די פארהוילענע טייל פון די תורה

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
כוואליעס
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 110
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2022 3:19 pm
האט שוין געלייקט: 126 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 454 מאל

די פארהוילענע טייל פון די תורה

שליחה דורך כוואליעס »

ס'איז נישט קיין סוד פאר קיינעם, ובפרט פאר תושבי קאווע שטיבל, אז מלמדים\מחנכים אדער עלטערן האבן אסאך פארדרייט אדער פארהוילן פון אונז הלכות וואס עס האט זיך זיי נישט געלוינט.
דעם אשכול וועט זיין געווידמעט פאר צוויי זאכן. איינס פאר די הלכות, און צווייטנס, זייט די צווייטע וועלט מלחמה איז געווארן אזא זאך פון 'איינזייטיגקייט' ד.מ. אדער האלטסטו פינקט ווי מיר אדער ביסטו א אפיקורס\ציוני\ערב רב
אין די גמרה זעט מען אסאך מאל אז די גמרה פרעגט אפ אן אמורה עס בלייבט תיובתה און עס שטייט נישט אז יענע אמורה איז א אפיקורס ח"ו, אבער זייט די מלחמה האט זיך אלעס געטוישט (ביי געוויסע אידן) אדער האלטסטו ווי מיר אדער ביסטו פון די ס"א (ר"ל מהאי דתי)
במילה וועט מען דא אריינשרייבן די אלע פארהוילענע זאכן כדי עס זאל נישט פארגעסן ווערן פון אונזערע דורות

והנה אני מתחיל.

כיבוד אב ואם מיינט נישט פאלגן עלטערן, נאר מכבד זיין עלטרן,
עס ווערט געפאסקנט, איך מיין,און אלע פוסקים אז קינדער דארפן נישט פאלגן עלטערן בנוגע זאכן וואס עס מאכט נישט קיין חילוק פאר די עלטערן וואס די קינד טוט, א מענטש מעג וואוינען ווי ער וויל, שיקן און וועלעכע מוסדות ער וויל, און גיין אנגעטון ווי אזוי ער וויל, און די עלטערן האבן נישט וואס אריינצורעדן, און אויב זיי רעדן יא אריין דארף מען זיי נישט פאלגן, און מען דארף זיך אפילו נישט פילן שלעכט פארן נישט פאלגן, פארשטייט זיך אז מ'דארף זיי זאגן שיינערהייט אז איך האלט נישט דערביי און מכבד זיין, אבער דעטס איט

לעצטענס איז געווארן א נייע שערוריה בנוגע מאכן א מזונות אויף מזונות ראולס, איך בין נישט קיין ת"ח אבער איך האב געפרעגט מיין דיין וואס איז גראדע נישט קיין מיקל, און ער האט מיר מסביר געווען פינקטליך פארוואס מ'מאכט יא א מזונות, און אויב די עולם וויל וועל איך אים בעטן די תשובה בכתב און עס דא ארויפלייגן, אבער דאס איז זיכער אז עס איז דא אויף וועם זיך צו פארלאזן, נאכמער, ער האט מיר געפאסקנט אז אויב איך וויל מיר וואשן פאר א מזונות ראול מוז איך עסן א געהעריגע שטיקאל המוציא, וד"ל

ראיה אסורה מיינט נישט קוקן אויף א פרוי, עס מיינט באטראכטן א פרוי לשם…

די עולם ווערט געבעטן צו מזכה זיין די ציבור מיט אזעלעכע הלכות און שערוריות


נ.ב. אויב פילט איר אז די אשכול איז ציל-לאז, דאן שיקט א גריס פאר @וואלווי ער וועט זיך זייער פרייען

דער אשכול פארמאגט 17 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר