אנטיסעמיטיזם - פארוואס?

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
הציץ ונפגע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 197
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 29, 2012 7:07 pm
האט שוין געלייקט: 93 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 422 מאל

אנטיסעמיטיזם - פארוואס?

שליחה דורך הציץ ונפגע »

אין אן אנדערן אשכול האט מען דן געווען איבער די גורם פון אנטיסעמיטיזם. אט איז וואס הרב יחיאל יעקב וויינבערג שרייבט אין א פערזענליכן בריוו צו שמואל אטלאס (פארעפנטליכט דורך מ. שפירא אין זיין דיסערטאציע "בין מזרח למערב").
מתרוצצים בלבי רעיונות מרים על עצם קיום האמוה וסיכויה בעתיד. כל העולם שונא אותנו. אנחנו תולים שנאה זו ברשעת העמים, ואין איש שם על לבו שמא גם אנחנו אשמים במקצת. כל העמים נחשבים בעינינו לדומים לחמור. אסור להציל נכרי, ואסור לרפאותו חנם, ואסור לחלל עלי' את השבת לפקוח נפשו, ביאתו אינה אוסרת אשה לבעלה לשיטת ר"ת כי זרמת סוסים זרמתם. האם יוכלו העמים להשלים עם קיפוח זכיות זה? מותר להונות נכרי ולהפקיע הלואתו ואסור להשיב לו אבידה! ומה לעשות? האם אפשר לעקור תורה שלמה שלנו במליצות אפולוגיטיות או בהערמות מחוכמות? וד' יודע כי מה שכתבתי הוא בדם לבבי, דם הנפש.

אין אידיש (פרייע איבערזעצונג):
אין מיין הארץ טוען לויפן ביטערע געדאנקען איבער די עצם עקזיסטענץ פון דאס פאלק און איר שאנסן אין דעם צוקונפט. די גאנצע וועלט האט אונז פיינט. מיר הענגן אן די דאזיגע פיינטשאפט אין די שלעכטיגקייט פון די פעלקער, און קיין איינעם פאלט נישט ביי אז מעגליך זענען מיר אויך אביסל שולדיג. אלע פעלקער ווערן פאררעכנט אין אונזערע אויגן ווי גלייך צו אייזלן. מען טאר נישט ראטעווען א גוי, און מען טאר אים נישט היילן פאר אומזינסט, און מען טאר נישט מחלל שבת זיין אויף אים צו ראטעווען פון טויט, זיין אינטימישע באציאונגען טוט נישט פארבאטן א פרוי אויף איר מאן לויט ר"ת'ס שיטה וויבאלד "זרמת סוסים זרמתם". קענען דען די גוים שלום מאכן אז מען נעמט אוועק זייערע רעכטן? מען מעג אפנארן א גוי און מבטל זיין אן הלואה וואס מען האט געבארגט פון זיי און מען טאר זיי נישט צוריקקערן אן אבידה! און וואס קען מען טון? קען מען דען אויסרייסן א פולקאמער תורה אונזערער מיט אפאלאגעטישע מליצות אדער מיט קלוגע אויסנארעריי? און ג-ט ווייסט אז וואס כ'האב געשריבן איז מיט די בלוט פון מיין הארץ, דם הנפש.

דער אשכול פארמאגט 24 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר