שמות - מִי שָׂמְךָ לְאִישׁ?!

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
א שעפעלע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 378
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 9:19 am
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 163 מאל

שמות - מִי שָׂמְךָ לְאִישׁ?!

שליחה דורך א שעפעלע »

בס"ד

א גוטן טייערע חבירים וידידים..!

מיר האבן בסייעתא דשמיא זוכה געווען מסיים צו זיין ספר בראשית, און אצינד הייבן מיר אן ספר שמות, די ספר וואס איז עוסק אין די הויפט יסודות פון כלל ישראל, אנגעהויבן מיט די שווערע טעג פון גלות מצרים און דערנאך די וועג ארויס, די גאולה, קריעת ים סוף, מתן תורה, הקמת המשכן, און נאך. ווי אויך טרעטן מיר אריין אין די הייליגע ימי השובבי"ם וואס זענען מסוגל צו תשובה, און ווי עס איז מבואר אין ספרים הקדושים, טאקע צוליב דעם וואס די פרשיות זענען עוסק אין די ירידה און די שעבוד און מצרים ווען אידן זענען געווען בשפל המצב און איינגעזונקן אין מ"ט שערי טומאה, און דערנאך זענען זיי געווארן אויסגעלייזט און געווארן אינגאנצן דערהויבן און געהייליגט און דערנענטערט צו השי"ת, און דערפאר זענען די טעג מסוגל אין אלע דורות צו ווערן אויסגעלייזט פון יעדן סארט גלות און יעדע סארט ירידה און שפלות אין וועלכע מיר געפונען זיך ח"ו.

אצינד, לאמיר אביסל מעיין זיין אין עטליכע נקודות וואס ווערן דערמאנט אין אונזער פרשה. איינס פון די זאכן וואס די תורה הקדושה געפונט פאר וויכטיג אונז צו דערציילן ביים אנהייב פון שעבוד מצרים, וַיָּקָם מֶלֶךְ חָדָשׁ... אֲשֶׁר לֹא יָדַע אֶת יוֹסֵף, אין יענע תקופה האט מצרים באקומען א נייע קעניג וואס האט נישט געקענט און געדענקט יוסף הצדיק. און ווי רש"י ברענגט א מחלוקת פון חז"ל וואס עס באדייט "מלך חדש", רב און שמואל קריגן זיך אין די כוונה, איינער האלט אז ס'איז באמת געווען א נייע קעניג, און איינער האלט אז ס'איז געווען דער זעלבער אלטע פרעה פון יוסף הצדיק'ס צייטן, ער האט זיך פשוט 'באנייט' מיט פרישע גזירות קעגן די אידן, און ער האט זיך בלויז געמאכט כאילו ער קען נישט יוסף און ער ווייסט נישט ווער ער איז געווען.

וואס אביסל רופט אויס די גאנצע זאך א וואונדער, למאי נפקא מינא, פאר וועלכע סיבה דערציילט אונז די תורה דאס אז ס'איז געווען א מלך חדש וואס האט נישט געקענט יוסף, און נאך מער, רב און שמואל קריגן זיך וואס פונקטליך דאס מיינט, פארוואס איז עס אונז נוגע, און וואס האט דאס אייגנטליך צו טוהן מיט גלות מצרים,
אז די תורה פילט פאר וויכטיג מאריך צו זיין אין דעם פרט.

אביסל ווייטער דערציילט אונז די תורה אז משה רבינו וועלכע איז געווארן אויפגעצויגן ביי פרעה אין פאלאץ דורך בתיה בת פרעה, האט אנגעהויבן ארויסצוגיין זיך אומקוקן אויף זיינע אידישע ברודער, וַיֵּצֵא אֶל אֶחָיו וַיַּרְא בְּסִבְלֹתָם וַיַּרְא אִישׁ מִצְרִי מַכֶּה אִישׁ עִבְרִי מֵאֶחָיו, משה רבינו האט געזעהן ווי א מצרי הארגעט א איד, וַיִּפֶן כֹּה וָכֹה וַיַּרְא כִּי אֵין אִישׁ, משה רבינו קוקט זיך אום און מאכט זיכער אז קיינער זעהט נישט, וַיַּךְ אֶת הַמִּצְרִי וַיִּטְמְנֵהוּ בַּחוֹל, ער האט געהארגעט דעם מצרי און איהם באגראבן אין זאמד.

דעם קומענדיגן טאג גייט משה רבינו נאכאמאל ארויס אינדרויסן, און ער זעהט א קריגעריי, צוויי אידן קריגן זיך ארום איינער מיט'ן אנדערן, וַיֹּאמֶר לָרָשָׁע לָמָּה תַכֶּה רֵעֶךָ, ער שרייט אויף דער וואס האט געהויבן זיין האנט אז ער איז א רשע, און ווי מיר ווייסן פון חז"ל זענען די צוויי מענטשן געווען דתן ואבירם וואס זענען ביידע געווען ווייט פון גרויסע צדיקים. וַיֹּאמֶר מִי שָׂמְךָ לְאִישׁ שַׂר וְשֹׁפֵט עָלֵינוּ הַלְהָרְגֵנִי אַתָּה אֹמֵר כַּאֲשֶׁר הָרַגְתָּ אֶת הַמִּצְרִי, דער שלעגער האט צוריק געשריגן אויף משה "מִי שָׂמְךָ לְאִישׁ?!" ווער האט דיך געמאכט פאר א בעל הבית דא? ווער ביסט בכלל זיך אריינצומישן, און ווי רש"י זאגט "והרי עודך נער" דו ביסט דאָך א יונג קינד און ביסט בכלל נישט קיין 'איש' צו קענען אריינרעדן אין וואס מיר טוען, און ער לייגט צו, וואס מיינסטו? כ'האב נישט געזען וואס דו האסט נעכטן געטוהן מיט'ן מצרי, דו פלאנסט צו טוהן די זעלבע מיט מיר? דו ווילסט מיך אויך הארגענען? ווען משה רבינו האט דאס געהערט האט איהם אנגעכאפט א פחד, וַיִּירָא מֹשֶׁה וַיֹּאמַר אָכֵן נוֹדַע הַדָּבָר, משה רבינו האט מורא געהאט וויבאלד ער האט פארשטאנען אז מען האט געזען וואס ער האט געטוהן און די זאך איז באקאנט געווארן.

אבער חכמינו ז"ל לערנען אונז אז דאס איז נישט געווען א גשמיות'דיגע פחד, און ווי רש"י ברענגט "דאג לו על שראה בישראל רשעים דלטורין, אמר מעתה שמא אינם ראויין להגאל" משה רבינו האט דא דערהערט אז ס'זענען ליידער דא אידן וואס זענען פארדארבן, זיי מַסר'ן און רעדן שלעכט אויף אנדערע, אויב אזוי ווער ווייסט אויב זיי זענען ווערד צו ווערן אויסגעלייזט, און ווי ער לייגט באלד צו "אָכֵן נוֹדַע הַדָּבָר - נודע לי הדבר שהייתי תמה עליו, מה חטאו ישראל מכל שבעים אומות להיות נרדים בעבודת פרך, אבל רואה אני שהם ראויים לכך" יעצט איז מיר פארענטפערט געווארן א זאך וואס איך האב מיך געוואונדערט ביז יעצט, פארוואס עפעס איז נגזר געווארן דווקא אויף די אידן צו ליידן מיט די שווערע עבודת פרך, אבער יעצט זעה איך לויט זייער התנהגות אז זיי זענען זיך אליינס שולדיג, לויט ווי זיי פירן זיך אויף קומט זיי באמת אזעלכע עונשים ח"ו.
ו
ואס באמת דארף מען פארשטיין וואס איז די נקודה דא, פארוואס איז "אָכֵן נוֹדַע הַדָּבָר", און וואס זעהט טאקע משה רבינו אזוי שלעכט אין די איין קלייניגקייט פון זייער התנהגות, אז דאס איז גאר די סיבה און די שורש צו אלע זייערע צרות.

איז איידער מיר וועלן צוקומען צו אונזער מוסר השכל וואס מיר קענען בעזהשי"ת אפלערנען פון די פסוקים, לאמיר אצינד איבערגעבן דאס ווארט פאר א חשוב'ע משגיח אין א ישיבה, א איד א שטארקע בר דעת און א מחנך נפלא וועלכער האט דערציילט וואס ער האט געהאט מיט א געוויסע תלמיד אין זיין ישיבה. יענער בחור איז געווען ממש א פֶּרֶא אָדָם, א ריכטיגע צרה-לייט און א 'טראָבל מעיקער' אין פילן זין פון ווארט, ווען אימער מ'האט געקענט מאכן צרות האט ער געמאכט, ווען ס'האט זיך עפעס געטומלט אין ישיבה האט מען נישט געדארפט קוקן צופיל, מ'האט אלעמאל געוואוסט אז אונזער בחור דער איז דער הויפט מחותן דארט און ער האט עפעס אָנגעדרייט ווי זיין שטייגער.

דער משגיח האט אבער נישט אזוי גרינג 'אויפגעגעבן' אויף איהם, ער האט גערעדט מיט איהם איינמאל און נאכאמאל, געארבעט מיט איהם, משקיע געווען אין איהם גרויסע כוחות; און פון צייט צו צייט האט זיך טאקע אנגעזעהן א שינוי לטובה, דער בחור האט ערליך אויסגעפאלגט די אנווייזונגען פונעם משגיח, ער האט זיך מחזק געווען פאר א שטיק צייט, זיך צוגעשטעלט צו די סדרי הישיבה, איינגעזעצן און זיך אויפגעפירט, אבער... ביז צום קומענדיגן מאל... ס'איז געווען ממש א מיסטעריעזע זאך, נישט קיין חילוק וויפיל דער בחור 'נעמט זיך אין די הענט אריין' און פראבירט זיך צו טוישן, מאיזה סיבה שהיא איז ער אלעמאל צוריק אנגעקומען צו זיינע אלטע שוואכקייטן, שטענדיג ווען זאכן האבן אויסגעזען צו ווערן רואיג און איינגעהאלטן, ס'האט אויסגעזען ווי די מצב האט זיך פארבעסערט, האט ער אויף עפעס אן אופן זיך ווידעראמאל פאַרפּלאָנטערט, יעדעס מאל פון פריש איז ער ממש צוריקגעפאלן און ווייטער ממשיך געווען מיט זיינע ווילדע שטיקלעך און שוואכע מעשים.

אמאל ווען דער משגיח האט געהאט א אפנהארציגע שמועס מיט'ן בחור, ער האט זיך פשוט מתחנן געווען און זיך געבעטן ביי איהם אז ער זאל זיך שוין באמת טוישן, זיך באמת אויפהייבן העכער און אויסרייסן פון זיך זיין אלטע שלעכטע התנהגות, און ער האט אויסגעדרוקט זיין וואונדער, וויאזוי קען דאס זיין אז דו פראביסט אזוי שטארק צו זיין גוט, דא און דארט געלונגט עס דיר באמת אנצוהאלטן א וואוילע תקופה, עס זעהט אויס ווי דו פאלגסט ערליך און דו שטייגסט טאקע, אבער משום מה איז עס אלעס נאר צייטווייליג און אלעמאל קומסטו אָן צוריק צום אלטן? וואס איז פשט דערפון? וויאזוי קען עס זיין.

הכלל, דערציילט דער משגיח, דער בחור האט זיך אויסגערעדט דאס הארץ צו מיר, און פון זיינע ווערטער איז אויסגעקומען א מורא'דיגע זאך! דער בחור האט געהאלטן אין איין זאגן אזעלכע ווערטער ווי "דאס בין איך, פארפאלן, אזא סארט מענטש בין איך, דאס איז מיין מהות, אזוי בין איך בעצם" וכדומה... און דא האט זיך ארויסגעשטעלט די שורש פון זיין פראבלעם, דער בחור האט באמת געהאלטן ביי זיך אז ער איז 'בעצם' באמת א שלעכטע בחור, און דעריבער וויפיל ער האט טאקע געארבעט זיך צוצושטעלן און צו ווערן בעסער, האט ער אלעמאל געהאלטן ביי זיך אז דאס איז בלויז א חיצוניות'דיגע טויש, אזא צודעק פון צוקער וואס מ'גיסט ארויף אויף א ביטערע זאך, ער האט געגלייבט אז דאס איז נישט 'ער' און דאס איז בכלל נישט זיין מציאות. און בכלל האט ער אזוי שטארק אראפגעקוקט אויף זיך אליין און נישט געהאלטן אז ער האט עפעס גוט אין זיך, אז ער האט אינגאנצן נישט געקלערט אז איינער גלייבט אין איהם באמת, ער האט געהאלטן אז דער משגיח טוט פשוט זיין דזשאב ביים איהם וועלן העלפן, ער טוט א חסד מיט א שוואכע בחור און בעט איהם צו זיין וואויל, טיף אינעווייניג האט ער אבער 'געוואוסט' מיט א פשטות אז ער איז גארנישט ווערד און אז ער קען זיך נישט טוישן, און דעריבער ערווארט קיינער גארנישט פון איהם באמת, און אלעס וואס מ'רעדט צו איהם און מ'פארלאנגט פון איהם איז נישט מער ווי 'מן השפה ולחוץ' בלויז א אויסערליכע שפראך, ווייל ס'קומט דאָך אזוי אז מ'זאל רעדן און מוסר זאגן, אבער אינעווייניג האט עס נישט קיין שום אמת און קיין שום שאנס אז ס'זאל עפעס ווערן דערפון למעשה.

פארשטייט זיך אז אויב דאס זענען די ברילן מיט וואס דער בחור האט זיך באטראכט אינעווייניג אין זיין נפש, איז דאָך שוין נישט קיין וואונדער אז יעדע מאנטאג און דאנערשטאג איז נאכאמאל ארויסגעקראכן זיין אמת'ע נאטור און זיין אמת'ע פרצוף אפילו נאכן זיך טוישן און ארבעטן אויף זיך הונדערטע מאל, ווייל אינעווייניג איז ער געווען איבערצייגט און האט געהאלטן אז ער איז בעצם שוואך, אויב אזוי איז דאָך דאס זיין פאַקטישע מהות, און דאס איז 'ער'... פארפאלן.

אסאך כוחות האט גענומען פארן משגיח איהם אויפצוקלערן אז עס איז בכלל נישט אזוי, אז זיינע ארומיגע זעען באמת אין איהם א שטארקע פאטענציאל, און אז ער האט באמת געבענטשטע כוחות און כשרונות פון הימל וואס ער דארף אויסנוצן צום גוטן. און נאר נאכן איהם ברענגן צו אט די הַכָּרָה אז מ'גלייבט אין איהם באמת, און ס'איז נישט סתם א האלצערנע טובה וואס מ'בעט פון איהם זיך אויפצופירן ווי עס דארף צו זיין, ערשט דעמאלטס האט מען געקענט בכלל אנהייבן צו ארבעטן מיט איהם, איהם מחזק זיין צו שטייגן און זיך שטארקן אויף זיינע שוואכקייטן.

און למעשה איז דאס נישט נאר א פאסירונג וואס האט פאסירט איין מאל אין עפעס א ישיבה, נאר דאס איז ממש מעשים בכל יום, עס פאסירט כסדר, און צומאל ביי אונז אליינס! אסאך מאל רעדט זיך איין דער מענטש אז ער איז שוין סייווי אזוי און אזוי, ער האט געוויסע שוואכקייטן, ער איז פיל מיט חסרונות, און דאס ברענגט אראפ דעם מענטש אינגאנצן, ער שפירט ווי ער 'האט גארנישט צו ווייזן' און ער טוט גארנישט אויף אויף די וועלט, און דאס אלעס מאכט איהם נישט גלייבן אין זיך און נישט אנערקענען זיינע מעלות וואס ער האט באמת יא, ווי מ'זאגט עס אויף אונזער שפראך ער 'ברענדט' זיך ביי זיך אין קאפ ווי א דורכפאל, ווי א לא יוצלח, ווי א שלימזל, און דאס ווערט ביי איהם כאילו עס איז זיין גאנצע מהות, כאילו דאס איז זיין גאנצע עצם און מציאות, און ממילא לאזט ער שוין נישט איבער קיין וועג אפן פאר הצלחה.

א גרויסע טייל דערפון שטאַמט פונעם פאַקט וואס מיר האבן אביסל אנגערירט אינעם פריערדיגן שיעור, ווייל מיר לעבן אין א וועלט פון 'גרויסע זאכן' א וועלט וואס מעסט אלעס לויט די חיצוניות, לויט די אויסערליכע שיינקייט און רייכטום וכדומה, און דעריבער ווערט א מענטש געמאסטן לויט זיין געלונגענקייט, לויט זיינע דערגרייכונגען אין לעבן, לויט זיין פאזיציע, און דווקא דער וואס פארמאגט כבוד און חשיבות דער איז א מוצלח, נאר ער איז עפעס ווערד, אבער דער איש פשוט וואס ארבעט שווער און ארנטליך און טוט וואס מען דארף טוהן, דער קען זיין נידערשלאגן און געפאלן ביי זיך און שפירן אז ער איז גארנישט ווערד, כאטש ער איז ערליך, וואויל, און איידל, און טוט אסאך גוטע זאכן טאג טעגליך אזוי אומבאמערקט. וואס פארשטייט זיך אז דאס איז א געפערליכע טעות און א פאלשע דמיון וואס מיר מוזן פאר יעדע פרייז אויסרייסן פון זיך, מיר מוזן חזר'ען כסדר אז א מענטש האט אין זיך פנימיות, ער איז פיל מיט מעלות, פיל מיט קדושה, פיל מיט גוטס אינעווייניג, און דאס איז זיין אמת'ע מהות! ווי מיר וועלן נאך שפעטער מער מרחיב זיין אין דעם ענין בס"ד.

דערמיט לאמיר צוריק קומען צו די מעשה פון משה רבינו מיט דתן ואבירם. ווען משה רבינו זעהט ווי צוויי אידן קריגן זיך און ער גייט צו צו זיי כדי אפצושטילן די מחלוקת, און זיי שרייען "מִי שָׂמְךָ לְאִישׁ? ווער האט דיך געפרעגט?! ווער ביסטו בכלל זיך אריינצומישן דא?" וואס אויבנאויף זעהט עס אפשר אויס ווי גאנץ א ריכטיגע טענה... א טענה וואס מיר נוצן ליידער גאנץ אפט קעגן אנדערע ווען מ'הייסט אונז וואס צו טוהן אדער ווען מ'וויל אונז העלפן, "ווער מיינט-ער ער איז? ווער איז ער בכלל?"... בפרט אז מ'נעמט אין באטראכט אז משה רבינו איז נישט געווען צווישן די אידן וואס האבן געארבעט שווער אין מצרים, ער איז נישט געווען טייל פונעם גזירת השעבוד, נאר אנשטאט דעם האט ער געוואוינט ביי פרעה אין פאלאץ, און יעצט קומט ער צו גיין זיי איינצוטיילן וואס צו טוהן, נו אודאי האבן זיי געשריגן מִי שָׂמְךָ לְאִישׁ, ווער ביסטו און פארוואס פילסטו אז דו האסט רעכט אונז צו קומען איינטיילן וואס צו טוהן, האסטו דען מיטגעמאכט די זעלבע ווי אונז? ביסטו אדורכגעגאנגען דעם שווערן פעקל וואס מיר גייען אדורך?.

אבער אז מיר וועלן זיך גוט מתבונן זיין וועלן מיר דערהערן אז ניין, די טענה פון מִי שָׂמְךָ לְאִישׁ איז בכלל נישט קיין טענה! ווער זאגט אז מ'דארף דא זיין עפעס א גאנצע 'איש' כדי צו קומען העלפן א צווייטע איד? אז איינער זעהט ווי צוויי אידן קריגן זיך, זאל ער נישט צוגיין און זיי אפשטעלן? הייסט אז דווקא אויב ער האט א לאנגע היסטאריע פון תורה וגדולה מעג ער קומען אפשטעלן א איד פון שלאגן זיין חבר? דווקא אויב ער איז א באקאנטער און אויסגערופענער 'איש' נאר דעמאלטס איז ער עפעס ווערד, און אז נישט זאל מען נישט אויסהערן וואס ער האט צו זאגן?, און וואס איז מיט'ן פאקט אז ער איז א איד וואס האט א הארץ, א איד וואס האט א נשמה און איז א חלק אלוקי ממעל וואס קומט ארויסברענגן זיין וויי געשריי אויף זייערע שלעכטע מעשים, דאס אליינס איז נישט גענוג צו דערהערן וואס ער זאגט?.
און באמת ווייזט דאס אויף א אינערליכע חסרון אויף זיי אליינס. ווייל ווען א מענטש שרייט אויף יענעם "ווער ביסטו?" און ער האלט אז יענער איז נישט ראוי איהם מוסר צו זאגן אדער איהם צו העלפן, איז א סימן אז טיף אינעווייניג האלט ער די זעלבע אויף זיך אליינס אויך... דאס הייסט אז ער זעהט נישט אין זיך קיין שום מעלה, ער האלט נישט אז ער איז ראוי צו העלפן אנדערע אדער צו טוהן עפעס א דבר טוב, ער זעהט נישט איין די 'מדריגות האדם' און די חשיבות פון יעדער איד, ווייל אויב וואלט ער געהאלטן אז ער איז חשוב און וואויל, וואלט ער דאָך פונקט אזוי געקענט פארשטיין אז יענער איז אויך חשוב און וואויל, און יענער מעג איהם קומען זאגן עפעס... און אויב שרייט מען מִי שָׂמְךָ לְאִישׁ, איז א סימן אז מ'אנערקענט נישט אין די גרויסקייט פון א מענטש, די מעלות וואס יעדער יחיד קען פארמאגן
אין זיך, און בפרט די גרויסקייט און די חשיבות פון א איד, וואס איז א חלק אלוקי ממעל און ער האט אין זיך עפעס הייליג און חשוב.

און באמת דאס איז טאקע געווען די קליפה פון פרעה, ווי עס איז מבואר אין ספרים הקדושים אז די אלע ענינים וואס שטייען אין די תורה, ווי למשל יוסף הצדיק, פרעה, גלות, גאולה, דאס זענען אלעס 'מוּשָׂגִים' וואס עקזיסטירן אין אלע דורות, עס איז נישט בלויז א געוויסע מענטש אדער א ספעציפישע געשעעניש וואס איז זיך פארלאפן בימים ההם, נאר עס גייט ווייטער אָן לדורות עולם, עס איז מעשה אבות סימן לבנים, און עס פאסירט ביי אונז אויך. נישט אלעמאל איז עס טאקע פרעה מיט א קרוין וואס זיצט אויף א שטיל, און נישט אלעמאל איז גלות פארבינדן דווקא מיט קושי השעבוד פון שלעפן ליים און ציגל; נאר עס איז פארהאן א פרעה וואס זעצט זיך אריין אין אונזער הארץ, א יצר הרע וואס ברענגט אונז אראפ און פּייניגט אונז מיט אנדערע סארט גלות'ן, טיפע און שווערע גלות הנפש ברוחניות.

און דערפאר טאקע איז די תורה הקדושה מאריך צו דערציילן אז פרעה קען גאר זיין איז געווען דער זעלבע אלטע קעניג, נאר ער האט זיך פשוט באנייט מיט שלעכטע גזירות קעגן כלל ישראל, און אֲשֶׁר לֹא יָדַע אֶת יוֹסֵף - עשה עצמו כאלו לא ידע" ער מאכט זיך ווי ער ווייסט נישט פון קיין יוסף צו זאגן, דהיינו, ער קומט צום איד און ער זאגט איהם "דו האסט גארנישט אין דיר! דו האסט נישט קיין שייכות מיט קדושה, מיט געטליכקייט, עס איז נישט פארהאן קיין יוסף הצדיק אין דיר". דאס איז א שרעקליכע גלות אין וואס פרעה ווארפט אריין כלל ישראל, און נישט נאר אין יענעם דור, נאר ווי געזאגט איז דאס ממשיך שטענדיג אין אלע דורות, פרעה איז אין א אייביגע קאמף מיט אונז "אֲשֶׁר לֹא יָדַע אֶת יוֹסֵף" ער וויל אז מיר זאלן נישט אנערקענען און גלייבן אין אונזער הייליגקייט, אין אונזער חלק אלוקי ממעל, די הייליגע פינטעלע איד וואס ליגט אין יעדע אידישע נשמה, וואס דארט אינעווייניג איז יעדער איד גרויס, הייליג, און טייער, אפילו דער גרעסטער רשע פארמאגט אין זיך אט דעם הייליגן פלאם! און פרעה וויל אז מיר זאלן דאס איגנארירן, "עשה עצמו כאלו לא ידע" ער מאכט זיך כאילו עס איז נישט דא.

און איבערהויפט ביים המון עַם, ביי דעם פשוט'ן איד, דארט קען פרעה גרינגערהייט אונז מְשַׁכְנֵעַ זיין און איבעררעדן אז ס'איז נישט פארהאן דארט קיין קדושה. ווייל פרעה איז דאָך "אני ואפסי" איין שטיק גאוה און חיצוניות, פרעה גלייבט נאר אין גרויסע זאכן, אין חשוב'ע אויסגערופענע מענטשן, אבער דו קליינע מענטש דארט, דו וואס דו האסט גארנישט צו ווייזן ספעציעל פון דיינע גרויסע אויפטואונגען אין לעבן, דו ביסט באמת גארנישט ווערד ח"ו. פרעה קען אריינווארפן דעם מענטש אין א 'קושי השעבוד' ער זאל ווערן פאַריאָגט און פאַרפּלאָגט, ער זאל ווערן צוקלאפט און צובראכן ביי זיך, און נישט האבן די נויטיגע יישוב הדעת צו קענען זיך מתבונן זיין און אריינקוקן טיף אין די פנימיות אריין און אנערקענען די אוצרות וואס מיר פארמאגן באמת.

און דערפאר שמועסט עס די תורה אויס באלד אין אנהייב פון גלות מצרים, ווייל דאס איז די שווערסטע גלות פון א איד ווען ער ווייסט נישט צו שעצן זיין אמת'ע ווערד און זיין גדלות הנפש וואס ער פארמאגט! ווי עס איז באקאנט וואס צדיקים האבן געזאגט אז די ערגסטע גלות איז ווען א מענטש איז אין גלות ביי זיך אליין. דאס איז די ערגסטע זאך וואס פרעה קען טוהן צו אונז, איז אוועקנעמען אונזער מהות און אונזער פנימיות, אז מיר זאלן נישט אנערקענען אין אונזערע הייליגע כוחות וואס מיר פארמאגן.

און אז מ'פאלט אריין אין דעם סארט גלות, הייבט אן דער מענטש זיך אויפצופירן לויט ווי ער גלייבט אז ער איז באמת שוואך און פארפאלן, ער מיינט אז דאס איז ער, ער מיינט אז ער איז בעצם שלעכט און דערווייטערט ח"ו. און דעריבער שרייט ער אויף יענעם "מִי שָׂמְךָ לְאִישׁ - ווער ביסטו?" וואס אין אנדערע ווערטער באדייט דאס אויך א געשריי פון "ווער בין איך?!", ווייל אויב דאס הארץ איז פארשטאָפּט און ס'איז לֹא יָדַע אֶת יוֹסֵף, מ'גלייבט אז מ'האט נישט קיין שום מעלה און קיין שום חשיבות, דעמאלטס טראכט מען נישט ריכטיג סיי אויף זיך און סיי אויף יענעם...

אפשר דערמיט פארשטייען מיר בעסער וואס עס איז געווען דער "אָכֵן נוֹדַע הַדָּבָר" פון וואס משה רבינו איז אזוי דערציטערט געווארן, ווען דתן און אבירם האבן איהם געזאגט מִי שָׂמְךָ לְאִישׁ, האט ער עפעס אנגעהויבן צו שפירן דא אז זיי זענען נישט ראוי צו ווערן אויסגעלייזט. ווייל משה רבינו האט דא דערהערט אז אידישע קינדער זענען שוין אריינגעפאלן אין דעם טיפן גלות הנפש. משה רבינו דערהערט אז זיי זענען שוין אזוי טיף פארזונקען אין די קליפה פון פרעה אֲשֶׁר לֹא יָדַע אֶת יוֹסֵף, פרעה האט זיי פשוט געמאכט פארגעסן זייער אייגענע 'אידענטיטעט' און זייער אמת'דיגע הייליגע און ריינע מהות, זיי גלייבן שוין נישט אין זיך אליין, זיי גלייבן נישט אז יעדער איינציגסטער איד, זאל זיין ווער ס'זאל זיין, האט אין זיך א געטליכקייט און א העכערקייט. וואלטן דתן ואבירם באמת געגלייבט אז א איד איז הייליג און טייער, און אז א איד איז באמת א חלק אלוקי ממעל, וואלטן זיי נישט געשריגן מִי שָׂמְךָ לְאִישׁ, ווייל זיי וואלטן דערהערט אז משה רבינו איז א איד, ער איז הייליג, ער איז חשוב, און יא ער מעג זיי קומען העלפן און זיך אננעמען פאר זיי, אפילו אויב ער איז נאך "והרי עודך נער", אפילו ער איז נאך יונג און איז נאכנישט באקאנט און חשוב, אפילו ער טראגט נישט קיין רבני'שע קליידער און ער פארמאגט נישט קיין חשוב'ע פּאָסטן, אבער א איד איז ער! ער איז ראוי צו זיין א 'איש' פונקט ווי דו ביסט אויך ראוי צו זיין אן איש... נאר זיי האבן זיך טאקע נישט געהאלטן פאר א איש, זיי האבן זיך אפגעסטעמפלט אלס 'דתן ואבירם' די צרה-לייט פון כלל ישראל, זיי האבן באמת נישט געגלייבט אין זיך אדער אין אנדערע ווי עס שטעלט זיך טאקע ארויס פון זייער התנהגות במשך אלע קומענדיגע יארן. און ווען משה רבינו האט דאס פארשטאנען איז ער געווארן שטארק דערציטערט קלערנדיג וואס וועט דא זיין פון כלל ישראל, זענען זיי נאך ווערד צו ווערן אויסגעלייזט? איז נאך מעגליך זיי ארויסצוזעהן פון דעם שווערן גלות הנפש? האבן זיי נאך א שאנס צו ווערן צוריק דערהויבן?.

אבער אביסל ווייטער אין די פרשה געפונען מיר די תשובה, ווען משה רבינו זעהט די וואונדערליכע מחזה ווי די סנה ברענט און השי"ת באווייזט זיך צו איהם און זאגט איהם אז ער וויל איהם שיקן קיין מצרים צו גיין רעדן צו פרעה אז ער זאל ארויסלאזן די אידן פון מצרים, פרעגט משה פונעם אייבישטער, מִי אָנֹכִי כִּי אֵלֵךְ אֶל פַּרְעֹה וְכִי אוֹצִיא אֶת בְּנֵי יִשְׂרָאֵל מִמִּצְרָיִם? און ווי רש"י ברענגט אז דאס זענען צוויי שאלות, משה רבינו פרעגט בין איך דען ראוי צו זיין דער שליח צו רעדן צו פרעה, און אפילו אויב יא "מה זכו ישראל שתעשה להם נס ואוציאם ממצרים" וועלכע זכות האבן די אידן צו ווערן אויסגעלייזט.

און וואס איז די תשובה צו אט די צוויי שאלות? וַיֹּאמֶר אֱלֹקִים אֶל מֹשֶׁה אֶהְיֶ-ה אֲשֶׁר אֶהְיֶ-ה! דער רבוש"ע זאגט צו משה רבינו, איך וועל זיין מיט זיי! איך בין דארט אינעווייניג אין יעדע איד, מיין חלק אלקי ממעל, א שטיק פון די שכינה הקדושה געפונט זיך ביי יעדע איד אין די נשמה אין יעדע מצב, און אפילו אין די שווערסטע גלות, אפילו ווען זיי זענען נשפע געווארן פון פרעה און זיי זענען פארזונקען אין א טיפע רוחניות'דיגע שלאף, דאָך איז אלעמאל דא האפענונג, די הייליגקייט פון כלל ישראל איז אזוי גרויס, זיי בלייבן אלעמאל דבוק צום אייבישטער און זיי זענען אלעמאל ראוי צו ווערן אויסגעלייזט, אפילו ווען זיי אליינס ווייסן ליידער נישט און אנערקענען נישט זייער מעלה און זייער דערהויבנקייט, דאָך איז מיין חלק אלעמאל דא אינעווייניג אין יעדער איד נישט קיין חילוק ווי נידריג ער געפונט זיך און ווי ווייט ער איז פארקראכן!

און דאס דארף אונז דינען אלס א שטענדיגע חיזוק, אֶהְיֶ-ה אֲשֶׁר אֶהְיֶ-ה! אבינו שבשמים האט אונז צוגעזאגט אז ער וועט אלעמאל דארט זיין, ער וועט זיך אלעמאל געפונען אין אונז, און מיר וועלן אלעמאל בלייבן הייליג און טייער בפנימיות, וואס דאס באדייט אז מיר האבן מעלות, מיר זענען א איש! מיר האבן א כוח און מיר האבן רעכט, און מיר דארפן דאס געדענקן און גלייבן דערין, און מחשיב זיין זיך אליינס און יעדער ארום אונז.

לסיכום געדענק:
• מ'טאר זיך נישט אפסטעמפלען אלס א דורכפאל. די שווערסטע גלות פון א איד איז ווען ער ווייסט נישט צו שעצן זיין אמת'ע ווערד און זיינע גרויסע מעלות און קדושה וואס ער פארמאגט!
• אויב שרייט מען אויף יענעם מִי שָׂמְךָ לְאִישׁ, איז א סימן אז מ'אנערקענט נישט אין די גרויסקייט וואס יעדער יחיד קען פארמאגן אין זיך.
• אֶהְיֶ-ה אֲשֶׁר אֶהְיֶ-ה! דער רבוש"ע איז אינעווייניג אין יעדע איד, די חלק אלקי ממעל רוהט אין די נשמה אין יעדע מצב.

א לעכטיגע שבת קודש!

זיך איינצושרייבן צו באקומען די "מיט א טיפערן בליק"
דורך אי-מעיל בעז"ה tiferenblik@gmail.com

דער אשכול פארמאגט 1 תגובה

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר