וואס מיינט 'קלוגשאפט'

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
כוואליעס
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 110
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2022 3:19 pm
האט שוין געלייקט: 126 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 454 מאל

וואס מיינט 'קלוגשאפט'

שליחה דורך כוואליעס »

אסאך מיני מענטשן ווערן אין אונזער ווערטער בוך אנגערופן 'קלוג'
לדוגמה: מענטשן מיט א טיפע שכל, א שנעלע קאפ, א ברייטע קאפ, קריעטיווע מענטשן, ארגענזירערס, מענטשן וואס האבן ליב צו טראכטן, מענטשן מיט א גוטע זכרון, און נאך
אבער ווער איז באמת 'קלוג'?

עטס האט'ס שוין זיכער אמאל געהערט די אויסדרוק: א נער זאגט אויך אמאל א גוטס
איך מיין אז מ'קען זאגן די זעלבע זאך אויך אויף פארקערט א קלוגע מענטש באנארישט זיך אויך אמאל, יעדער מאכט אמאל א טעות
על פי חשבון וואלטן אלע קלוגע מענטשן געדארפט זיין רייך, מסודר מיט א גוטע פאסטן, גוטע שלום בית, זיך קענען א עצה געבן מיטן שווער און שוויגער, א.א.וו. בפועל זעט מען אבער נישט אזוי "לאו הא בהא תליא"

אויב אזוי וואס האט א מענטש פון זיין חכמה, עס פארזיכערט אים נישט מיט גארנישט
נאר איך מיין אז די אמת'ע טייטש פון חכמה איז: טראכטן נייטראל אן קיין שום נגיעות, נישט פון חברים משפחה די גאס וכדו' קיינער האט נישט וואס צו זוכן אין דיין מוח בשעת דו מאכסט א דיסיזשן פאר דיר, און אפילו דו אליינס האסט נישט וואס צו זיכן דארט, טראכט וואס די אמת איז, ווען א מענטש מאכט א טעות איז אים זייער שווער צוריקצוציען אפילו קיינער האלט נישט מיט די טעות, די סיבה איז וויל ער האט מורא פון זיך אליינס

ווי זינגט נאר די וועלט בארימטער זינגער הרב הצדיק ר' מיילך קאהן אויף זיין מייסטער סידי 'יעדער איינער'

"דארף זיין מיט זיך גאר עכט
נישט אויסזען גוט און זיין גערעכט
די אמת דארף מען אלס זיכן מיט לעכט
האב נישט מורא אויסצוזען שלעכט
אפילו ס'טוט ווי און ס'שטעכט" ב"פ

דער אשכול פארמאגט 8 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר