פיוטי היוצרות - דזשעז מוזיק?

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
מורינו הרב
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1136
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 05, 2012 4:48 pm
האט שוין געלייקט: 110 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 307 מאל

פיוטי היוצרות - דזשעז מוזיק?

שליחה דורך מורינו הרב »

איך בין נישט אזא גרויסע מבין אין די דזשעז מוזיק, אדער אין די ראפר סטייל געזינגאכטס, קוקנדיג אבער אמאל קליפס דא און דארט האב איך באמערקט אז דער מהלך איז צו זאגן זינגנדיג גאנצעטע מעשיות און געדאנקען, עס איז א בחינה פון רישא לא סיפה, עס פארט פון ענין צו ענין אן קיין פאראויסגעזעענע פלאן. אנדערש ווי א געווענליכע ניגון וואס איז געבויט אויף א מהלך, וואס דער סוף איז מקשר מיטן אנהויב, איז דארט גייט עס איינס נאכן אנדערן און עס פארט א באן.

קוקנדיג אין די יוצרות פון יום-טוב, נאכן טייטשן די שווערע ווערטער מיטן מטה לוי און דעם מחזור המפורש, שטעלט זיך מיר ארויס אז די פיוטים פון יוצרות גייען אויך אויף דער מהלך, עס פארט פון מעשיות, צו הלכות, און פון דארט צו ענינים און מוסר רייד, אן קיין המשך און סדר, דער עיקר איז אז עס גראמט און מען לויבט דעם אויבערשטן.

איך האב דעריבער געקלערט אז מען קען גרינג מקשר זיין די צוויי זאכן, און מעגליך אז עס איז געמאכט געווארן צו זינגען אויף אזא אופן. אדרבה! נעמט איין פיוט פונעם יוצרות פון סוכות, חזר'ט עס אייך איין מיט די טייטש (עס איז נישט אזוי שווער), און אויב אן זינגען דאס אויף דזשעז, זיך שאקלנדיג אויף אלע זייטן מיטן גאנצן גוף, וועט איר זען אז עס קלאפט א מחיה.

ווער עס האט געמאכט דעם עקספערמענט, זאל זיך אנרופן.

דער אשכול פארמאגט 14 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר