האסט שוין געמאכט קידוש לבנה?!

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
א שעפעלע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 372
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 9:19 am
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 162 מאל

האסט שוין געמאכט קידוש לבנה?!

שליחה דורך א שעפעלע »

בס"ד

א גוטן טייערע חבירים וידידים..!

אין פרשת בא געפונען מיר די מצוה פון 'קידוש החודש' וואס השי"ת האט געזאגט פאר משה און אהרן "הַחֹדֶשׁ הַזֶה לָכֶם רֹאשׁ חֳדָשִׁים" און ווי רש"י ערקלערט, אז דער אייבישטער האט געוויזן פאר משה רבינו וויאזוי די לבנה זעהט אויס ווען זי ווערט געבוירן פון דאסניי אנהייב חודש, און ווען מ'זעהט אזא לבנה דעמאלטס זאל מען מאכן ראש חודש.

ווי מיר ווייסן איז דאס טאקע געווען א מצוה וואס איז אנגעגאנגען אין די צייטן וואס ס'איז געווען א סנהדרין ביי כלל ישראל, יעדן חודש האט מען געדארפט צוקומען צו 'עֵדוּת' וואס האבן דערציילט פאר בית דין אז זיי האבן געזעהן די נייע לבנה, און נאכן אויספארשן די צוויי עֵדִים און באשטעטיגן אז זיי זאגן דעם אמת, האט בית דין מקדש געווען ראש חודש דורכדעם וואס דער ראש בית דין האט אויסגערופן מְקֻדָשׁ הַחוֹדֶשׁ, און אלע פארזאמלטע האבן אויסגערופן נאך איהם "מְקֻדָּשׁ מְקֻדָּשׁ!" אז ראש חודש איז געהייליגט געווארן.

אויך ברענגט רש"י פון חז"ל אויפן לשון הפסוק הַחֹדֶשׁ הַזֶה לָכֶם, אז משה רבינו האט זיך געמוטשעט צו פארשטיין קלאר און ארויסהאבן די שיעור פונקטליך ווי גרויס די לבנה דארף זיין בשעת עס ווערט באנייט אז ס'זאל שוין זיין ראוי צו קענען מקדש זיין דעם חודש לויט דעם, האט איהם דער אייבישטער געוויזן די לבנה אויפן הימל און געזאגט "כָּזֶה רְאֵה וְקַדֵשׁ" גענוי אזויווי איך ווייז דיר יעצט, אזוי דארף די לבנה געזעהן ווערן כדי צו קענען מקדש זיין דעם חודש, און דאס איז מרומז אינעם לשון פון הַחֹדֶשׁ הַ'זֶה' לָכֶם וואס די ווארט 'זה' באדייט א זאך וואס מ'ווייזט מיט'ן פינגער אויף דעם און מ'זאגט אזוי זאל עס זיין.

באמת דארף מען אבער פארשטיין עטליכע נקודות דא. קודם כל, וואס איז די גרויסע חשיבות און וויכטיגקייט פון מצות קידוש החודש אז דער אייבישטער האט דאס אויסגעוועלט צו זיין די ערשטע מצוה וואס מ'גייט דא באפעלן פאר די אידן נאך איידער זיי באקומען סיי וועלכע אנדערע מצוה, און ווי רש"י ברענגט שוין אין אנהייב ספר בראשית אז באמת וואלט זיך די גאנצע תורה געדארפט אנפאנגן מיט די מצוה פון החודש הזה לכם. און בכלל, פארוואס איז די מצוה געגעבן געווארן יעצט ווען מ'געפונט זיך נאך אין מצרים, און די מכות אויף די מצריים האבן זיך אפילו נישט געענדיגט, מ'איז נאכנישט אויסגעלייזט געווארן, וואס איז די אייגנארטיגקייט פון אט די מצוה אז ס'איז געגעבן געווארן דווקא דא. און בפרט ווי מיר ווייסן לויט עטליכע ראשונים, איז די מצוה פון קידוש החודש בכלל נישט אנגעגאנגען במשך די קומענדיגע פערציג יאר ווילאנג די אידן זענען געווען אין מדבר, וויבאלד זיי זענען דעמאלטס געווען ארומגענומען מיט די ענני הכבוד פון אלע זייטן און זיי האבן בכלל נישט געקענט ארויסקוקן און זעהן די לבנה, קומט דאָך אויס אז דאס איז גאר א מצוה וואס וועט זיין נוגע ערשט אין יארן ארום ווען מ'גייט אנקומען קיין ארץ ישראל.

און בכלל וועלכע חלק איז געווען אזוי שווער פאר משה צו פארשטיין, און וואס האט ער נישט געוואוסט ביז השי"ת האט איהם געוויזן די לבנה.

און צום לעצט, וואס איז די שייכות צווישן די מצוה פון קידוש החודש און די מצוה פון קרבן פסח וואס קומט באלד דערנאך, וואס ווי עס שיינט פון די פסוקים האבן די צוויי זאכן א קשר, ווייל די מצוה פון קידוש החודש איז א איינצלענע פסוק וואס שטייט ווי א הקדמה צו די מצוה פון קרבן פסח וואס קומט גלייך נאכדעם באריכות, און מיט וואס זענען די צוויי ענינים טאקע פארבינדן?.

עס ווערט דערציילט אז ווען הרה"ק דער רבי רבי זושא פון האניפאלי זי"ע (יארצייט ב' שבט) איז אמאל אנגעקומען צו א געוויסע שטאט, און די מענטשן פון די שטאט האבן איהם אויפגענומען מיט גרויס כבוד און געמאכט א שיינע סעודה לכבודו. אזוי זיצענדיג ביי די סעודה, האט דער ר"ר זושא גענומען א לעפל זופ און עס אויסגעגאסן אויף זיין בעקיטשע, ערקלערנדיג דערביי פאר די פארוואונדערטע אידן פארוואס ער טוט דאס: וויסן זאלט איר אז מיט עטליכע יאר צוריק בין איך געווען דא אין שטאט, נאר דעמאלטס בין איך נאכנישט געווען מפורסם, מענטשן האבן מיך נישט געקענט, און דער עולם דא האט זיך טאקע נישט וויסענדיג געמאכט פון מיר, כ'בין דאָך געווען נישט מער ווי א פשוט'ער ארחי פרחי וואס קיינער קוקט נישט אין זיין זייט, אבער יעצט ווען איך בין שוין געקומען מיט'ן שיינעם קאַפטן, פלוצלינג איז געווארן א גאנצע הָא-הַא און א טומל ארום מיר און יעדער קומט צו לויפן מיך מכבד זיין, קומט דאָך אויס אז נישט מיר מיינט מען דא, ווייל 'איך' בין דאָך דער זעלבער מענטש ווי פריער, נאר מ'מיינט אודאי דעם קאַפטן, ווייל דאס איז די איינציגסטע חילוק צווישן דעמאלטס און יעצט, נו אויב אזוי דארף מען 'איהם' געבן דאס עסן און 'איהם' מכבד זיין ווי עס פּאַסט...

וואס אין אנדערע ווערטער, האט דער ר"ר זושא זי"ע זיי לכאורה געוואלט מוסר זאגן אויף דעם וואס זיי זענען נאכגעשלעפט געווארן בלויז נאך די 'חיצוניות' און די אויסערליכע אויסקוק, פארוואס נאר א שיינע בעקיטשע רעדט צו זייערע הערצער, אבער ווען ס'קומט צו גיין א שטילע וואוילע אידל פון דעם כאפט קיינער נישט קיין התפעלות.
אבער דער אמת איז, מיר מוזן מודה זיין אז מיר אלע זענען אביסל אזוי, און נישט נאר לגבי חיצוניות און פנימיות, נאר בכלל, יעדעס מאל ווען מ'זעהט א 'פאַרטיגע זאך' פאר די אויגן, מ'זעהט שלימות און שיינקייט, דעמאלטס קומען מיר צו גיין און מיר אנערקענען די מעלות וואס די זאך האט, אבער ווילאנג ס'איז נאך רוי און ס'איז נאכנישט אינטרעסאנט רופט דאס נישט אויס קיין חשיבות ביי אונז. ווייניג מענטשן באנוצן זיך מיט א ווייטע בליק צו קענען 'אדורכזעהן' א זאך און אריינקוקן אין די פאטענציאל, אינעם עתיד, אין די מעגליכקייט וואס ליגט פארוויקלט אין א זאך וואס איז נאכנישט ארויסגעקומען מן הכוח אל הפועל.

וואס דאס איז א נקודה וואס איז גאר וויכטיג צו חזר'ען און איינבאקן אין זיך, אז א מענטש דארף קענען קוקן אסאך ווייטער ווי די אויבערפלעכליכע בליק, און אסאך טיפער פון וואס די אויג זעהט יעצט, און לאמיר מיטטיילן מיט אייך א אמת'ע עפיזאד:

מיט א צייט צוריק רופט מיר אָן מיינס א באקאנטער, לאמיר איהם אנרופן משה, און ער איז געווען אינגאנצן צוטראגן, ער האט ממש געוויינט מיט טרערן און זיך נישט געקענט בארואיגן, עס איז געווען קענטיג אז ער איז שטארק צושטורעמט און אויפגעשאקלט פון עפעס א שרעקליכע פראבלעם אדער א טראגעדיע. אויף מיין פראגע וואס האט פאסירט, דערציילט ער מיר אז ס'איז היינט ליידער פריצייטיג אוועק פון די וועלט א טייערע איד ר' שמואל, און דעריבער איז ער אזוי צובראכן דערפון. "דו האסט עפעס געהאט א ספעציעלע קשר מיט דעם איד? דו ביסט געווען היימיש מיט איהם?" פרעגט איך צוריק מיט מיטגעפיל, אויף וואס משה ענטפערט אז גראדע לעצטענס האט ער נישט געהאט קיין שום קשר מיט איהם, נאר זייער שייכות גייט צוריק אסאך יארן פריער ווען משה איז צום ערשטן מאל ארויסגעגאנגען צום וועלט פון מסחר, האט ער געארבעט במשך א האלבע יאר ביי ר' שמואל, און דעריבער איז ער יעצט אזוי ערשיטערט פון זיין פטירה.

פארשטייט זיך אז דאס האט נאך מער געהויבן די וואונדער, מענטשן קענען טאקע ליב האבן זייער בעל-הבית, צומאל קען מען זיך אפילו צוריק בענקן צו אן אלטע ארבעטס פלאץ, אבער אויף אזוי ווייט? משה איז א סוקסעספולע ביזנעסמאן וואס האט שוין געהאנדלט אין אסאך תחומים, און האט שוין אסאך אויפגעטוהן אין זיין לעבן, איז וואס באדייט זיין פלוצלינגע שטארקע געפיל צו זיין געוועזענעם בעל הבית מיט וועמען ער האט שוין נישט פארטוישט קיין ווארט פאר לאנגע יארן, אזוי ווייט אז ער קען זיך פשוט נישט בארואיגן און קומען צום ווארט?.

ענדליך האט משה אריינגעאָטעמט טיף און אנגעהויבן צו דערציילן, ס'איז געווען קענטיג זיין גרויסע התרגשות כמעט ווי ער זאל ווען יעצט איבערלעבן יענע תקופה. געווען בין איך דעמאלטס א כולל יונגערמאן וואס די משפחה האט אנגעהויבן אונטער צו וואקסן און כ'האב געדארפט ארויסגיין זוכן א זשאב. קיין ערפארונג האב נישט געהאט, און נישט געטויגט ספעציעל צו קיין שום פאַך. איין איד האט זיך יא 'מרחם' געווען אויף מיר און געווען גרייט מיך אריינצונעמען אין זיין פירמע און באצאלן א געהאלט פון גאנצע פינף הונדערט און פופציג דאלער א וואך... וואס איז געווען ממש א חוזק פאר א 'פול טיים' ארבעט, אבער קיין סאך אנדערע ברירות האב איך דעמאלטס נישט געהאט, און כ'בין שוין כמעט געווען גרייט אנצונעמען יענע ארבעט מיט'ן מאָגערן געהאלט. אונזער ר' שמואל האט מיך אביסל געקענט פון בית המדרש, און איין טאג ווען מיר האבן געכאפט א שמועס און איך האב איהם דערציילט איבער מיין צוקונפטיגע ארבעט, ער האט שיינערהייט געפרעגט די פרטים, און ווען ער האט געהערט וואס איך גיי פארדינען, גיבט ער מיר א זאג "דו ביסט נאריש? בשום אופן! דו ביסט א געלונגענער יונגערמאן, איך זעה אין דיר אזויפיל קוואליטעט און טויגליכקייט, דו האסט די יכולת צו פירן א גאנצע ביזנעס מיט דיינע כשרונות, איך לאז דיר נישט זיך אזוי ביליג מאכן, דו גייסט נישט אהין ארבעטן אפילו פאר איין טאג! נאר אנשטאט דעם קומסטו צו מיר אין די ביזנעס, ביי מיר וועסטו אנהייבן פאר א פיל העכערע געהאלט, און מיט א תנאי אז ביז א יאר ביסטו אינדרויסן פון דא, ווייל אין א יאר ארום ביסטו אליינס א בעל הבית מיט א אייגענע ביזנעס וואס דו וועסט אי"ה אויפשטעלן מיט דיינע געוואלדיגע טאלאנטן וואס דו פארמאגסט"... אזוי האט מיר ר' שמואל געזאגט מיט אנטשלאסנקייט, און ער האט ערליך געהאלטן ווארט, איך בין טאקע געגאנגען ארבעטן צו איהם, ווען די גאנצע צייט שטייט ער איבער מיין קאפ אז איך זאל זעהן צו טוהן עפעס אליינס, און טאקע מיט געציילטע חדשים שפעטער האב איך געעפנט מיין ערשטע ביזנעס...

"וואס זאל איך דיר זאגן" האט משה געכליפעט, די הכרת הטוב וואס איך פיל צו דעם איד איז נישט צום באשרייבן. ער האט מיך באמת גענומען ווען איך האב געטויגט אויף גארנישט ווי מען רופט עס, ער האט גענומען איינער וואס איז געווען רוי און אומוויסנד, אבער ער האט מיר געגעבן די נויטיגע חיזוק, ער האט געזעהן אין מיר כוחות הנפש, ער האט ארויסגעהאט מיינע מעלות אין די צייט ווען איך אליינס האב זיי נאכנישט אנערקענט, און נאר א דאנק איהם בין איך אנגעקומען ביז אהער, זאל איך דען נישט וויינען?.
אט האבן מיר א לעבעדיגע דוגמא וואס מ'קען אויפטוהן ווען מ'קוקט אָן א מענטש מיט א טיפערן בליק און מען אנערקענט זיין חשיבות און זיינע מעלות אפילו ווען זיי האבן נאכנישט ארויסגעשפראצט אינדרויסן. אנקצוקומען צו 'שולחן עורך' ווען דער מענטש איז שוין א גאנצע כלי און ער איז שוין א פארטיגע פראדוקט, דאס איז נישט קיין קונץ, דעמאלטס דארף מען שוין נישט זיין קיין גרויסער חכם און מבין צו אנערקענען די אוצרות וואס זענען דא, ווען דער ר"ר זושא האט שוין געהאט די שיינע בעקיטשע דעמאלטס איז שוין יעדער געקומען צו לויפן... די שאלה איז ווער עס איז געקומען פריער, ווען מ'האט נאך געדארפט האבן א גוטע 'חוש הרֵיח' צו קענען דערטאפן זיין גרויסקייט און זיין הייליגקייט.

נאך איין קליינע מעשה'לע איידער מיר גייען ווייטער, א מעשה מיט וואס מיר זענען פערזענליך באקאנט מיט די פרטים און עס מיטגעהאלטן פון די נאנט. פנחס איז געווען א דורכשניטליכער בחור אין ישיבה און אפשר אפילו נאך ווייניגער פון דעם, נישט קיין גרויסע תנא קמא, און ער האט אינגאנצן נישט געמאכט קיין רושם פון א בחור וואס האלט ביים לערנען אדער פארמאגט בכלל די כוחות צו קענען לערנען, זיין דירעקציע אין לעבן איז געווען גאנץ קלאר און אפן פאר ווער ס'האט איהם נאר געקענט, פנחס וועט זיין א פיינע בעל הבית, צו גאט און צו לייט, ער וועט אפשר זיין א בעל חסד און א שטיקל קובע עתים לתורה לויט וויפיל זיינע כשרונות און מעגליכקייטן וועלן ערלויבן, אבער קיין סאך מער פון דעם איז נישט געווען קיין שאנס בדרך הטבע.

ווען פנחס האט זיך געגרייט צו זיין חתונה בשעה טובה ומוצלחת, איז ער געוואויר געווארן אז דער משגיח פון די ישיבה אין וועלכע ער האט געלערנט אין ארץ ישראל, איז פונקט אין זיין שטאט אויף שבת, האט ער איהם איינגעלאדענט צו קומען אנטייל נעמען אין זיין שמחה און עסן די סעודת שב"ק ביי זיין באווארפן. דער משגיח האט זיך געפריידט און אנגענומען די הזמנה, און איז טאקע געקומען און מיטגעהאלטן די סעודה. פארשטייט זיך אז מ'האט איהם מכבד געווען צו רעדן אפאר ווערטער לכבוד די שמחה, און דער משגיח האט זיך אויפגעשטעלט און געהאטלן א פייערדיגע דרשה זייענדיג מאריך מיט שבחים אויפן חתן און זיינע געוואלדיגע כשרונות און כוחות און זיין התמדת התורה, אזש אין זיינע אויגן איז שוין פנחס כמעט א פארטיגע מורה הוראה, "איך זעה דא וואקסן איינס פון די חשוב'ע מורי הוראות פונעם קומענדיגן דור" האט דער ארץ ישראל'דיגע משגיח געפלאמט מיט התלהבות... די אנוועזנדע בני המשפחה האבן מן הסתם זיך גוט אונטערגעשמייכלט הערנדיג אזא גוטע ווערטל אז נישט קיין צווייטער ווי פנחס וועט זיין א דַיין און א פוסק ביי כלל ישראל, אפשר דער מחותן האט געקוועלט מיט נחת הערנדיג וואס פאר א מציאה ער האט איינגעהאנדלט אזוי אומוויסענדיג... אבער איינעם האט דאס בארירט די אינערליכע סטרונעס פונעם נפש, פנחס דער חתן דנן האט גענומען די ווערטער גאר ערנסט, ער האט קיינמאל נישט געוואוסט אז מ'קען אפילו אזאנס טראכטן אויף איהם, און אויב דער משגיח זאגט אזוי ווייזט אויס אז עפעס קען נאך ווערן פון איהם.

הכלל, פנחס האט זיך געזעצט לערנען מיט גרויס התמדה, ביז א קורצע צייט איז ער געווארן פון די חשוב'ע יונגעלייט אין זיין כולל, ביז ווען ער האט באוויזן דאס אומגלויבליכע און זיך פארהערט פילע מקצועות אין הלכה, און דינט אייגנטליך היינט צוטאגס אלס א חשוב'ע דַיין אין זיין קהילה.

דאס איז אלעס צוליב דעם וואס איינער האט געהאט א ווייטע בליק, איינער האט געזען זיין גרויסקייט אין די צייט ווען קיינער ארום איהם האט דאס נישט דערקענט, איינער האט זיך ארויסגעשטעלט און געגעבן די נויטיגע חיזוק צו קענען ארויסברענגן און אויסנוצן ריכטיג די כוחות וואס ער פארמאגט.

און באמת זאגן אונז שוין חז"ל "איזהו חכם הרואה את הנולד" וואס בפשטות מיינט דאס איינער וואס קען אויסרעכענען פון פריער וואס גייט געשען, ער באוואָרנט זיך באצייטענס און גרייט זיך אָן ריכטיג צו וואס עס קומט, ווייל ער טראכט פאָראויס און פארשטייט וואס וועט זיין באלד. אבער ווי מיר דערהערן דא שטייט דא נאך א יסוד, א מענטש דארף קענען זיין א 'רואה את הנולד' ער דארף קענען זעהן זאכן וואס זענען נאכנישט געבוירן געווארן, ער דארף אַנערקענען כוחות וואס זענען נאך ווייט פון אנטוויקלט, כשרונות וואס זענען באגראבן זייער טיף. ווי גליקליך איז א מענטש ווען ער איז זוכה צו זעהן זאכן וואס זענען נישט אפן, זאכן וואס קענען ארויסקומען שפעטער אין די צוקונפט, אבער ער איז זוכה מְגַלֶה צו זיין און אנטדעקן די אוצרות שוין אסאך פריער.

[און ס'איז וויכטיג צוצולייגן ווי פארשטייט זיך אז מ'רעדט נישט פון זיך פאָפּן און נאַרן און איינרעדן פאר מענטשן זאכן וואס זיי קענען באמת נישט באווייזן, מ'דארף האבן א געוואלדיגע זהירות און נישט איבערטרייבן אדער פאָדערן מדריגות וואס זענען נישט 'בכדי שיעשה' אז ס'זאל געשען במציאות. נאר מ'רעדט ווען מ'זעהט באמת א געוויסע פאטענציאל און א לעכטיגקייט אין א מענטש וואס קען ארויסקומען].

און דאס איז נוגֵעַ אין גאר אסאך אופנים, סיי עלטערן לגבי זייערע קינדער, מחנכים צו זייערע תלמידים, מענטשן וואס זענען עוסק אין קירוב רחוקים, להבדיל אין ביזנעס אדער אין סיי וועלכע פעלד, די חכמה איז צו קענען אויפכאפן דעם 'אוֹר מתוך החושך' טאקע ווען ס'איז נאך טונקל און ס'שיינט נישט, דעמאלטס צו קענען באמערקן די קליינע לעכטיגע פינטל, די נקודה טובה וואס קען זיך נאך ברייט צועוואקסן און שיינען און לייכטען גאר גרויס.

און מיר כלל ישראל פארמאגן באמת אזעלכע 'לעכטיגע אויגן' צו קענען זיין א רואה את הנולד און זעהן זאכן וואס שיינען נאכנישט יעצט, ווייל דאס איז דאָך אונזער גאנצע קִיוּם
און עקזיסטענץ אין גלות, מיר אידן זענען באפוילן פון השי"ת צו לעבן מיט אמונה און בטחון, אפילו אין די שווערע זמנים, אפילו ווען ס'איז חלילה א מצב פון חושך ואפילה און מ'זעהט נישט די ישועה פאר די אויגן, דאָך זענען מיר זיך מחזק מיט "וֶאֱמוּנָתְךָ בַּלֵּילוֹת" זיך צו פארלאזן און גלייבן אינעם אייבישטער אין יעדן מצב. קומט אויס אז דאס איז טייל פון אונזער עבודה איינצובאקן אין זיך צו זעהן די גוטס אפילו ווען ס'באווייזט זיך נאכנישט אויפן האריזאנט און ס'איז נישט קענטיג דערווייל.

און טאקע דאס איז די מצוה פון קידוש החודש... ווען מ'זאל פרעגן אונזער פשוט'ע שכל ווען האלטן מיר איז ריכטיג צו מאכן קידוש החודש? ווען פּאַסט זיך מער אז מ'זאל אויסרופן מְקֻדָשׁ מְקֻדָשׁ? וואס הייסט, אודאי ווען די לבנה איז הערליך און גרויס, אינמיטן חודש ווען ס'איז שיין רונדעכיג און ס'שיינט א מחיה, נישטא קיין מער פאסיגע צייט ווי דעם זיך אנצוכאפן אין די לבנה, דעמאלטס איז דאס ממש א ריכטיגע הידור מצוה און זה קלי ואנוהו...

אבער ניין, די תורה הקדושה פארשטייט אנדערש, די תורה הקדושה וויל אז ווי נאר עס באווייזן זיך די ערשטע צייכענעס, די קלענסטע דינע שטראל, דעמאלטס זאל מען מקדש זיין דעם חודש! דעמאלטס זעען מיר שוין איין די חשיבות פון די לבנה, און "כָּזֶה" רְאֵה וְקַדֵשׁ! יעצט אזוי ווי ס'שטייט און גייט איז מען מקדש דעם חודש. און דאס קען זיין איז געווען "נתקשה משה", משה רבינו פּלאגט זיך צו פארשטיין, פארוואס טאקע? פארוואס זאלן מיר נישט טוהן די מצוה ווען עס הערשט א שלימות, ווען עס איז דא א הידור און א יופי, וואס זעהט מען דען אין אזא קליינע נישטיגע לבנה וואס איז קוים געבוירן געווארן און איז נאך זייער קליין און פארלאשן?.

אבער דא שטעלט דער רבונו של עולם אוועק איינס פון די הויפט יסודות אין אידשקייט, א הוראה וואס איז גאר פאסיג דווקא דעמאלטס אויפן מינוט אין מצרים, טאקע ווען די
אידן זענען איינגעזינקן אין די מ"ט שערי טומאה, די אידן זענען איינגעטינקן אין די בלאטע און זוהמא, די גאנצע מצב איז איין שטיק חושך ואפילה, זיי זענען געווען "הללו עובדי עבודה זרה" און דערווייטערט פונעם אייבישטער, און עס זעהט זיך נישט אָן קיין וועג ארויס ח"ו. קומט השי"ת און זאגט צו משה "כָּזֶה" רְאֵה וְקַדֵשׁ! דווקא אזוי און דווקא יעצט! טאקע ווען עס זעהט זיך נאך גארנישט אָן, יעצט דארף מען געבן א שפרינג, יעצט דארף מען אנערקענען און זעהן דעם לעכטיגן עתיד, און יעצט איז די צייט אויסצושרייען מְקֻדָּשׁ מְקֻדָּשׁ! שפעטער ווען ס'וועט שוין זיין לעכטיג דעמאלטס איז נישט קיין קונץ צו זאגן מְקֻדָּשׁ, ווען אלעס שיינט און לייכט איז גרינג זיך צו נעמען אין די הענט אריין און זיך באנייען, אבער די עבודה וואס השי"ת וויל פון אונז איז דווקא מתוך החושך, דעמאלטס ווען ס'איז נאך גארנישט דא, דעמאלטס ווען מ'האט בלויז א שטראל פון אמונה און בטחון, ווען מ'האט בלויז די האפענונג פונעם צוקונפט, דעמאלטס שטארקט זיך דער איד און ער רופט אויס מְקֻדָּשׁ מְקֻדָּשׁ.

און ווי השי"ת איז ממשיך תיכף ווייטער מיט די מצוה פון קרבן פסח וואס איז באמת א המשך צו דעם זעלבן יסוד. ברענגן א קרבן פארן אייבישטער איז גאר א גרויסע זאך, א קרבן איז כולו קודש, ס'איז הייליג און דערהויבן, אויב אזוי ווי קומט עס אז יעצט דא אין מצרים זאלן די אידן שוין ברענגן א קרבן, און בפרט ווי רש"י ברענגט אין אונזער פרשה אז השי"ת האט געזאגט "מִשְׁכוּ וּקְחוּ לָכֶם צֹאן לְמִשְׁפְּחֹתֵיכֶם וְשַׁחֲטוּ הַפָּסַח - לפי שהיו שטופים בעבודה זרה אמר להם משכו וקחו לכם, משכו ידיכם מעבודה זרה וקחו לכם צאן של מצוה" אז די אידן זענען געווען פארזינקען אין עבודה זרה, האט השי"ת באפוילן אז מ'זאל אוועקשלעפן די הענט פון די עבודה זרה און זיך תיכף גיין באשעפטיגן מיט די שעפעלע פונעם קרבן פסח וואס איז א מצוה; איז די קשיא, אזוי גייט מען צו צו א קרבן? קען מען טאקע געבן א שלעפ אוועק די הענט פון עבודה זרה און גלייך אנהייבן צו דינען השי"ת, גייט עס דען אזוי אז הענט וואס האבן ביז א מינוט צוריק עוסק געווען אין דאס ערגסטע זאלן צורירן צו א קרבן לה'?, וואלט נישט געווען בעסער אז די אידן גייען קודם ארויס פון מצרים, זיי זענען זיך מקדש ומטהר און גרייטן זיך מיט די ריכטיגע הכנה, און ערשט נאכדעם קען מען אנהייבן צו קלערן פון קרבנות?.

אבער דאס קומט אונז טאקע די מצוה פון קרבן פסח לערנען, אז יא, "כָּזֶה" רְאֵה וְקַדֵשׁ, טאקע אזוי, אזויווי דו שטייסט און גייסט, דאס וויל השי"ת פון אונז! ווען ס'איז טינקל און פארלאשן, ווען מ'איז דערווייטערט און פרעמד ח"ו, און עס איז נאכנישט קענטיג קיין ברעקל קדושה אדער גאולה, וויל דער רבוש"ע פון אונז משכו ידיכם מעבודה זרה וקחו לכם צאן של מצוה, גלייך פון די עבודה זרה זאלן מיר זיך געבן א שאקל אפ, און וויסן און אנערקענען אז מיר פארמאגן אין זיך די כוחות, מיר פארמאגן אין זיך די קדושה, עס ערווארט אונז א לעכטיגע עתיד, און איין טאג וועלן מיר שטיין ביים בארג סיני אינגאנצן ריין און אויסגעלייטערט ראוי מקבל צו זיין די תורה, די קונץ איז נאר דאס צו אנערקענען פריער, עס צו גלייבן ווען מען זעהט עס נישט לעת עתה.

און דאס איז טאקע די ערשטע מצוה פון די תורה, און די ערשטע מצוה וואס השי"ת האט אונז געגעבן נאך אין מצרים, צו קוקן פאָראויס, צו קוקן מיט א טיפע בליק, מיט א הייליגע בליק וואס זעהט און אנערקענט די שלימות און די שיינקייט וואס וועט נאך איין טאג שיינען און לייכטן. און דאס דינט אונז אלס א וועג ווייזער און א מוסר השכל אז אין יעדן מצב זאלן מיר זוכן דעם גלענצנדן צוקונפט, מיר זאלן זוכן זיך צו דערהייבן און זיך מתקשר זיין צום אייבישטער, ברענגן אונזער קרבן און דערנענטערן אונזער נשמה, איי מיר זענען דערווייל זייער ווייט און בכלל נישט ווערד? דערפאר דארפן מיר זיין א רואה את הנולד און זעהן און גלייבן אין אונזער עתיד, וויסן אז מיר פארמאגן אין זיך אן אוצר, מיר האבן די מעגליכקייט צו ווערן דערנענטערט, עס ערווארט אונז א גאולה ברוחניות, צוביסלעך וועלן מיר זוכה זיין און אנקומען אהין באמת, און ממילא קענען מיר שוין יעצט געבן א שפרינג אריין און זיך דערנענטערן. און אט די עבודה טראגט די גרעסטע חשיבות אין הימל, ווען א איד האט שכל און פארשטאנד זיך מחזק צו זיין אפילו ווען ס'איז טונקל, ער קומט צו גיין אפילו ווען מ'זעהט נישט דעם אור און מ'איז נישט מרגיש די קדושה, דאָך איז ער זיך מחזק, ער גלייבט און ער האפט און איז מקיים דעם וֶאֱמוּנָתְךָ בַּלֵּילוֹת, אויף דעם רופט מען אויס מן השמים "מְקֻדָּשׁ מְקֻדָּשׁ!" דאס איז הייליג און טייער ביים בורא עולם מער ווי די עבודה וואס א איד טוט ווען ס'איז שוין לעכטיג און זיס פאר זיינע אויגן.

לסיכום געדענק:
• זיי א רואה את הנולד אפילו ווען ס'איז נאכנישט קענטיג אינדרויסן, זעה די פאטענציאל און די עתיד.
• מ'קען אויפטוהן א געוואלד ווען מ'קוקט אָן א מענטש מיט א טיפערן בליק און מען אנערקענט זיין חשיבות און זיינע מעלות.
• אונזער עבודה איז אלעמאל צו זיין "כָּזֶה" רְאֵה וְקַדֵשׁ! דווקא אזוי און דווקא יעצט! טאקע ווען עס זעהט זיך נאך גארנישט אָן, וויסן און גלייבן אז ס'וועט קומען א לעכטיגע עתיד, און מ'דארף שוין זוכן צו שרייען מְקֻדָּשׁ מְקֻדָּשׁ!

א לעכטיגע שבת קודש!

זיך איינצושרייבן צו באקומען די "מיט א טיפערן בליק"
דורך אי-מעיל בעז"ה tiferenblik@gmail.com

דער אשכול פארמאגט 1 תגובה

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר