלט מכשיל זיין מיט סיי וועלכע עבירה. און איבערהויפט אויב ס'האנדלט זיך פון אזא 'קליינע עבירה' וואס איז כמעט אומבאמערקט, אדער א זאך וואס איז נישט ממש אן עבירה, עס געפונט זיך אזוי ביים גרעניץ צווישן מותר און אסור, ס'איז טאקע נישט אזא גלייכע זאך, אבער ס'איז נישט אזוי הארב, מ'קען טרעפן פארשידענע היתרים, אפשר מעג איך עס יא טוהן, אפשר איז עס וויכטיג, וכו' וכו', ווען דער מענטש וויל זיך שטארקן אין אזעלכע סארט זאכן, דארט איז די עבודה פילפאכיג שווערער און שטערקער, ס'איז נישט דא קיין שום התלהבות און קיין שום התפעלות, קוים וואס ער אליינס איז זיכער מיט זיך אז עס פעלט אויס זיך צו שטארקן, און קיינער העלפט איהם נישט, קיינער אנערקענט נישט זיינע פעולות. דעמאלטס קען מען שפירן אינגאנצן צומישט און צובראכן, מ'באקומט נישט קיין שום חיזוק און קיין שום שטופ דערצו, און מ'פילט ווי מ'גיבט זיך נישט קיין עצה... דער מענטש הייבט אָן צו קלערן "וואו גיי איך ווייטער? וואס איך טוה איך יעצט?" עס איז נישט דא קיין שום אויסגעטרויטענע וועג פאר איהם, און ס'איז נישט עפעס וואס ס'איז מעגליך עס איבערצולאזן און זיך טוישן.

און דאס איז א פאקט וואס כמעט יעדע 'בעל תשובה' קען עדות זאגן אויף דעם. ווען איינער איז אויפגעוואקסן אין אוזבעקיסטאן, געוואנדערט לאנגע יארן לענגאויס אינדיע כדי צו טרעפן דעם אמת, און צום סוף אנגעקומען קיין ארץ ישראל וואו ער האט באגעגנט אידישקייט, ער איז אדורכגעגאנגען שטורמישע און ריזיגע נסיונות אין לעבן ווען ער האט געשפירט אז ער לעכצט צום אמת און ער זוכט דעם אייבישטער, דאס אלעס איז אין א געוויסע וועג גרינגער אויסצופירן, ווי שפעטער איינמאל ער ווערט שוין א פרומע און ערליכע איד, ער געוואוינט זיך צו צום טאג טעגליכן אידישע לעבן, דא קומען אונטער 'קליינע' נסיונות, נסיונות וואס זענען פון אינעווייניג, נסיונות פון וואס מ'קען נישט אנטלויפן, מ'קען זיי נישט איבערלאזן און זוכן א צווייטע וועג; דא פארלאנגט זיך שוין א נייע סארט גבורת הנפש צו קענען בלייבן ערליך און וואויל ווי עס דארף צו זיין.

אצינד לאמיר צוריק מישן דעם בלעטל צו יעקב אבינו. אז מיר כאפן א בליק אויף די מעשי אבות סימן לבנים, זעען מיר אז שוין דארט ביי אונזער זיידע יעקב, דער בחיר שבאבות, זענען געווען אט די צוויי מצבים פון נסיונות. ביז אהער האט יעקב אבינו זיך געדארפט דערווייטערן פון עשו, פון אליפז, פון לבן, זיין עבודה איז אלעמאל געווען צו אנטלויפן פון די שלעכטע מענטשן. די נסיונות זענען געווען קלאר און אפן, און עס איז געווען פשוט א מ'דארף שטיין ווייט פון זיי, ער איז געווען דער איש תם יושב אוהלים וואס לעבט אין א וועלט פון קדושה, ער האט נישט קיין שייכות מיט די רשעים וואס געפונען זיך ארום איהם.

אגב איז זיס צו דערמאנען א ווארט וואס א רב פון דייטשלאנד האט אמאל געזאגט פארן בריסקער רב זצ"ל, אז יעקב אבינו האט געשיקט זאגן פאר עשו "כֹּה אָמַר עַבְדְּךָ יַעֲקֹב עִם לָבָן גַּרְתִּי... וַיְהִי לִי שׁוֹר וַחֲמוֹר", און ווי רש"י ברעגנט פון חז"ל "גרתי בגימטריא תרי"ג, כלומר עם לבן הרשע גרתי ותרי"ג מצות שמרתי ולא למדתי ממעשיו הרעים", אז יעקב אבינו האט דא געזאגט פאר עשו אז ער האט געהיטן די תורה און מצוות און זיך נישט אפגעלערנט פון די שלעכטע וועגן פון לבן, און אויף דעם איז ער ממשיך און ער ערקלערט צו עשו, וויאזוי האב איך טאקע געהאט די כוח דאס בייצושטיין? דאס אלעס איז געווען דורך דעם וואס "וַיְהִי לִי שׁוֹר וַחֲמוֹר!" לבן איז געווען אין מיינע אויגן נישט מער ווי א אקס אדער א אייזל, איך האב איהם באטראכט ווי א בהמה, ווי א גארנישט, איך האב איהם געהאלטן ביליג, און דאס האט מיר געהאלפן זיך נישט אפצולערנען פון זיינע שלעכטע מעשים. ווען דער בריסקער רב האט געהערט די ווארט האט ער זייער הנאה געהאט דערפון און געזאגט, כאטש דאס איז נישט די פשט אין פסוק, אבער די געדאנק איז זיכער אמת! דאס הייסט מיר דארפן וויסן און אנערקענען אז די גויים און די רשעים האבן נישט וואס צו פארקויפן, זיי דארפן זיין אראפגעקוקט און דערווייטערט אין אונזערע אויגן.

און דאס איז באמת געווען די עבודה פון יעקב אבינו ביז אהער, ער האט געדארפט מקיים זיין דעם "סור מרע" דורך אנטלויפן און זיך אפטיילן פונעם רשע, ער האט
אלעמאל גענומען דעם אנדערן זייט און די אנדערע וועג, ער האט געוואוסט אז ער האט נישט קיין שייכות מיט די שלעכטס. עשו און לבן זענען געווען דערווייטערט און פאר'מיאוס'ט ביי איהם, זיי זענען געווען ווי א שור וחמור...

אבער ווי געשמועסט איז די עבודה פון אנטלויפן און זיך דערווייטערן פון שלעכטס, נאכנישט די שפיץ און די הויכפונקט פון וואס א איד דארף זוכה זיין, דאס איז נאכנישט די תכלית השלימות צו וואס מיר מוזן צוקומען, אדרבה, ווי געזאגט איז עס אפילו אביסל א גרינגע עבודה ווען עס קומט צו האבן מסירות נפש און אנטלויפן פון שלעכטס. און טאקע דערפאר ווען יעקב זעהט אז עשו הרשע קומט איהם אנקעגן, ער גייט זיך באגעגענען מיט איהם פנים אל פנים, האט יעקב אבינו זייער מורא געהאט, און ווי די ספרים הקדושים ברענגן איז דאס נישט געווען א גשמיות'דיגע פחד און מורא פאר זיין לעבן, נאר עס איז געווען א פחד אויף זיין רוחניות, אויף זיין עבודת ה', אויף זיין יראת שמים! וויאזוי וועל איך אויסקוקן נאכדעם וואס איך באגעגן זיך מיט עשו און איך דריי זיך נעבן איהם? וואס טוט מען ווען די נסיונות קומען נאנט און ס'איז נישט דא וואו צו אנטלויפן פון זיי?! יעקב אבינו איז מתפלל צום אייבישטער אז עשו זאל נישט האבן א שלעכטע השפעה אויף איהם פון די נאנט.

און דעמאלטס האט השי"ת צוגעפירט די געוואלדיגע התגלות, אט אין יענע נאכט איידער דער נסיון קומט נאנט צו איהם, עס איז געווען א מצב פון "וַיִּוָתֵר יַעֲקֹב לְבַדּוֹ" יעקב אבינו שפירט איינזאם און עלנד, ער ציטערט פון די נייע סארט מלחמה וואס קומט איהם אנקעגן, עס איז נישט דא וואו צו גיין. אבער דער אייבישטער שיקט דעם מלאך, דער שר פון עשו הרשע וואס קומט און ראנגלט זיך מיט איהם, ער באהעפט זיך מיט איהם, וַיֵּאָבֵק אִישׁ עִמוֹ, די שלעכטס רירט איהם אָן, מ'דארף זיך שלאגן מיט די נאנטע יצר הרע, די אינערליכע נסיונות. און חז"ל דערציילן אין מדרש "נתן אצבעו בארץ, התחילה הארץ תוססת אש", דער מלאך האט געגעבן א שטעק אריין זיין פינגער אין די ערד, און די ערד האט אנגעהויבן צו שפריצן פייער, "אמר לו יעקב מן דא את מדחיל לי, אנא כוליה מינה, הדא היא דכתיב והיה בית יעקב אש", האט יעקב אבינו געזאגט צום מלאך, מיט דעם ווילסטו מיר דערשרעקן? איך בין דאָך אינגאנצן פייער! איך בין איין שטיק פייער אזויווי ס'שטייט אין פסוק והיה בית יעקב אש.

אין אנדערע ווערטער, דא האט הקב"ה אויסגעלערנט פאר יעקב אבינו דעם סוד וויאזוי מנצח צו זיין דעם יצר הרע און זיך שטארקן אויף די אינערליכע נסיונות, דא האט יעקב אבינו זוכה געווען ארויפצוגיין א מדריגה און אנהייבן א העכערע סארט עבודה. נישט נאר דאס אנטלויפן פון שלעכטס און זיך דערווייטערן דערפון, נאר אפילו ווען די נסיונות קומען נאנט, זיי נעמען ארום דעם מענטש פון אינעווייניג, דארף א איד וויסן ביי זיך "איך בין א שטיק פייער!" יא דער יצר הרע קומט טאקע מיט פארשידענע תחבולות, ער פארנארט דעם מענטש כאילו די נסיון איז אזוי גרויס און שטארק, ער צינדט אָן אין איהם די תאוה, ער מאכט עס אויסקוקן ווי דא טוען זיך אפ גרויסע און מעכטיגע זאכן... עס שפריצט פייער... דער מענטש קען זיך פארלירן און איינרעדן פאר א מינוט אז ער האט נישט די כוחות דאס בייצוקומען. אבער דער אמת איז, אויב א איד איז זיך מתבונן ווער ער איז, ער ווייסט אז דער אייבישטער איז מיט איהם און אז ער האט אין זיך הימלישע כוחות, ער איז א שטיק פייער, דעמאלטס קען ער זיך שטארקן אין יעדן מצב און אין יעדע נסיון.

און ווי מיר ווייסן פון חז"ל און פון ספרים הקדושים, אז די צוויי נעמען פון "יעקב" און "ישראל" זענען מרמז אויף צוויי אנדערע סארטן מדריגות. ווען כללל ישראל איז אין א קלענערע מדריגה, דאן ווערן מיר אנגערופן מיט'ן נאמען יעקב, וואס איז א לשון פון 'עֵקֶב' די פערשט פון די פיס, די אונטערשטע טייל וואס איז קליין און נידריג, אבער ווען מיר זענען אין א הויכע מדריגה דעמאלטס ווערן מיר אנגערופן מיט'ן נאמען ישראל וואס איז א לשון פון 'שַׂר' און 'שְׂרָרָה' ווי איינער וואס הערשט אויף אנדערע און איז דערהויבן.

און טאקע ביז די יעצטיגע געראנגל מיט'ן מלאך, איז יעקב אבינו געווארן אנגערופן בלויז מיט'ן נאמען יעקב, די קלענערע מדריגה וואס ווייזט אויף די אויסערליכע כוח פון זיך שטארקן אויף גרויסע נסיונות און זיך דערווייטערן און אפזינדערן פון שלעכטס, וואס איז נאר די 'תחילת העבודה' די ערשטע שטאפלען פון עבודת השי"ת ווען א מענטש אנטלויפט און טיילט זיך אפ אדער טוישט זיך פון שלעכטס.

נאך מער פון דעם, ווען א מענטש צייכענט זיך אויס בלויז אין די גרויסע עבודה פון אנטלויפן פון שלעכטס, איז ער נאך אלס אין א סכנה אלעמאל, אז אפשר דאָך, אויב וועט איהם נישט געלונגען זיך צו דערווייטערן פונעם רשע, אויב וועט דער רשע איהם קעגן קומען און זיך דערנענטערן צו איהם, און ער וועט זעהן זיין גרויסקייט און שטארקייט, אפשר וועט דאס האבן א ווירקונג אויף איהם, אפשר וועט ער נתפעל ווערן און ווערן נאכגעשלעפט נאכן רשע ח"ו, ווייל ער ווייסט נאר די וועג וויאזוי צו אנטלויפן און זיך אפצוזינדערן פון שלעכטס, אבער ער איז בכלל נישט פארזיכערט אז ווען מ'קען נישט אנטלויפן וועט ער אויך קענען זיך האלטן שטארק און נישט זיך אפלערנען פונעם רשע. ווי וואונדערליך איז דער ענין מרומז אין וואס מיר געפונען אין די תורה הקדושה אנהייב פרשת תולדות, וואו עס שטייט אין פסוק אז די שורש פונעם נאמען 'יעקב' שטאמט פון דעם ווייל ס'איז געווען "וְיָדוֹ אֹחֶזֶת בַּעֲקֵב עֵשָׂו", די האנט פון יעקב האט אנגעכאפט די פערשט פון עשו'ס פיס, וואס איז מרמז אויף דעם, אז אין די יעצטיגע מצב איז נאך שייך אן 'אחיזה' אין עשו; ווען א מענטש איז נאר באהאווענט אין אנטלויפן פון שלעכטס, איז נאך אלס דא א מקום אז ער וועט זיך אנכאפן אין עשו, ער וועט נאך געפונען א געשמאק אין די תאוות און הבלי עולם הזה וואס דער רשע האט פאָרצולייגן, און קען זיך נאך אפלערנען פון איהם. דאס אלעס איז די קלענערע עבודה וואס ווערט אנגערופן 'יעקב' און איז נאכנישט די שלימות און די שררה צו וואו א איד דארף אנקומען. און ווי מיר געפונען אז דעמאלטס האט יעקב אבינו זייער מורא געהאט פון זיך באגעגענען מיט עשו פון די נאנט.

אבער דא, נאכ'ן זיך שלאגן מיט'ן מלאך פנים אל פנים, נאכ'ן זוכה זיין צו זיין שטארק און נישט כאפן קיין התפעלות פון די פינקן פייער וואס זעען אויס גרויס און שרעקעדיג, נאכ'ן זיך אוועקשטעלן און זאגן מיט א שטארקייט "איך האב נישט קיין מורא דערפון ווייל איך בין א הייליגע פייער! א חלק אלוקי ממעל וואס האט אין זיך א געטליכע כוח וואס גארנישט אין די וועלט קען עס אונטערברענגן, און קיינער קען עס נישט מנצח זיין!", דא איז יעקב אבינו דערהויבן געווארן צו די דרגא פון ישראל, צו שררה און חשיבות, צו די כוח פון קענען מנצח זיין די כוח הרע אין אלע מצבים און אין אלע אומשטענדן, פון יעצט און ווייטער איז שוין נישט דא קיין שום אָרט פאר א 'אחיזה' אין עשו! און דאס איז געווען די בעסטע הכנה איידער ער גייט זיך טרעפן מיט זיין ברודער עשו. פון דא און ווייטער פארט שוין אלעס 'געשמירט' און גלאט, ער האט שוין נישט וואס מורא צו האבן פון עשו, און ווי מיר געפונען טאקע אין פסוק אז נאכדעם ווען עשו קומט צו גיין, וַיָּרָץ עֵשָׂו לִקְרָאתוֹ וַיְחַבְּקֵהוּ וַיִּפֹּל עַל צַוָּארָו וַיִּשָּׁקֵהוּ, עשו לויפט איהם אנקעגן, עשו פריידט זיך צו איהם, וואס איז מרמז אויף דעם, אז ס'איז שוין נישט דא וואס מורא צו האבן פון עשו און זיין כוח ווען ער קומט נאנט.

יא, עס זענען טאקע פארהאן שווערע נסיונות, ס'איז דא זמנים ווען דער מענטש שפירט ווי ער איז וַיִּוָתֵר לְבַדּוֹ, וַיֵּאָבֵק אִישׁ עִמּוֹ, ער איז איינער אליינס ער איז עלנד, ער האט א אינערליכע געראנגל מיט'ן יצר הרע אין אלע הינזיכטן וואס קיינער זעהט נישט און קיינער באמערקט נישט, ער האט שוועריגקייטן וואו קיינער קען איהם טאקע נישט העלפן און שטופן, אבער מיר אלע האבן אין זיך די כוח פון "ישראל", מיר ווייסן אז מיר זענען א הייליגע פייער וואס האט די כוח זיך מתגבר צו זיין.
און ווי השי"ת לייגט צו און זאגט שפעטער פאר יעקב אבינו בפירוש, "שִׁמְךָ יַעֲקֹב" אודאי איז נאך אלס פארבליבן די עבודה וואס רופט זיך יעקב, ביז משיח'ס טאג וועלן נאך אלעמאל זיין גרויסע און אויסערליכע נסיונות פון וואס א איד דארף אנטלויפן און זיך דערווייטערן, ווי חז"ל זאגן אונז "אי איכא דרכא אחרינא רשע הוא", ווען א איד האט די מעגליכקייט אוועקצושטיין פונעם יצר הרע, אנטלויפן פון די נסיונות, אודאי איז ער מחוייב דאס צו טוהן אָן קיין שום שאלה, און אויב נישט איז מען חלילה א רשע, ווייל דאס זענען די ערשטע טריט וואס א איד דארף מאכן, אנטלויפן, זיך דערווייטערן, טוהן דראמאטישע שריט פון מסירות נפש. אבער אין צוגאב צו דעם, האבן מיר דעם העכערן כוח אויך, מיר בלייבן נישט שטיין ביי די עבודה פון יעקב, לֹא יִקָּרֵא שִׁמְךָ עוֹד יַעֲקֹב כִּי אִם יִשְׂרָאֵל יִהְיֶה שְׁמֶךָ, מיר האבן די הייליגע פייער, די כוח פון שררה נישט צו כאפן קיין התפעלות פונעם יצר הרע, מיר קענען זיך דערהייבן נישט צו האבן קיין שום אחיזה אין די וועגן פון די גויים, אדער אין די אלע פאלשע פינקן פון תאוות און חמדות עולם הזה וואס דער יצר הרע פראבירט צו פארבלענדן אונזערע אויגן דערמיט, אדרבה מיר זענען העכער פון דאס אלעס, מיר ווייסן אז מיר פארמאגן אסאך אסאך מער, און מיר האבן די פייערידגע כוחות צו קענען אלעס ביישטיין!

לסיכום געדענק:
• "סור מרע" מען דארף אנטלויפן און זיך אפטיילן פונעם רשע, מען דארף נעמען די אנדערע וועג, מיט שלעכטס האבן מיר נישט קיין שייכות.
• "עשה טוב" אפילו ווען די נסיונות קומען נאנט, זיי נעמען ארום דעם מענטש פון אינעווייניג, דארף א איד וויסן ביי זיך "איך בין א שטיק פייער!" א חלק אלוקי ממעל וואס האט אין זיך א געטליכע כוח.

א לעכטיגע שבת קודש!

זיך איינצושרייבן צו באקומען די "מיט א טיפערן בליק"
דורך אי-מעיל בעז"ה tiferenblik@gmail.com

דער אשכול פארמאגט 1 תגובה

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר