דע את עצמך: קען דיינע קארטן!

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
פלאוויוס
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 539
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 22, 2014 10:27 pm
האט שוין געלייקט: 982 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1078 מאל

דע את עצמך: קען דיינע קארטן!

שליחה דורך פלאוויוס »

דער ספּאָרט פון ויכוחים

מיר אלע ווייסן אז ווען צוויי מענטשן פירן א ויכוח קען זיך עס ציען ביז אן אומבאשטימטער צייט אן דעם וואס איינער זאל צושטימען צום צווייטן, אבער פאר דעם וואס קוקט זיך צו פון דער זייט, אן קיין שום אינטערעס צו איינעם פון די צדדים, קען זיך אפט קלאר אנזען אז איין זייט שטייט בעסער אינעם ויכוח ווי די אנדערע זייט. דאס הייסט נאכנישט אז יענער צד איז דער ריכטיגער צד, נאר דאס הייסט אז ער קען בעסער זיינע אייגענע קארטן ווי זיין קעגנער.

לאזט מיך ערקלערן וואס איך מיין דערמיט. אין יעדן ויכוח זענען דא צוויי זייטן, און אויף יעדער קשיא איז דא א תירוץ, אדער ווייניגסטנס אן אויסוועג פונעם פלאנטער. יעדער מענטש אין דער וועלט האט מיינונגען אויף פארשידענע זאכן, און די אלע מיינונגען האבן וועגן ווי זיי קענען ערקלערט ווערן, אבער רוב מענטשן קענען נישט די אונטערליגנדע פילאזאפיעס, און ממילא זענען זיי נישט ביכולת צו פארטיידיגן זייערע שטעלונגען. דאס הייסט אז א ויכוח איז אין אמת'ן נישט קיין מלחמה צווישן "צוויי שיטות", נאר א ויכוח צווישן צוויי מענטשן וואס פארמעסטן זיך אויף דער פראגע פון "ווער קען בעסער פארטיידיגן זיין שיטה".

דאס ברענגט אונז צו דער מסקנא אז פירן ויכוחים איז בעצם זינלאז, וויבאלד ס'איז נישט מער ווי א מין ספּאָרט. מ'קען טאקע האבן א געשמאק אין דעם, פונקט ווי מיט יעדן ספּאָרט, אבער ס'בלייבט למעשה נאר א שפיל. יעדע טענה אינעם ויכוח איז אזוי ווי א קארטל אינעם שפיל, ביידע שפילער האבן א געוויסן סכום פון קארטלעך, איינער האט בעסערע און איינער האט ערגערע, און אזוי הייבט מען אן דעם פארמעסט. איין זייט שטעלט ארויס א קארטל און דער צווייטער דארף שנעל אויפזוכן א קארטל וואס איז שטערקער פון יענעמ'ס. דערנאך קומט די רייע אויפ'ן אנדערן, א.א.וו. דער שפיל קען אנגיין אויף אייביג, אדער ביז די קארטן פון איין זייט לויפן אויס.



וואו קען מען זיך לערנען די אייגענע קארטן?

וואו קען מען זיך קויפן די קארטן אויף צו קענען געווינען אין א ויכוח? וויבאלד יעדעס קארטל איז אן ענטפער אויף יענעמ'ס קארטל, איז קלאר אז כדי צו קענען אליין האבן גוטע קארטן איז וויכטיג צו וויסן וועלכע קארטן יענער האט... אין א געווענליכן שפיל הייסט עס אומיושר (cheating) ווען מ'כאפט א בליק ביים חבר צו זען וועלכע קארטן ער האט, אבער אין אונזער פאל איז עס נישט קיין אומיושר, נאר דאס איז דוקא דער בעסטער וועג אויף צו קענען אליין האבן די בעסטע קארטן.

למשל, עמיצער וואס ווייסט ביי זיך אז מדינת ישראל האט רעכט אינעם קאנפליקט מיט די אראבער, דארף ער נישט ליינען צען ביכער וואס ברענגען ארויס זיין זייט, נאר ער וואלט מער אויפגעטון מיט'ן ליינען וואס די פאציפיסטן אדער די אראבער האבן צו זאגן. די סברא איז אז בשעת'ן ליינען מאטעריאל פון דער קעגנערישער זייט וועט אים זיין מוח אויסשפייען תירוצים אויף יעדער טענה. ער דארף אבער זיין אויפריכטיג מיט זיך און אויפזוכן דעם אמת'ן ענטפער, אדער ווייניגסטנס א וועג ארויס פונעם פלאנטער. אין געוויסע זאכן וועט ער מסתמא מסכים זיין מיט דעם וואס יענע שרייבן, אבער אינעם גרויסן בילד וועט ער זיך צוביסלעך איינהאנדלען די בעסטע קארטן צו פארטיידיגן זיין אייגענע זייט.

מאכט נישט קיין טעות, ביים לערנען ספרים פונעם צד שכנגד טאר מען נישט צוגיין מיט א פאלעמישן בליק. ווען א סאטמארער וועט לערנען הרב קוק'ס ספרים זאל ער נישט קלערן "וואספארא דברי כפירה! איך וועל עס קענען נוצן אין מיין קומענדיגן ויכוח מיט רעליגיעזע ציוניסטן..." אזא צוגאנג לערנט נישט באמת אויס די קארטן פונעם צד שכנגד, נאר ס'פארזעט יענעמ'ס צד אינגאנצן. די מטרה איז דאך נישט צו קענען געווינען דעם ויכוח, ווייל א ויכוח איז בלויז א ספארט, נאר די מטרה איז צו קענען אליין די אייגענע קארטן, און כדי דאס צו טון דארף דער שמועס ווערן געטון מיט זיך אליין. בשעת'ן אפלערנען וואס דער צד שכנגד זאגט דארף מען פרובירן עס צו פארשטיין ביזן סוף, כדי מ'זאל קענען ענטפערן פאר זיך אליין וואס ס'איז מיין ענטפער צו דעם.



איז דא א וועג צו וויסן וועלכער צד ס'איז מער גערעכט?

מיר האבן שוין אלע געהאט ערפארונגען אין ויכוחים מיט אנדערע מענטשן. פון מיין ערפארונג דאכט זיך מיר אז באלד ביים אנהייב פון א ויכוח לאזט זיך באמערקן וועלכע זייט ס'האט שטערקערע קארטן. אמאל קען אויסקומען צו פירן א ויכוח וואו ס'איז קלאר אז מיר קענען יענעמ'ס קארטן בעסער ווי יענער אליין קען זיי, און ממילא איז גרינג צו פירן דעם ויכוח מיט א זיכערקייט. אין אנדערע פאלן איז קלאר אז מיר קענען נישט יענעמ'ס קארטן אזוי גוט, אבער בכל אופן קענען מיר די אייגענע קארטן בעסער ווי יענער קען זיינע, און ממילא האבן מיר ווייטער די אויבערהאנט.

דערנאך זענען דא ויכוחים וואו מ'באקומט דאס געפיל גאנץ שנעל אז די קעגנערישע זייט האט בעסערע קארטן. דאס קען אפשר זיין א געלעגנהייט אויף צו כאפן א שמועס מיט יענעם כדי צו באקענען בעסער יענעמ'ס זייט (און אזוי ארום זיך איינהאנדלען בעסערע קארטן פאר דער אייגענער זייט, ווי געזאגט פריער), אבער צו פירן א ויכוח איז אין דעם פאל נישט קיין קלוגער שריט. אויב האט מען זיך געכאפט צו שפעט און מ'איז שוין פארוויקלט אינעם ויכוח איז כדאי זיך ארויסצוציען שיינערהייט אויף אן ארנטליכן אופן נאך איידער מ'קומט אן צום עווענטועלן שטרויכל, וואו יענער "ערקלערט זיג" איבער אונזערע שיטות.

דאס וויכטיגסטע איז אבער צו געדענקען אז אפילו ווען מיר האבן בעסערע קארטן ווי אונזערע קעגנער, הייסט דאס נישט אז מיר האבן מיט דעם באזיגט זייער שיטה, ווייל אויף יעדן מענטש וואס ווערט באזיגט זענען שטענדיג דא אנדערע וואס קענען בעסער אראפלייגן די מיינונג פון דעם באזיגטן מענטש אזוי אז יענע שיטה זאל נישט באזיגט ווערן. ווען מיר געווינען עמיצן איז עס נאר א פערזענליכע הנאה (נישט דוקא א רוחניות'דיגע הנאה...) וואס האט מיט'ן אמת גארנישט צוטון.

דא קומען מיר אבער צו דער גרויסער פראגע: וויאזוי קען מען וויסן וואס דער אמת איז? אויב איז אין יעדן ויכוח שטענדיג דא א מעגליכקייט צו קענען גוט פארטיידיגן יעדן פון די צוויי צדדים, וואו איז דעמאלט דער אמת? דער תירוץ אויף דעם איז שווער פאר רוב מענטשן צו דערהערן, אבער דער אמת איז לכאורה פיל ברייטער פון וואס מיר קלערן. מיר זענען קליינע מענטשעלעך וואס האבן נישט די מעגליכקייט אריינצונעמען אין זיך סתירה'דיגע מציאות'ן, אבער דער אבסאלוטער אמת איז זיכער סתירה'דיג. דעם באגריף טרעפן מיר שוין אין דער גמרא אינעם כלל פון "אלו ואלו דברי אלקים חיים", און איך גלייב אז דער באגריף איז גילטיג אויך אין אנדערע געדאנקען אויף דער וועלט. ס'איז כמעט נישטא קיין געדאנק וואס האט נישט קיין מהלך וויאזוי ס'קען ערקלערט ווערן בטוב טעם ודעת, אפילו ווען ס'איז אין פולקאמער סתירה צו אן אנדערן געדאנק וואס קען אויך גוט ארויסגעברענגט ווערן.

פארשטייט זיך אז אויב איז דער ויכוח ארום עפעס א מציאות, צי א געוויסע זאך האט פאסירט, אדער צי א געוויסע זאך עקזיסטירט (ביי שאלות פון אמונה למשל), איז נישט שייך צו זאגן אז דער ענטפער זאל זיין סיי יא און סיי ניין. מיין כוונה איז נאר לגבי אבסטראקטע פילאזאפישע שאלות. ביי רוב גרויסע ויכוחים, ווי למשל ווען ס'קומט צו מלחמות צווישן פעלקער, אדער בנוגע השקפות פונעם ריכטיגן לעבן, איז די פילאזאפיע א וויכטיגער פאקטאר אין די ויכוחים, און ממילא איז שטענדיג פאראן פארשידענע וועגן.



וויאזוי זאל מען אויסקלויבן א צד?

אויב איז די וועלט פול מיט סתירות, וויאזוי קען מען דעמאלט אויסקלויבן איין צד? וואס א זין האט עס אנצונעמען א מיינונג אין סיי וועלכער זאך, ווען מ'ווייסט אז אינעם עולם האמת איז עס נישט מער ריכטיג ווי דער געדאנק אין דער פארקערטער זייט? דער ענטפער אויף דעם איז ווידער קאמפליצירט, אבער ס'איז וויכטיג דאס צו פארשטיין.

מיר שטעלן נישט אויס אונזער לעבן לויט דעם אבסאלוטן אמת, ווייל אזא זאך איז נישט מעגליך צו טון אויף דעם עולם, נאר מיר מאכן אונזערע החלטות לויט "ווי מיר פארשטייען אז מיר דארפן טון". אין אנדערע ווערטער הייסט דאס, אז אונזערע החלטות זענען סוביעקטיוו, אבער כאטש מיר ווייסן קלאר אז אונזער שיטה האט א סתירה קעגן זיך אינעם עולם האמת, דאך זענען מיר מחוייב אויסצוקלויבן איין וועג, וויבאלד מיר לעבן למעשה אינעם עולם השקר וואו ס'איז נישט מעגליך אויסצוקלויבן צוויי פארקערטע מהלכים אין דער זעלבער צייט.

דער געדאנק אז מיר לעבן אין א וועלט וואס איז באגרעניצט צו אונזער אייגענעם מוח טאר אונז נישט דערפירן צו ניהיליזם, ווייל סוף כל סוף זענען דא געוויסע אמת'ן וואס מיר טארן קיינמאל נישט פארלייקענען – הויפטזעכליך די הנחה אז ס'עקזיסטירט אזא מציאות ווי עטיק. דער ניהיליסט וואס זעט נישט קיין שום משמעות אינעם לעבן (אפילו ווען ער גלייבט אין עטיק), זינדיגט זיכער קעגן דעם אמת וויבאלד ער נעמט נישט אן קיין שום מהלך. דאס אננעמען אז דאס לעבן איז פוסט און ס'איז א שאד זיך צו פלאגן פאר עפעס העכערס, שטאמט פון דעם וואס דער מענטש האט מורא זיך צו פארמעסטן מיט דעם ספק, מיט דער אומזיכערקייט פון לעבן. פונקט ווי ס'זענען דא מענטשן וואס אנטלויפן פון אן עלעוועיטאר צוליב דער מורא אז ס'וועט זיך אפשטעלן פונקט ווען זיי וועלן האלטן אינמיטן פארן, אזוי זענען דא מענטשן וואס זאגן זיך אפ פון יעדן משמעות אין לעבן, צוליב דעם טיפן סקעפטיציזם וואס שלאגט אונזער דור.

דער ניהיליסט זוכט דעם וועג אין לעבן וואס זאל זיין "אבסאלוט אמת", אבער מיט דעם האט ער רעדוצירט דעם אמת צו דער זעלבער שמאלקייט מיט וואס דער ראדיקאלער פאנאטיקער רעדוצירט עס, ווייל ביידע גלייבן נישט אז דער אמת קען זיין גענוג ברייט צו קענען איינשליסן אסאך וועגן אינאיינעם, און ס'איז אינגאנצן איבריג צו זוכן דעם אקוראטן אבסאלוטן אמת. אין דער וועלט פון אידעען איז קאנסערוואטיזם אריינגעמישט אין ליבעראליזם ביז מ'דערקענט קוים א חילוק צווישן די צוויי, גלות און גאולה זענען געקניפט און געבינדן, און אפילו צווישן דעם איד און דעם גוי איז קוים דא אן אונטערשייד. וואס ס'איז וויכטיג פאר א מענטש אין לעבן איז נישט צו זוכן דעם אבסאלוטן אמת, נאר ענדערש צו באקענען די קארטן פון זיין וועג.

א פארשטענדליכער מענטש ווייסט אז אפילו נאכ'ן באקענען די אייגענע קארטן איז דאס נישט דער סוף פסוק פון אלעמען, און דערפאר וועט ער זיין מער טאלעראנט צו פארקערטע מיינונגען. די קאמפליצירטקייט פון געדאנקען זענען אזוי טיף, אז ס'לאזט פשוט נישט קיין מקום פאר אראגאנטע זיכערקייט. דאס מערסטע זעט זיך עס אן ווען ס'קומט צו פאליטישע פראגעס, וואו יעדער שטאנדפונקט האט טויזנט זייטן און ס'איז באמת נישט מעגליך צו וויסן וועלכע זייט ס'איז הונדערט פראצענט אמת, אבער דער מציאות פון לעבן פאדערט פונעם מענטש צו זיין גענוג דרייסט אויסצודריקן א מיינונג – רעכטס אדער לינקס.

דאס איז אויך א סיבה פארוואס אין די שריפטן פון גרויסע מענטשן טרעפן זיך שטענדיג דיאלעקטישע סתירות. דאס איז נישט צוליב דעם וואס דער שרייבער האט פארזען אז ער איז זיך סותר מיט זיך אליין, נאר ווייל ווי מער א מענטש לייגט זיך אריין אין דער וועלט פון געדאנקען פילט ער אלץ מער ווי געוויסע סתירות קענען גאר שלום מאכן, און ער לעבט מיט די סתירות טאג טעגליך. ראדיקאליזם איז א סימן פון אויבערפלעכליכקייט, און סתירה'דיגקייט איז א סימן פון טיפקייט. א ביישפיל פון קעגנגעזעצטע רעיונות וואס מוזן גיין אינאיינעם בשלום אינעם לעבן פון יעדן איד (און פון יעדן מענטש) זענען אוניווערסאליזם און פארטיקולאריזם.

די מיינונגען וואס א מענטש האט דארפן נישט זיין קליפ און קלאר, אייזן פעסט, נאר זיינע מעשים דארפן זיין קלאר. ער מעג פילן אז ערגעץ אין הארצן רוישט א ים מיט סתירות, ער מעג פילן אז די שטעלונג וואס ער האט אנגענומען איז א טאנצנדיג פייערל וואס האלט אין איין טוישן פארבן, אבער דער עיקר איז אז ער זאל נישט ווערן פאראליזירט צוליב דעם. ער מוז קענען פארנעמען די אומסטאבילקייט פון רעיונות און נאך אלץ אננעמען א געוויסן מהלך מיט א כמו-זיכערקייט. אן אומסטאבילע זאך פאדערט אז מ'זאל עס כסדר אונטערהאלטן, צומאל קען זיך דאכטן אז ס'פאלט אט אט ארויס פון די הענט, אבער דאס טאר נישט זיין קיין סיבה אויפצוגעבן.



פארוואס בין איך א איד?

פארוואס זענען מיינע השקפות אזוי ווי זיי זענען און נישט אנדערש? ווען איך וואלט נישט געבוירן צו א אידישער משפחה וואלט איך געזען זאכן מיט גאנץ אן אנדער בליק ווי היינט, אבער דאס הייסט נישט אז איך וואלט דעמאלט געווען מער אפן. די אידישע זייט וואלט דעמאלט געווען פארמאכט פאר מיר, און איך וואלט נישט געקענט אין לעבן באגרייפן די אינערליכע נשמה פון א איד. דאס אז איך בין געבוירן א איד גיט מיר די געלעגנהייט צו זען געוויסע אספעקטן אין דער בריאה וואס קיין שום אנדער פאלק קען נישט זען, און כאטש ס'איז מסתבר אז איך פארפאס דערווייל אנדערע אספעקטן וואס נאר א דייטש קען זען, אדער נאר אן אראבער, קען איך אבער נישט לעבן מיט מער ווי דאס וואס איך האב.

ווען איך זאל אויסדרייען מיין רוקן צו מיין פאלק, וועל איך נישט קענען דערמיט טוישן מיין פנימיות, וויבאלד מיין חינוך איז פאקטיש געווען א אידישער און מיינע אמת'ן ווערן געשפייזט פון מיין חינוך. איך בין נישט ביכולת איבערצולאזן מיין אמת, ווייל איך וועל קיינמאל נישט קענען געפינען אן אנדערן אמת, נאכדעם וואס מיין נשמה איז אויפגעוואקסן מיט דעם פעקל פון ידיעות און געפילן וואס איך האב מאמענטאל. דערפאר, אויב זאל איך פארקלאפן די טיר אויף מיין פאלק וואלט אויף מיר נגזר געווען גלות, ווייל איך וועל זיין אויסגעריסן פון זיך אליין אן די מעגליכקייט צו קענען איינטרעטן ערגעץ אנדערש.

דערפאר, כאטש איך פארשטיי אז מיינע געדאנקען שטאמען פון א געוויסן צמצום, ווייס איך אבער אויך אז דאס איז נישט קיין זעלבסט-אפנארעריי. איך זע טאקע דעם עפל-בוים פון טיילאנד ווייל איך געפין מיך יעצט אין טיילאנד, און ווען איך וואלט געווען אין אינדאנעזיע וואלט איך געזען אן אנדער בוים, דאך בלייבט נאך דער מציאות פונעם טיילאנדער עפל-בוים א ריכטיגער מציאות. די געדאנקען וואס זענען א רעזולטאט פון מיין אידישקייט זענען נישט אין קעגנזאץ צום אמת, נאר זיי געהערן צו א געוויסן ווינקל פונעם עולם שכולו אמת, וואס נאר איך האב א צוטריט צו יענעם ווינקל, און איך בין צופרידן צו האבן א צוטריט צו אט דער אייגנארטיגער אינפארמאציע.

היות אז איך בין געבוירן א איד פיל איך דעם בת-קול וואס הייסט מיר זיך איבערצוגעבן פאר מיין אידישער זייט. כאטש ווי ענג מיין פערספעקטיוו איז, איז עס אבער א הויכער בארג וואס שטייט פאראלעל מיט אנדערע הויכע בערג ארום, און מיר קוקן זיך איינער דעם אנדערן אין פנים. סוף כל סוף זענען מיר אלע מענטשן און די ענליכקייטן צווישן פעלקער שטייגט איבער די אנדערשקייט. איך האב ליב די וועלט, אבער איך ווייס אז אין יעדן ברעקל ליבשאפט דערקענט זיך מיינע אידישע שווארצע אויגן. קוקנדיג איבערן האריזאנט, אויף דער גרויסער און ברייטער וועלט, פארשטיי איך אז פון מיין פאזיציע זעט מען זאכן אנדערש ווי מ'זעט עס ערגעץ אנדערש, און ס'איז אונזער פליכט צו קענען די אייגענע קארטן.

דער אשכול פארמאגט 29 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר