פעמעניזם, א טעימה פון ימות המשיח

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ראש הישיבה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 4:35 pm
האט שוין געלייקט: 972 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1110 מאל

פעמעניזם, א טעימה פון ימות המשיח

שליחה דורך ראש הישיבה »

[justify]ווי עס קומט אויס פון חז"ל איז די פרוי געווען די נכס פון די מאן. זי האט אים געדארפט דינען מיט אלע זיינע באדערפענישן. קיין דעה האט זי נישט געהאט צופיל (סייווי איז נשים דעתן קלות). זי איז געווען די עקרת הבית קאכן וואשן מאכן די בעט. זי האט אים געדארפט צושטעלן אלע זיינע באדערפענישן אינקלודינג (באט נישט לימיטעד) צרכי גבר. פאשטייט זיך אז ער האט געדארפט דאגה'ן אויף פרנסה, סוף כל סוף שטייט דאך אין די כתובה אנא איזון ואפלח וכו'. גראדע האט מען רחמנות געהאט אויף זיי און זיי פראטעקטעד מיט די כתובה געלט אז דער מאן זאל איר נישט קענען שטויסן ווען ער וויל, עס זאל נישט זיין לייכט. אזוי אויך שטייט מכבדה יותר מגופה. אבער פון דברי חז"ל זעהט מען אז די פרוי האט נישט געהאט דעם רמה און רעכט וואס איז היינט צוגעטיילט ביי פרויען. און אודאי נישט אזויווי מען רופט עס איקוואל רייטס (EQUAL RIGHTS).

היינט איז די מצב אינגאנצן אנדערש. דער פרוי איז א גאנצע בעלת דעה. אויף יעדער זאך איז גלייך בארעכטיגט צו זאגן און זיך שטעלן אויף איר מיינונג. זי איז אויך געווארן מער א פראדאקטיווע מין אנושי. בימים קדמוניות האט א פרוי נאר געקענט פראדוצירן קינדער, חוץ מזה גארנישט. יא, נישט פארגעסן אז שניידן האט זי געקענט, עס שטייט דאך סדין עשתה ותמכור.

היינט איז דאכט זיך נישטא קיין איין פראפעשאן וואס פרויען האבן נישט א חלק אין דעם. זיי זענען דאקטורים, טעראפיסטן. בוכהאלטערס, און מענעדזשערס. זיי האבן און פירן אייגענע ביזנעסער, און זיי זענען אויף סי אי או'ס פון אנדערע גרויסע ביזנעסער. זיי דרייוון קארס טראקס באסעס באנען און אפילו עראפלאנען (יא, מאך נאר זיכער ווי זי האלט אין די ווסתות פאר דו פליסט מיט איר). זיי זענען פראגראמערס און נעטווארקערס. זיי זענען סעילספרויען און ביזנעס אדווייזערס. לייף קאוטשעס, אז עס איז נישטא קיין זאך וואס די פרוי קען נישט טוהן.

דער זאך איז נישט נאר ביי די גוים. נאר ביי אונז אידן ווערט עס מער און מער אן ערשיינונג ווי פרויען זענען גאר די ברעד ווינערס, ווי מען רופט עס.

די שאלה איז, על מה עשה השם ככה אז עס זאל זיין אזא גרויסע שינוי אין דעם ענין?

איך בין אמאל געווען ביי א פארברענג מיט הרב יוסף יצחק גורארי שליט"א משפיע בישיבת ליובאוויטש אין די שטאט דעטרויט. ער האט דארט ארום גערעדט פון די ענין אז די וועלט גרייט זיך אויף ביאת המשיח. ער האט געזאגט דארט אז די פאקט אז אפילו די גוים זיכען היינט ספיריטשואליטי איז סימן אז די וועלט זוכט רוחניות. ער האט גענוצט א דוגמא אז מען זעהט אז די קבלה מאוומענט איז א שטארקע מאוומענט ביי די גוים. וואס דארפן זיי קבלה? נאר די לעומת זה, איז מרגיש אז עס קומט א התגברות פון רוחניות דקדושה, איז ער מתגבר רוחניות דטומאה. עכת"ד. [איז געווען דארט אזעלכע וואס האבן נישט געקענט מקבל זיין דיע דיבורים. אבער ער האט נישט געמיינט צו זאגן אז קבלה מאוומענט איז א גוטע זאך, ער האט נאר געמיינט צו זאגן אז דאס איז א תוצאה פון דעם אז דער וועלט גרייט זיך אויף ביאת המשיח]

איך האב געזען אין תורה אור פרשת ויגש זאגט מורא'דיגע ווערטער.


די תוכן פון די ווערטער איז אז יעצט איז די נוקבא (מדת המלכות) נאר א מקבלת, זי איז נישט קיין משפיע. וועגן דעם איז אויף דער וועלט הגשמי די נקבה נאר א מקבלת. אזוי אויך ביי די קידושין איז זי שטיל, נאר דער חתן זאגט הרי את וכו', אבער די כלה איז שטיל ווייל די נוקבא איז א מקבלת. אבער לעתיד לבא וועט זיין אשת חיל עטרת בעלה, די נוקבא וועט גאר זיין א קרוין מלמעלה, זיי וועט זיין א משפיע. ולכן ווען משיח וועט קומען שטייט מהרה ד' אלקינו וכו' קול ששון וקול שמחה קול חתן וקול כלה. ד"ה די כלה גייט אויך זיך לאזן הערן, זי גייט אויך זיין א משפיע.

ווי עס זעהט אויס פון דעם, גייט די מעמד פון די נשים צדקניות זיין סאך העכער ווען משיח וועט קומען ווי עס איז היינט.

אויב מעג מען זאגן געבט דאס אן אור אויף די שינוי פון די מעמד פון נשים בימינו אלה. וויבאלד משיח קומט בקרוב ממש, ממילא הייבט זיך שוין אהן די זאך אז נשים זענען משפיעים כמעט (אדער פונקט) ווי די מענער. די גוי שרייט איקוואל רייטס. דאס קען זיין אויך מטעם זה אז די צד שלעומת זה איז מרגיש און די התגברות פון קדושה לקראת ימות המשיח.


איך זאג דאס בדרך הצעה, און וואלט זיך געפרייט צו הערן ענקער מיינונג אויף דעם.[/justify]

דער אשכול פארמאגט 16 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר