הכנה לפסח - יעצט איז די צייט...

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
א שעפעלע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 372
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 9:19 am
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 162 מאל

הכנה לפסח - יעצט איז די צייט...

שליחה דורך א שעפעלע »

בס"ד

א גוטן טייערע חבירים וידידים..!

אצינד האבן מיר שוין בסייעתא דשמיא אנגעהויבן ספר ויקרא, די ספר וואס איז עוסק גאר אסאך אין די ענינים פון קרבנות און סדר העבודה אינעם משכן, און ווי אונזער פרשה הייבט טאקע באלד אָן די נושא פון קרבנות, אָדָם כִּי יַקְרִיב מִכֶּם קָרְבָּן לַה' מִן הַבְּהֵמָה וגו' און די תורה גייט אריין אין די פרטים און דינים פון די פארשידענע סארטן קרבנות וואס זענען פארהאן. וואס אגב, דארף מען טאקע באמערקן אַן אינטערסאנטע דִיוּק אינעם לשון הפסוק, על פי פשטות וואלט געדארפט שטיין דַּבֵּר אֶל בְּנֵי יִשְׂרָאֵל וְאָמַרְתָּ אֲלֵהֶם כִּי תַקְרִיבוּ קָרְבָּן לַה', וואס איז פשט פון די ווערטער "אָדָם" כִּי יַקְרִיב מִכֶּם קָרְבָּן לַה' וואו די תורה איז מדגיש אויב 'א מענטש' וועט מקריב זיין א קרבן, אודאי רעדט מען דאָך דא צו מענטשן און נישט צו קיין אנדערע, ווער דען זאל מקריב זיין א קרבן אויב נישט א מענטש.

און בכלל ווייסן מיר אז אונזער פרשה הייבט זיך אָן וַיִּקְרָא אֶל משֶׁה, און עס שטייט א 'אלף זעירא' א קליינע אות א' אינעם ווארט ויקרא, וואס איז דער ענין דערפון און וואס קומט עס אונז לערנען?.

וואס אגב, רש"י ברענגט טאקע אז דער ענין פון "וַיִּקְרָא" אֶל משֶׁה באדייט א 'קריאה לשון חבה' מיט וועלכע השי"ת האט גערופן צו משה רבינו מיט ליבשאפט, אנדערש ווי ביי די נביאים פון די גויים וואו עס שטייט (במדבר כ"ג) "וַיִקָר" אֱלֹקִים אֶל בִּלְעָם, אז דער אייבישטער האט זיך 'געטראפן' און באוויזן פלוצלינג צו בלעם, וואס דאס איז א לשון פון עראי און טומאה, פונקט פארקערט ווי ביי משה רבינו וואו ס'איז צוגעגאנגען מיט א ליבליכע רוף און א הכנה פון פריער, ביי די גויים איז אלעס א ענין פון פלוצלינג און צייטווייליג און אָן קיין באזונדערע ליבשאפט.

זאגט דער בעל הטורים, אז משה רבינו מיט זיין גרויס עניוות האט נישט געוואלט שרייבן אויף זיך "וַיִקְרָא" אֶל מֹשֶׁה, אז צו איהם איז געווען א קריאה של חיבה, נאר
אנשטאט דעם האט ער געוואלט שרייבן בלויז "וַיִקָר" אזויווי עס שטייט ביי בלעם, אבער השי"ת האט נישט געלאזט, נאר איהם באפוילן צו שרייבן ויקרא מיט אַן א', בלית ברירה איז משה רבינו געגאנגען און דאס געשריבן קליין, אז די ווארט זאל ווייטער אויסזעהן ווי עס שטייט ויקר...

אבער לאמיר זיך פארטיפן און גיין א טריט ווייטער און זעהן וואס מיר קענען ארויסנעמען דערפון, און בפרט אין די יעצטיגע הייליגע טעג, די טעג פון חודש ניסן און ימי הכנה צום גרויסן לעכטיגן יום טוב פסח הבא עלינו לטובה וואס פרשת ויקרא געפאלט על פי רוב דווקא אין דעם זמן, און האט געוויס א שייכות און א לימוד וואס איז אונז נוגע טאקע יעצט.

ביי א געלעגנהייט האט א חשוב'ער רב פון א קהלה דערציילט, א מעשה וואס ער האט בייגעוואוינט פון די נאנט. געווען איז דאס ווען דער מנהל פון א חדר האט זיך פארבינדן מיט איהם און געבעטן אז ער דארף דעם רב'ס הילף אין א וויכטיגע ענין. נאכן זיך אינטרעסירן איבער וואס עס רעדט זיך, האט דער מנהל דערציילט אז ביי זיי אין תלמוד תורה לערנט א יונגל, פלוני בן פלוני, וועלכע די משפחה געהערט צו די קהלה פונעם רב, און דער יונגל האט פארשידענע פראבלעמען און זאכן אין וועלכע מ'מוז דרינגענד מְטַפֵּל זיין און דאס אדרעסירן, אבער ווען ער רעדט צו די עלטערן דערוועגן באקומט ער עפעס די הרגשה כאילו עס גייט זיי אינגאנצן נישט אָן, זיי דריייען זיך ארויס מיט פארשידענע תירוצים און שטופן אָפ זאכן אויף מארגן און אויף איבער מארגן, ביז ס'איז שוין געקומען צו א מצב וואס מ'קען עס בשום אופן נישט ווייטער אָפלייגן, און דעריבער ווענדט זיך יעצט דער מנהל צום רב אז אפשר קען דער רב ארויסהעלפן און אריבער רופן די עלטערן פונעם קינד צו זיך און זיי מדריך זיין און הייסן אז זיי מוזן זיך ווענדן פאר הילף און מיטארבעטן מיט די מחנכים פונעם קינד.

דער רב האט גענומען די זאך זייער ערנסט און ער האט געלאזט רופן די טאטע און מאמע פונעם קינד צו האבן א זיצונג מיט זיי, ביי וועלכע מ'וועט אדורכשמועסן די צושטאנד פון זייער זוהן. די עלטערן האבן ערליך געפאלגט און זענען געקומען צו גיין, און דער רב האט איידעלעהייט פראבירט מרמז צו זיין אז דער מצב טויג נישט אזוי און זיי מוזן אנהייבן זיך וויסענדיג צו מאכן פון זייער קינד און עס דארף זיי מער אנגיין און בארירן. דער טאטע רופט זיך אָן מיט די גרעסטע מאָס תמימות "וואס הייסט? איר מיינט אז אונזער קינד גייט אונז נישט אָן און מיר געבן זיך נישט גענוג אפ מיט איהם? דער רב ווייסט אז איך נעם איהם אויף די בעסטע אויספלוגן, מיר מאכן געשמאקע נסיעות צו די מערסטע 'פאָן' פלעצער, איך קויף איהם די טייערסטע מתנות"... און די מאמע פון איר זייט איז אויך נישט שולדיג געבליבן, און זי רופט זיך אָן, "אדרבה, זאל דער רב זאגן, איז דא א קינד וואס קומט שענער אנגעטהון שבת אין בית המדרש ווי מיין קינד? איר ווייסט וויפיל איך בין משקיע אין דעם, וויפיל קאפ און מוח איך לייג אריין אז ער זאל זיין אזוי גוט 'קעיר גענומען' און אהערגעשטעלט? און צו אזעלכע עלטערן ווי אונז קומט מען נאך מיט טענות אז מיר טראכטן נישט געהעריג פון אונזער קינד און אז עס גייט אונז נישט אָן וועגן איהם?!"...

דער רב האט געזאגט אז ער האט נישט געוואוסט אויב ער זאל לאכן אדער וויינען... אבער ער האט דערהערט אז די עלטערן מיט זייער אומוויסנשאפט און מיט זייער תמימות מיינען באמת אז זיי זארגן זיך פאר זייער קינד און זיי זענען פארנומען מיט איהם טאג און נאכט. יא, זיי זענען טאקע געווען פארנומען און זיך אפגעגעבן מיט איהם, אבער בכלל נישט אין די ריכטיגע הינזיכטן... אנשטאט זיך אפצוגעבן מיט די ערנסטע פראבלעמען און די זאכן וואס זענען די עכטע תועלת פונעם קינד, האבן זיי אינוועסטירט כוחות אין די אויבערפלעכליכע און נארישע זאכן, און אדרבה, אין א געוויסע וועג אפשר גאר קאַליע געמאכט און פארנאכלעסיגט די וויכטיגע און חשוב'ע זאכן וואס איז געווען נוֹגֵעַ פארן זוהן.

און בדרך אגב, ווען ער האט שפעטער דערציילט די מעשה, האט דער רב צוגעגעבן מיט ביטערניש, "דער קינד איז נעבעך געקומען יעדע וואך שבת אין שול אנגעטוהן כמעט ווי א שיף קאפיטאן" ער האט געהאט די שענסטע און מערסט געביגלטע סוט, אלס צוליב די גוטע כוונה פון זיין טייערע מאמע, אבער פון זיין זייט וואלט ער זיכער געקענט באשטיין צו קומען מיט צוקנייטשטע הויזן וואס האבן א שטיקל לאָך, אז ער זאל קענען ארומלויפן און ארומטאנצן אזויווי די אנדערע קינדער אין שול. די מאמע האט געוואלט 'טוהן פאר איהם' און זיך באזונדער אפגעבן מיט איהם, אבער אין אמת'ן אריין האט זי איהם ממש געשטראפט און איינגעצוימט...

אבער וואס איז אונז נוגע זיך אפצולערנען פון די מעשה: זייער אסאך מאל קומט דער יצר הרע, בפרט איידער א יום טוב, פאר א הייליגע זמן, און ער הייבט אָן אייצוטינקן דעם מענטש אין אלע זייטיגע סארטן דאגות און טרדות, ער פארדרייט איהם א קאפ, און דרייט אָן א 'בלבול המוחין' וואס זאל איבערנעמען דעם גאנצן מענטש, דער מענטש גייט אריין אין א מצב פון 'נֶפֶשׁ מִבֶּהָלָה' און ער איז פארנומען ארומצולויפן מן הבוקר עד הערב פאַריאָגט און פאַרפּלאָגט צו ארלעדיגן וויכטיגע זאכן. און אסאך מאל זענען זיי טאקע גאנץ וויכטיגע זאכן, פארשידענע געברויכן וואס איז כדאי צו האבן אין שטוב אויף יום טוב, איינקויפן, אויסשטאפירן די קינדער, אדער צוצוענדיגן אין די ביזנעס וויכטיגע זאכן איידער מ'גייט זיין פארשפארט במשך יום טוב.

אבער דער פראבלעם איז אז דער מענטש ווערט אינגאנצן אריינגעשלעפט אין די גשמיות'דיגע הכנות צום יום טוב, ער איז פארנומען צו טראגן און ברענגן און איינקויפן אלע סארטן מציאות וואס מ'קען נאר קויפן אין די תקופה ווייל יעצט האבן די געשעפטן די גוטע סעילס, ער ווערט איבערגענומען און און אנגעשטרענגט, און אזוי ארום פאלט ער אריין אין א מצב פון "וְלֹא שָׁמְעוּ אֶל משֶׁה מִקֹוצֶר רוּחַ וּמֵעֲבֹדָה קָשָׁה", ווי מיר האבן שוין עטליכע מאל מאריך געווען אין דעם ענין, גענוי ווי די אידן זענען געווען אין מצרים, זייער דעת איז געווען אין גלות, די מוחות און די הערצער זענען ליידער געווארן פארשטאָפּט ביז זיי זענען נישט געווען מסוגל צו הערן וועגן די גאולה וואס משה רבינו קומט זיי מבשר זיין. דאס זעלבע טוט דער יצר הרע נאך היינט אויך, ער זוכט אלעמאל אפיר דעם קֹוצֶר רוּחַ און די עֲבֹדָה קָשָׁה אין וואס ער קען אריינווארפן דעם מענטש, און אזוי וועט ער אנקומען צום יום טוב מיט ליידיגע הענט! ער וועט ליידער זיין אינגאנצן מיד און ערשעפט, אויסגעברענט און אפגעריבן, אָן קיין ברעקל הכנה אין זיין נשמה צו קענען מקבל זיין דער אוֹר און די הייליגע לעכטיגקייט וואס דער יום טוב ברענגט מיט זיך.

דער צדיק הרה"ק ר' העניך פון אלכסנדר זי"ע וועלכער איז געווען באקאנט מיט זיינע טיפזיניגע ווערטלעך וואס זענען געווען פיל מיט מוסר און יראת שמים, האט דערציילט בדרך צחות:
געווען איז אמאל א שלימזל וואס איז געווען שרעקליך 'צעפלויגן' אין אלע זיינע זאכן, זיין גאנצע הלוך ילך איז געווען איין שטיק צופאָרנקייט. יעדע נאכט ווען ער האט זיך געלייגט שלאפן, פלעגן זיינע קליידער פליען אויף אלע זייטן, און צומארגענס האט איהם געדויערט א שעה ביז ער האט געקענט צונויפקלויבן זיינע זאכן, ער האט אלעמאל געדארפט ארומזוכן וואו דער העמד איז אנגעקומען און וואו די הויזן האבן זיך פארוואלגערט, און דערנאך די זאקן, די שיך, און אזוי ווייטער, ער האט קיינמאל נישט געדענקט וואו ער האט אויסגעטוהן זיינע בגדים, בקיצור, עס איז געווען א גרויסע אפּקומעניש.

ויהי היום און אונזער שלימזל האט באשלאסן איינמאל פאר אלעמאל אז עס איז שוין העכסט צייט און ער גייט ווערן מסודר פון היינט און ווייטער, נו, וויאזוי ווערט מען מסודר? איז איהם איינגעפאלן א געדאנק, ער וועט אנגרייטן א רשימה, א קליין צעטעלע וואו ער וועט אויפשרייבן ביינאכט פונקטליך וואו ער האט געלייגט יעדע זאך, אזוי אינדערפרי וועט ער גארנישט דארפן זוכן, ער וועט נאר געבן א קוק אין צעטל און ער וועט באלד וויסן וואו צו גיין טרעפן זיינע חפצים. אומר ועושה, אזוי האט ער טאקע געטוהן, ער מאכט זיך א פונקטליכע ליסטע, די העמעד ליגט אויפן בענקל, די הויזן אונטערן בעט, די זאקן אינעם נעקסטן צימער, די הוט הענגט אויפן וואנט, און צום סוף האט ער געשריבן "און איך ליג אין בעט"... אזוי וועט ער וויסן אויך וואו זיך אליינס צו געפונען...

הכלל, עס קומט דעם נעקסטן אינדערפרי, דער שלימזל גיבט א שפרינג ארויס פון בעט, און מיט א שמחה גיבט ער א כאפ זיין 'מסודר'דיגע' רשימה, א מחיה, עס דויערט בכלל נישט קיין צייט, אונטער א מינוט האט ער שוין געהאט אלע זיינע צוגעהערן. אבער צום סוף פאלן זיינע אויגן אויף די לעצטע שורה פונעם צעטל וואו עס שטייט "איך ליג אין בעט", ער גיבט א קוק אויפן בעט אבער ער זעהט אז עס איז ליידיג, ווארשיינליך איז ער נישט דארט, גיבט ער א קרעכץ מיט זארג, "איך ווייס שוין וואו אלעס איז, איך האב שוין די העמעד, די הויזן, די זאקן, די שיך, אבער וואו בין איך?!"...

פלעגט דער רבי רבי העניך זי"ע זאגן מיט מוסר, אסאך מאל זעען מיר אויס ווי יענער שלימזל, מיר האבן אלע צוגעהערן, מיר זענען אויסשטאפירט פון קאפ ביז פוס, נאר איין 'קלייניגקייט' פעלט פון די גאנצע זאך, און דאס איז "וואו בין איך?!" וואו איז דער מענטש אליינס, וואו איז זיין קאפ? וואו איז זיין מחשבה? וואו איז זיין נפש?...
און דאס פאסירט זייער אסאך ביי אונז. צומאל האבן מיר זוכה געווען אהערצושטעלן א הערליכע יום טוב, עס איז דא א קעניגליכע סדר טיש, די שענסטע זילבערווארג, א היסב בעט, א קישן, א ציכטיגע קיטל, די מהודר'דיגסטע מצות און די בעסטע וויין, די געשמאקסטע הגדה, אבער איין זאך איז נישט אנגעקומען געהעריג צום סדר, און דאס איז "דער מענטש אליינס", זיך האט ער פארגעסן אהערצוברענגן, ער איז נישט דאָהי!!! פיזיש אפשר יא, ער זיצט טאקע אויבנאָן און פראבירט צו טוהן ווי ווייט מעגליך, אבער ער איז נישט דא מיט קאפ און מוח, ער איז נישט דא מיט די גאנצע נשמה און די גאנצע געפיל, ער איז געבליבן ערגעצוואוּ אינעם רעש און די טומל פונעם קֹוצֶר רוּחַ און די עֲבֹדָה קָשָׁה.

אין ספרים הקדושים שטייט אז דאס באדייט דער "אָדָם" כִּי יַקְרִיב מִכֶּם קָרְבָּן לַה', די ערשטע זאך דארף קומען צו גיין דער אדם אליינס! אויב נישט, וועלן מיר זיך טרעפן מיט א שיינע בהמה, א בית המקדש, א כהן, א מזבח, כלי שרת, אבער אויב דער מענטש אליינס איז נישט דא, אויב ער ברענגט נישט מיט זיין גאנצע הארץ און נשמה צוזאמען מיט'ן קרבן, וואס דאס איז דאָך די גאנצע תכלית און די גאנצע ציל פונעם קרבן, אז דער מענטש זאל ווערן צובראכן ביי זיך און שפירן ווי מ'איז איהם מקריב, עס דארף איהם אנכאפן א חרטה אויף זיין זינד, און ער דארף תשובה טוהן מיט זיין גאנצע הארץ, און דאס איז דער עיקר פונעם קרבן, אָדָם כִּי יַקְרִיב מִכֶּם! דער מענטש זאל זיך אליינס מקריב זיין און ברענגן צוזאמען מיט זיין קרבן.

און נאך א זאך וואס מיר לערנען זיך טאקע פון די קרבנות, ביי קרבנות ווייסן מיר אז די 'מחשבה' און די כוונה שפילן גאר א וויכטיגע ראלע, יעדע קרבן האט געמוזט געמאכט ווערן מיט א מחשבה פון "לשמה" אינזין צו האבן וועלכע קרבן עס איז, און לשם דער וואס איז דער בעל הבית פונעם קרבן. ווי אויך טאמער האט דער כהן א פסול'ע מחשבה בשעת ער טוט איינס פון די עבודות הקרבן קען ער דערמיט פַּסל'ען די גאנצע קרבן, ער קען עס מאכן פּיגול וכדומה וואס דעמאלטס טאר מען עס נישט מקריב זיין און מ'טאר עס נישט עסן.

דאס קומט אונז לערנען יעצט ווען מיר גרייטן זיך צום יום טוב, די וויכטיגקייט פון די חלק המחשבה, אז דער מענטש דארף זיין דערביי, ער מוז צוגיין צו די מצוות פונעם יום טוב מיט כוונה, מיט קאפ און מוח, וואס דאס קען נישט געשען בשעת דער מענטש איז אינגאנצן טרוד ומבולבל פון קאפ ביז פוס.

און דערפאר, ווי וויכטיג איז אז א מענטש זאל נעמען אביסל צייט און התבוננות פאר זיך, דווקא יעצט ווען עס קומען צו גיין די פארנומענע און שווערע טעג וואס זענען פיל מיט ארבעט און הכנות צום יום טוב, זיך אפשטעלן אביסל פונעם טעגליכן גערויש, און מאכן אביסל פלאץ אין זיין מוח צו דערהערן אז עס קומט צו גיין א דערהויבענע יום טוב, א יום טוב פיל מיט מצוות און הלכות, א יום טוב פיל מיט אורות און השפעות, און מיר מוזן אריינלייגן מחשבה כדי 'זיך' אריינצוברענגן אינעם יום טוב. ווי צדיקים האבן געזאגט אז די ימים טובים ווערן אנגערופן אין די תורה מיט'ן נאמען "מִקְרָאֵי קֹדֶשׁ" די ימים טובים רופן און שרייען צום מענטש, מיר מוזן אבער שטיל מאכן די ארומיגע רעש און טומל כדי צו קענען 'דערהערן' און פילן אט דעם הייליגן רוף צו אונזער נשמה.

אין די צייטן פון בית המקדש האט יעדער איד געמוזט גיין עולה רגל זיין קיין ירושלים, די וואס האבן געוואוינט ווייט האבן זיך שוין ארויסגעלאזט טעג און וואכן פריער כדי צו מאכן דעם לאנגן וועג, זיי האבן געמוזט איבערלאזן אלע זייערע פעלדער און און נכסים, זייער גאנצע האב און גוטס איז געבליבן אינדערהיים, און זיי האבן גענומען דעם וואַנדער שטעקן אין די הענט אריין אלעס מיט'ן ציל צו ווערן דערנענטערט צום אייבישטער, יֵרָאֶה כָל זְכוּרְךָ אֶת פְּנֵי ה' אֱלֹקֶיךָ בַּמָּקוֹם אֲשֶׁר יִבְחָר, צו ברענגן קרבנות און ווערן דערהויבן אינעם בית המקדש. און ווי די ספרים ערקלערן איז דאס געווען א גרויסע טייל פון די מצוה, דאס איבערלאזן די גאנצע פארמעגן, דאס לאזן די קרקעות אויף הפקר, אט אזוי ווערט מען א גאנצע כלי וואס קענען גיין מקבל זיין פני השכינה. הגה"ק דער חידושי הרי"ם פון גור זי"ע האט געזאגט, אז מיר האבן טאקע נישט היינט די מצוה פון עולה רגל זיין, אבער מיר קענען על כל פנים מקיים זיין א 'מֵעֵין' דערפון, מיר קענען כאטש פראבירן צו טוהן די חלק, זיך אפשאקלן פון אונזער ארציות, פון אונזערע גשמיות'דיגע דאגות און טרדות, אלעס אפלאזן, און זיך גרייטן צום יום טוב, צו ווערן דערהויבן און צו זיין א כלי צו קענען מקבל זיין די הייליגע השפעות פונעם יום טוב.

ווי באקאנט איז דא א "מאמר השקטה" פון הרה"ק רבי קלונימוס קלמיש פון פיאסעצנא זי"ע הי"ד וואו ער ערקלערט אז דער מענטש געפונט זיך כמעט אלעמאל אין א שרעקליכע געיעג פון מחשבות און און רצונות וואס נעמען איהם ארום פון אלע זייטן, און עס איז וויכטיג אז דער מענטש זאל דאס ברענגן צו אן אפשטעל פון צייט צו צייט. "היינו בהשקטת מחשבותיו ורצונותיו השוטפים באדם לבלי קץ, כי כך דרכה של המחשבה שמסתבכת זו בזו, וקשה לו להאדם לפרוש מהן", ווייל דאס איז די סדר פון מחשבות, די קאפ לויפט און די מחשבות דרייען זיך אריין איינס אינעם אנדערן, יעדע מחשבה שלעפט מיט זיך נאך איינס און נאך איינס, און ס'איז שווער פארן מענטש אפצושטעלן די באַן פון די מחשבות.

און ער זאגט דארט בתוך דבריו, "שיתחיל האיש להביט על מחשבותיו שעה קלה, לערך איזה רגעים, היינו "מה אני חושב?", אז ירגיש לאט לאט שראשו מתרוקן ומחשבותיו עמדו משטפן הרגיל", אז עס איז כדאי אז דער מענטש זאל זיך אמאל אפשטעלן און מתבונן זיין און אומקוקן אויף זיינע מחשבות, ער זאל טראכטן צו זיך מיט יישוב הדעת "וואס טראכט איך יעצט? מיט וואס בין איך פארנומען?", און אזוי וועט ער קענען צוביסלעך אויסקלארן זיין קאפ און עס אפשטעלן פון דעם ווילדן מחשבה-געלויף וואס טוט זיך דארט אפ.

און אויב א מענטש קען פועל'ן ביי זיך צו קענען ארויסקריכן אביסל פון די טרדות הזמן און פון די קֹוצֶר רוּחַ און עֲבֹדָה קָשָׁה, און ער נעמט די מיה צו מאכן א שטיקל רוחניות'דיגע הכנה צום יום טוב, ער פראבירט אריינצוקוקן יעדן טאג אין א ספר וואס רעדט וועגן דעם יום טוב, א ספר וואס פלאמט אויף זיין הארץ, ער לערנט אביסל די הלכות פונעם יום טוב, ער גרייט זיך צו דערציילן סיפור יציאת מצרים פאר די קינדער, דאס אלעס ברענגט איהם נענטער אז 'ער' זאל קומען צו גיין צום יום טוב, זיין קאפ און זיין הארץ זאלן זיין דערביי, און ער זאל זיין א חלק פון די גאולה און די חירות וואס קומט צו גיין פסח.

און עס איז נישט בלויז א 'פראַקטישע עצה' אז ווען מ'מאכט א הכנה צום יום טוב איז מען זוכה מקבל צו זיין די אורות, נאר לאמיר לערנען אינאיינעם א שטיקל קדושת לוי אנהייב פון אונזער פרשה אין וועלכע דער בארדיטשובער רב זי"ע לערנט אונז א געוואלדיגע יסוד אין עבודת השי"ת: כשאדם עושה מצוה זה המצוה עושה רושם למעלה וזה מעורר אותו לעשות תמיד רצון הבורא בזה המצוה, ווען א איד טוט א געוויסע מצוה האט דאס אין זיך א געוואלדיגע סגולה, אז אט די מצוה אליינס וועט קומען און איהם מעורר זיין און איהם העלפן צו טוהן נאָכאַמאָל און נאָכאַמאָל די זעלבע מצוה, דאס הייסט אז נישט בלויז "מצוה גוררת מצוה" אז איין מצוה ברענגט נאך, נאר די מצוה זעלבסט איז מעורר דעם מענטש אז ער זאל טוהן נאך און נאך פון די זעלבע מצוה.

און אזוי געפונען מיר ביי משה רבינו אז ער האט געהאט א געוואלדיגע השתוקקות ארויפצוגיין און ווערן דערנענטערט צום אייבישטער, ווי עס שטייט אין זוהר הקדוש אויפן פסוק ביי מתן תורה "וּמשֶׁה עָלָה אֶל הָאֱלֹקִים" אז משה רבינו האט משתוקק געווען און געוואלט ארויפגיין צו השי"ת, און דערפאר שטייט טאקע שפעטער אין פרשת משפטים (כ"ד א') וְאֶל משֶׁה אָמַר עֲלֵה אֶל ה', זאגט דער קדושת לוי "וְאֶל משֶׁה אָמַר" די תשוקה און רצון פון משה רבינו צו וועלן ארויפגיין צום אייבישטער, דאס אליינס האט גערעדט און גערופן צו איהם און מעורר געווען "עֲלֵה אֶל ה'" גיי ארויף! ווייל ווי געזאגט האט יעדע מצוה און יעדע גוטע זאך א כוח צו ערוועקן און רופן דעם מענטש אז ער זאל וועלן טוהן נאך און נאך פון די מצוה.

און די זעלבע זאך שטייט אויך דא אין פרשת ויקרא, זאגט דער קדושת לוי, "וַיִּקְרָא" אֶל משֶׁה, אינעם ווארט ויקרא איז דאָך מרומז די געוואלדיגע ענווה און שפלות פון משה רבינו, די קליינע א' איז מרמז אויף זיין עניוות, און טאקע די ענווה מיט וואס משה רבינו האט זיך געפירט, דאס אליינס האט איהם גערופן און געשטופט ווייטער אנצוגיין מיט די הייליגע מידה, וַיִּקְרָא אֶל משֶׁה, די עניוות האט גערופן צו משה רבינו נאך און נאך אז ער זאל ממשיך זיין מיט די עבודה.

קומט אויס פון די ווערטער פונעם קדושת לוי, אז ווען א איד האט א געוויסע הייליגע תשוקה, אדער אויב ער איז עוסק אין א מצוה וועט דאס אלעס קומען און קלאפן אויף זיין טיר און איהם רופן און מעורר זיין דערצו. איז דאָך פשוט אז ווען א איד גרייט זיך צו צום יום טוב, ער איז עוסק אין די ענינים פונעם יום טוב, ער איז מקדיש צייט און מחשבה וויאזוי ער קענען שפירן מער א טעם אינעם יום טוב, איז דאָך זיכער אז דאס אלעס וועט איהם אנטקעגן קומען, דאס אלעס וועט איהם רופן און העלפן ווען דער יום טוב קומט צו גיין אז ער זאל באמת זיין א טייל פונעם יום טוב, ער זאל אריינקומען אינעווייניג און מרגיש דעם זיסן און לעכטיגן אור פונעם יום טוב. און בפרט ווי געזאגט, די ימים טובים זענען "מִקְרָאֵי קֹדֶשׁ" וואס רופן צו אונזערע נשמות און זיי ווילן אונז מעורר זיין און אריינברענגן אין זיך, איז אודאי ווען א איד איז עוסק אין דעם און ער טוט פעולות און השתדלות אין דעם געביט, וועט עס איהם זיכער רופן און ערוועקן אזויווי דער הייליגער קדושת לוי זי"ע לערנט אונז.

ולכן, לאמיר מאכן זיכער אז מיר נוצן אויס די טעג ווי עס דארף צו זיין, לאמיר חלילה נישט בלייבן אינעם גדר פון "וְלֹא שָׁמְעוּ אֶל משֶׁה מִקֹוצֶר רוּחַ וּמֵעֲבֹדָה קָשָׁה", נאר לאמיר טוהן דאס פארקערטע, זיך ארויסזעהן פון די נפש מבהלה, און פראבירן צו מאכן לכל הפחות א שטיקל פאסיגע הכנה, יעדער איינער לויט זיין מדריגה, מיט וועלכע לימוד, ספר, אדער שיעור, וואס רעדט צו זיין נשמה, און אינוועסטירן אין די הכנה און השתוקקות צום יום טוב, וואס דאס וועט אונז שפעטער רופן און באגלייטן אריין אינעם הייליגן יום טוב אריין.

לסיכום געדענק:
• מ'קען זיין גרייט מיט אלע פיטשיווקעס צום יום טוב, נאר איין 'קלייניגקייט' פעלט פון די גאנצע זאך, און דאס איז דער מענטש אליינס.
• די וויכטיגקייט פון נישט אריינפאלן אין בהלה און בלבול המוחין פון די טרדות פאר יום טוב, נאר אפשטעלן דעם געלויף און צוקומען צו יישוב הדעת.
• יעדע מצוה און יעדע הכנה וואס מ'טוט וועט שפעטער קומען און מעורר זיין דעם מענטש און איהם רופן און ערוועקן צו קענען מקיים זיין די מצוה.

א לעכטיגע שבת קודש!

זיך איינצושרייבן צו באקומען די "מיט א טיפערן בליק"
דורך אי-מעיל בעז"ה tiferenblik@gmail.com

דער אשכול פארמאגט 1 תגובה

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר