הגה"ק ר' אביגדור מילער זצוק"ל ווי א מורה דרך

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
שיטה מקובצת
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 574
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 10, 2012 9:03 am
האט שוין געלייקט: 518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1480 מאל

הגה"ק ר' אביגדור מילער זצוק"ל ווי א מורה דרך

שליחה דורך שיטה מקובצת »

תשע"ב האט זיך געענדיגט מיט די ביטערע געשעהעניש מיט א אינגע מאמע פון 11 קינדער וואס איז נעבעך אוועקגעריסן געווארן, און תשע"ג האט זיך ליידער נישט אנגעהויבן בעסער. ווי נאר די זמן פון מוצאי ראש השנה איז אנגעקומען נעכטען באנאכט האט זיך אנגעהויבן א פלייץ פון שוידערליכע בשורות וואס האבן זיך אפגעשפילט אין לויף פון דעם גרויסן הייליגן יו"ט. עטליכע יונגע מאמעס זענען ל"ע נפטר געווארן, א אכצן חדשים קינד האט זיך דערטראנקען, א 19 יעריג בחור איז פלוצלונג אוועק, ועוד ועוד. ה' ירחם. דרייען זיך אידן ארום צובראכן און פארלוירן "על מה עשה ה' ככה?!" די ווייטאג איז דאך אזוי גרויס. אזוי טיף. אוי, רבוש"ע, פארוואס? פארוואס?

נאך די ביטערע טראגעידע פאר ראש השנה ווען א מאמע פון 11 קינדער איז ל"ע נפטר געווארן, האט איינער פון די חשוב'ע חברים דא אין קאווע שטיבל געליינט מיין ארטיקעל וואס איך האב דא געשריבן איבער די ענין פון אמונה, און ער האט מיך געשריבן אין אישית ווי פאלגענד:

א גוטע וואך שיטה! איך האב ערשט יעצט מוצאי צום ערשטן מאל געליינט דעם שטיקל, ס'זייער שיין!

כקום יעצט אהיים פון א לוי' פון א אינגע מאמע פון 11 קינדערלעך, כאב צוגעקוקט ווי איר טאטע א צדיק פון א איד געזעגנט זיך מיט צווייטן טאכטער זיינע, ביידע סרטן קרבנות, כאב צוגעקוקט ווי ב'חנ'טע בחורים'לעך זאגן קדיש און ווישן זיך די טרערן בעת זייער מאמע ווערט אראפגעלאזט אונטער די ערד, כאב צוגעקוקט ווי דער מאן קוקט נאך דעם ארון אומבאהאלפן נישט וואוסענדיג וואס אזוינס פאסירט דא יעצט, מיין הארץ איז אינגאנצן צוריסן, מיין מח צומישט, ווער האט באשאפן דעם איוויל וועלט? וואס וויל ער פון אונז?

און יעצט, בטבע בין איך א טראכטער וואס וויל אלעס פארשטיין ביז צום אמת, די דרך פון לערנען און דאווענען מיט פארמאכטע קעפ איז נישט פאר מיר, מיין רבי איז געווען .... , אלס תלמיד האב איך מיר אסאך געלערנט פון אים און איך גלייך זייער די דרך המוסר אין דזשענעראל, אבל עכשיו שלא זכינו בינעך געבליבן אן א מורה דרך און איך דריי מיר ווי א פאפן דעקל אין א רוישיגן ים, מיואש און צובראכן, ארים און צוקלאפט, ומצפים על ישועת השם שיבוא במהרה.

בנוגע ר' אביגדור, איך האב לעצטענס געהערט פון אים אפאר שיעורים איך בין מוראדיג נתפעל, איך וויל ליינען מער, איך ווייס ס'דא א געוואלד פון אים, אפשר זאגסטו מיר וואס איז א גוט ספר אנצוהייבן?

איך האלט אינמיטן ליינען די היסטארי ספר עם סגולה וואס איז איבערגעטייטשט אויף לשה"ק פון exalted people, כוויל מער פון עניני השקפה בזמינינו אויב ס'דא. 2 ספרים וואס איך זוך, איינס בנוגע חובת האדם בעולמו, צוויי בנוגע אמונה ודעת. אויך, פון זיינע הונדערטער טעיפס איז יא דא וואס דו קענסט רעקאמענדן? אלזא אויב ווייסטו וואס קען זיין גוט פאר מיר לאז מיר וויסן, ויהי' לך לזכות ביום הדין.

כתיבה וחתימה טובה


פאלגענד איז מיין ענטפער:

דיין ווייטאג איז ליידער א נחלת הכלל אין די לעצטע יארן. מענטשען דרייען זיך ארום צוקלאפט און צובראכן, ווי שאטענס, און ווי די שרייבסט: ווי פאפן דעקלעך אין שטורעמישן ים. קיין מקום פאר אמת איז ליידער נישט דא, אלעס איז נאר אני ואפסי און פראפאגאנדע. קיינער לאזט זיך נישט אראפ צו ענטפערן חובת האדם בעולמו, און אזעלעכע וויכטיגע קושיות וואס דו פרעגסט נאך אזא שרעקליכע מעשה, צוזעענדיג די לווי' פון א אינגע מאמע פון 11 קינדער ר"ל.

איך שפיר דיין ווייטאג. דיין צער שרייט. נאר די וועלט איז נישט "איוועל" - עס קוקט נאר אזוי אויס אויב א מענטשנס אמונה איז געבויט אויף וועלט געשעענישן. אויב די אמונה שטייט אויף דעם אייבערשטן אליין, אויף שער הבחינה אין חובת הלבבות, אויב אונזער עבודה אויף די וועלט איז צו טרעפן די פינטעלע אמת, צוצוטרעפן צו וואס השי"ת וויל פון אונז, אן פראבירן צו געפעלן סיי וועם, דעמאלטס קען נישט שווער זיין קיין קושיות, ווייל מיר פארשטייען אז דער אייבערשטער איז טריליאנען מאל קלוגער פון אונז עד אין סוף, ולית מחשבה תפיסה ביה כלל.

ר' אביגדור אליין האט אסאך פראבירט צו זאגן סיבות פאר טראגעידיעס. צום ביישפיל וועגן די האלאקאסט פלעגט ער אייביג זאגן אז דאס איז געקומען ווייל שמירת התורה אין אייראפע איז געפאלן זייער זייער נידעריג. ער האט געזאגט ווי ער פלעגט זעהן אין מארק אין קאוונע ווי פילע באסעס אנגעפולט מיט אידן פארן שב"ק צו די ארבייט ר"ל. אבער בכלליות, ביי אזא טראגעידע איז אוודאי נישט דא וואס צו זאגן, נאר צדיק ה' בכל דרכיו וחסיד בכל מעשיו.

עס איז מיר שווער צוצוטרעפן פינקטלעך וועלכע ספרים פון ר' אביגדור וואלטן גוט געווען פאר דיר. אפשר איז גוט דער ספר אין ענגליש "רננו צדיקים", אדער אפשר "שערי אורה" פארשידענע שיעורים איבער יסודות'דיגע זאכן. איך בין נישט באקאנט מיט די טעיפס. איך האב זיך באטייליגט ביי גאר אסאך פון די שיעורים אין לויף פון אסאך יארן, און היינט לערן איך בעיקר די הייליגע ספרים וואס זענען אונז געבליבן לנחלה. ווען איך הער שוין יא א טעיפ, איז עס פון א MP3 , און איך ווייס נישט דעם נאמען אדער נומער פון וואס איך האב געהערט.

דער אמת איז אז יראתי בפצותי, איך ווייס נישט וואס צו רעקאמענדירן. יעדער מענטש איז אנדערש, און פאר יעדעם איז עפעס אנדערש גוט, און אפשר איז ר' אביגדור נישט וואס איז גוט פאר דיר.

אבער דער עיקר איז חזק ואמץ! אז די האסט געקענט ביי דיר אפמאכן אז דו קענסט נישט סובל זיין פארמאכטקייט, און אונטערדריקונג פון דעת; די קענסט נישט זיצן אין פינסטערניש אן באלייכטן די אויגן מיט אור זו תורה, שטייסטו שוין אויף א וועג! גיי ווייטער אן אזוי, און די וועסט בע"ה אנקומען!

ביז אהער איז מיין ענטפער. יעצט איז נפשי בשאלתי ועמי בבקשתי, עס דרייען זיך ארום אזויפיל ערליכע אידן וואס זענען מקיים דעם הוי כל צמא לכו למים, זיי זוכן און נישטערן פאר אביסל רוחניות, נאנטקייט צום רבוש"ע, אין די צייט וואס עס ווערט נתקיים די נבואה והשלחתי רעב בארץ לא רעב ללחם ולא צמא למים כי אם לשמע את דברי ה'. לעצטענס האט מען אנגעהויבן איבערצודריקען פילע פון די מאמרים און שמועסן פון רבינו הגדול ר' אביגדור מילער אויף אידיש. עס זעהט אויס אז אין די יעצטיגע הונגער נאך אמת'דיקייט אין אידישקייט האבן לעצטענס אסאך היימישע אידן אנגעהויבן טרעפן וואס זיי זוכן אין די ספרים און שמועסן פון ר' אביגדור.

(במאמר המוסגר: עס איז אבער א ווייטאג ווי אנשטאט מ'זאל אננעמען די מהלך פון ר' אביגדור פון קבל את האמת ממי שאמרו, נישט צו זיין צוגעבינדען צו עבודי אלילים, און די וואס פארקויפן פאלטשע דעות אין אידישקייט, האט מען גענומען ר' אביגדור דווקא ווייל ער האט געהאט געוויסע ענדליכע שיטות לגבי ציונות ווי הרה"ק מסאטמאר זי"ע. אזוי ווייט אז זיי האבן ארויסגעגעבן א ביכעלע מיט א באשרייבונג אויף ר' אביגדור וואס איז געוועהן אין "מעלות", און האבן נאך צוגעלייגט עטליכע פאראגראפס - אלעס בנוגע ציונות. עס קוקט אויס ווי אנשטאטס זיך נאנט ברענגען צו ר' אביגדור מילער ווילן זיי אים נאנט ברענגען צו זיך....)

איך בין זיכער אז איך בין נישט דער איינציגסטער דא וואס איז א תלמיד פון הרב מילער. ווער נאך קען צולייגן צו דעם שמועס? ווער קען עפעס מציע זיין וואס זאל העלפן לינדערן די פיין און ווייטאג פון צובראכענע נשמות וואס שאקלען זיך ווי א "פאפן דעקל אין א רוישיגן ים"?
דו גלייבסט אין דיינע עלטערן, וועגן דעם גלייבסטו אין באשעפער.
איך גלייב אין באשעפער, וועגן דעם גלייב איך מיינע עלטערן.

--שיטה מקובצת

דער אשכול פארמאגט 65 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר