געדאנקען אויף עולם העליון, עולם הבא, גן עדן און גיהנם

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3109
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 7511 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6612 מאל

געדאנקען אויף עולם העליון, עולם הבא, גן עדן און גיהנם

שליחה דורך הוגה »

[justify]עס איז דא א באקאנטע ווערטל, עס גייט בערך אזוי: א איד איז נפטר געווארן און ווי נאר ער האט דורך געטרויטן די טויערן פון הימל האט אים זיך גענומען ווארפן אלע ביינער פאר ציטער, ארכבותיו דא לדא נקשן. קומט א מלאך צו צו אים און פרעגט אים "ר' איד, פארוואס ווארפט איר זיך אזוי?" ענטפערט אים דער איד אז ער ציטערט פארן גיהנם. זאגט אים די מלאך, "איר האט נישט פון וואס מורא צו האבן, איר קומט דאך שוין פון גיהנם". ע"כ.

די מעשה שטימט גוט מיט די notion וואס מען האט אונז געלערנט אלץ קינדער אז די מער יסורים מען האט אויף דער וועלט, אלץ ווייניגער וועט מען כאפן אויף יענער וועלט. אלזא, דער פשוט'ער תהלים איד וואס איז במסירת נפש געפארן צו זיין רבי אין די ביטערע פרעסט און האט געמוזט שטופן די וואגן אין די שווערע בלאטע, מען וועט ארויפלייגן די פערד, וואגן צוזאמען מיט די בלאטע אויפן וואגשאל ביים בית דין של מעלה. און די האלעקאוסט סורווייווער האט א VIP pass גראד אריינצוגיין אין גן עדן. דער בלוטיגער ארימאן וועט מען ארויפלייגן זיינע פארלאטעטע שיך אויף די כף של זכיות, בשעת די גביר וועט מוזן לייגן זיינע גאלדענע קנעפלעך אויף די כף של חובות.

אבער צוריק צום אויבן-דערמאנטע מעשה. ווען איך האב געהערט די מעשה איז מיר אריין א מחשבה'לע אין קאפ, אפשר זעמיר טאקע יעצט אין גיהנם? אדער בעסער, אפשר זעמיר יעצט אויף יענער וועלט (וואטעווער "יענער" מיינט), די אלע וואס ליידן דא קומען אפ אויף די עבירות וואס זיי האבן געטון אונטן, און די אלע וואס האקן א לעבן (ברוחניות פארשטייצעך) ווערן באצאלט פאר אלע גוטס וואס זיי האבן געטון?

איך ווייס אז איר טראכט אז איך בין משוגע. כ'מיין, וועלכע חדר יונגל ווייסט דען נישט אז גיהנם איז א ריזיגע הייסע פייער אזוי ווי א קאלעך אויווען, און פאר גרעסערע רשעים איז דא צואה רותחת, און פאר גאר גרויסע רשעים איז דא כף הקלע. און גן עדן ווייסט דאך א יעדער איינער אז עס איז א ריזיגע היכל התורה, מיט גאר שטארקע ווייסע פלורעסענט לייטס, וואו מען זיצט א גאנצע טאג און מען איז נהנה מזיו השכינה.

יא, א יעדע חדר יונגל ווייסט דאס טאקע, אבער א יעדע ערוואקסענע פארשטייט אז אין עולם העליון איז נישט דא קיין פייער אדער צואה, אויך איז נישט דא קיין גאלדענע שטולן און קיין אויבן אן פאר די גרויסע צדיקים. עס איז אפילו נישט דא קיין וואגשאל, נישט קיין דיגעטאלע און נישט אפילו די אלטמאדישע מיט די צוויי טעלערלעך. אויב איז דאס נישט, דאן וואס יא?

מען קען אריינגיין אין אסאך שפעקולאציעס און הסברים, מען דארף אבער געדענקען אז קיינער איז פון דארט נישט צוריקגעקומען פארציילן וואס עס קומט דארט פאר.

איינס פון די הסברים איז אז די שכר ועונש בעולם העליון וועלן זיין רוחניות'דיגע פיין און הנאה, און די געפילן וועלן זיין בדמיון צו די גשמיות'דיגע געפילן פון פייער, גאלדענע שטולן וכדומה.

אנדערע ערקלערן אז מען וועט פילן כאילו מען מאכט מיט גשמיות'דיגע געפילן פון פיין און תענוגים. און דא קריכט מיין מחשבה'לע צוריק אריין. אפשר געשעהט דאס יעצט צו מיר? אפשר ווער איך יעצט באצאלט פאר אלעס וואס איך האב געטון אויפן עלמא דשיקרא. לדוגמא, איך האב איינמאל בשעת'ן לעבן מחזק ומחיה געווען א צעבראכענע נשמה. צוליב דעם גייט מיין נשמה קריגן שכר אז ס'גייט דמיונ'ן און פילן כאילו מען גיבט איר אסאך לייקס אויף דער ארטיקל? איר האלט אז איך בין משוגע? פרעגטס מיך אפ!

ומדי דברי בו וועל איך אויפברענגען נאך אן ענין וואס באדערט מיר שוין א לאנגע צייט. פארוואס האט די אייבערשטער באשאפן שכר ועונש בעולם העליון? די פשוט'ע ענטפער איז כדי אז עס זאל האלטן מענטשן אין line. אויב אזוי איז שווער וואלט דאך נישט געדארפט זיין קיין עכטע גן עדן וגיהנם, ס'וואלט געווען גענוג ווען מען באשאפט א מיטאס פון גן עדן וגיהנם צו האלטן די מענטשן אין line? ועוד, און אפשר איז טאקע אזוי.

איך ווייס אליין נישט וואס איך וויל דא מיט דער שמועס דא, איך שרייב סך הכל אפ מיינע מחשבות בשעת'ן טראכטן. די נושאים זענען רחבים מני ים, איך האב נאך אסאך צו שרייבן, ועוד חזון. דערווייל, דא האט איר דאס, און טוט מיטן שמועס כטוב בעיניכם.




.[/justify]
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל

דער אשכול פארמאגט 26 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר