אראומע 27# קען מען היינט מקיים זיין מצות תכלת?

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
חלזון
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 19
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 24, 2014 7:42 pm
האט שוין געלייקט: 28 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 56 מאל

אראומע 27# קען מען היינט מקיים זיין מצות תכלת?

שליחה דורך חלזון »

תכלת אינו כשרה אלא מן החלזון, כדי צו קענען יוצא זיין מצות תכלת מוז די פארב קומען פון א חלזון, איז די שאלה וואס איז דאס דער חלזון?

אין חז"ל געפינען מיר פארשידענע סימנים וואס געבן א בילד אויף אויף דעם חלזון. אבער וואס איז דער פשוט'ער פירוש המילות און טייטש פון דעם ווארט 'חלזון'?
רש"י אויף דאס ווארט "חלזוני" (מין חלזון - רש"י) טייטשט, אז דאס איז: לימ"ץ בלע"ז. אזוי טייטשט אויך רבינו גרשום. אויך אויפ'ן לשון קודש'דיגן ווארט "חומט" (איינס פון די שמנה שרצים מן התורה) טרעפן מיר אז רש"י טייטשט אויף 3 פלעצער אז דאס איז 'לימצ"ה'. אזוי שרייבט אויך: דער ראב"ד; סמ"ג; און תוס' רי"ד; אז חומט מיינט "לימצ"ה" (אדער לימצ"א לימצ"ו לימס"א, והיינו הך).
נאך א לשון הקודש'דיג ווארט טרעפט מען וואס רש"י פארטייטשט אויף עטליכע ערטער אלס לימצ"א: דאס איז דאס ווארט "שבלול". אזוי טייטשן אויך דער ב"ח און רד"ק: "לימצ"א" (אדער לימצו"ן; לימס"א).
זעט מען קלאר אז א חלזון היינו לימצ"א, און לימצ"א היינו שבלול.

די גדולי האחרונים, א שטייגער ווי דער מהרי"ל, מהרש"ל און ב"ח, שרייבן אז אין דייטש ווערט א "שבלול" (און "חומט" - מהרש"ל) אנגערופען 'שנעק'!.
דער מהרש"ל שרייבט טאקע קלאר, אז "חומט" און "שבלול" זענען ביידע די זעלבע זאך, און ווערן אנגערופן א שנעק.
דאס זעלבע טרעפט מען קלאר אין אוצר המדרשים (פרק שירה) חומט מה הוא אומר, ברענגט ער דעם פסוק: 'כמו 'שבלול' תמס יהלוך נפל אשת בל חזו שמש'.
ווייטער אין ספר השרשים (לאבן ג'נאח) שטייט אז 'שבלול' איז דאס וואס מען רופט בלשון ערבי 'חלזון'.
אויפ'ן פסוק "שמלתך לא בלתה מעליך" געפינען מיר אין מדרש רבה, אז פונקט ווי דער חלזון ווען עס וואקסט, וואקסט זיין קלייד מיט אים, אזוי אויך די אידן אין מדבר זענען די קליידער מיטגעוואקסן. רש"י אין חומש ברענגט דעם מדרש, און אנשטאט שרייבן חלזון ווי עס שטייט אין מדרש באנוצט זיך רש"י מיט דאס ווארט "חומט".
ווייסן מיר שוין אז שבלול און חומט זענען היינו הך, און ביידע טייטשן שנעק. אויך ווייסן מיר שוין אז שבלול איז א חלזון און חומט איז חלזון, אויך ווייסן מיר אז שנעק איז לימצ"א און לימצא איז חלזון... קומט אויס אז דער פשוט'ער טייטש פון חלזון איז א שנעק!
אויב האט איר ביז היינט געמיינט אז חלזון איז א סארט פיש האט איר געהאט א טעות... חלזון מיינט א שנעק!
אזוי שטייט אויך אין פירוש מהר"י הכהן (איידעם פון מהר"ל מפראג און שווער פון מהר"ם מלובלין) אז "חלזון" איז א "חומט"; אין ספר תבואות הארץ; אין תרגום פון מהר"ז בינגא (א תלמיד פון מהרי"ל) שרייבט ער אז "חלזון התכלת" איז א מין חומט שנעקע; דער יעב"ץ שרייבט אז תכלת קומט פון א חומט יימי; און אין ספר אלמרשד אלכאפי (לרבי תנחום ירושלמי) אז "חלזון" ווערט "אלחלזון" אין לשון ערבי, וואס דאס מיינט א שנעק, און דער דם חלזון וואס מען פארבט מיט דעם תכלת, איז פון א מין חלזון.

*

אין דער גמרא טרעפן מיר אז א חלזון איז אזא סארט באשעפעניש וואס איז ווי א נחש, א שלאנג. קומט אויס קלאר, אז א חלזון איז אזא סארט שנעק וואס מ'רופט היינט אויף ענגליש א SNAIL!
אינטערעסאנט אנצומערקן, אז אין פראצויזיש רופט מען עד היום א snail א לימצו"ן! ווייטער אויף אראמיש, דער שפראך פון דער גמ' וואס ווערט נאך היינט צוטאגס גערעדט אין פארשידענע ערטער אין סיריע, רופט מען א snail נישט מער און נישט ווייניגער נאר חלוזונא!... אויך אין אראביש און אין פערסיש ווערט דאס אנגערופן עד היום מיט די איינע ווארט, חַלזון!

שטעלט זיך יעצט די פראגע, פון וועלכן ווארעם רעדט מען דא? וואס זענען די סימנים פון דעם ספעציפישן חלזון- חומט - שבלול - לימצ"א - שנע"ק, וואס מ'האט טאקע פאקטיש גענוצט פאר תכלת?
זאגט רש"י: "אומר אני, אז דאס איז א מין שרץ וואס מען רופט לימצ"א, און וואקסט אין א קליפה וואס האלט אין איין מיטוואקסן ארום דעם שרץ".
אין אנדערע ווערטער, אז א חלזון איז א ווארעם מיט א SHELL! ס'האט א קליפה ארום זיך וואס האלט אין איין וואקסן. האבן מיר שוין איין סימן וועלכער ווארעם מיר זוכן. אזא סארט ווארעם וואס האט א shell ארום זיך. (רש"י אגב, זאגט טאקע בפירוש, אז דער "חלזון" וואס מ'נוצט פאר מצות תכלת איז א תולעת, א ווארעם!)
דער אויבנדערמאנטער סימן, אז דער ספעציפישער חלזון פאר מצות תכלת האט א shell, טרעפט מען אויך אין ראב"ד , ר"ש און ראבי"ה .
אזוי שרייבט אויך דער רמב"ם, אז דער חלזון איז א באשעפעניש וואס האט א "צדף" דאס הייסט א "SHELL". און אזוי שטייט אויך אין פסיקתא דרב כהנא, אז א "חלזון" האט א "נרתיק", א "האלטער".

*

אין פאקט זענען דא סנעילס סיי אויף דער יבשה און סיי אין ים, אבער דער חלזון פאר דער מצוה פון תכלת רעדט פון א סנעיל וואס לעבט אין ים!
אזוי שטייט קלאר אין יד רמ"ה, אז דאס וואס מען טרעפט אין חז"ל "חלזונות" אויף די בערג, דאס איז נישט דער חלזון התכלת, ווייל די גמרא זאגט אז דער חלזון התכלת געפינט זיך אין ים הגדול "בחלקו של זבולון", און אין ים פון דער שטאט "צור" (לבנון) ביז דער שטאט "חיפה" (א"י).
אזוי שרייבט אויך: דער רמב"ם, אז "חלזון" איז א "בעל חי הימי"; דער יעב"ץ אז דער חלזון איז א "חומט יימי" א "ים סנעיל".
און אזוי שרייבט דער רמב"ם אין משנה תורה בפירוש אז דער חלזון איז דוקא אזא סארט סנעיל וואס איז א דג, א פיש סנעיל וואס לעבט אין וואסער. אויף ענגליש: "SHELLFISH".
(מ'קען נישט זאגן אז דער רמב"ם מיינט צו זאגן, אז חלזון איז א פיש, ווייל די גמ' זאגט דאך קלאר אז חלזון 'דומה' לדג, ס'איז נאר 'ענליך' צו א פיש, דאס מיינט אז עס איז זיכער נישט קיין פיש)...
ווייסן מיר שוין דריי זאכן: דער חלזון איז א ווארעם; ער קומט מיט א האלטער ארום; און געפינט זיך אין וואסער.

קען מען היינט געפינען אזא סארט סנעיל אינעם ים הגדול אדער ים התיכון (MEDITRANIAN SEA), מיט די אלע אויבנדערמאנטע סמנים, און צי קען מען דערמיט פאבריצירן בלוי פארב?
דער ענטפער דערויף איז א קלארן יא! און דער ספעציפישער סנעיל ווערט אנגערופן מיורעקס murex! אבער פאר מיר גייען ווייטער' לאמיר אביסל אויסשמועסן די היסטאריע פון תכלת וואס וועט קלאר צייגן אז מ'רעדט טאקע פון דעם מיורעקס.

*

אין די היסטאריע ביכער פון חכמי אומות העולם וואס האבן געלעבט אנהויב בית שני (אריסטו), און סוף בית שני (פליניוס, און נאך), רעדן זיי קלאר ארום פון תכלת. מ'זעט זיי רעדן ארום באריכות פון געוויסע סנעילס וואס מען מ'פלעגט כאפן ביי די וואסערן אין מיטל מזרח "אין צור און אין חיפה", און דערמיט האט מען געפארבט גאר טייערע קליידער "בגדי מלכות" מיט פארשידענע פארבן. דאס זענען אקוטראט די זעלבע סימנים וואס די גמ' גיט אן אויף תכלת. (די רעפרענצן צו די כתבים פון חכמי אומות העולם טרעפט מען שוין אינעם יעב"ץ וועלכער צייכנט צו צו די היסטארישע שרייבער, אז זיי רעדן פונעם חלזון פון תכלת.)
ווען די חכמים און היסטאריקער פון תקופת חז"ל רעדן פון דעם ספעציפישן סנעיל וואס האט פארמאגט דעם אדער פון וואס מ'פלעגט דערמיט פאבריצירן בלוי פארב, רופן זיי דאס מיט'ן נאמען: "פורפור"א", וואס דאס איז די זעלבע נאמען וואס מ'טרעפט אויף חלזון און תכלת אין די גדולי הפוסקים. (אין ספר שלטי הגיבורים; אין חוות יאיר שטייט קלאר אז תכלת מאכט מען פון דעם דם פון א רמש הים, א געוויסער דג וואס מען רופט "פורפור". ווי אויך אסאך שפעטערדיגע אחרונים שרייבן אז תכלת קומט פון די "פורפו"ר שנעק"ע".)
נאך א קלארע ראי': אין פסוק אין יחזקאל שטייט, אז תכלת קען מען ברענגען פון אן אינזל נעבן "יון", (דער תרגום טייטשט מדינת איטליא, ווי מיר טרעפן אין חז"ל איטליא של יון). עד היום הזה ווערן די אינטרעסאנטע "פארב סנעילס" אנגערופן אין יון - גריכלאנד: "פורפור"א"!
נאך מער איז אינטרעסאנט, אז אין מדרש הגדול שטייט קלאר אויף א בגד מלכות פון תכלת - "פורפירא". און אזוי אויך ברענגט דער ראבי"ה בשם הירושלמי , וואס טייטשט תכלת - "פורפירן".
ווייטער אין תרגום השבעים ווערט געטייטשט כליל תכלת: כולו "פורפורוס". און אין מוסף הערוך (ערך פרפיר"א) שטייט אז "פורפורא" בלשון יווני ורומי מיינט א בגד תכלת. אזוי שרייבט אויך דער אר"י הקדוש, אז א בגד תכלת ווערט אנגערופן "פורפירא" דמלכא.
אזוי אויך טרעפט מען צענדליגער מאל אין מדרשים, אז בגדי מלכות ווערן גערופן מיט'ן נאמען "פורפור"א", און מיר זעען דאך פון מדרש הגדול אז תכלת איז געוועהן א בגד מלכות.
אזוי איז אויך מבואר אין יחזקאל אז "שרים ופחות" האבן אנגעטון בגדי תכלת. דערצו טרעפן מיר אז די שטאט "חיפה" האט מען פארצייטנס גערופן מיטן נאמען "פורפיריון").

*

מיר זעען קלאר אין דער גמרא, אז דורכאויס גאנץ תקופת אמוראים, האט כלל ישראל נאך יא געהאט 'תכלת' אויף צו מקיים זיין מצות ציצית, כאטש ס'איז געווען אויף א באגרעניצטן פארנעם. ערגעץ אינמיטן תקופת הגאונים זעט מען אז עס איז מער נישט געווען צו קריגן קיין תכלת. אין די צייטן פון די ראשונים טרעפן מיר אויך אז זיי האבן מער קיין תכלת נישט געהאט.
אזוי שרייבט טאקע דער רמב"ם: "עס געפינט זיך נישט קיין תכלת אין אונזערע הענט". ולאחריו טרעפן מיר אין חינוך: "שוין אסאך יארן ביי אידן וואס מיר האבן נישט געהערט ווער עס האט זוכה געווען צו תכלת".
מיט אן ערך פון טויזנט דריי הונדערט יאר איז די גאנצע אינדוסטריע פון תכלת אונטערגעגאנגען אין ארץ ישראל. פאסירט האט דאס אין דער צייט ווען די אראבער האבן איבערגענומען דאס הערשאפט אין ארץ ישראל פון דער רוימישער קעניגרייך, בתחי' תקופת הגאונים. אין יענער צייט, האבן די אידן וואס האבן מערסטנסטייל געוואוינט אין בבל און האבן געהאט שייכות מיט א"י פון וואו זיי פלעגן קריגן די תכלת, פארלוירן די הייליגע און טייערע תכלת ווייל די פראדוקציע פאר'ן המון עם האט זיך אויפגעהערט.
אבער די רוימישער מלוכה אליין, האט זיך נאך באנוצט מיט אן ענליכן פארב צו תכלת פאר הונדערטער יארן שפעטער. זיי פלעגן פאנגען געוויסע סנעילס אין אנדערע געגנטער נעבן דעם ים התיכון, און האבן געפארבט דערמיט די בגדי מלוכה מיט אזא מין "רויט פוירפל" קאליר. דאס איז געווען פאררעכנט ווי גאר א חשוב'ער פארב. דאס האט אנגעהאלטן ביז בערך 600 יאר צוריק, ווען די גאנצע רוימישער אימפעריע איז צוזאמגעפאלן.
דורכאויס די הונדערטער יארן וואס אידן האבן נישט געהאט קיין דירעקטע פארבינדונג צו די סנעיל פראדוקציע וואס האט זיך געפינען אונטער דער רוימישער הערשאפט, (און נישט אין ארץ ישראל וואס איז געווען די אריגינעלע פלאץ פון וואו אידן האבן שטענדיג געהאט תכלת) איז נישט געווען קיין מעגליכקייט צו קריגן תכלת פון דער רוימישער מלוכה.
און נאך מער, די רוימישער מלוכה האט ארויסגעגעבן גאר שטרענגע גזירות צו אסר'ן פאר'ן המון עם צו נוצן די דאזיגע סנעילס וואס פאבריצירן סיי פורפע"ל רויט און סיי בלוי. דאס איז געבליבן מיוחד פאר די קעניגן. אזוי ווייט אז עס איז געוועהן אחת דתו להמית!
מען קען נאך היינט ליינען אין זייערע ארכיוון, און די שווערע גזירות זענען געבליבן דאקומענטירט צווישן די געזעצן פון דעם פארצייטישן רוים.
און אזוי שרייבט דער רמב"ן בשעתו: אז עד היום הזה דערוואגט זיך קיינער נישט זיך צו אנצוקליידן מיט א בגד פון תכלת, חוץ דער מלך אליין בכבודו ובעצמו.
בקיצור: דער סנעיל וואס שאפט תכלת איז גע'אסר'ט געווארן דורך דער מלוכה און איז געווארן אויס נחלת הכלל, און די מלוכה אליין פלעגט ווייטער כאפן סנעילס פאר פארב בעיקר פאר פורפל, (זיי האבן נישט געהאט קיין ספעציעל אינטערעסע איו בלויע).

*

די רומישע מלוכה איז שוין צוזאמגעפאלן הונדערטער יארן און ס'איז נישטא קיין גלאטע תירוץ וואס האט גענומען אזוי לאנג צו ווידעראמאל אידענטיפיצירן דעם תכלת. מוז זיין אז מן השמים האט עס געדארפט נגנז ווערן (אזוי טרעפט מען טאקע א לשון אין אין מדרש תנחומא וואס די גאונים ברענגען דאס). פאר יארן לאנג, האבן אלע חכמים, פיזיקער און היסטאריקער, זיך געקענט מוטשען, און עס איז געבליבן באהאלטן, ביז לעצטנס, ווי דער ראדזינער רבי זצ"ל ברענגט א קבלה פונעם הייליגן קאזשניצער מגיד זי"ע, אז תכלת וועט צוריק נתגלה ווערן פאר משיח וועט קומען.
אלזא, פאר בערך 400 יאהר צוריק, ארום 200 יאהר נאכ'ן צוזאמפאל פון דער רוימישער אימפעריע, האבן פארשער פון חכמי האומות געטראפן און פעסטגעשטעלט וואס פאר א סנעילס די רוימישער מלוכה האט פארצייטנס מיט דעם געפארבט "רויט פורפל".
200 יאר שפעטער האט איין פארשער א פארמאסיסט פון וויען מיט'ן נאמען ביזיאו געטראפן 3 מינים פון דער משפחה פון "פורפורא סנעילס" וואס אלע האבן דעם ספעציעלן פארב-אָדער.
ער איז געווען דער ערשטער וואס האט אויספרובירט למעשה צו זען וואס פאר א סארט קאלירן מען קען פארבן מיט זיי. ער האט מחליט געווען אז פון צוויי קומט ארויס א "רויט פורפל" קאליר, און פון די דריטע וואס ווערט גערופן מיורעקס, קומט ארויס אזא מין "בלוי פורפל" וואס מען רופט VIOLET אין ענגליש.
א צווייטער פארשער אין יענער צייט א חיות ספעציעליסט פון פראנקרייך מיט'ן נאמען רוטיערס, האט גע'טענה'ט אז עס איז שקר, נאר פון אלע דריי קומט ארויס דער "רויט פורפל", דער חשוב'ער קאליר וואס פלעגט גענוצט ווערן דורך דער רומישער מלוכה. און אזוי איז געווארן אנגענומען.
שפעטער אבער איז אפירגעקומען קלארע באווייזן אז דער דריטער סנעיל דער מיורעקס, איז אין לויף פון די יארן קלאר גענוצט געווארן צו פאבריצירן א באזונדערן קאליר אנדערש ווי די אנדערע צוויי סנעילס. די ראי' דערצו איז געווען, ווייל מ'האט געטראפן אין דער שטאט 'צידון' וואו מ'פלעגט פאבריצירן תכלת און פארב, גאנצע בערג מיט מיליאנען אויפגעהאקטע סנעילס, און די סנעילס זענען געווען אויפגעמאכט דארט וואו עס געפינט זיך דער אדער מיט פארב; און מען האט געפינען צוויי באזונדערע בערג, איינס פון צוויי מינים, און איינס פון דעם דריטן מין מיורעקס. האט מען זיך קלאר איבערצייגט אז דאס פלעגט מען ניצן פאר א באזונדערער פראדוקציע וואס האט ערצייגן אן אנדערן קאליר.
מ'האט אבער קיין סאך נוצן נישט געהאט פון דעם גאנצן וויכוח, ווייל ווי ערווענט האבן די חכמי האומות נאר געקענט ערצייגן דערפון דעם violet קאליר, און מיר קענען נישט אננעמען אז תכלת איז עפעס אנדערש פון א ריינעם "בלוי", ווי די גמרא זאגט אז תכלת איז דומה לים און צום הימל וואס זענען ביידע בלוי, און ווי אלע ראשונים טייטשן קלאר אז תכלת איז בלוי.
אזוי שרייבט דער תפארת ישראל , אז מיר זענען נישט מקבל דאס וואס די גוים ווילן זאגן אז תכלת איז א "פורפל בלוי", ווייל דאס איז קעגן אונזער מסורה און צוליב דעם איז ער געגאנגען זוכן תכלת אין די טינט פיש.
אביסל פארשריט אין דער נושא האט מען געמאכט פאר אומגעפער 60 יאר צוריק, ווען הרב הערצאג ז"ל, וועלכער איז דאן געווען א רב אין אירלאנד, האט זיך אריינגעלייגט אין דעם ענין ראשו רובו, ער איז געקומען צו דער מסקנא, אז לויט אלע ווארשיינליכקייטן, איז דער מיורעקס די "סנעיל" וואס מען האט מיט דעם געמאכט "תכלת"; אבער למעשה קען מען דאס נישט אננעמען וויבאלד עס גיט נישט ארויס א ריינעם בלויען קאליר. דעריבער מוז מען זאגן א דוחק גדול, אז עס איז געווען אמאל נאך א סנעיל וואס פון דעם איז נישט געבליבן קיין זכר, ניטאמאל ווערט עס דערמאנט אין די היסטאריע ביכער... און מ'טרעפט נישט דערפון קיין שום ארכיאלאגישע געפינסן וואס זאלן צייגן אויף עפעס איבערבלייבענישן פון דעם פארב... און דאס איז געווען דער תכלת...

*

און דאן האט עס פאסירט!
פאר בערך 30 יאהר צוריק האט פאסירט דעם דורכברוך, ווען פארשער אין ארץ ישראל האבן דורך א צופאל אויסגעטראפן, אז אויב לייגט מען דעם "דם חלזון" שטיין אונטער דער זון פאר א קורצער צייט, ווערט דערפון א קלארן בלוי!
אויך איז די כעמיקאל צוזאמשטעל פון דעם קאליר נאכ'ן זיין אונטער דער זון, אויסגעקומען צו זיין גענוי ווי דער כעמיקאל צוזאמשטעל פון "אינדיגו", וועלכע איז א קאליר וואס קומט פון א געוויסן צומח, וואס מען פלעגט זיך באנוצן דערמיט בימי חז"ל. חז"ל רופן דאס אן מיט'ן נאמען "קלא אילן", ווי דער ערוך און נימוקי יוסף און אנדערע ראשונים טייטשן טאקע אז דאס איז אינדק"ו.
דער 'אינדיגו' איז קיינמאל פארגעסן געווארען, און די גוים האבן דאס נאך גענוצט אין גרויסן ביז'ן לעצטן יאר הונדערט ווען סינטעטישע קאלירן זענען ערפינדן געווארן און האבן איבערגענומען די מארקעט (עד היום נוצט מען דאס נאך אין פרימיטיווע צוריקגעשטאנענע פלעצער).
די גמרא ווארנט אן, אז דער באשעפער איז דער איינציגער וואס קען דערקענען דעם חילוק פון תכלת און קלא אילן, און ער וועט באשטראפען איינער וואס וועט אנטוען ציצית פון "קלא אילן".

*

די סוגיא האט געהאלטן ביים געשלאסן ווערן, מיורעקס האט מיט זיך ממש אלע סימנים וואס חז"ל זאגן אויף תכלת:
א. דעם ארט וואו עס געפינט זיך [צור, חיפה און יון].
ב. דעם אופן וויאזוי מען פאנגט דאס [מיט נעצן, מיורעקס ווערט געפאנגען מיט א ספעציעלן גאר אייגנארטיגן מהלך].
ג. וואו דער פארב געפינט זיך [נישט אין דעם דם החיות נאר אין א באזונדערן אָדער];
ד. וויאזוי מען מאכט דעם פארב [מ'דארף עס נעמען דוקא ווען ס'לעבט, מ'דארף עס אויפקאכן מיט סמנים, דערנאך איינטינקען א טראפ צו זען צי דער פארב איז גוט];
ה. עס איז בעסער פון צמחים [ווייל עס האלט זיך גוט, און נישט ווי "קלא אילן"].
ו. דעם באנוץ דערפון אין לויף פון דער היסטאריע [אז די אומות העולם פלעגן דאס נוצן פאר זייערע קליידונג, און דוקא די מלכים, אבער דעם המון עם האט מען גע'אסר'ט פון זיך באניצן דערמיט].
ז. דעם פרייז [גאר טייער].
ח. דעם נאמען [פורפירי"ן].

נאך מער אינטרעסאנט, אז דוקא דער ספעציפישער סנעיל (נישט די אנדערע 2 פון די זעלבע משפחה), האט א צורה פונקט ווי א פיש, ווי רש"י'ס פשט אז די צורה פונעם חלזון איז "דומה לדג", (אנדערש ווי דער רמב"ם וואס לערנט אז עס איז "דומה לדג" מצד דעם וואס עס לעבט אין וואסער). און עס געפינט זיך אין די טיפענישן פון די וואסער, וואו רוב פון זיי זענען (ווייל עס קומט דאך נישט ארויף נאר גאר זעלטן "איינמאל אין זיבעציג יאהר" ווי חז"ל זאגן, און דעריבער דארף מען עס גיין פאנגען ווי חז"ל זאגן), האט עס אויף זיך אזא גרינעם קאליר וואס מאכט עס אויסזען פונקט ווי דער ים, ווי דער גמ' זאגט "גופו דומה לים". (אויך האט דוקא די סנעיל אזעלכע שיינע שורות וואס זעען אויס ווי וואלן פון די "ים").

איין קשי' איז אבער נאך פארבליבן ווייל די גמ' דערמאנט נאר אז מ'קאכט דעם תכלת, און פארוואס זאגט נישט די גמ' אז מ'דארף עס לייגן אונטער דער זון.

דער תירוץ איז ווייל מ'דארף טאקע נישט!... די וואס האבן עס געלייגט אונטער דער זון האבן עס פשוט נישט אויפגעקאכט ווייל היינט מיט די כעמיקאלן קען מען צוגרייטן פארב אפילו בלויז דורך אנווארימען אביסל מער ווי יד סולדת און ס'פעלט נישט אויס עס זאל ממש קאכן. אבער למעשה אויב קאכט מען אויף דעם "תכלת" סנעיל, טוישט זיך דעם קאליר אין איין מינוט צו בלוי!
דער רבי פון ראדזין זצ"ל האט טאקע געטון ווי דער גמ' זאגט, און האט אויפגעקאכט זיין דם. ווי דער גבאי שרייבט האט ער עס אויפגעקאכט "כאש של גיהנום" גאר... שפעטער האט זיך טאקע ארויסגעשטעלט דורך טעסטס אין א לאבאטאריע, אז צוליב'ן קאכן אויף אזא הייסן גראד איז גארנישט איבערגעבליבן דערינען פון די באשטאנדטייל פון די פיש, און די בלוי פארב איז געקומען פון IRON וואס אויב קאכט מען דאס אויף צו 900 דעגרי, ווערט דאס בלוי...).

דער אשכול פארמאגט 71 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר