דער מעמד הר סיני אויפרייס

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
באניצער אוואטאר
לולקע-ציבעך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 125
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 14, 2013 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 76 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 462 מאל

דער מעמד הר סיני אויפרייס

שליחה דורך לולקע-ציבעך »

דער מעמד הר סיני איז איינער פון די יסוד היסודות אין אידישקייט. ביי יענער געשעעניש איז דער רבונו של עולם "אראפגעקומען" אויף דער וועלט און איבערגעגעבן פאר די אידן, אין שפיץ פון משה רבינו, די תורה.

אבער וואס גענוי האט דער אויבערשטער איבערגעגעבן צו די אידן? וואס האט ער זיי געזאגט?

אין חז"ל געפינען מיר אז אין דער תורה וואס משה רבינו האט באקומען איז אריינגערעכנט "כל מה שתלמיד ותיק עתיד לחדש." אין דעם כלל זענען אבער אריינגערעכנט אלע מחלוקות פון אלע דורות. זאלן מיר זאגן אז משה רבינו האט לכתחילה באקומען א פעקל מיט סתירות -- אז א שיין חלק פון דער תורה איז לכתחילה געקומען מיט א בו-בזמן מיניה-וביה סיסטעם פון אסור/מותר, חייב/פטור, עבירה/מצוה?

די זעלבע תורה האט א כלל, אז "אלו ואלו דברי אלוקים חיים." א שיינער דערהער. אבער וואס איז פשט פון אויפשטעלן א סיסטעם אויף א יסוד פון ווידערשפריכן און קעגנזאצן, און נאך צושטעלן פאר א נויט א כלל וואס לאזט נישט אויסקלייבן צווישן די צוויי וועלכער איז "באמת" דער אמת?

דאס איז אמאל קלאר אז די תורה וואס משה און די אידן האבן באקומען ביים מעמד הר סיני (און די פערציג נאכפאלגנדע טעג) איז נישט באשטאנען בלויז פון טרוקענער טעקסט. דער טעקסט אליין, די ווערטער און משמעות, זענען געשריבן געווארן באופן "דברה תורה כלשון בני אדם." די "בני אדם" אין וועמענס לשון די תורה האט גערעדט, זענען ע"פ פשטות געווען די מענטשן וואס האבן געלעבט אין יענער עפאכע. ("גיבור מלחמה" היינט איז ליבערשט אן ארגאניזאציע ווי דעם פענטאגאן איידער א יחיד.)

מיר געפינען אויך דער כלל, אז פארשידענע שטעלן און זאצן אין דער תורה זענען געשריבן געווארן אויף אן אופן "כדי לשבר את האוזן." דאס מיינט אז די ווערטער געבן נישט איבער דעם גאנצן "מעסעדזש".

איך וואלט געזאגט אז מעמד הר סיני איז געווען עפעס ווי דער "ביג בענג" פון יהדות. דער אוניווערס, ווי די וויסנשאפט מיינט היינט, איז געבוירן געווארן דורך א גרויסן אויפרייס פון עפעס אן אומבאגרייפליך-קליינעם ברעקל (קלענער ווי מיר קענען משער זיין). דאס ברעקל, וואס סייענס רופט "סינגולעריטי" (איינציגקייט) האט אין זיך פארמאגט בכוח אלעס וואס איז שפעטער באשאפן און אנטוויקלט געווארן. דאס אלעס איז צוגעגאנגען בהדרגה, פאמעליך, שטאפלווייז. צוערשט האט די פיצינקע נקודה'לע אויפגעריסן: בום! דער אויפרייס איז געקומען מיט אזא מאויימ'דיגער קראפט, אז דאס פינטעלע האט אנגעהויבן זיך צעבלאזן און עקספאנסירן -- און האט קיינמאל נישט אויפגעהערט אזוי וואקסן און זיך צעברייטערן. דער פראצעס האלט נאך אן ביז'ן היינטיגן טאג. דער אוניווערס צעפליט זיך אין אלע זייטן ווי אזא קאסמישער באלון.

אלעס וואס מיר האבן היינט און וועלן האבן אין דער צוקונפט איז דעמאלט געבוירן געווארן. דער "בום!" האט אנגעהויבן א פראצעס פון א בריאה. קודם, אין די ערשטע סעקונדן, איז געווארן אזא בריאה ווי "בריאה": פלאץ, צייט, שינוי, אא"וו. דערנאך, האבן במשך די פאלגנדע תקופות, האבן זיך זאכן אנגעהויבן אנטוויקלען מהקל אל החמור -- אטאמס, מאלעקיולן, גאזן, לופט, וואסער, מיקראבן, שטיינער, העלצער, לעבעדיגע באשעפענישן, און עווענטועל, מענטשן. (איך קען נישט דעם פינקטליכן כראנאלאגישן סדר המאורעות, באט יו געט די דזשענערעל איידיע.)

זענען ביים ביג בענג געשען צוויי זאכן; צוויי פראצעסן האבן זיך דעמאלט אנגעהויבן: 1) די דאזיגע "בראשית"-נקודה האט אנגעהויבן זיך אויפבלאזן, און 2) זאכן האבן זיך אנגעהויבן אנטוויקלען און ארויסגיין מן הכוח אל הפועל.

איך מיין אז מעמד הר סיני איז עפעס אזא ביג-בענג קאנצעפציע. עס איז אויף דער וועלט, אויף דער וואנדרנדיגער גרופע באפרייטע קנעכט אנגעפאלן א מין השראה שלא מעלמא הדין. דער עולם איז אריינגעפאלן אין א טיפן טראַנס, אויף א פארנעם וואס איז נישט בלויז געווען פרעצעדענטלאז, נאר טיפער, ברייטער און ארומנעמיגער ווי מיר קענען היינט בכלל משיג זיין. דאס, די השראה, איז געווען דאס קערנדל -- וואס האט זיך אויפגעריסן און געלאזט אין גאנג אן אנטוויקלונגס-פראצעס, וואס האט זיך קיינמאל נישט אפגעשטעלט.

"אין סוף" האט צו דער גרופע מענטשן קאמוניקירט א מעסעדזש, וואס האט אנטהאלטן בכוח אלעס וואס איז דערפון ארויסגעקומען, קומט ארויס, און וועט אמאל ארויסקומען. ס'איז "אראפגעקומען" א השראה וואס האט אנגעהויבן א פראצעס פון אנטוויקלונג און עקספאנסיע.

די "תורה" איז יענץ קערנדל. די מחלוקות און סתירות זענען יענער פראצעס.

די תורה, זאגן חז"ל, איז באשאפן געווארן פריער פון דער וועלט. דאס הייסט: די קאנצעפט פון אזא "קערנדל"-סינגולעריטי וואס טראגט אין זיך אלעס בכוח, נאר דארף א בריאה מיט צייט און שינוי צו קענען זיך אנטוויקלען, דאס, דער עצם קאנצעפט, איז באשאפן געווארן פאר דער וועלט. די וועלט, דער אוניווערס, איז באשאפן געווארן אינעם און דורכ'ן ביג בענג. מוז דאך זיין אז דער חק, דער פרינציפ, איז באשאפן געווארן פריער. נאר אזוי האט דער פראצעס פון אויספלאץ-און-אנטוויקלונג געקענט צושטאנד קומען.

דער פאקט איז דאך אז אויף דער וועלט קאמוניקירן מענטשן צווישן זיך, בעיקר, דורך שפראך -- אותיות, ווערטער, און זאצן. די תורה, דער טעקסט שבו, איז די שפראך-כלי אין וועלכער די אינפארמאציע איז אריינגעלייגט געווארן. יענער קאנצענטרירטער השראה/מעסעדזש האט געמוזט אריינגעלייגט ווערן אין ווערטער, ווייל אנדערש וואלט עס נישט געקענט איבערגעגעבן ווערן צו די ווייטערדיגע דורות. דער מעסעדזש-קערנדל אנטהאלט אבער סך מער ווי דאס פשוט'ע משמעות פון דעם טרוקענעם טעקסט. עס האט געטראגן אין זיך באהאלטן אלע סתירות, מחלוקות, צדדים פון אלערליי מציאות'ער, אומשטענדן, און פערספעקטיווען פון דעמאלט, ביז -- כ'ווייס אליין נישט.

די תורה, ובכן, איז נישט נאר א חפצא, א וועזן, נאר אויך און בעיקר א פראצעס, א קייט פון שינויים, הוספות, אנטוויקלונגען. באשאפן איז זי געווארן פאר ששת ימי בראשית; אויפגעריסן האט זי ביים מעמד הר סיני. און דער פראצעס, וואס האט זיך דעמאלט אנגעהויבן, האלט אן ביז'ן היינטיגן טאג. מעמד הר סיני איז דער אנהויב פון א קאסמישער געשעעניש; עס האלט אין איין געשען.

סייענס האט אנגענומען דעם ביג בענג אלס פאקט, אפילו ער ווייסט נישט (צי נאכנישט) וויאזוי דער אויפרייס איז געשען און ווער האט דעם ערשטן קערנדל דערציילט דעם סוד, אז ער זאל אין און דורך זיך אנטוויקלען אזא וועלט ווי מיר האבן היינט. די נקודה הראשונה וואס האט דעמאלט, ביי בראשית, אויפגעריסן, האט אין זיך אנטהאלטן אין זעלבן פלאץ, אין דער זעלבער צייט ווידערשפריכן און קעגנגעזעצטע זאכן: הייס/קאלט, ליכט/פינסטער, יא/ניין, גוט/שלעכט, סיביר/סאהארא, באבאוו/באבאוו, מהר"א/מהרז"ל, סאטמאר/ליובאוויטש, קאווע שטיבל/איי וועלט...

מיר איז נישט קיין נפקא מינא פון וואו, וויאזוי, ווען, און דורך וועמען דער אייגנטליכער טעקסט פון חומש איז למעשה געשריבן געווארן. פון מיין זייט זאל עס זיין כביכול אליין, משה רבינו, די אנשי כנסת הגדולה, אדער דער אבן עזרא. לא נפקא מינה בכלל. ווער און וואס ס'זאל נאר נישט האבן געווען, איז "דברה תורה כלשון בני אדם", און זי איז באלד דעמאלט ביים געגעבן ווערן טראגעדיג געווען מיט אלעס וואס סיי ווער וועט נאר אמאל מחדש זיין, אריינגערעכנט די סתירות און קעגנגעזעצטע צדדים. דער טעקסט איז דאס הענטל מיט וועלכן מען כאפט אן דעם מעסעדזש און גיט אים ווייטער.
כמעט אלעס וואס כ'שרייב האב איך געהערט, געלייענט, אדער געזען. איך געדענק אבער נישט וואס, וואו, און ווען. זאל די דעקלאראציע ברענגען גאולות לעולם.

דער אשכול פארמאגט 199 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר