פארוואס רעדט יוסף הצדיק פון השי"ת פארנט פון פרעה?

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
א שעפעלע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 378
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 9:19 am
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 164 מאל

פארוואס רעדט יוסף הצדיק פון השי"ת פארנט פון פרעה?

שליחה דורך א שעפעלע »

בס"ד

א גוטן טייערע חבירים וידידים..!

מיר שטייען אין די לעכטיגע טעג פון חנוכה, די ימי האורה, טעג פון הלל והודאה צו השי"ת אויף די געוואלדיגע נסים וואס ער האט געטוהן מיט כלל ישראל בימים ההם בזמן הזה. וואס די טעג געפאלן אלעמאל אין פרשת מקץ, און האבן א שייכות מיט די פרשה ווי באקאנט פון ספרים הקדושים.

ווי מיר האבן געלערנט באריכות אין פרשת וישב איבער די געוואלדיגע כוח הבטחון פון יעקב אבינו וואס האט קיינמאל נישט אויפגעגעבן האפענונג אפילו אין די שווערסטע מצבים, און אפילו ווען ס'איז כמעט געווען קעגן די טבע, און מיט אט די שטארקייט האט ער אריינגעשיינט אויך אין זיינע קינדער, און בפרט אין זיין זוהן יוסף הצדיק וואס האט זיך געפונען ווייט אוועק אין מצרים אין א מקום פון טונקלקייט און זוהמא, ווי יוסף האט טאקע געהאט אומגעהויערע כוחות צו קענען ביישטיין און זיך מתגבר זיין אויף אלע זיינע נסיונות, און דאס אלעס איז געווען דורכ'ן כוח הבטחון אין השי"ת וואס ער האט געלערנט ביי זיין טאטע יעקב.

אצינד לאמיר זיך אביסל מער מתבונן זיין און אפשטעלן אויף די מידת הבטחון פון יוסף הצדיק. פרשת וישב ענדיגט זיך מיט די חלומות וואס דער שר המשקים און דער שר האופים פון מצרים האבן גע'חלומ'ט אין תפיסה, און יוסף הצדיק האט פותר חלום געווען און דערביי געמאלדן פארן שר המשקים אז ער וועט ווערן צוריק געשטעלט אויף זיין פאזיציע אין די נאנטע טעג דורך פרעה, און ביי יענעם געלעגנהייט האט יוסף געבעטן א טובה פונעם שר המשקים, וְעָשִׂיתָ נָּא עִמָּדִי חָסֶד וְהִזְכַּרְתַּנִי אֶל פַּרְעֹה וְהוֹצֵאתַנִי מִן הַבַּיִת הַזֶּה, טוה מיט מיר א חסד און דערמאן מיך פאר פרעה אז ער זאל הייסן מיך ארויסנעמען פונעם גרוב. אבער, ווי פרשת וישב ענדיגט זיך מיט די ווערטער, וְלֹא זָכַר שַׂר הַמַּשְׁקִים אֶת יוֹסֵף... פון די גאנצע מעשה איז גארנישט געווארן, די השתדלות האט נישט געארבעט, דער שר המשקים האט נישט געדענקט יוסף, וַיִּשְׁכָּחֵהוּ, און ער האט פארגעסן איהם צו דערמאנען פאר פרעה, און יוסף הצדיק איז פארבליבן אין תפיסה במשך נאך צוויי יאר. און ערשט נאכדעם, וַיְהִי מִקֵּץ שְׁנָתַיִם יָמִים, ווען די צוויי יאר זענען פארביי, דעמאלטס האט פרעה געהאט זיינע חלומות און געלאזט רופן יוסף פון תפיסה אז ער זאל איהם פותר חלום זיין און געבן אן עצה, און צום סוף האט ער איהם גרויס געמאכט אלס דער משנה למלך איבער גאנץ מצרים.

ווען יוסף ערקלערט פאר פרעה וואס עס באדייטן זיינע חלומות, הייבט ער אָן קודם מיט די ווערטער "בִּלְעָדָי, אֱלֹקִים יַעֲנֶה אֶת שְׁלוֹם פַּרְעֹה" עס האט נישט מיט מיר, איך בין גארנישט, דער אייבישטער איז דער וואס זאגט און טוט... און פרעה דערציילט טאקע זיינע חלומות וועגן די זיבן קוען און די זיבן זאַנגען וואס האבן איינגעשלינגען די אנדערע, און יוסף זאגט איהם ווייטער "אֵת אֲשֶׁר הָאֱלֹקִים עֹשֶׂה הִגִּיד לְפַרְעֹה" דער אייבישטער איז דא מבשר א בשורה פאר פרעה, און ער ערקלערט פאר פרעה אז דאס ווייזט אז קודם וועלן קומען זיבן זאַטע יארן פיל מיט שפע און גוטס אויף מצרים, אבער נאכדעם וועלן קומען זיבן הונגער יאר, און ער דערמאנט כסדר אז דאס איז א געטליכע זאך וואס השי"ת פלאנט צו טוהן דא אין מצרים.

יעצט, מיר ווייסן אלע אז 'פרעה' מיט 'אמונה' זענען די גרעסטע סתירה וואס איז נאר פארהאן, פרעה האט זיך געהאלטן פאר א אפגאט, מצרים איז דער יסוד פון "אַנִי וְאַפְסִי" וואו גארנישט אויסער מיר עקזיסטירט נישט, קיינער קען מיך נישט איינטיילן וואס צו טוהן, זיי האבן נישט געגלייבט אינעם באשעפער, און דא קומט יוסף ביי פרעה אין פאלאץ מיט א גאנצע דרשה פון אמונה, ער איז מסביר אז דער בורא עולם האט א פלאן און ער גייט טוהן... אבער נאך מער וואונדערליך איז, אז פרעה ווערט גאר מיטגעכאפט מיט די התלהבות פון יוסף הצדיק, און ער רופט זיך אָן "הֲנִמְצָא כָזֶה אִישׁ אֲשֶׁר רוּחַ אֱלֹקִים בּוֹ?" געפונט זיך דען נאך א מענטש וואס האט אין זיך אזא געטליכע גייסט, אזא דערהויבנקייט. וַיֹּאמֶר פַּרְעֹה אֶל יוֹסֵף אַחֲרֵי הוֹדִיעַ אֱלֹקִים אוֹתְךָ אֶת כָּל זֹאת וגו' נאכדעם וואס דער אייבישטער האט דיך דאס אלעס אנטפלעקט... וואס גייט דא פאָר? הערן מיר גוט? פרעה דער שורש הכפירה וואס גלייבט נישט אין השי"ת זאל רעדן אזעלכע דיבורים?, נישט נאר אז ער לאזט יוסף רעדן וועגן דעם אייבישטער, נאר ער אליינס אנערקענט גאר אז ס'איז דא א באשעפער אויף די וועלט, וויאזוי קען דאס זיין?.

נאר איידער מיר וועלן ערקלערן דעם ענין, וועלן מיר אנהייבן מיט א קליינע מעשה וואס עס האט דערציילט איינס פון די בעלי מוסר פונעם פריערדיגן דור. אמאל זייענדיג אין גלות סיביר האט ער געזעהן ווי אויף א געוויסע פלאץ האבן זיך פארזאמלט א גרויסע ציבור מענטשן, און אלע שטייען און קוקן מיט שפאנונג אויף ארויף. כאפנדיג א בליק אויף וואס ס'קומט דארט פאָר, האט ער געזעהן ווי ס'איז אויסגעצויגן א שטריק אין די הייעך צווישן צוויי הויכע בערג, און דארט אויבן שפאצירט א מענטש און שלעפט מיט זיך א וועגעלע, אלעס אויף דעם דינעם שטריק, און יעדער איינער שטייט פון אונטן און קוקט צו מיט שטוינונג אויף די וואונדערליכע מחזה, און זיי אלע פאטשן מיט די הענט און שרייען אויס מיט עקסטאז פארשידענע קולות פון שמחה און התלהבות ווי די שטייגער איז ווען א מענטש באווייזט א גרויסע קונץ. אינמיטן שטעלט זיך אפ דער מענטש, און ער שרייט אראפ פון אויבן "נו, ווער וויל קומען זיך אריינזעצן אינעם וועגעלע און איך וועל איהם שלעפן דא אויפן שטריק?", איבריג צו זאגן אז קיינער האט זיך נישט אנגעטראגן צו זיין דער, יעדער קוקט טאקע צו מיט שעצונג און איז פרייליך צו זעהן ווי 'יענער' באווייזט וואונדער, אבער ביז ס'קומט למעשה, קיינער איז נישט געווען גרייט צו ווערן א טייל פון זיין שפיל.

איין קליינע מיידעלע וואס איז געשטאנען אונטן צווישן די פארזאמלטע, רופט זיך אבער אָן מיט א תמימות "יא, איך וויל ארויפגיין!", די מענטשן קוקן איר אָן מיט וואונדער, אנדערע האבן איר פראבירט אפצורעדן דערפון אז זי זאל זיך נישט באנארישן און ארויפגיין אויבן, ווייל מילא דער מענטש דארטן ער איז כאטש א ערפארענער קריכער און ער ווייסט וויאזוי זיך צו האלטן אָן אראפּ פאלן, אבער דו ביסט דאָך א קליין קינד און דו ביסט נישט געלערנט אויף דעם, גיי נישט... אבער דאס מיידל לאזט זיך נישט, און זי שטרעקט אויס אירע הענט, ביז דער מענטש פון אויבן העלפט איר ארויפקריכן אויף זיין שטריק, ער זעצט איר אריין אין זיין וועגעלע און ער פירט איר דארט אויבן.

ווען זי איז אראפגעקומען פון דארט האט מען איר געפרעגט, מיידעלע דו האסט נישט מורא געהאט?, האט זי געענטפערט "ניין, דער מענטש וואס קריכט איז מיין טאטע, און ווען איך בין מיט מיין טאטע האב איך נישט קיין מורא!". אה, אלע קשיות זענען שוין פארענטעפרט געווארן, יעדער האט שוין פארשטאנען פשט פארוואס דאס קינד האט זיך ארויסגעשטעלט מיט אזא דרייסטקייט און אָן קיין שום שרעק, ווייל איר טאטע טראגט איר דארט, ער נעמט אחריות אויף איר, און ער וועט איר זיכער נישט לאזן פאלן, און דעריבער איז זי רואיג און באקוועם, אפילו דארט אויבן אויף א דינעם שטריק.

האט דער מגיד אויסגעפירט, דאס האט מיר געדינט אלס אזא שטארקע מוסר השכל! איך האב געוואוסט אז ווען מ'איז צוזאמען מיט'ן טאטן און דער טאטע פירט, האט מען נישט וואס מורא צו האבן. אלע מיינע יארן אין סיביר איז דאס געווען פאר מיר אזא חיזוק, וויסענדיג אז גַּם כִּי אֵלֵךְ בְּגֵיא צַלְמָוֶת לֹא אִירָא רָע "כִּי אַתָּה עִמָּדִי" דער טאטע אין הימל איז אלעמאל מיט מיר אין יעדן מצב, ער טראגט מיך און שלעפט מיך און געפונט זיך מיט מיר און איך האב נישט וואס מורא צו האבן.
אט דאס איז געווען די בטחון פון יוסף הצדיק אין מצרים, ווי געזאגט איז יוסף הצדיק געווען איינער אליינס אינעם ערות הארץ, ער איז געווען בשפל המצב, פארווארפן אין תפיסה איינזאם און עלנד, אבער ער האלט זיך פעלזן פעסט, ער זעהט זיך אלס א 'אִישׁ מַצְלִיחַ', ווייל ער ווייסט און גלייבט אז השי"ת איז מיט איהם, דער רבוש"ע האט איהם נישט פארלאזט.

ווי עס מבואר אין פילע ספרים הקדושים אויף די ווערטער פון רש"י אויפן אויבנדערמאנטן פסוק אין סוף פרשת וישב וַיִּשְׁכָּחֵהוּ, ברענגט רש"י פונעם מדרש דעם פסוק (תהלים מ') "אַשְׁרֵי הַגֶּבֶר אֲשֶׁר שָׂם ה' מִבְטַחוֹ וְלֹא פָנָה אֶל רְהָבִים - וואויל איז דער וואס פארלזאט זיך אויפן אייבישטער, דאס איז יוסף הצדיק, און ער האט זיך נישט געוואנדן צו די מצריים וואס ווערן אנגערופן רְהָבִים", אזוי שטייט אין מדרש. אבער לכאורה איז שווער אויף דעם, ווייל למעשה האט זיך יוסף הצדיק יא געוואנדן צום שר המשקים פאר הילף, פארוואס דערמאנט מען אויף איהם דעם לשון הפסוק פון וְלֹא פָנָה אֶל רְהָבִים.

נאר ערקלערן די ספרים הקדושים, אז אדרבה, פון דא אליינס קענען מיר אפלערנען ווי גרויס און ווי הייליג יוסף הצדיק איז געווען מיט זיין מידת הבטחון! טאקע ווייל ער איז געווען אזא בוטח בה' און ער האט זיך אינגאנצן פארלאזט אויף הקב"ה אין יעדע מצב, דעריבער איז דאס קליין ברעקל השתדלות וואס ער האט דא געמאכט ביים שר המשקים אז ער זאל איהם דערמאנען פאר פרעה, געווען א פגם! ווייל 'בטחון' און 'השתדלות' איז פון די זאכן וואס האבן נישט באמת קיין באשטימטע שיעור וואס איז אייניג פאר גאנץ כלל ישראל די זעלבע, נאר עס איז געוואנדן יעדעם איינעם לויט זיין מדריגה, ווי מער בטחון א מענטש האט, אלס וויייגער השתדלות מעג ער מאכן, מה שאין כן ווער ס'האלט נאכנישט אויף אזא הויכע מדריגה, דעמאלטס דארף ער יא טוהן מער פעולות פון השתדלות צו ברענגן זיין ישועה. אמאל איז דא א זאך וואס פאר איינעם הייסט עס א אויסגעהאלטענע און ערליכע השתדלות, און ביים צווייטן איז עס א חסרון אין בטחון. און ביי יוסף הצדיק, לויט זיין גרויסקייט אין בטחון, האט ער נישט געמעגט מאכן אפילו דאס ביסל השתדלות, ער וואלט זיך בכלל נישט געדארפט פארלאזן אויף א בשר ודם.

און דערפאר פּאַסט זיך אויף איהם דער פסוק פון אַשְׁרֵי הַגֶּבֶר אֲשֶׁר שָׂם ה' מִבְטַחוֹ וְלֹא פָנָה אֶל רְהָבִים, ווייל יוסף הצדיק איז באמת דער דוגמא פון א ריכטיגער בוטח בה' און ער האט זיך בכלל נישט באמת פארלאזט אויפן שר המשקים, ער האט נישט פארלוירן זיין בטחון פאר קיין איין רגע, נאר ער האט בלויז געוואלט מאכן אביסל השתדלות וואס ער האט געהאלטן אז ס'איז מותר און ס'איז וויכטיג צו טוהן פאר זיין ישועה. אבער לויט זיין גרויסקייט אין בטחון איז עס יא פאררעכנט געווארן אלס א פגם, עס האט נישט אויסגעפעלט צו טוהן די השתדלות, און דעריבער האט השי"ת איהם געלאזט נאך צוויי יאר אין תפיסה, נישט אלס א עונש, נאר אלס א 'לימוד'! עס האט איהם נאך געפעלט די צוויי יאר זיך צו קענען משלים זיין אין בטחון, און דערהערן אז אלעס טוט נאר דער אייבישטער אליינס פון אנהייב ביז'ן סוף, און דער מענטש טוט גארנישט, אפילו נישט די קלענסטע ברעקל...

[וואס אגב, דאס איז א געוואלדיגע לימוד פאר אונז, ווען מיר מאכן צומאל השתדלות און עס פאלט אדורך, ס'ארבעט זיך נישט אויס, דארף א איד קלערן ביי זיך, ווער ווייסט אויב ס'איז נישט א געוויסע לימוד וואס מ'וויל איהם ווייזן פון הימל אז ס'איז נישט געווען קיין ריכטיגע השתדלות, ס'איז נישט געווען אויסגעהאלטן אינגאנצן. אנשטאט עס אנקוקן ווי א עונש און א שלעכטע זאך, ווער ווייסט אויב מ'לערנט אונז נישט דערמיט א שיעור אין מדת הבטחון, און מיר דארפן זיך מתבונן זיין פון פריש וויפיל השתדלות מיר מעגן מאכן].

על כל פנים, צוריק צו יוסף הצדיק, וַיְהִי מִקֵּץ שְׁנָתַיִם יָמִים, ווי נאר עס האבן זיך געענדיגט די צוויי יאר, יענע צוויי יאר וואס יוסף הצדיק איז געבליבן אין תפיסה זיך צו שטארקן מער און מער אין זיין בטחון און אנערקענען אז די השתדלות און די מעשים פון א בשר ודם זענען גארנישט ווערד, נאר אלעס קומט פון הימל מיט א פונקטליכע חשבון און א סיבה. וואס יעצט איז שוין יוסף הצדיק אנגעקומען ממש צום שפיץ פון די מידת הבטחון, יעצט ווייסט ער שוין בידיעה ברורה אז דער מענטש קען אפילו נישט אריינלייגן זיין קליינע פינגער צו טוהן השתדלות אָן דעם רצון ה', יוסף איז א שטיק פייער און שלימות אין מדת הבטחון, און דערפאר שרעקט ער זיך נישט פון גארנישט, אפילו ביי פרעה אין פאלאץ שרייט ארויס פון איהם "בִּלְעָדָי, אֱלֹקִים יַעֲנֶה אֶת שְׁלוֹם פַּרְעֹה" אלעס איז נאר דער אייבישטער און מיר טוען גארנישט.

און ווען עס קומט צו גיין אזא כוח פון בטחון, ווארפט עס אראפ אלע מויערן, אז אפילו פרעה, דער מקור הטומאה, האט נישט קיין כוח זיך קעגן צו שטעלן, נאר ער ווערט אינגאנצן בטל ומבוטל. יעצט איז נישט דא קיין אני ואפסי, ס'איז נישט דא קיין עבודה זרה, נאר פרעה אליינס ווערט אויך איבערגעדרייט אינגאנצן און ער ווערט מיטגעכאפט מיט די התלהבות פון יוסף הצדיק, און ער רעדט דיבורים פון געטליכקייט. ווייל בטחון איז שטערקער פון אלעס אין די וועלט, עס האט א כוח און ס'איז משפיע אויפן גאנצן ארום, און יוסף הצדיק מיט זיין בטחון האט א כוח צו מאכן א שינוי אפילו אין פרעה אליינס.

וואס מיר לערנען פון דעם די געוואלדיגע כוח וואס בטחון האט, בטחון קען טוישן א מציאות, בטחון קען איבערדרייען וועלטן פשוטו כמשמעו, און ווי מיר האבן שוין דערמאנט אינעם פריערדיגן גליון דעם יסוד פון ספר ביכורי אביב פון הרה"ק רבי יעקב אריה פון ראדזימין זי"ע, וועלכער זאגט אז די שבטים האבן געוואוסט אז יעקב אבינו'ס מידת הבטחון איז אזוי גרויס און הייליג און ער פארלאזט אויפן אייבישטער אין יעדן מצב, אז זיין כוח הבטחון וועט ממשיך זיין די ישועה און צוריק אהיימברענגן זיין פארלוירענע זוהן יוסף, און דערפאר האבן זיי קודם געמוזט שוואך מאכן זיין בטחון און איהם אויפווייזן כאילו יוסף איז באמת טויט אז ער זאל שוין נישט האפן אז ער קומט נאך צוריק. ווייל דאס איז באמת די כוח פון בטחון, עס גייט ארויס למעלה מגדרי הטבע, אזויווי עס האט פאסירט דא אז פרעה אליינס זאל גלייבן אין השי"ת, א זאך וואס איז ממש אוממעגליך, אבער צוליב יוסף'ס בטחון ווערט אפילו אזא רשע ווי פרעה אויך נשפע דערפון.

שטייענדיג אין די טעג פון חנוכה וואס זענען טעג פון אמונה און בטחון, טעג אין וועלכע מיר חזר'ען איבער און מאכן א זכר פאר די געוואלדיגע נסים ונפלאות וואס השי"ת האט באוויזן פאר אונזערע עלטערן, טעג אין וועלכע כלל ישראל האט זוכה געווען צו א נצחון און א ישועה חוץ לדרך הטבע ממש, ווי מיר זאגן אין די נוסח פון בימי מתתיהו "וְאַתָּה בְּרַחֲמֶיךָ הָרַבִּים עָמַדְתָּ לָהֶם בְּעֵת צָרָתָם... מָסַרְתָּ גִבּוֹרִים בְּיַד חַלָּשִׁים וְרַבִּים בְּיַד מְעַטִּים וּטְמֵאִים בְּיַד טְהוֹרִים וּרְשָׁעִים בְּיַד צַדִּיקִים וְזֵדִים בְּיַד עוֹסְקֵי תוֹרָתֶךָ... וּלְעַמְּךָ יִשְֹרָאֵל עָשִֹיתָ תְּשׁוּעָה גְדוֹלָה וּפֻרְקָן כְּהַיּוֹם הַזֶּה". און די זעלבע זאך איז אויך געווען ביים נס מיט'ן פך שמן, די קליינע קריגעלע אויל וואס האט געברענט פאר אכט טעג חוץ לדרך הטבע, און ס'האט געוויזן פאר כלל ישראל ווי דער רבוש"ע איז דער וואס פירט די וועלט און ער איז בעל הבית אויף די גאנצע טבע. איז דאָך דאס אודאי די פאסיגסטע זמן ווען מיר דארפן אריינבאקן אין זיך און אין אונזערע קינדער די גרויסקייט פון השי"ת און די כוח פון אמונה און בטחון, און אז דער רבוש"ע פארלאזט אונז נישט אין קיין שום מצב, נאר ער געפונט זיך מיט אונז אין יעדן גלות און אין יעדע טונקלקייט, און אז מ'פארלאזט זיך אויפן אייבישטער און מ'האפט צו זיין הילף, דעמאלטס קומט די ישועה אפילו אויף אן אומגעראכטענע אופן און אפילו חוץ לדרך הטבע.

און ווי חז"ל זאגן אז די חכמים אין יענעם דור האבן געמאכט די טעג פאר א יום טוב "וקבעום בהלל והודאה" דאס זענען טאג פון הלל והודאה צו השי"ת. שטייט אין ספרים, אז די ווארט 'הודאה' האט דריי פירושים, איינס איז א לשון פון 'הוד' וואס באדייט שיינקייט, די צווייטע איז א לשון פון 'מודה' זיין, ווען א מענטש אנערקענט עפעס און ער איז מודה אז דאס איז אמת, און די דריטע איז טאקע די פשוט'ע פשט, א לשון פון 'הודאה' און תודה וואס באדייט דאנקן און לויבן. וואס די אלע דריי זאכן זענען פארבינדן, ווען א מענטש איבערצייגט זיך אויף די גרויסקייט און שיינקייט פון א געוויסע זאך, לאמיר זאגן בדרך משל, ווען א מענטש שטייט פארגאפט פון א הערלכע סצענע אדער א מאלעריי וואס ער זעהט, ער כאפט די שיינקייט און הערליכקייט פון די זאך, איז די נעקסטע שטאפל דערפון קומט 'מודה' זיין, ער אנערקענט ווי וואונדערליך די זאך איז, און עס כאפט איהם אָן אזויווי א 'בִּיטוּל הַיֶשׁ' ער פילט קליין ביי זיך אז ער איז ממש אזויווי א אַיִן ואפס, ער איז ממש גארנישט קעגן די שיינקייט (אדער א געפיל אז ער אליינס וואלט דאס קיינמאל נישט געקענט מאכן), און דאס ברענגט צו צו די ריכטיגע 'הודאה' פון לויבן און משבח זיין און ארויסברענגן די דאנקבארקייט אויף די שיינע זאך.

און ממש דאס איז די כוונה פון הלל והודאה ווען עס קומט צו דאנקן און לויבן השי"ת. צום ערשט אנערקענען מיר די גרויסקייט און שיינקייט פון די נסים ונפלאות וואס השי"ת האט געטוהן מיט אונז, מיר זעען די וואונדערליכקייט און די גרויסקייט פון די מעשים וואס דער אייבישטער האט געטוהן פאר אונז. און דאס דארף אונז טאקע ברענגן צו התבטלות, צו אנערקענען ווי קליין און ווי נישטיג אונזערע מעשים זענען, און אז מיר האבן נישט קיין שום כוח אָן די הילף און די רשות פונעם אייבישטער וואס ער פירט די וועלט און ער געוועלטיגט אויף די גאנצע טבע. און דעמאלטס ווען א איד איז איבערצייגט אין דעם, און ער איז משיג די גרויסקייט פון השי"ת און ווי קליין ער איז, דעמאלטס קען ער דאנקן און לויבן דעם אייבישטער ווי עס דארף צו זיין אויף אלעס וואס ער טוט פאר אונז.

און אז מיר האבן זוכה געווען צו דערהערן דעם יסוד ביז אהער, דעהערן מיר דא נאך א נקודה, די 'הודאה' פון די ימי החנוכה קומט אונז אויך לערנען אויף אונזער אייגענע 'הוד' און שיינקייט וואס געפונט זיך אין די מעשים פון א איד. ווי צדיקים האבן געזאגט אז נר חנוכה איז מרמז אויף די חשיבות פון א איד, אפילו ווען ס'איז טונקל, מ'געפונט זיך אינדרויסן, למטה מעשרה טפחים, עס הערשט א חשכות, דאָך קומט די נר חנוכה פון א איד און עס שיינט א אור, כאטשיג מיר ווייסן נישט וואס אונזער קליינע לעכטל טוט אויף, מיר זענען נישט משיג ווי ווייט אונזער עבודה דערגרייכט, אבער מיר גלייבן און פארלאזן זיך אויף השי"ת, מיר האבן די ריכטיגע בטחון אז אונזערע מעשים האבן א כוח, און אז דער אייבישטער האט אונז געהייסן צינדן די חנוכה ליכט, האט עס זיכער א ווייטגרייכנדע השפעה. מיר דערהערן אז אונזערע מעשים זענען לעכטיג און שיין, און מיר ווייסן און מיר גלייבן אז אונזער עבודה טראגט א חשיבות, און אז עס מאכט א נחת רוח פאר אבינו שבשמים, און דאס ברענגט אונז להודות ולהלל, צו דאנקן און צו לויבן השי"ת אויף אלעס וואס ער האט געטוהן און ער טוט פאר אונז אין יעדע צייט און אין יעדע מצב.

און ווי פאסיג איז צו דערמאנען דא א באקאנטע סיפור וואס מיר האבן שוין געברענגט אין די פארגאנגענהייט, א מעשה וואס חסידים דערציילן: אין א פראסטיגן קאלטן ווינטער נאכט האט אמאל דער הייליגער בעל שם טוב זי"ע כדרכו בקודש גענומען אייניגע תלמידים און געהייסן דעם בעל עגלה אלעקסיי איינשפאנען די פערד, און "וַיִסָעוּ" מען פארט. די גרויסע תלמידים האבן שוין געוואוסט אז אויב דער רבי וויל פארן, פארט מען, מען פרעגט נישט קיין פראגעס וואו אהין און פארוואס, אפילו דער בעל עגלה ווייסט שוין אז מ'פרעגט נישט, און אזוי האבן זיי געמאכט זייער וועג אויף די וועגן וואס זענען איינגעהילט אין באדעקט מיט שניי. מיטאמאל זענען זיי אנגעקומען נעבן א גרויסע פארפרוירענעם טייך, פילע מענטשן זענען געווען פארזאמלט דארט און אפגעהאלטן 'אייז גליטשונג פארמעסטן' אויף די פארפרוירענע וואסערן, ווי עס פלעגט דעמאלטס זיין דער שטייגער ביי די ארטיגע גויים אין די תקופה פון זייערע חגאות ארויסצוגיין און פייערן צוזאמען און פארברענגן, ווען צווישן אנדערע גליטשט מען זיך אויפן טייך. א טייל פונעם 'אונטערהאלטונג' דארט איז אויך געווען, ווער עס קען אריינקריצן אין די אייז מיט זיינע שיך, די ספעציעלע שיך וואס זיי האבן געהאט אנגעטוהן ביים גליטשן, צו מאכן פארשידענע סארטן צורות און בילדער אויף די אייז, און מ'האט זיך פארמאסטן איינער מיט'ן אנדערן, יעדער האט באוויזן זיינע קונצן, מיטן אויסקריצן זאכן אויפן הארטן אויבערפלאך פונעם טייך. פארשטייט זיך, אז די גויים האבן דארט אויסגעקריצט כל מיני סימבאלן פון זייער גלויבן, און די אייז איז געווארן אנגעפילט מיט צלמים, און מיט שטריכן פון שֶׁתִי וְעֶרֶב

די תלמידים זענען געווען זיכער אז מ'גייט פארקירעווען דעם וועג און פראבירן ארומפארן דעם טייך, כדי אויסצומיידן אט דעם פארזאמלונג, אבער פונעם בעל שם טוב'ס התנהגות, זעהט עפעס אויס אז מען איז דווקא יא געקומען צו פארן אהער, און מען גייט בכלל נישט ווייטער. צום גרויס וואונדער פון די תלמידים שטייגט דער רבי אפ פונעם שליטן, און אפילו די גויים האבן נישט געקענט איינהאלטן זייערע נייגעריגע בליקן וואס טוט דא דער אידישער ראבינער? וואס האט ער דא פארלוירן ביי אזא סארט פארזאמלונג?. דער בעש"ט האט פאר אייניגע רגעים באטראכט די סצענע, און נאכדעם אראפגעלאזט זיינע הייליגע אויגן אויף אראפ, מיט א קענטיגע התרגשות אויף זיין געזיכט, און דערמיט האט זיך געענדיגט זייער באזוך ביים טייך, און נאך אייניגע מינוטן איז מען אויפן וועג צוריק קיין מעזיבוזש.

צוריק אין שטעטל, די הייליגע חבריא איז נאך אלס אונטערן רושם פון די העכסט אינטערסאנטע נסיעה, און זענען פארוואונדערט ביז גאר, וואס איז געווען דער באדייט פונעם באזוך? וואס האט דער רבי געזוכט ביי אזא סארט גוי'אישע אייז פארמעסט?!. דער בעל שם הקדוש לאזט זיך נישט לאנג ווארטן און איז מסביר, טייערע תלמידים, כ'האב אייך געוואלט לערנען, איר זאלט קלאר זעהן און אריין נעמען טיף אין הארץ, אז די נידריגסטע זאכן, אפילו די בילדער און סימבאלן פון די גרעסטע טומאה, די צלמים, אלעס וואס ווערט אויסגעקריצט, איז אבער סוף כל סוף נאר אריינגעקריצט אין אייז! וואס דאס קומט אונז לערנען א כלל אין עבודת השי"ת, אז ווען עס איז קאלט און פארפרוירן קען מען דארט איינקריצן דאס ערגסטע רח"ל, די פלאץ איז הארט און קען פארנעמען די פארשידענע סארטן זאכן וואס מען קריצט דארט אריין. אבער מצד שני דארף מען וויסן אז אין די מינוט וואס אביסל ווארעמקייט טוט זיך אויסשפרייטן אויפן האריזאנט, צוגייט עס אינגאנצן און עס ווערט אויס, עס ווערט בטל ומבוטל און עס בלייבט נישט קיין זכר פון די אלע שלעכטע זאכן.

אט דאס איז דער ענין פון 'נר חנוכה', ווען מיר צינדן די הייליגע ליכטעלעך, וואס זענען מרמז אויף ווארימקייט, ווייל פייער איז הייס און האט א כוח צו צולאזן די אייז, דארף דאס דינען אלס א אש קודש אין אונז! עס איז א געלעגנהייט וואס ברענגט ארויס אונזער אמונה און בטחון צו השי"ת, און מיר דארפן אנצינדן אין אונזער נשמה די פלאם וואס ברענגט ארויס די שיינקייט און גרויסקייט פון השי"ת, און אונזער ידיעה און הכרה פון ביטול היש אז מיר אליינס קענען גארנישט און מיר זענען אינגאנצן אנגעוויזן אין די ישועה פונעם אייבישטער. ווי אויך דארף עס אנווארימען אונזער הארץ צו וויסן אז די מעשים פון א איד זענען שיין און חשוב ביים אייבישטער ווי פריער דערמאנט, און אז מיר גלייבן און האפן אז אונזערע מצוות זענען עושה רושם און טוען אויף אסאך אויבן אין הימל.

און אז איד איז זוכה זיך אנצוּווארימען, און אריינברענגן אט די ווארימע הרגשים אין זיך און אין די קינדער, דעמאלטס ווערט די 'אייז' צולאזט, דאס הייסט אלע חסרונות, אלע שלעכטע קריצן, אלע טונקלקייטן און שוועריגקייטן וואס דערווייטערן אונז אסאך מאל פון השי"ת ח"ו, דאס אלעס ווערט פארשוואונדן, עס איז נישט דא קיין זכר פון די אלע מחיצות, נאר דער איד ווערט איין שטיק ווארימקייט, א פלאם פייער, און ער דאנקט און לויבט דעם אייבישטער מיט א שמחה און א חיות, און ער שטארקט זיך מיט זיין אמונה און בטחון צו גלייבן מיט אן אמת אז דער אייבישטער איז מיט איהם, אז דער אייבישטער פארלאזט איהם נישט, און אז דער אייבישטער וועט אלעמאל זיין מיט איהם און איהם העלפן אין יעדן מצב!

א פרייליכן חנוכה
און א לעכטיגע שבת קודש!

זיך איינצושרייבן צו באקומען די "מיט א טיפערן בליק"
דורך אי-מעיל בעז"ה tiferenblik@gmail.com
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום א שעפעלע, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 1 תגובה

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר