שווייגעניש קאסט אויך א פרייז

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
קרן זוית
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 379
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 20, 2022 10:53 pm
האט שוין געלייקט: 363 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 887 מאל

שווייגעניש קאסט אויך א פרייז

שליחה דורך קרן זוית »

צענזור איז א זאך וואס שיינט צו זיין אן אנגענומענער און א פארשטענדליכע פאקט ביי די וואוילע ציבור. דארף אבער די דאזיגע ציבור קלאר וויסן אז דאס קען בשום פנים ואופן אנגענומען ווערן אלס א שב ואל תעשה, נאר חלק כחלק יאכלו, מ'טראגט א שולד אויף עוולות וואס ווערן געטוהן דורך די ראשי ומנהיגי העם.

די גמרא זאגט אין מסכת שבת, כל מי שאפשר למחות באנשי עירו נתפס על אנשי עירו. מנהיגים און ראשי העם וואס טוהען מעשים שלא על פי יושר וצדק האט דער ציבור השותקים א בשותפות'דיגער חלק, ווייל דאס שווייגעניש גיבט זיי א אן הסכמה אנצוגיין מיט מעשה השחתה. מ'זעהט די לשון הגמרא כל מי "שאפשר" למחות, דארף מען טאקע האבן א גוטע שיקול הדעת ווען מ'איז "אפשר בידו"?! אבער אויב איז דאס א לכתחילה'דיגע מהלך, מען טאר נישט האבן קיין שום איבערזיכט אויף זיי און עס ווערט צענזורירט ביי אזעלכע וואס זענען אפשר בידו למחות, דאס איז שוין לכאורה א גרויסע פראבלעם. וד"ל.

די שבטים האבן געהערט אז נבלה נעשתה בישראל, איינער פון די ראשי העם פון שכם, מיט'ן נאמען שכם בן חמור, האט אוועקגעכאפט א מיידל - זייער'ס א שוועסטער, געצווינגענערהייט און אויך אן די רשות פון אירע עלטערן, א זאך וואס סתם אן איינוואוינער וואלט נישט געקענט טוהן!!

האבן די שבטים אנגענומען מיט א פשטות אויב די ראשי העם קענען טוהן אזא זאך איז א סימן אז די פאלק איז נישט מוחה אקעגן זיי און טוהט גארנישט דאס צו מונע זיין. (רד"ק) באמת איז דא נאך א נקודה, דאס אז די ראשי העם קענען טוהן אזא זאך מיינט דאס אז ביי די המון עם איז א עס א אנגענומענע זאך, מנהיגים מעגן טוהן מעשים אשר לא יעשו.(ספורנו)

דאס האט געגעבן די רעכט פאר די בני יעקב ארויסצוגיין מיט געווער אקעגן די גאנצע פאלק שכם. ווייל חלק כחלק יאכלו, מיט'ן זיצן אין א שווייגעניש בשעת ראשי העם גייען אן און טוען ככל העולה על רוחם, דעמאלט'ס האבן די שטילמאכער'ס א חלק אינעם השחתה.

דער אשכול פארמאגט 11 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר