העוד אבי חי – מיין טאטע!

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
א שעפעלע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 370
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 9:19 am
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 162 מאל

העוד אבי חי – מיין טאטע!

שליחה דורך א שעפעלע »

בס"ד

א גוטן טייערע חבירים וידידים..!

מיר שטייען אין די 'ימים הסמוכים' די טעג וואס זענען נאך נאנט און האבן אודאי א המשך און א שייכות מיט די לעכטיגע טעג פון חנוכה, די הייליגע און זיסע טעג אין וועלכע א איד איז זוכה צו שפירן א תענוג רוחני און גשמי, א זמן פון הלל והודאה צו השי"ת, א זמן ווען מיר פארברענגן מיט די טייערע קינדערלעך און די משפחה דורכ'ן טוהן די מנהגי חנוכה וכדומה, וואס דאס לאזט זיכער איבער א רושם אין אונזערע הערצער און א רצון צו קענען ווייטער ממשיך זיין מיט אזעלכע לעכטיגע טעג איבער דעם לאנגן ווינטער וואס שטייט נאך פאר אונז.

אבער קודם א שטיקל בליק אין אונזער פרשה, פרשת ויגש, וואו מיר האלטן שוין ביי די התגלות פון יוסף הצדיק צו זיינע ברידער, נאך א לאנגע קייט פון שוועריקייטן און עגמת נפש וואס זיי גייען אדורך, ענדליך איז געקומען די מינוט פון וְלֹא יָכֹל יוֹסֵף לְהִתְאַפֵּק... יוסף קען זיך שוין מער נישט איינהאלטן, וַיִּתֵּן אֶת קֹלוֹ בִּבְכִי, ער ברעכט אויס אין א געוויין, "וַיֹּאמֶר יוֹסֵף אֶל אֶחָיו אֲנִי יוֹסֵף הַעוֹד אָבִי חָי... יוסף זאגט צו זיינע ברידער די צוויי וואונדערליכע ווערטער אֲנִי יוֹסֵף, איך בין יוסף, אייער יונגערע ברודער וואס עטס האטס פארקויפט קיין מצרים, דאס בין איך! לעבט נאך דער טאטע?" און די ברידער שטייען דארט שטיל פון גרויס שרעק און בושה נישט קענענדיג ענטפערן פאר זייער ברודער אויף זיינע רייד.

דארף מען פארשטיין, וואס האט דא פאסירט עפעס אזוי אנדערש ווי ביז יעצט, אז יעצט געשעט ענדליך דעם וְלֹא יָכֹל יוֹסֵף לְהִתְאַפֵּק, יוסף האלט עס שוין נישט אויס, ער קיין שוין נישט אנגיין ווייטער מיט'ן זיך צוריקהאלטן און פארהוילן פון זיינע ברידער?. אז מיר וועלן צוריק מישן צו פרשת מקץ, וועלן מיר געפונען אז ס'איז געווען מער ווי איין מאל וואס זיינע ברידער האבן גאר שטארק בארירט זיינע הרגשים. קודם שטייט ווען די שבטים האבן גערעדט צווישן זיך אז זיי זענען שולדיג אין מכירת יוסף און זיי האבן אויסגעדרוקט חרטה אויף דעם וואס זיי האבן געטוהן, און זיי האבן נישט געוואוסט אז יוסף פארשטייט יעדעס ווארט וואס זיי זאגן, שטייט אין פסוק (מ"ב כ"ד) וַיִסֹב מֵעֲלֵיהֶם וַיֵבְךְּ, אז יוסף הצדיק האט זיך אוועקגעדרייט פון זיי און ער האט זיך צעוויינט, אבער דערנאך איז ער צוריק געקומען און ווייטער ממשיך געווען מיט זיינע שטרענגע רייד כאילו לא היה, ווי נאר עס וואלט גארנישט פאסירט דא.

און די זעלבע געפונען מיר אביסל ווייטער ווען די שבטים האבן געברענגט זייער קליינע ברודער בנימין צום ערשטן מאל קיין מצרים, און יוסף האט איהם געזעהן, שטייט (מ"ג ל') כִּי נִכְמְרוּ רַחֲמָיו אֶל אָחִיו וַיְבַקֵּשׁ לִבְכּוֹת וַיָּבֹא הַחַדְרָה וַיֵּבְךְּ שָׁמָּה, אז יוסף איז געווארן אינגאנצן איבערגענומען מיט געפיל און רחמנות צו זיין קליינע ברודער, און ער האט געדארפט וויינען, דעריבער איז ער ארויסגעגאנגען אין א זייטיגע צימער און דארטן געוויינט, און די תורה איז ווייטער ממשיך און שילדערט באריכות, וַיִּרְחַץ פָּנָיו וַיֵּצֵא וַיִּתְאַפַּק, ער האט זיך אפגעוואשן זיין פנים אז מ'זאל נישט זעהן אז ער האט געוויינט, און ער האט זיך געשטארקט און איינגעהאלטן און ווייטער אנגעגאנגען מיט זיין פלאן. נו, אויב אזוי וואס האט פאסירט דא עפעס אזוי אויסטערליש, אז פלוצלינג וְלֹא יָכֹל יוֹסֵף לְהִתְאַפֵּק, דער שטארקער יוסף קען זיך שוין מער נישט איינהאלטן און ער 'מוז' זיך אנטפלעקן צו זיינע ברידער.

און דערנאך איז שווער די באקאנטע קושיא וואס אלע מפרשים פרעגן, ווען יוסף זאגט אֲנִי יוֹסֵף, לייגט ער גלייך צו די שאלה "הַעוֹד אָבִי חָי? מיין טאטע לעבט נאך?", האט ער דען נישט געוואוסט אז יעקב לעבט נאך? די אלע פסוקים ביז אהער הערט מען נישט אויף צו רעדן פון יעקב, יהודה האלט אין איין ערלקערן פאר יוסף אז ער האט א אלטע טאטע וואס וועט נישט איבערטראגן די צער אויב בנימין קומט נישט אהיים, און ער איז מאריך און דערציילט אלעס וואס ער האט גערעדט צו זיין טאטע און וואס זיין טאטע האט איהם געענטפערט, און דא א מינוט שפעטער פרעגט יוסף "הַעוֹד אָבִי חָי?" אודאי לעבט נאך יעקב.

אין די פריערדיגע צוויי שיעורים האבן מיר מאריך געווען איבער די געוואלדיגע רוחניות'דיגע כוחות און מתנות וואס יעקב אבינו האט געשענקט פאר זיין זוהן יוסף אין מצרים. א דאנק די שטארקייט און די מידת הבטחון פון יעקב אבינו, טאקע צוליב זיין "וַיְמָאֵן" לְהִתְנַחֵם, יעקב אבינו זאגט אפ און וויל זיך נישט טרייסטן! ער וויל זיך שטארקן מיט בטחון אינעם בורא כל העולמים, דאס שיינט אריין די הימלישע כוחות אין זיין זוהן יוסף, אז שפעטער ביי זיין נסיון מיט אשת פוטיפר, איז אויך געווען "וַיְמָאֵן", יוסף הצדיק האט געשריגן ניין, און מיט א עקשנות דקדושה איז ער געשטאנען פעלזן פעסט קעגן די ווייב פון פוטיפר און נישט געוואלט בכלל הערן וואס זיין יצר הרע האט צו זאגן, ער האט 'מְמַאֵן' געווען און אפגעזאגט מיט א שטארקייט, אט די רוחניות'דיגע כוחות האט ער געשעפט מכוח די קדושה און די בטחון פון זיין טאטע יעקב, און ווי חז"ל זאגן טאקע, אז ווען יוסף הצדיק איז געקומען צו גיין יענע טאג צו פוטיפר אינדערהיים "דמות דיוקנו של אביו נראתה לו" האט ער געזעהן פאר זיך די צורה פון זיין פאטער יעקב, וואס דאס איז מרמז אויף די מידה פון יעקב אבינו, די התנהגות, און די כוח פון יעקב אבינו, דאס האט איהם געפירט, דאס האט איהם מחזק געווען, און דאס איז געווען זיין וועג ווייזער אין די שווערסטע מצבים.

און דאס איז אודאי נוגע אויך פאר יעדן פון אונז, יעדער איד במשך אלע דורות האט א כוח און א מעגליכקייט אריינצושיינען רוחניות'דיגע כוחות אין זיינע קומענדיגע דורות. ווי צדיקים האבן אונז געלערנט אז יעדע קלייניגקייט וואס מען טוט, צו זאל עס זיין א גוטע פעולה, א ווארימע תפלה, א מצוה, א סגולה, פאר די הצלחה פון די קינדער צו תורה און יראת שמים, גארנישט גייט נישט לאיבוד, דער אייבישטער נעמט אָן יעדע דבר טוב וואס א איד טוט, כאטש נישט אלעמאל זעהט מען טאקע באלד די רעזולטאטן, און נישט אלעמאל ווייסן מיר ווען און וואו די תפילות וועלן צונוץ קומען פאר אונזערע דורות, אבער דאס איז זיכער אז זיי זענען דא, און זיי האבן א נצחיות'דיגע כוח לנו ולבנינו עד עולם!

אין ספר דעת משה פון הרה"ק רבי משה'לע קאזניצער זי"ע (פר' תרומה) שטייט אז ערב שבת בשעת ליכט צינדן איז א זמן ווען א אידישע מאמע דארף מתפלל זיין און בעטן אויף קינדער צדיקים און תלמידי חכמים, און די זמן איז מסוגל דערצו אז די תפילות זאלן אנגענומען ווערן. און ער ברענגט דארט אז זיין טאטע דער קאזניצער מגיד זי"ע האט איהם דערציילט אז די מאמע פון הגאון הגדול רבי אהרן שמואל קאיידענאווער זצ"ל - דער מחבר פון ספר תפארת שמואל אויפן רא"ש, און ספר ברכת הזבח, זי האט גארנישט געקענט דאווענען, זי האט נישט געוואוסט וויאזוי צו זאגן קיין שום דבר שבקדושה, בלויז ביי לעכט בענטשן פלעגט זי בעטן אויף רוסיש "יהי רצון אז מיין זוהן שמואל זאל זיין א תלמיד חכם"... און פון אט די פשוט'ע און תמימות'דיגע תפילות האט כלל ישראל זוכה געווען צו א תפארת שמואל און א ברכת הזבח!

ווייל אזויווי געזאגט, אין הימל רעכנט מען יעדע קלייניגקייט וואס א טאטע און מאמע בעטן און טוען פאר זייערע קינדער, און די אלע זאכן וועלן בעזר ה' עושה-פירות זיין, און זיי וועלן נאך איין טאג ברענגן די געוואונטשענע תוצאות.


און ווי מיר האבן שוין אמאל דערמאנט א מעשה נורא וואס האט פאסירט מיט יארן צוריק אין ארץ ישראל, ווען א געוויסע פרייע בחור האט אנגעהויבן נתקרב צו ווערן צו אידישקייט און היטן תורה און מצוות. דער טאטע וואס איז געווען א שטארקע חילוני, האט זיך פערזענליך געקענט מיט הגאון בעל חזון איש זצ"ל מיט וועמען ער האט געלערנט אין חדר אינדערהיים פארן קריג, און מיט גרויס צאָרן איז ער געלאפן צום חזון איש שרייען אויף דעם וואס די פרומע האבן פארכאפט זיין זוהן תשובה צו טוהן. צווישן זיינע רייד האט דער טאטע געשריגן צום חזון איש מיט כעס "אברעמיל, דו ווייסט וויפיל טרערן מיין טאטע האט פארגאסן אויף מיר אז איך זאל בלייבן פרום? און ס'האט איהם גארנישט געהאלפן! אויך פאר ענק וועט גארנישט העלפן צוריק צוקערן מיין זוהן צו אידישקייט". ווי נאר דער חזון איש האט דאס געהערט אז זיין טאטע האט געהאט פארגאסן טרערן אויף איהם צו זיין אן ערליכער איד, האט דער חזון איש געגעבן א שפרינג אויף און געזאגט, "טרערן גייען נישט פארפאלן, אויב דיין טאטע'נס טרערן האבן נישט געהאלפן אויף דיר, וועט עס העלפן אויף זיין אייניקל!" און ער וועט זיין אן ערליכער איד... און דער מספר פון די מעשה לייגט צו, אז דער בחור איז געווארן א פרומער ערליכער איד, און עס דאַכט זיך איהם אז צום סוף איז אויך דער טאטע זעלבסט געווארן א בעל תשובה.

הכלל, נישט אלעמאל זעען מיר מיט אונזערע אויגן וואס אונזערע תפילות און מעשים טובים טוען אויף, אבער דאס איז זיכער אז מיר קענען באמת אויפטוהן און מחזק זיין אונזערע קומענדיגע דורות.

אבער אצינד גיייען מיר אריבער צו אן אנדערע נקודה, מער א גשמיות'דיגע חלק, די געוואלדיגע אומשאצבארע כוח און מתנה וואס עלטערן האבן צו געבן פאר זייערע
קינדער, ווי פאלגענד.

הערט א מעשה: ס'איז אמאל געווען א טאטע, אַן עלטערע מענטש, וואס האט אמאל גערייניגט ביי זיך אין שטוב און געמאכט ארדענונג צווישן פארשידענע אנגעזאמלטע אלטע חפצים וואס זענען ארומגעלעגן אין זיין הויז שוין פאר לאנגע יארן. צווישן אנדערע שטויסט ער זיך אָן אין א ביכל, א אלטע פארשטויבטע העפט, ער מאכט עס אויף און כאפט א בליק, זעהט ער אז דאס איז א 'טאָגבוך' געשריבן מיט א קינדערישע האנטשריפט, א ספר הזכרונות וואס זיין עלטסטע זוהן -שוין היינט אליינס א זיידע פון אייניקלעך- האט געשריבן מיט יארן צוריק. אזוי האלב פארטראכט און האלב צושמייכלט, הייבט ער אָן צו ליינען, און ער זעהט ווי זיין יונגל האט דעמאלטס געשריבן אזא שטיקל 'הקדמה' צו זיין ביכל, אז וויבאלד ער האט געזעהן ווי זיין טאטע שרייבט א טאגבוך אין וועלכע ער פארצייכענט זיינע געפילן און געשעענישן, דעריבער וויל ער אויך טוהן די זעלבע, און ער וועט פראבירן צו דאקומענטירן און אפשרייבן די טאג טעגליכע פאסירונגען אין זיין לעבן... דער טאטע רייבט זיך די שטערן און פראבירט זיך צו דערמאנען, איך? א טאגבוך? ווען האב איך פארשריבן מיינע זכרונות? פון וואס רעדט דא מיין קינד אז ער האט געזעהן ווי איך שרייב א טאגבוך. ס'איז נישט גרינג זיך צו דערמאנען זאכן פון פערציג פופציג יאר פריער, ענדליך גיבט ער זיך א כאפ אז יא, ער האט טאקע במשך א געוויסע תקופה אין זיין לעבן געשריבן א טעגליכע 'דֵייערי', אבער עס האט נישט אנגעהאלטן צו לאנג, און ווייזט אויס אז דעמאלטס האט זיין זוהן 'מיטגעשריבן' מיט איהם.
פארשטייט זיך אז יעצט איז עס שוין געווארן אסאך אינטערסאנטער. דער טאטע איז ארויפגעקראכן אויפן בוידעם און געזוכט און גענישטערט צווישן זיינע אלטע ביכלעך און שמאטעס, ביז ער האט געפונען דעם אפגעריבענעם טאגבוך זיינער, און ער הייבט אָן צו פארגלייכן צווישן זיינס און זיין זוהנ'ס, טאג נאך טאג, בלאט נאך בלאט, און זייער אסאך מאל האבן די עפיזאדן טאקע געשטימט, זיי האבן ביידע דערמאנט די זעלבע געשעענישן, ער האט געשריבן פון זיין ערוואקסענעם שטאנדפונקט, און דאס קינד האט אויסגעדרוקט זיינע הרגשים פון א קינדערישע קוק ווינקל, ווי זיס איז עס געווען צו ליינען פון ביידע פערספעקטיוון, יעדע מאורע, יעדע שמחה, יעדע דורכגאנג, וואס סיי ער און סיי זיי קליינע יונגל האבן פארצייכנט פאר זיך.

ער מישט אזוי אהין און אהער, ווען פלוצלינג פאלן זיינע אויגן אויף א קעפל אין זיין יונגל'ס טאגבוך, און ס'איז געשטאנען דארט מיט גרויסע פרייליכע קינדערישע אותיות "די בעסטע טאג אין מיין לעבן!", נו, די בעסטע טאג אין א קינד'ס לעבן, דאס איז א זאך וואס מ'דארף אדורכליינען בעיון, און ער ליינט אזוי די געציילטע שורות וואו דאס קינד דרוקט אויס זיין שמחה אז דער טאטע האט איהם גענומען היינט אויף א געשמאקע 'טריפ' צום וואסער, און זיי האבן פראבירט אינאיינעם צו כאפן פיש, זיי האבן געהאט אזא געשמאקע צייט צוזאמען אז ס'איז געווען א מחיה...

פון נייגער, גיבט ער א מיש זיין אייגענעם טאגבוך פון בימים ההם בזמן הזה, ער גיבט א בליק אריין אין זיין כתב יד אויף יענעם דערמאנטן טאג, און צו זיין ערשטוינונג זעהט ער אז ער רעדט טאקע אויך פון יענעם אויספלוג, זיינע ווערטער זענען מיט אזא 'פאַרלאשענע' טאָן, ער דרוקט אויס די געשעעניש מיט א זויערקייט, אז ער האט פארברענגט א טאג מיט גארנישט, "מיר זענען געגאנגען כאפן פיש, אבער ס'האט זיך נישט אויסגעארבעט, מ'האמיר נישט געכאפט קיין איין פיש, א טאג וואס כ'האב געוואלט מאכן א געשמאקע און פרייליכע אטמאספערע מיט יענקי, אבער ס'איז נישט געלונגען, סתם פארברענט טייערע צייט"... בערך מיט אזעלכע ווערטער האט ער צוזאמגענומען און ארויסגעברענגט די תמצית פון יענעם טאג.

ער בלייבט שטיין ממש ווי פארגליווערט, ער קען זיך שווער צוזאמקלויבן די מחשבות און זיך בארואיגן פון וואס ער האט יעצט דא אנדעקט. עס האט זיך ארויסגעשטעלט פאר איהם א גאנץ נייע בילד (נאר א שאד אז אזוי שפעט) אז וויאזוי 'ער' האט אנגעקוקט א זאך מיט זיין שכל, מיינט נאכנישט אז דאס קינד פארשטייט עס די זעלבע. וואס ביי איהם איז געווען פארברענגט די צייט, חרוב געמאכט א טאג מיט גארנישט, איז ביים קינד געווען די בעסטע טאג אין זיין לעבן, גארנישט ווייניגער! דער טאטע מיט זיין ערוואקסענעם כאראקטער פון פראקטישקייט, ביזנעס, און רֵיוח, האט נישט געזעהן קיין הצלחה אינעם אויספלוג אויב ס'מאכט זיך נישט עפעס תכלית, עפעס א גוטן פישל. אבער דאס קינד איז געווען מלא שמחה; אין זיינע קינדער שיכלעך האט זיך דאס געשפירט ווי די בעסטע און פרייליכסטע טאג אין זיין לעבן, וואס דארף ער מער פון ארויסגיין מיט'ן טאטן אויף א שפאציר, געשמאק פארברענגן אינאיינעם, מ'איז געגאנגען און געקומען, ער האט באקומען אטענטשען און אנערקענונג פון זיין פאטער, ס'איז טאקע נישטא קיין בעסערס פון דעם.

און אז מ'רעדט שוין פון דעם, לאמיר צולייגן נאך א אמת'ע 'וידוי' וואס א טאטע האט לעצטענס דערציילט ביי א געוויסע אסיפה. דער טאטע פלאגט זיך זייער שטארק מיט איינס פון זיינע קינדער וועלכער איז ליידער אין גאר א נישט-גוטע מצב ברוחניות ובגשמיות, און עס קאסט איהם ממון ודמים צוצושטעלן די נויטיגע הילף פאר זיין זוהן איהם צו ראטעווען פון אינגנאצן פארלוירן גיין ח"ו. איין טאג ווען דער טאטע האט געכאפט א שמועס מיט איינער פון די מחנכים וואס געבן זיך אפ מיט זיין זוהן, האט איהם יענער אריינגעווארפן א ווארט, זאלסט וויסן אז דיין זוהן האט זייער גוטע זכרונות פון דיר, ער רעדט מיט אזא התלהבות ווי דו פלעגסט איהם קומען אפנעמען פון צייט צו צייט פון חדר אלס קליין קינד, און איהם ארויסנעמען שפאצירן אין געשמאקע פלעצער, עס ליגט איהם נאך אין די ביינער ביז היינט, ער בענקט זיך צו יענע גוטע צייטן... אזוי האט דער מחנך נאכגעזאגט בשם דאס קינד וואס איז ווי געזאגט ליידער היבש דערווייטערט פון זיינע עלטערן און פון אידישקייט בכלל רח"ל.

דער טאטע זאגט אז עס האט איהם פשוט געדויערט צייט צו כאפן פון וועלכע שפאצירן ער רעדט, ביז ער האט זיך דערמאנט אז ס'איז געווען בלויז געציילטע מאל דא און דארט וואס ער האט געהאט אביסל צייט צו נעמען זיין קינד און זיך אפגעבן מיט איהם, מ'רעדט אפשר פון דריי אדער פיר מאל וואס אזאנס האט בכלל פאסירט, ווייל בדרך כלל איז ער געווען גאר שטארק פארנומען מיט זיין ביזנעס און ער האט געהאט ווייניג צייט זיך אפצוגעבן באזונדער מיט די קינדער, אבער ס'האט זיך געמאכט ממש איינצלענע מאל ווען ער האט געהאט א געלעגנהייט ארויסצונעמען זיין זוהן און פארברענגן מיט איהם.

"וואס זאל איך אייך זאגן" האט דער צובראכענע טאטע זיך מודה ומתודה געווען, "ווען איך זאל דעמאלטס וויסן וואס פאר א השפעה דאס האט אויף מיין קינד, ווען איך זאלן וויסן אז דאס וועט בלייבן טיף איינגעקריצט אין זיין זכרון יארן שפעטער, און דאס וועט איהם ברענגן ווארימע זכרונות פון מיר, וואלט איך דען נישט געפונען מער צייט צו אינוועסטירן אין איהם?, וואלט איך דען נישט איבערגעלאזט אלעס אין די וועלט און געלאפן פארברענגן און זיך אפגעבן מיט איהם וואס מער?"...

טייערע חברים וידידים, מען דארף גארנישט צולייגן מער, די ווערטער רעדן און שרייען פאר זיך אליינס! דער בורא עולם האט אונז געגעבן א גאלדענע מתנה וואס מיר קענען שענקן פאר אונזערע קינדער, און דאס איז ווארימקייט, ליבשאפט, געפיל, צו זיין דארט פאר זיי אלעמאל, זיי אויסהערן, זיי באמערקן און אנערקענען, צולייגן אן אויער צו זייערע פראבלעמען, און זיי געבן וואס מער הארץ און חיזוק. און ווי געזאגט, מיר טארן נישט מעסטן די זאכן מיט אן 'ערוואקסענע שכל' און עס מוז נישט אלעמאל זיין גרויסע רווחים און אפענע תכלית וואס מ'קען זעהן אויפן פלאץ וואס קומט ארויס פון די צייט און כוחות וואס מיר שענקן אוועק און מיר פארברענגן מיט אונזערע קינדער, דער עיקר איז אז זיי זאלן עס שפירן, יא די קליינע און יונגע ביימעלעך זאלן האבן 'שעות של קורת רוח' זיי זאלן האבן א זיסע הרגשה און ליבליכע געפיל פון אונז. ס'איז קיין שום ספק נישט אז די זאכן גייען נישט לאיבוד! די יונגע הערצער דארפן דאס האבן ווי לופט צו אטעמען, דאס איז א חלק פון זייער וואקסן און בליען, און דאס וועט זיי באגלייטן אויף דורי דורות, און זיי אויך געבן דעם כוח און מעגליכקייט דאס צו קענען איבערגעבן ווייטער פאר זייערע קינדער און קינד'ס קינדער.

די גמרא זאגט אין מסכת חולין (דף כ"ד:) אמרו עליו על רבי חנינא שהיה בן שמונים שנה והיה עומד על רגלו אחת וחולץ מנעלו ונועל מנעלו, אמר רבי חנינא חמין ושמן שסכתני אמי בילדותי הן עמדו לי בעת זקנותי. אז דער תנא רבי חנינא האט געקענט ביי די אכציג יאר שטיין אויף איין פיס און אנטוהן און אויסטוהן זיין שיך פון די אנדערע פיס [ווי די סדר פון מענטשן איז אסאך מאל ווען מ'וויל עפעס טוהן מיט די שיך פון איין פיס, הייבט מען אויף יענע פיס עס צו דערנענטערן צו די הענט, און דערווייל בלייבט מען שטיין נאר אויף די אנדערע פיס, און פארשטייט זיך אז מ'דארף זיך קענען גוט באלאנסירן אין אזא מצב אז מ'זאל נישט אראפּפאַלן, און רבי חנינא האט דאס געקענט טוהן ביי די אכציג יאר!] און רבי חנינא האט צוגעלייגט אז די ווארימע וואסער מיט וואס זיין מאמע האט איהם ארומגעוואשן אין זיינע קינדערישע יארן, און די אויל וואס זי האט איהם דעמאלטס באשמירט, דאס האט איהם געהאלפן און באגלייט אין די עלטערע יארן. און ווי די בעלי מוסר ערקלערן פשט אין די גמרא, אז מ'רעדט נישט דווקא פון פיזישע וואסער מיט אויל, נאר יעדעס ביסל 'חמין ושמן' יעדע ברעקל פון ווארימקייט און ליבליכקייט וואס מ'לייגט אריין אין די קינדער אין זייער יוגנט, דאס באגלייט זיי און האלט זיי שטארק און פעסט אין די עלטערע יארן, איבערהויפט אין אזעלכע וואַקלדיגע מצבים ווען דער מענטש שטייט נישט שטארק און ער דארף סייעתא דשמיא נישט אומצופאלן, דעמאלטס וועט איהם באגלייטן און מחזק זיין די כוחות וואס די עלטערן האבן אריינגעלייגט און אריינגעשיינט אין איהם.

אצינד לאמיר זיך אומקערן צוריק צו יוסף הצדיק, און ס'איז וויכטיג מקדים צו זיין אז ווען מ'רעדט פון אזעלכע צדיקים ווי יעקב אבינו און יוסף הצדיק, איז בכלל נישט אונזער כוונה צו אפלערנען און זאגן פשט וואס דארט איז געווען, מיר האבן נישט קיין השגה אין די ענינים, און מיר טארן דאס זיכער נישט מגשם זיין; נאר אונזער מטרה איז ווי אייביג ארויסצונעמען א מוסר השכל בדרך רמז פון די זאכן וואס די תורה הקדושה לערנט אונז.

הכלל, ווען יוסף הצדיק האט זיך שוין נישט געקענט אינהאלטן און ער האט זיך אנפלעקט פאר זיינע ברודער און געזאגט אֲנִי יוֹסֵף הַעוֹד אָבִי חָי, זאגן די מפרשים, פארוואס האט יוסף דא געפרעגט אויב דער טאטע לעבט, ער האט דאָך געהערט ביז יעצט ווי מ'רעדט פון יעקב אז ער לעבט? נאר וואס דען, יוסף האט מורא געהאט אז אפשר זאגן זיינע ברידער ליגנט מורא האבענדיג פונעם שווערן משנה למלך אז אפשר וועט ער זיי מאכן נאך צרות, דעריבער קומען זיי מיט א מעשה כאילו זיי האבן אן אלטע טאטע וואס לעבט נאך און ער וועט נישט קענען אויסהאלטן די צער... און ממילא האט יוסף די ערשטע זאך געפרעגט הַעוֹד אָבִי חָי, ווייל יעצט איינמאל די ברידער ווייסן אז ער איז יוסף זאלן זיי איהם שנעל זאגן דעם אמת אויב דער טאטע לעבט אדער נישט.

אבער דער ספורנו לייגט צו נאך געציילטע ווערטער צו ערקלערן דעם ענין, און דער ספורנו שרייבט "העוד אבי חי, אי אפשר שלא מת מדאגתו עלי!" עס קען נישט זיין אז דער טאטע לעבט, עס איז נישט מעגליך אז ער איז נישט געשטארבן פון צער און זארג איבער מיין מצב! דאס זענען געווען די ערשטע ווערטער פון יוסף הצדיק ווען ער איז זיך מְגַלֶה צו זיינע ברידער, און דאס ברענגט ארויס זיין הרגשה וואס ער האט געהאט די גאנצע צייט. יוסף הצדיק האט זיך געהאלטן אין מצרים און זיך מחזק געווען וויסענדיג אז ער האט א טאטע וואס איז נַפְשׁוֹ קְשׁוּרָה בְנַפְשׁוֹ, ער האט א טאטע וואס האט איהם ליב, א טאטע וואס זארגט פאר איהם און בענקט זיך צו איהם, א טאטע וואס וועט אויסגיין פון צער אויב ער קומט נישט אהיים, און ווי די תורה זאגט טאקע אנהייב פרשת וישב וְיִשְׂרָאֵל אָהַב אֶת יוֹסֵף מִכָּל בָּנָיו כִּי בֶן זְקֻנִים הוּא לוֹ, און דאס האט דערהאלטן יוסף ביים לעבן אין מצרים, דאס איז געלעגן אויף זיין הארץ די גאנצע צייט.

אט דאס איז געווען די "דמות דיוקנו של אביו נראתה לו" וואס יוסף האט געזעהן אין מצרים, יוסף האט געהאלטן פאר זיינע אויגן די ליבשאפט און ווארימקייט מיט וואס יעקב אבינו האט איהם באגלייט און ארומגענומען אלעמאל, און די געפיל האט געברענט אין איהם אלעמאל.

און דערמיט איז שוין פארענטפערט פון זיך אליינס די ערשטע קושיא וואס מיר האבן אויבן געפרעגט, פארוואס האט טאקע יוסף הצדיק זיך מער נישט געקענט איינהאלטן דווקא דא, און וואס האט יעצט פאסירט מער ווי פריער. נאר דער תירוץ איז ווייל דא האט יהודה אנגעהויבן זיך איינצובעטן צוליב זיין טאטע, ער האט ארויפגעברענגט די זכרון פון יעקב אבינו, דא האט שוין יוסף זיך נישט געקענט איינהאלטן, ווילאנג עס איז נאר געווען זיינע אייגענע געפילן, זיין ברודער, אלעס פיין און וואויל, יוסף וויינט אביסל און ער שטארקט זיך און גייט ווייטער, אבער נישט ווען מ'רעדט פון זיין באליבטע טאטע יעקב! ווען יהודה זאגט כִּי אֵיךְ אֶעֱלֶה אֶל אָבִי וְהַנַּעַר אֵינֶנּוּ אִתִּי... פֶּן אֶרְאֶה בָרָע אֲשֶׁר יִמְצָא אֶת אָבִי... ווען מ'רעדט פון די ווייטאג און צער פון "אָבִי - מיין טאטע!" דאס איז שוין א גאנץ אנדערע מעשה, דא איז טאקע וְלֹא יָכֹל יוֹסֵף לְהִתְאַפֵּק.

די תורה הק' דערציילט אונז ווייטער אז יוסף הצדיק האט געשיקט פילע וועגענער פאר יעקב אבינו, וַיַרְא אֶת הָעֲגָלוֹת אֲשֶׁר שָׁלַח יוֹסֵף וגו' וַתְּחִי רוּחַ יַעֲקֹב. און ווי רש"י ברענגט איז דאס געווען צוליב א סימן וואס יוסף האט דערמיט מרמז געווען פאר יעקב, איהם צו ווייזן אז ס'איז טאקע זיין זוהן יוסף, וויבאלד זיי האבן אינאיינעם עוסק געווען אין די סוגיא פון עגלה ערופה ווען זיי האבן זיך געזעגנט מיט צוויי און צוואנציג יאר פריער, און דאס האט ער דא דערמאנט מיט די 'עגלות' (א לשון פון עֶגְלָה) וואס ער האט געשיקט.

ווי דער שפתי חכמים איז מסביר, און אזוי שטייט שוין אין די ראשונים, אז דאס איז געווען א רמז און א זֵכר צו א געשפרעך וואס יעקב און יוסף האבן געהאט צווישן זיך ממש ווען זיי האבן זיך אפגעשיידט איינער פונעם צווייטן. ווען יעקב אבינו האט איהם געשיקט גיין זעהן וואס זיינע ברידער טוען שטייט וַיִשְׁלָחֵהוּ מֵעֵמֶק חֶבְרוֹן, און מיר געפונען אז "וישלחהו" איז א לשון פון באגלייטן, וויבאלד יעקב האט דעמאלטס ארויסבאגלייט יוסף אויף זיין וועג צו די ברידער, האט יוסף דעמאלטס געזאגט פאר זיין טאטע אז ער זאל צוריק אהיימגיין און ער דארף איהם נישט באגלייטן, האט איהם יעקב געענטפערט "מיין קינד, דער ענין פון באגלייטן א מענטש איז גאר א גרויסע זאך, ווי עס גייט שטיין אין די תורה א פרשה פון עגלה ערופה וואס בית דין וועט מוזן ברענגן אויב מ'טרעפט א טויטע מענטש, און זיי וועלן דארפן זאגן יָדֵינוּ לֹא שָׁפְכוּ אֶת הַדָם הַזֶה, וואס אויף דעם איז אבער שווער (ווי חז"ל פרעגן טאקע) ווער וואלט דען געקלערט אדער חושד געווען אז בית דין זענען די וואס האבן חלילה גע'הַרג'עט דעם מענטש, נאר די כוונה דערפון איז אז בית דין זאגט אז זיי זענען נישט שולדיג אין דעם וואס דער מענטש איז אומגעקומען, וויבאלד מיר האבן איהם נישט געלאזט גיין אָן קיין באגלייטונג, זעהן מיר פון דעם די חשיבות פון באגלייטן א צווייטן", און מיט דעם האט זיך יוסף אפגעטיילט פון זיין טאטע ביי יענעם באגלייטן, און דאס האט איהם יוסף דא דערמאנט. און ווי דער שפתי חכמים פירט אויס אז "וַיַרְא" אֶת הָעֲגָלוֹת אֲשֶׁר שָׁלַח יוֹסֵף, איז א לשון פון 'פארשטיין' אז יעקב אבינו האט פארשטאנען דעם סימן וואס יוסף שיקט איהם דא.

לענינינו קענען מיר דאס ערקלערן בדרך רמז, אז יעקב אבינו האט דא באגריפן און 'פארשטאנען' וואס זיין זוהן יוסף שיקט איהם דא זאגן: טאטע, אט די ווארימקייט, דיין ליבליכקייט, דיין באגלייטן, דיין זיין מיט מיר אלעמאל, דאס האט מיר געהאלטן אין אלע שווערע מצבים. און ער דרוקט זיך טאקע אויס תיכף דערנאך עוֹד יוֹסֵף "בְּנִי" חָי! אנדערש ווי די לשון וואס מ'האט איהם מבשר געווען פריער און געזאגט וַיַּגִּדוּ לוֹ לֵאמֹר עוֹד 'יוֹסֵף' חַי, נאר יעקב אבינו פילט פאר וויכטיג צוצולייגן און מדגיש זיין עוֹד יוֹסֵף "בְּנִי" חָי, דאס איז יוסף מיין זוהן, און איז מרמז אויף די קשר צווישן א טאטע און זיין קינד. פונקט ווי יוסף האט זיך ארומגעטראגן מיט הַעוֹד אָבִי חָי, און אדרבה אין איהם אינעווייניג האט דער טאטע אלעמאל געלעבט, עס איז געווען א בחינה פון עוֹד אָבִי חָי! דער טאטע לעבט אין מיר, איך שפיר איהם, איך פארמאג זיין אהבה און זיין 'חמין ושמן' מיט וואס ער האט מיר אלע יארן באגלייט.

און עס בלייבט נאר איבער פאר אונז ארויסצונעמען אט די געוואלדיגע מוסר השכל, צו אנערקענען און 'פארשטיין' די חשיבות פון אונזערע פעולות און אונזער ווארימקייט וואס מיר קענען שענקן פאר אונזערע קינדער, און מאכן זיכער אז זיי זאלן קענען לעבן מיט די הרגשה פון "עוֹד אָבִי חָי" אלעמאל. עס מוז נישט זיין דווקא אין די טעג פון חנוכה, נאר מיר קענען מיטנעמען דעם ענין פון חנוכה אויף א גאנץ יאר, מיר קענען זיצן אינאיינעם מיט די זיסע קינדערלעך, זיך אפגעבן מיט זיי, זינגן אינאיינעם שירות ותשבחות, שפילן מיט זיי, דערציילן און אויסהערן, אריינלייגן א ווארימע און גוטע געפיל אין זייערע הערצער וואס וועט זיין זייער חמין ושמן וואס וועט זיי בסייעתא דשמיא באגלייטן אויף לאנגע לעכטיגע יארן בעזהשי"ת.

א לעכטיגע שבת קודש!
זיך איינצושרייבן צו באקומען די "מיט א טיפערן בליק" דורך אי-מעיל בעז"ה tiferenblik@gmail.com

דער אשכול פארמאגט 1 תגובה

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר