אמונות אמיתיות און אמונות הכרחיות

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2755 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4713 מאל

אמונות אמיתיות און אמונות הכרחיות

שליחה דורך יידל »

אינעם שכינות'דיגען אשכול "פרשנות המקרא" האט זיך אנטוויקלט א שיינער שמועס איבער דעם עיקר פון תורה מסיני. בתוך הדברים איז דערמאנט געווארן דעם רמב"ם'ס ווערטער אז געוויסע אמונות זענען נישט אמת אבער דארפן דאך געלערנט ווערן פארן המון עם כדי לחזק את האמונה.

עס איז באמת נישט קיין פלא אז דער רמב"ם זאל אזוי האלטן. דער רמב"ם האט שטארק געהאלטן אז די תורה נוצט - און שטיצט דאס באנוץ פון - כל מיני פעדאגאגישע מיטלן כדי צוצופירן דעם מענטש צום דרך ישרה. עס איז באקאנט דעם רמב"ם'ס דעה אז קרבנות איז בעצם נאר א מצוה וויבאלד די אידן האבן דאס געזען ביי די אומות העולם און דער רבוש"ע האט נישט געוואלט פון איין מינוט אויפן צווייטן אפרייסן ד אידן פון די סארט עבודה, דערפאר האט דער רבוש"ע געמאכט דערפון אן עבודה (אזוי ווי [tag]שליח[/tag] און [tag]לבונה זכה[/tag] האבן טאקע דערמאנט אינעם פרשנות המקרא אשכול). אגב, שליח האט אויך צוגעלייגט אז היינט ווייסן מיר אז די זעלבע איז מיט ציצית, איך בין נישט זיכער וואס ער מיינט דערמיט אבער איך בין משער אז ער מיינט צו זאגן אז מען האט געפינען דעם געדאנק פון ציצית ביי די אומות העולם פון זמן מתן תורה און דערפאר איז מסתבר אז היינו טעמא דקרבנות היינו טעמא דציצית, דער רבוש"ע - אנשטאט אוועקנעמען די רעליגיעזע ריטואלען פון די אידן האט דער רבוש"ע דאס געמאכט פאר א מצוה. אויב מאך איך א טעות אין הבנה זאל שליח מיך ביטע פאררעכטן. עכ"פ, עס איז נישט קיין וואונדער אז דער רמב"ם נעמט אן אז געוויסע אמונות אין די תורה זענען נישט ריכטיג, און ווערן נאר גענוצט אלץ פעדאגאגישע מיטלן צו בייאיינפלוסן דעם המון עם זאל היטן די תורה. דער מקור צו דעם רמב"ם איז אין מורה חלק ג' פרק כח. שרייבט דער רמב"ם אזוי (איבערגעטייטשט דורך מיכאל שווארץ. פאר תרגום אבן תיבון, דרוקט דא):

דער רמב"ם האט געשריבן:כן גם קוראת התורה אל אמונות מסוימות שהאמונה בהן הכרחית לשם תקינות המצבים המדיניים, כגון שאנו מאמינים שהוא יתעלה יחרה אפו על מי שהמרה את פיו, ולכן חייבים לפחד, לירא ולהיזהר מן העבירה. ...
הבן את מה שאמרנו בדבר האמונות, שיש שהכוונה היא אך ורק שהמצוָה תביא לידי אמונה נכונה, כמו האמונה בייחוד, בקדמות האל ובכך שהוא אינו גוף. ויש שאותה אמונה הכרחית להרחקת העֹשֶק ההדדי או להקניית מידות טובות, כגון האמונה שהאל יכעס מאוד על מי שעשק, כמו שאמר: וחרה אפי והרגתי [אתכם בחרב. והיו נשיכם אלמנות ובניכם יתֹמים] (שמות כ"ב, כ"ג), וכגון האמונה שהוא יתעלה נענה מייד לשוועת העשוק או המרומה: והיה כי יצעק אלי ושמעתי כי חנון אני (שם, שם, כו).


דער רמב"ם איז מחלק צווישן צוויי סארטן אמונות. עס זענען דא זאכן וואס מיר מוזן גלייבן דערין וויבאלד דאס איז דער אמת. צום ביישפיל, אז עס איז נאר דא איין איינציגער באשעפער. אדער אז דער רבוש"ע איז נישט קיין גופני. אבער דערגעגן זענען דא זאכן וואס מיר מוזן גלייבן דערין וויבאלד אן דעם וועט דער סאציאלער ארדענונג גיין א גאנג. צום ביישפיל, מיר מוזן גלייבן אז דער אויבערשטער ווערט אויפגערעגט ווען איינער איז עובר אויף אן עבירה. עס איז אבער נישט אמת, עכ"פ לויטן רמב"ם. אייגענטליך, לויטן רמב"ם איז זאגאר כפירה צו גלייבן אז דער רבוש"ע ווערט אויפגערעגט אדער קען האבן סיי וועלכע מצב רוח, וויבאלד דער אויבערשטער איז קדמון לכל נברא איז נישט שייך קיין שינוי ביים אויבערשטן. אזוי אויך, וויבאלד דער רמב"ם האלט אז עס איז כפירה צו זאגן אז דער אויבערשטער האט א גוף אדער משיגו משיגי הגוף, טאר מען נישט זאגן אז דער רבוש"ע האט הרגשים וויבאלד דאס איז פונקט אזוי קארפאריאליסטיש ווי צו זאגן אז דער רבוש"ע האט א האנט אדער קומט און גייט. נאר וואס דען? די סיבה פארוואס עס שטייט יא אין די תורה אזעלכע מושגים ווי אז דער אויבערשטער רעגט זיך, האט רחמנות, הערט צו תפילות וכדו' איז וויבאלד די זאכן זענען ווי דער רמב"ם רופט זיי אן "אמונות הכרחיות", זאכן אין וועלכע מען מוז גלייבן אויב וויל מען א נארמאלען סאציאלען ארדער.

ווי כ'האב דערמאנט אין פילון'ס אשכול נוצט מלך שפירא דעם געדאנק צו פארענטפערן א שווערן רמב"ם. דער רמב"ם האט אין זיין פירוש המשניות צוויי עיקרי אמונה אויף וועלכע עס איז נישט קיין שום ספק שבעולם אז דער רמב"ם האט געוואוסט אז עס איז נישט ריכטיג. איין עיקר איז דער עיקר פון בריאה יש מאין (וועלכע איז משמע פון דעם רמב"ם'ס אריגינעלע ווערטער אין זיין פערטער עיקר, און זענען שפעטער געווארן צוגעלייגט דורכן רמב"ם בפירוש.) און די צווייטע איז די אמונה אז יעדע איינציגסטע ווארט אין די תורה ווי מיר האבן עס היינט איז געגעבן געווארן למשה מסיני. עס איז גאנץ קלאר אז דער רמב"ם האט נישט געהאלטן אז איינער וואס גלייבט נישט אין בריאה יש מאין איז א כופר וויבאלד דער רמב"ם זעלבסט שרייבט אין מורה אז ער וואלט נישט געהאט קיין פראבלעם משלב צו זיין אפלטון'ס שיטה פון קדמות העולם מיט די תורה (משא"כ אריסטו'ס שיטה). די זעלבע איז מיט די עיקר פון תורה מסיני, עס איז גאנץ קלאר אז דער רמב"ם האט געוואוסט פון די אלע חסירות ויתירות וכדו'. און כאטש געוויסע האבן גע'טענה'ט אז דער רמב"ם האט קיינמאל נישט געזאגט אז מ'מוז גלייבן אז יעדעס אות איז מסיני, איז אבער למעשה דא דער רמב"ם אין אגרת תימן וואו ער שרייבט קלאר בפירוש אז יעדעס איינציגסטע ווארט איז מקובל מסיני און עס זענען נישטא קיין שום חילוקי נוסחאות אין די ספרי תורה פון איבער די גאנצע וועלט! א דערקלערונג וואס איז זיך פשוט סותר מיט די מציאות. שפירא טענה'ט אז די אמונות פון בריאה יש מאין און תורה מסיני זענען אזעלכע סארט אמונות וואס זענען הכרחיות פארן המון עם אבער זיי זענען נישט אמונות אמיתיות. לגבי בריאה יש מאין איז פשוט פארוואס דער רמב"ם האט דאס געזען אלס אן אמונה הכרחית, וויבאלד רוב מענטשן ווייסן נישט די חילוק צווישן אפלטון'ס שיטה אין קדמות העולם און אריסטו'ס שיטה. דערפאר איז גרינגער און מער פארשטענדליך פארן המון עם אז קדמות העולם איז כפירה און פערטיג. לגבי דער עיקר פון תורה מסיני שרייבט שפירא אז דאס איז וויכטיג כדי צו זיך קעגן שטעלן דעם אראבישן "תחריף" דאקטערינע, אז די אידן האבן געטוישט די תורה.

לויט דעם איז פארשטענדליך אז אין פירוש המשניות, וואס איז געווען מיועד פארן המון עם, האט דער רמב"ם געזען פאר וויכטיג אפצושרייבן די דאגמעס אפילו ווען ער האט נישט געהאלטן אז אלע דרייצן דאגמעס זענען אמונות אמיתיות. אבער אין מורה, וואס איז ווי ער שרייבט אין הקדמה, מיועד פאר דעם איין חכם צווישן טויזענט טפשים, האט ער זיך יא ערלויבט צו שרייבן ברייטער און זאגן זיין מיינונג אויף קדמות העולם וכדו'.

דבר בעתו מה טוב, מיר שטייען יעצט פאר ראש השנה איז אינטערעסאנט צוצולייגן וואס כ'האב געזען ברענגן אז דער מאירי שרייבט אין חבור התשובה בשם דער אבן עזרא, אז לכאורה שטייט אין חז"ל שלשה ספרים נפתחים בר"ה, און פון צווייטן זייט ווייסן מיר אדם נידון בכל יום? איז דער אבן עזרא מסביר אז אודאי איז נישטא קיין חילוק צווישן ראש השנה און א צווייטן טאג פון יאר מצד דינו של הקב"ה. נאר וואס דען? מ'דארף דאך האבן איין טאג אין יאר וואס דעמאלטס ווידמעט מען פאר תשובה און פאר קבלות טובות, און וויבאלד תשרי איז דאך מזל מאזנים, איז דאס א גוטע צייט מעורר צו זיין מענטשן תשובה צו טון און מפשפש זיין במעשיהם, און דערפאר האבן חז"ל געזאגט בדרך משל אז אין ר"ה איז דא שלשה ספרים נפתחים און אז דעמאלטס ווערט מען נכתב לחיים טובים אדער פארקערט. אבער באמת איז עס נישט אזוי. אין אנדערע ווערטער, דאס אז ראש השנה איז א יום הדין איז א אמונה הכרחית, כדי דער עולם זאל תשובה טון און זיך מאכן א חשבון הנפש כאטש איינמאל א יאר.

דער אבן עזרא האט געשריבן:ואצל אבי העזרי סבה מפוארה בבחירת זה הזמן, והוא נמשך על משל אמרו, פלס ומאזני משפט לה', והוא דמיון מאמר רבותינו בענין שקול עונות וזכיות, והוא שידוע שבזה החדש, ר״ל תשרי, תכנס חמה במבט מזל מאזנים, והמזל הוא קבוץ כוכבים על צורת מאזנים ותוך הצורה צורת אדם כעסן וספר פתוח בידו, ועל זה הדמיון נבחר זה הזמן להיות האדם מתבונן כי שקול ישקל כעסו והנה צדקו ורשעו במאזנים ישאו יחד לתת לאיש כדרכיו אם טוב אם רע, והוא אמרם בסתרי דבריהם, שלשה ספרים נפתחים בראש השנה אחד של צדיקים גמורים ואחד של רשעים ואחד של בינונים, צדיקים גמורים נכתבים ונחתמין לאלתר לחיים, רשעים גמורים נכתבין ונחתמין לאלתר למיתה, של בינונים תלויין ועומדין מראש השנה ועד יום הכפורים, זכו נכתבין לחיים, לא זכו נכתבין למיתה, נשא משלו תחלה על דרך שלשה ספרים נפתחין, נמשך אל הצורה הנזכרת, עם היות הלשון מפורסם גם כן האמת על היות המעשים ידועים אצלו כאמת, "מספרך אשר כתבת", והוא אמרם במשנת חסידים וכל מעשיך בספר נכתבין, ואמר שהם נפתחין בראש השנה על צד מה שבארנו, וזה מהשתדלות דרכי הדת להיות להם בזה הערה מחודשת בזמן ידוע ובא כלל ענינו למצרף, והגבלת הזמן אמנם יהיה מצד עצמו, לא ליחד ולהגביל הזמן במשפטי ישרו, כי הוא ית' לא נסגרו ספריו לעולם עד שיפתחו בראש השנה, והוא אצלי אמרם, אין ב״ד של מעלה נכנסין לדין אלא אם כן קדשו ב״ד של מטה את החדש, כבר התבאר זה על פי קצת מפרשים, ואצלי לפרש על זה הצד אמרם ע״ה בארבעה פרקים העולם נדון, והוא באור נכון, וכבר העיד וגלה האמת ר׳ יוסי ע״ה באמת, אדם נדון בכל יום, ועל צד משל להיות המעשים ידועים, ומשל הספר בא מזה מאמר נכבד לר' עקיבא השלם במשנת חסידים, האריך בו על אפני התשובה והיות ידיעתו ית׳ סובבת ומקפת מאין זמן מוגבל והוא אמרו, הכל נתון בערבון וגו', הפנקס פתוחה והיד כותבת וכו', והחכם השלם כיון בזה המאמר להעיר האדם על עניני עצמו והשתדלו בסבב לעצמו אפני שלמותו.


אויך איז אינטערעסאנט צוצולייגן מענין לענין אז עס ווערט געברענגט אין דברי יואל בשם דער ערשטער סאטמארער רב זי"ע, אז דער רמב"ם שרייבט דאך אין הקדמה צום מורה אז אפילו טויזענט טפשים וועלן קליא ווערן דערפון לוינט זיך עס נאך אלץ פאר דעם איין חכם וואס וועט האבן א תועלת דערפון. זאגט דער רבי, מען האט געמאכט א חרם אויפן מורה אז קיינער טאר דאס נישט לערנען, נו איז דאך געוואלדיג. די טויזענט טפשים פאלגן דעם חרם און דער איין חכם וואס קען האבן א תועלת דערפון פייפט זיך טאקע אן אויפן חרם און לערנט עס יא... אין א געוויסן זין קומט אויס אז דער סאטמארער רב זי"ע האט געהאלטן אז די איסור צו לערנען פילאזאפיע איז אזא סארט "איסור הכרחית" און נישט קיין איסור אמיתות (און ווי אנדערע האבן אנגעצייכנט איז מעגליך אז דאס גאנצע שיטה הקדושה אז ציונות איז כפירה איז נישט מער ווי אן אמונה הכרחית, און אזוי זאגט מען טאקע נאך פון דעם סטייפלער אז ער האט געזאגט אז כלל ישראל דארף האבן נטורי קרתא כדי זיי צו האלטן אין די ראמען זיי זאלן נישט צו שטארק נתקרב ווערן צו די פרייע ציונים, ודפח"ח).

האטס מיר א כתיבה וחתימה טובה.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.

דער אשכול פארמאגט 93 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר