פון וואו נעמט יוסף כוח?

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
א שעפעלע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 378
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 9:19 am
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 164 מאל

פון וואו נעמט יוסף כוח?

שליחה דורך א שעפעלע »

בס"ד

א גוטן טייערע חבירים וידידים..!

מיר שטייען אין די פרשה פון מכירת יוסף, א פרשה וואס איז פיל העכער און פאהוילן פון אונז, ווי די תורה הקדושה דערציילט אונז אז די הייליגע שבטי י-ה האבן געהאלטן אז זייער ברודער יוסף הצדיק איז חייב מיתה רח"ל, און צום סוף אנשטאט איהם צו הארגענען האבן זיי איהם פארקויפט צו די ישמעאלים און מדינים, דורך וועמען ער איז דערנאך אנגעקומען קיין מצרים.

די שבטים ווילן אבער מאכן דעם רושם פאר זייער טאטע יעקב, אז יוסף הצדיק איז באמת פארציקט געווארן דורך א חיה, כדי יעקב זאל גלייבן אז ער לעבט שוין נישט, האבן זיי גע'שחט'ן א ציג, וואס די בלוט זעהט אויס די מערסטע ענדליך צו מענטשליכע בלוט, און איינגעטינקן דערין דעם כְּתֹנֶת פַּסִים פון יוסף, כדי צו איבערצייגן פאר יעקב אבינו אז זיין יוסף איז ווירקליך פארציקט געווארן דורך א שלעכטע חיה. די הייליגע שבטים האבן טאקע געשיקט דעם בלוטיגן העמד צו יעקב, וַיֹּאמְרוּ זֹאת מָצָאנוּ הַכֶּר נָא הַכְּתֹנֶת בִּנְךָ הִוא אִם לֹא, זיי זאגן "דאס האבן מיר געטראפן, דערקען אויב עס איז דיין זוהנ'ס העמד אדער נישט". יעקב אבינו דערקענט דעם העמד, און ער נעמט אָן זייערע ווערטער, יעקב אבינו זאגט כְּתֹנֶת בְּנִי, חַיָּה רָעָה אֲכָלָתְהוּ טָרֹף טֹרַף יוֹסֵף...

די תורה הקדושה שילדערט ווייטער וואס עס האט פאסירט, יעקב אבינו האט צוריסן זיינע קליידער, ער האט זיך אנגעטוהן א זאַק אויף זיינע לענדן ווי די שטייגער פון אבלים, און ער האט געקלאגט און געטרויערט נאך זיין זוהן יוסף א לענגערע צייט, און די תורה איז ממשיך, וַיָּקֻמוּ כָל בָּנָיו וְכָל בְּנֹתָיו לְנַחֲמוֹ, די קינדער פון יעקב אבינו שטעלן זיך אויף און זיי פראבירן צו טרייסטן זייער צובראכענע טאטע, וַיְמָאֵן לְהִתְנַחֵם, יעקב אבינו זאגט זיך אבער אפ, ער וויל זיך נישט טרייסטן, ער קען זיך נישט בארואיגן פון זיין צער.

דערווייל וואלגערט זיך יוסף אין מצרים, ער איז איינער אליינס עלנד און צובראכן אין די פרעמד. ער קומט אָן צו די הויז פון פוטיפר, וואו ער האלט זיך שטארק מיט זיין קדושה און צדקות אפילו זייענדיג איינזאם און פארלוירן אינעם ערות הארץ, אין די ביטערסטע גלות און אין די שווערסטע מצב. די ווייב פון פוטיפר מאכט אויף איהם א בלבול און ער ווערט אריינגעווארפן אין תפיסה.
לאמיר כאפן א בליק וואס די תורה שרייבט אויף יוסף הצדיק זייענדיג דארט אין גלות מצרים. די פסוק דערציילט אונז "וַיְהִי ה' אֶת יוֹסֵף וַיְהִי אִישׁ מַצְלִיחַ" דער אייבישטער איז געווען מיט איהם, ער האט זוכה געווען צו השראת השכינה, און ער איז געווען א 'איש מצליח' וואס האט הצלחה אין זיינע ענינים, ער איז א געגלונגענער מענטש, די מזל שיינט איהם, ער איז א איש מוצלח... און די זעלבע שטייט אין די ווייטערדיגע פסוקים ווען יוסף הצדיק געפונט זיך שוין אין תפיסה, וַיְהִי ה' אֶת יוֹסֵף וַיֵּט אֵלָיו חָסֶד וגו' יוסף הצדיק איז ווייטער זוכה צו השראת השכינה, דער אייבישטער איז מיט איהם, און ווי עס שטייט ווייטער, בַּאֲשֶׁר ה' אִתּוֹ וַאֲשֶׁר הוּא עֹשֶׂה ה' מַצְלִיחַ...

די סוף פון אונזער פרשה איז אויך גאר באקאנט, די שר המשקים מיט'ן שר האופים האבן גע'חלומ'ט חלומות, און יוסף הצדיק איז זיי פותר חלום, פון זיינע ווערטער שטעלט זיך ארויס אז דער שר המשקים וועט ווערן צוריק געשטעלט אויף זיין פאזיציע אין די נאנטע טעג דורך פרעה, און דערביי בעהט ער א טובה פונעם שר המשקים, וְעָשִׂיתָ נָּא עִמָּדִי חָסֶד וְהִזְכַּרְתַּנִי אֶל פַּרְעֹה וְהוֹצֵאתַנִי מִן הַבַּיִת הַזֶּה, טוה מיט מיר א חסד און דערמאן מיך פאר פרעה אז ער זאל הייסן מיך ארויסנעמען פונעם גרוב. אבער, ווי די פרשה ענדיגט זיך מיט די ווערטער, וְלֹא זָכַר שַׂר הַמַּשְׁקִים אֶת יוֹסֵף... פון די גאנצע מעשה איז גארנישט געווארן, די השתדלות האט נישט געארבעט, דער שר המשקים האט נישט געדענקט יוסף, וַיִּשְׁכָּחֵהוּ, און ער האט פארגעסן איהם צו דערמאנען פאר פרעה.
דאס זענען טייל נקודות פון אונזער פרשה אויפן שפיץ גאפל, און מיר וועלן זיך אפשטעלן אויף בלויז צוויי קורצע פרטים פון זיי. די ערשטע זאך דארף מען פארשטיין, וואס איז טאקע פשט אז יעקב אבינו לאזט זיך נישט טרייסטן, נאכדעם וואס אלע קינדער קומען צו גיין און פרואוון איהם צו בארואיגן. איבערהויפט די לשון "וַיְמָאֵן" לְהִתְנַחֵם, איז משמע אז יעקב אבינו ווארפט עס קאטעגאריש אפ, ער וויל זיך נישט טרייסטן! ער וויל נישט הערן זייערע דברי תנחומים, ווי מיר ווייסן פון ספרים הקדושים אז די ווארט וַיְמָאֵן וואס שטייט שפעטער אין די פרשה ביי די נסיון וואס יוסף הצדיק האט געהאט מיט אשת פוטיפר, וַיְמָאֵן וַיֹּאמֶר אֶל אֵשֶׁת אֲדֹנָיו וגו' דארט שטייט וימאן מיט די טראפ פון א 'שלשלת' וואס איז א געדרייטע און שטארקע תנועה, און ס'איז מרמז אז יוסף הצדיק האט געשריגן ניין! מיט א עקשנות דקדושה איז ער געשטאנען פעלזן פעסט קעגן די ווייב פון פוטיפר און נישט געוואלט בכלל הערן וואס זיין יצר הרע האט צו זאגן, ער האט 'מְמַאֵן' געווען און אפגעזאגט מיט א פעסטקייט, נו, אויב אזוי איז דאָך דער וַיְמָאֵן לְהִתְנַחֵם פון יעקב אבינו אויך לכאורה אזא סארט אפזאג, ווי איינער וואס שטעלט זיך קעגן און עקש'ענט זיך נישט מסכים צו זיין צו א געוויסע זאך; איז וואס באדייט דאס טאקע? פארוואס וויל זיך יעקב אבינו נישט טרייסטן?.

און די צווייטע גאר שווערע נקודה איז דער טיטל 'אִישׁ מַצְלִיחַ' וואס ווערט דא צוגעטיילט פאר יוסף הצדיק. אין אט די זעלבע פרשה ווי קיין איין זאך גייט נישט גוט פאר יוסף הצדיק לויט ווי עס זעהט זיך אָן פארן מענטשליכע אויג, די פרשה הייבט זיך אָן מיט די שנאה און קנאה פון זיינע ברידער צו איהם, זיינע ברידער זוכן איהם אונטער צו ברענגן, ער ווערט געפייניגט, אריינגעווארפן אין גרוב, ער ווערט פארקויפט ווי א קנעכט, ער ווערט אוועקגעריסן פון זיין טאטע און פון זיין משפחה, אין מצרים מאכט ער מיט די שווערסטע נסיונות, און אויך דארט האט ער נישט קיין מנוחה און ער קומט אָן אין תפיסה, און עס ענדיגט זיך נאך מיט א 'דורכפאל' ווען דער שר המשקים פארגעסט פון איהם, ניטאמאל דאס ביסל השתדלות וואס יוסף האט געטוהן ארויס צו גיין פון תפיסה האט געארבעט, ווי קען מען זיך בכלל אויסדרוקן אויף אזא איינעם מיט די ווערטער אִישׁ מַצְלִיחַ? עס איז לכאורה נישט פארהאן נאך א זאך וואס זאל זיין אזוי ווייט אוועק פון הצלחה - ווי דאס לעבן פון יוסף הצדיק אין יענע אומשטענדן, אויב אזוי וואס באדייט טאקע דער ענין פון 'הצלחה' מיט וואס יוסף הצדיק איז באקרוינט געווארן דעמאלטס.

איז לאמיר כאפן א שטיקל שפאציר אינעם פעלד פון בטחון, און זיך באקענען אביסל מיט די מושג און די גרויסקייט פון בטחון. ווען א איד לעבט מיט בטחון, ער פארלאזט זיך שטענדיג אויפן בורא עולם, ער ווייסט אז דער אייבישטער האט א פלאן פאר איהם, ער ווייסט אז השי"ת געפונט זיך מיט איהם אין יעדן מצב, דער אייבישטער האט נישט פארגעסן פון איהם און האט איהם נישט פארלאזט, כל מה דעבד רחמנא לטב עביד, וואס דער באשעפער טוט איז גוט און אלעס איז לטובה [און ווי מיר ווייסן וואס איז אנגענומען ביי תלמידי הבעש"ט הקדוש זי"ע און אין פילע ספרים הקדושים, אז דער ענין פון בטחון באדייט אז א איד דארף האפן און זיך פארלאזן אויף הקב"ה אז עס וועט זיך טאקע אויסלאזן גוט, ער וועט זוכה זיין צו א ישועה און זעהן די חסדים], אט די בטחון אליינס איז די גרעסטע שמירה פאר א איד, די בטחון היט איהם אפ און באשיצט איהם פון אלעם בייזן און ברענגט די ישועה, ווי דוד המלך זאגט אין תהלים (ל"ב י') וְהַבּוֹטֵחַ בַּה' חֶסֶד יְסוֹבְבֶנּוּ, בטחון ברענגט חסדים און ישועות פאר א איד און היט איהם אפ פון שלעכטס.

און אזוי שטייט אין ספר כתר שם טוב פונעם בעל שם טוב זי"ע "מי שיש לו מדת הבטחון באמת על השי"ת, אפילו אם נגזר עליו ח"ו כמה גזירות רעות, אי אפשר לו למידת הדין לשלוט עליו, והוא בדוק", ווער עס פארלאזט זיך באמת אויפן אייבישטער, אפילו אויב ס'איז חלילה נגזר געווארן אויף איהם שלעכטע גזירות, וועט די מידת הדין נישט קיין שולט זיין, און דאס איז בדוק ומנוסה! בטחון האט א כוח צו פארטרייבן די שלעכטס.

אין ספה"ק תולדות יעקב יוסף (פר' משפטים) שטייט ענדליך צו דעם, אז דער בעל שם טוב הק' זי"ע האט געזאגט אז אויב פון הימל וויל מען אמאל מַעניש זיין א איד ח"ו, דעמאלטס נעמט מען אוועק פון איהם די מידת הבטחון, וויבאלד נאר אזוי קען די עונש קומען אויפן מענטש, ווייל ווילאנג ער שטארקט זיך מיט בטחון דעמאלטס קען איהם קיין שום שלעכטס נישט פאסירן, נאר נאכדעם וואס מ'נעמט איהם אוועק די בטחון, ער ווערט אפגעשוואכט און ער פארלאזט זיך שוין נישט אזוי שטארק אויפן אייבישטער, דאן קומט צו גיין די עונש ח"ו, "על כן ראוי להתפלל לפניו יתברך שיתחזק בבטחון בו" דעריבער זאל א מענטש מתפלל זיין און בעטן דעם אייבישטער אז ער זאל זוכה זיין זיך צו שטארקן אין בטחון, ער זאל דאווענען און בעטן אז ער זאל נישט פארלירן זיין בטחון, ווייל דאס איז די שמירה פונעם מענטש.

ווי פאסיג איז צו דערמאנען א עובדא וואס כ'האב זוכה געווען מיטצוהאלטן ערשט האנטיג ביי מו"ר הגאון רבי יצחק דוב קאפעלמאן ראש ישיבת לוצערן זצ"ל, ווען עס איז געקומען צו איהם א חשוב'ע פרוי וואס האט זיך ליידער געמוטשעט מיט די ביטערע מחלה ל"ע און זי איז שוין אריבערגעגאנגען א גאנצע סעריע פון 'טריטמענטס' און מעדיצינישע באהאנדלונג וואס איז געווען זייער שווער. ווען די דאקטוירים האבן געראטן אז זי זאל אריבערגיין נאך א רייע באהאנדלונגען, איז די פרוי געקומען צום ראש ישיבה זצ"ל פרעגן אויב זי איז מחוייב זיי צו פאלגן, און זי האט פאָרגעלייגט א טענה אז 'השתדלות האט זי שוין יוצא געווען', וויפיל א איד איז מחוייב צו טוהן פון זיין זייט און זיך משתדל זיין על פי דרך הטבע, האלט זי אז דאס האט זי שוין יוצא געווען מיט די טריטמענטס ביז אהער, און פון יעצט און ווייטער פארלאזט זי זיך אויפן רבונו של עולם אז ער וועט שיקן די ישועה מן השמים. די פרוי האט דאס געזאגט מיט אַן אמת און תמימות, זי האט טאקע געהאלטן דערביי, עס איז געווען קענטיג אז עס זענען געווען דברים היוצאים מן הלב, און זי פארלאזט זיך אינגאנצן אויפן אייבישטער.

הכלל, דער ראש ישבה האט געענטפערט פאר די פרוי דאס וואס ער האט געהאלטן פאר ריכטיג, און איר געגעבן פראקטישע הדרכה לויט זיין דעת תורה וויאזוי זי זאל זיך פירן... שפעטער ווען די פרוי איז ארויסגעגאנגען האט דער ראש ישיבה זיך געגעבן א רוף אָן מורא'דיגע דיבורים "פון איר בטחון קען זיך דער רבונו של עולם נישט ארויסדרייען", ארויסברענגענדיג דערמיט די דערהויבענע מדריגה פון בטחון מיט וואס די חשוב'ע פרוי האט זיך אויסגעצייכענט.

ווען איינער פון די אנוועזנדע האט אויסגעדרוקט זיין וואונדער אויף אזא שארפע אויסדרוק און געבעטן אז דער ראש ישיבה זאל ערקלערן די כוונה דערפון, האט דער ראש ישיבה געענטפערט מיט געציילטע ווערטער, צוגעבנדיג אז ער וועט עס נאר איינמאל מסביר זיין און ער וועט נישט צופיל מאריך זיין אין דעם... און דערביי האט ער מסביר געווען בקיצור מיט דעם פאלגנדן משל, וואס מיר וועלן ארויסברענגן מער בהרחבה אויף אונזער שטייגער.

ווען א טאטע שטייט אינדרויסן פון שוהל, און פלוצלינג באמערקט ער ווי זיין קליינע יונגל איז אנגעקומען אויבן אויפן דאַך פונעם בנין, ער לויפט ארום און טאנצט דארט אָן קיין דאגות ווי ביים טאטן אין וויינגארטן. דער טאטע ווערט אנגעצויגן און הייבט אָן צו שרייען, גיי אוועק פון די עק, קום אראפ פון דארט, ס'איז מסוכן! אבער דאס קינד האט דאָך נישט קיין שכל, ער קומט נענטער און נענטער גרייט 'אראפצושפאצירן' פונעם דאַך... דער טאטע ווערט היסטעריש און שרייט גיי אוועק פון דארט, רוק זיך צוריק אריין! אבער ס'איז נישט דא צו וועמען צו רעדן, דער יונגל מיינט נאך אז עס איז א געלעכטער און ער קומט אלס נענטער, ביז אינמיטן גיבט ער א האסטיגע שפרינג אראפ פון דאַך. אויף די סעקונדע גיבט דער טאטע א לויף צו, און שפרייט אויס זיינע הענט דאס מערסטע וואס ער קען, ער רוקט זיך לויט די באוועגונגען פונעם קינד, ער שטעלט זיך ממש אונטער איהם, ער טאר איהם חלילה נישט פארפאסן, און אין די לעצטע רגע פאלט אריין דער דערשראקענע קינד גראד אריין אין זיין טאטע'ס אפענע ארעמעס... וועט איינער דען זאגן אז דער טאטע 'האט געטוהן א פעולה' צו ראטעווען זיין קינד?, כאילו ער האט געקלערט וואס איז ריכטיג צו טוהן און ער האט באשלאסן צו גיין כאפן דאס קינד?! אודאי נישט! יעדער איינער ווייסט און פארשטייט אז דאס איז א מציאות, ס'איז א פאַקט אז דער טאטע קען נישט בלייבן גלייכגילטיג ווען זיין קינד האלט אינמיטן אראפפליען פון א דאַך, זיין גוף שפרינגט אויף פון זיך אליינס, ער טראכט גארנישט, ער האט נישט וואס אריינצוקלערן, אין א אויגנבליק איז ער שוין דארט מיט זיינע אויסגעשטרעקטע הענט צו ראטעווען דאס קינד.

די זעלבע זאך איז מיט די מידת הבטחון, האט די ראש ישיבה זצ"ל אויסגעפירט, ס'איז דא אמאל ווען א מענטש פירט זיך אויף א געוויסע אופן, ער איז פארנומען מיט'ן דרך הטבע און השתדלות וכדומה, און בשעת מעשה קען מען אין הימל דַן זיין וויאזוי זיך אומצוגיין מיט איהם. אבער ס'איז דא אמאל וואס א איד פירט זיך מיט א הנהגה פון "הַשְׁלֵךְ עַל ה' יְהָבְךָ" ער ווארפט זיך אריין אין די הענט פון אבינו שבשמים, אָן קיין שום חשבונות און אָן קיין שום רצונות, ער איז ווי א קינד וואס ווארפט זיך אראפ פון דאַך אריין אין זיין פאטער'ס הענט, דעמאלטס איז כביכול אויך נישטא קיין ברירה אין הימל, נאר דער אייבישטער מוז איהם אנקעגן לויפן מיט אפענע ארעמעס און איהם כאפן און באשיצן, דא זענען נישט פארהאן קיין צוויי צדדים אדער פארשידענע חשבונות וויאזוי זיך צו פירן מיט'ן מענטש, נאר דער רבונו של עולם כאפט איהם און העלפט איהם...

אצינד, אז מיר ווייסן און דערהערן די געוואלדיגע כוח וואס בטחון פון א איד פארמאגט אין זיך, לאמיר ווייטער ממשיך זיין מיט א מורא'דיג ווארט וואס שטייט אין ספר ביכורי אביב פון הרה"ק רבי יעקב אריה פון ראדזימין זי"ע פון די גדולי הצדיקים אין פוילן (א תלמיד פון הרה"ק רבי בונם פון פרשיסחא זי"ע), זאגט דער ראדזימינער רבי, פארוואס האבן די שבטים געדארפט מאכן א גאנצע שפיל מיט'ן איינטינקן די כתונת פסים אין בלוט און דאס שיקן פאר יעקב אבינו, וואס וואלט שלעכט געווען ווען זיי קומען סתם אזוי זאגן פאר יעקב אז יוסף איז קיינמאל נישט אנגעקומען צו זיי, ער איז ערגעצוואו פארשווינדן געווארן אויפן וועג און מ'הערט נישט פון איהם קיין לעבעדיגע צייכן, ווארשיינליך איז ער געשעדיגט געווארן און אומגעקומען, בפרט ווי מיר ווייסן אז אלע וועגן זענען בחזקת סכנה, עס זענען פארהאן חיות און רויבערס, און אז ס'גייט אדורך א לענגערע צייט און יוסף קומט נישט אהיים איז דאָך א סימן אז ער איז געשטארבן, אויב אזוי פארוואס האט אויסגעפעלט די גאנצע מעשה כדי צו ברענגן 'באווייזן' פאר יעקב אבינו אז יוסף הצדיק איז פארציקט געווארן?.

ענטפערט דער ראדזימינער רבי זי"ע, אז די שבטים האבן געוואוסט אז אויב יוסף הצדיק וועט פשוט נישט אנקומען אהיים, דאן וועט יעקב אבינו מיט זיין גרויסע בטחון ממשיך זיין די ישועה, יעקב אבינו'ס מידת הבטחון איז געווען אזוי גרויס און הייליג, ער האט זיך פארלאזט אויפן אייבישטער אין יעדן מצב, אז די כוח הבטחון וואלט גע'פועל'ט און געברענגט די ישועה און יוסף הצדיק וואלט אהיימגעקומען! און וויבאלד די שבטים האבן דאס נישט געוואלט, זיי האבן געוואלט אז יוסף הצדיק זאל ווערן פארווארפן און פארוואלגערט ערגעץ ווייט אוועק און זיך נישט אומקערן צום טאטן, דעריבער האבן זיי געוואוסט אז קודם מוזן זיי צוברעכן די געוואלדיגע בטחון פון יעקב אבינו, מ'דארף אפשוואכן זיין כוח כדי ער זאל נישט האפן אז יוסף וועט צוריק אהיימקומען, און נאר אזוי וועט ער טאקע נישט אנקומען צוריק. פאר דעם האבן זיי איינגעטינקן זיין העמד אין בלוט כדי יעקב אבינו זאל ממש זעהן מיט די אויגן די טראגעדיע וואס האט פאסירט, ער זאל ווערן אינגאנצן 'איבערצייגט' אז יוסף לעבט שוין נישט, און נאר אזוי וועט ער שוין נישט האבן קיין בטחון אין השי"ת אז ער וועט איהם צוריקברענגן יוסף, ווייל אויב ער לעבט שוין נישט קען ער דאָך מער נישט צוריק קומען, בלויז אויף דעם אופן וועט זייער פלאן געלונגען... נורא נוראות! די שבטים האבן געוואוסט אז די כוח הבטחון פון זייער פאטער וועט זיגן, און דערפאר האבן זיי געזוכט איהם אוועקצורייסן פון זיין בטחון, ווייל אזוי האבן זיי פארשטאנען לויט זייער הייליגע מיינונג אז יוסף הצדיק דארף דערווייטערט ווערן.

אויב מעגן מיר צולייגן צו די ווערטער פונעם צדיק, דאן קענען מיר גיין א טריט ווייטער, און דערהערן א טיפע נקודה וואס ליגט דא אין די ווייטערדיגע השתלשלות הענינים. ווען די קינדער פון יעקב אבינו זענען איהם געקומען טרייסטן, האט יעקב אבינו מרגיש געווען א שטראַל פון האפענונג, די טרייסט ווערטער האבן זיך עפעס נישט געלייגט געהעריג אויף זיין הארץ, און ווי רש"י ברענגט אויפן פלאץ פון חז"ל, "אין אדם מקבל תנחומין על החי וסבור שמת, שעל המת נגזרה גזירה שישתכח מן הלב ולא על החי" אויב מ'מיינט אמאל אז א מענטש איז געשטארבן, אבער באמת לעבט ער, דעמאלטס וועט מען נישט אננעמען קיין טרייסט אויף איהם, ווייל פון הימל איז נגזר געווארן א גזירה אויף א מת אז ער זאל פארגעסן ווערן פונעם הארץ, דאס איז א ספעציעלע חסד השם אז מענטשן זאלן נישט בלייבן קיין אבלים פאר אייביג און געדענקן זייער צער, און דעריבער איז די טבע הבריאה וואס דער רבוש"ע האט באשאפן אז מיט די צייט פארגעסט מען פונעם נפטר און עס לאזט נאך די בענקעניש צו איהם, אבער אויף א לעבעדיגע מענטש איז דאָך נישט דא די גזירה פון הימל, און דערפאר ווען מען טרייסט איינעם נאָך א לעבעדיגן, וועט ער דאס נישט מקבל זיין, ווייל ער קען נישט פארגעסן פון דעם 'נפטר' וואס לעבט נאך באמת. אויב אזוי, האט דאָך יעקב אבינו געפילט טיף אינעווייניג אז ס'איז דא א שטיקל מעגליכקייט אז זיין זוהן יוסף לעבט נאך, ווייל ער קען נישט פארגעסן פון איהם און זיך בארואיגן פון זיין גרויסע צער. און דעריבער האט ער באשלאסן זיך צו שטארקן, וַיְמָאֵן לְהִתְנַחֵם! ער האט מְמַאֵן געווען און אפגעזאגט אנצונעמען די טרייסט ווערטער פון זיינע ארומיגע, ער האט זיך צוריק אנגעגארטלט מיט זיין שטארקע בטחון, און זיך נישט מייאש געווען פון יוסף.

אז מיר וועלן זיך מתבונן זיין אין דעם געדאנק, וועלן מיר דערהערן א דבר נפלא! יעקב אבינו איז אודאי געווען אין א גרויסע פארלעגנהייט, פון איין זייט האט ער געשפירט אז ס'קען נאך זיין עפעס האפענונג אז יוסף וועט צוריק קומען, ער האט געהאט א שוואכע הרגשה אז יוסף לעבט נאך, אבער פון די צווייטע זייט האט ער דאָך קלאר געזען די העמד מיט די בלוט, ער האט מיט זיינע פליישיגע אויגן געזען די שרעקליכע מציאות פאר זיינע אויגן... יעדער נארמאלער בר דעת וואלט פארשטאנען אז מיט א פאקט קען מען זיך נישט קריגן, ס'איז ליידער דערנאך, די מצב איז שוין פארלוירן און מ'קען נישט צוריק ברענגן יוסף מער.

אבער יעקב אבינו לאזט זיך נישט, יעקב אבינו וואס האט זוכה געווען צו די העכסטע דרגא פון בטחון, ווי די מדרש זאגט אנהייב פרשת ויצא, אז אפילו ווען ער איז אנטלאפן פון עשו, און אליפז האט אנוועקגענומען זיין גאנצע פארמעגן און ער איז געבליבן בעירום ובחוסר כל, דאָך האט ער זיך געשטארקט און געזאגט "לית אנא מוביד סברי מן בוראי" איך פארליר נישט מיין האפענונג אינעם אייבישטער! יעקב אבינו האט קיינמאל נישט אויפגעגעבן, ער האט געגלייבט און זיך פארלאזט אויף השי"ת אין יעדן מצב, זאל זיין וואס זאל זיין. און ווי מיר האבן מאריך געווען אין דעם ענין אין פרשת ויצא, אז די עבודה פון יעקב אבינו איז טאקע געווען צו טרעפן דעם אייבישטער אין יעדן מצב, ער האט אלעמאל געוואוסט אז השי"ת איז מיט איהם און אלעס איז לטובה. און מיט אט די שטארקע אמונה און בטחון שטעלט זיך יעקב אבינו אוועק פעלזן פעסט, און ער מאכט א החלטה פון וַיְמָאֵן לְהִתְנַחֵם! ער זאגט אפ די תנחומים, ער גארטלט זיך צוריק אָן מיט זיין אלטע מידת הבטחון פון שטענדיג, און ער פארלירט נישט זיין האפענונג אין השי"ת, אלעס צוליב די קליינע ברעקל האפענונג וואס ער האט געשפירט טיף אין זיין הארץ.

מיילן ווייט אוועק פון דארט, אינעם פרעמדן מצרים, אינעם ערות הארץ, געפונט זיך יעצט זיין זוהן יוסף, איינער אליינס, דערווייטערט און פארפרעמדט, אבער יוסף האט געהאט פון וועמען זיך צו לערנען, אֵלֶה תֹּלְדוֹת יַעֲקֹב יוֹסֵף, יוסף איז דומה צו זיין טאטע, ער האט געלערנט פון זיין טאטע, און ער גייט אין זיין טאטע'נס דרכים, און ער איז זיך מחזק אפילו דארטן אין מצרים זייענדיג בשפל המצב ווען אלעס איז ביטער און שווער.

ווי עס שטייט אין כתב סופר אין אונזער פרשה: חז"ל זאגן אז די שכינה רוהט נאר אויף איינער וואס איז בשמחה און נישט אויף איינער וואס איז בעצבות. פארוואס איז דאס טאקע אזוי? דער אייבישטער איז דאָך נישט קיין בשר ודם וואס ווערט חלילה 'געשטערט' אדער 'באליידיגט' אויב מ'נעמט איהם נישט אויף מיט א פרייליכע פנים, אדרבה, מיר ווייסן אז השי"ת האט ליב די נשברי לב, צובראכענע הערצער מיט עניוות, אויב אזוי וואס איז פשט פונעם מאמר חז"ל אז אֵין השכינה שורה אלא מתוך שמחה. נאר זאגט דער כתב סופר, א איד וואס איז בעצבות, ער ווערט צובראכן פון זיינע שוועריגקייטן און דורכפעלער איז א סימן אז ער האט נישט קיין בטחון, ער גלייבט נישט אין השי"ת אז אלעס איז לטובה, ער האלט נישט אז כל מה דעביד רחמנא לטב עביד, און דערפאר קומט טאקע נישט דער אייבישטער צו איהם. דאגעגן איינער וואס איז זיך יא מחזק, ער בלייבט פרייליך אין אלע אומשטענדן, ער ווערט נישט צובראכן און צוקלאפט, דאס באדייט אז ער פארלאזט זיך אויף השי"ת און ער ווייסט און גלייבט אז אלעס איז פון זיין טובה מיט א פונקטליכע חשבון, אזא איינער איז דאָך דבוק אין השי"ת, ער איז נאנט צום אייבישטער מיט זיין געוואלדיגע בטחון, און דערפאר רוהט טאקע די שכינה אויף איהם.

איז דער כתב סופר ממשיך און באלייכט אונזערע אויגן: יוסף הצדיק האט געהאט אין זיך אזא שטארקע בטחון, אז גארנישט האט איהם נישט געקענט 'אראפברענגן' און צוברעכן זיין מאראל, אפילו אין מצרים אין די תפיסה גרוב האט יוסף הצדיק זיך דערזעהן אלס א "אִישׁ מַצְלִיחַ!" ער האט באמת געגלייבט און פארשטאנען אז אלעס וואס פאסירט מיט איהם דא איז אלעס פאר זיין טובה, עס האלט זיך אינמיטן וועבן א א פלאן פון הימל וואס גייט זיכער זיין גוט, און דעריבער איז ער נישט מער און נישט ווייניגער נאר א איש מצליח! ער האלט אינמיטן גיין בארג ארויף אויף די לייטער פון הצלחה און גוטע מזל, ער האט נישט געהאט קיין ספק דערין. האט דער אייבישטער געזאגט, אזוי, אז דו גלייבסט אין מיר און דו ווייסט אז איך מיין דיין טובה, אויב אזוי וועל איך באמת זיין מיט דיר און דו וועסט האבן השראת השכינה. און ווי די תורה זאגט טאקע "וַיְהִי ה' אֶת יוֹסֵף" דו ווייסט פארוואס השי"ת איז געווען מיט יוסף? ווייל "וַיְהִי אִישׁ מַצְלִיחַ!" ווייל יוסף האט זיך געהאלטן שטארק אין יענע שווערע זמנים, טאקע צווישן די גאנצע שנאה, רדיפות, נסיונות, בזיונות, האט ער נישט אויפגעגעבן זיין בטחון אין השי"ת און זיך ווייטער געהאלטן אלס א איש מצליח, דאס האט איהם געברענגט די ברכה און די השראת השכינה.

ווי פאסיג זענען די ווערטער מיט וואס די ספרים הקדושים ברענגן אז די צוויי מאל "וַיְמָאֵן" אין אונזער פרשה זענען פארבינדן איינס מיט די אנדערע, אט דער וַיְמָאֵן פון יעקב אבינו, זיין געוואלדיגע בטחון און התחזקות אין די שווערסטע מצבים, אפילו ווען ס'זעהט שוין אויס כמעט אינגאנצן פארלוירן, דאס איז געווען די מקור צו יוסף הצדיק'ס חיזוק און כוח זיך צו שטארקן אין מצרים און צו שרייען א גרויסע וַיְמָאֵן מיט א שלשלת קעגן זיינע ביטערע נסייונות אין מצרים, און ווי חז"ל זאגן אז "דמות דיוקנו של אביו נראתה לו" אז יוסף הצדיק האט געזעהן פאר זיך די צורה פון זיין פאטער יעקב, דאס הייסט די מידה פון יעקב אבינו, די התנהגות, און די כוח פון יעקב אבינו, דאס האט איהם געפירט, דאס האט איהם מחזק געווען, און דאס איז געווען זיין וועג ווייזער אין די שווערסטע מצבים.

היוצא לנו, וואס מיר לערנען אפ פון די גאנצע פרשה, איז ווי ווייט די כוח הבטחון קען ברענגן א איד, עס קען ממשיך זיין די ישועה אפילו אין די שווערטסע מצבים, ווי דער בעל שם טוב הקדוש לערנט אונז. און אויב א איד שטארקט זיך מיט די ריכטיגע בטחון און ער ווערט נישט צובראכן פון א דורכפאל, ער ווערט נישט נידערשלאגן פון א שווערע אדורכגאנג, ער איז זיך נישט מייאש און קלאפט זיך נישט אראפ, נאר אנשטאט דעם האפט ער צום אייבישטער און איז זיך מחזק, ער זעהט זיך ווייטער ווי א אִישׁ מַצְלִיחַ, דאס וועט איהם ברענגן די ברכה און השראת השכינה, דאס וועט שטארקן איהם און זיינע קינדער נאך איהם, צו קענען בלייבן שטארק אין אלע מצבים, נישט צו פארלירן די מוט און חשק, און נישט ווערן שוואך און פארלאשן!

און בפרט יעצט שטייענדיג נאנט צום הייליגן יום טוב חנוכה, א זמן ווען די קליינע הייפעלע חשמונאים האבן אויסגעשריגן מי לה' אלי, זיי האבן זיך פארלאזט אויפן אייבישטער און געגאנגען אין מלחמה קעגן די גרויסע און שטארקע יוונים, און השי"ת האט זיי געשענקט די נצחון און די ישועה חוץ לדרך הטבע און באלאכטן פאר זיי מיט געוואלדיגע נסים ונפלאות בימים ההם בזמן הזה. דארפן מיר אנהאלטן אט די הייליגע עבודה און דערהערן דעם רוף פון מי לה' אלי, וויסן אז השי"ת איז מיט אונז, כל מה דעביד רחמנא לטב עביד, און אויסשרייען לית אנא מוביד סברי מן בוראי, מיר פארלירן קיינמאל נישט אונזער האפענונג צום בורא כל עולמים.

לסיכום געדענק:
• א איד וואס איז בעצבות און ווערט צובראכן פון זיינע שוועריגקייטן און דורכפעלער, דאס ווייזט אז ס'פעלט בטחון ח"ו. א בוטח בה' איז אלעמאל פרייליך און איז זיך מחזק!
• בטחון איז די גרעסטע שמירה פאר א איד, עס ברענגט די ישועה אפילו אויב ס'איז חלילה נגזר געווארן שלעכטע גזירות אויף א מענטש.
• ווען מיר וועלן זיך זעהן אלס א 'איש מצליח' אין יעדן מצב, וועט דאס ברענגן השראת השכינה און הימלישע כוחות פאר אונז און אונזערע קינדער.

א לעכטיגע שבת קודש!

זיך איינצושרייבן צו באקומען די "מיט א טיפערן בליק" דורך אי-מעיל בעז"ה tiferenblik@gmail.com

דער אשכול פארמאגט 4 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר