רבי שמעון בר יוחאי, דער ראדיקאלער ציניקער

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2755 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4713 מאל

רבי שמעון בר יוחאי, דער ראדיקאלער ציניקער

שליחה דורך יידל »

ל"ג בעומר ממשמש ובא, און א ריזן חלק פון כלל ישראל גרייט זיך צו פייערן דעם דמות פונעם תנא רבי שמעון בר יוחאי. ר' שמעון איז דער שטאף פון לעגענדעס. אויף זיין נאמען איז פארשריבן דער מאגנום אופוס פון קבלה, דער ספר הזוהר, און צו זיין קרעדיט ווערט צוגעטיילט דאס לימוד הקבלה בכלל. אפילו אין תלמוד בבלי געפונען מיר ראדיקאלע מאמרים אין נאמען פון רבי שמעון, שטעלונגן וועלכע מיר געפונען זעלטן אין נאמען פון אנדערע תנאים. צום ביישפיל אין ברכות (לה, ב) געפונען מיר אין נאמען פון רשב"י: "אפשר אדם חורש בשעת חרישה וזורע בשעת זריעה וקוצר בשעת קצירה ודש בשעת דישה וזורה בשעת הרוח, תורה מה תהא עליה?", אזא שארפער מאמר אז דער אמורא אביי זעלבסט איז מעיר דערויף "הרבה עשו ... כר' שמעון בן יוחי ולא עלתה בידן".

דער אמת איז אז דאס איז נישט אייגנס, נאר זיין ראדיקאליזם לגבי לימוד התורה האט ער שוין גע'ירש'נט פון זיין רבי'ן רבי עקיבא וועלכער האט אויף די פראגע פון וואס איז גרעסער, תלמוד אדער מעשה געענטפערט "תלמוד גדול". אבער דוכט זיך אז רבי שמעון בר יוחאי האט גענומען די שיטה איין טריט ווייטער פון זיין רבי'ן, ווי מיר טרעפן דארט אין ירושלמי ברכות (פרק א' משנה ב') "כגון אנו שעוסקין בתלמוד תורה אפילו לקריאת שמע אין אנו מפסיקין".

מיט אן אויבנאויפדיגער בליק איז שווער צו אויסגלייכן דעם ראדיקאלן און שטרענגן מהלך מיטן גוטן און ליבליכן ר' שמעון אויף וועם עס איז "כדאי הוא לסמוך עליו בשעת הדחק", און צו וועמענ'ס קבר עס לאזן זיך טויזנטער צו אויסבעטן אלעס גוטס. נישט נאר וואס ר' שמעון קומט פאר פון זיינע מאמרים ווי א שטרענגער אומפארגעביגער, שמעקט פון זיינע שיטות א היבשער מאס עליטיזם.

דער "כגון אנו" איז א מאטיף וועלכע ווערט כסדר איבערגע'חזר'ט אין ר' שמעון'ס וועלט-אויסקוק. אין סוכה (מה, ב) ווערט געברענגט דער באקאנטער מאמר "יכול אני לפטור את כל העולם כולו מן הדין מיום שנבראתי עד עתה" און "ראיתי בני עלייה והן מועטין ... אם שניים הן - אני ובני הן". ווער קען דען נישט די מעשה פון ר' שמעון אין די מערה וועלכער ווערט געברענגט אין ברכות (דארט)? דארט ווערט פארציילט אז ווען רבי שמעון איז ארויס פונעם מערה "חזו אינשי דקא כרבי וזרעי. אמר "מניחין חיי עולם ועוסקין בחיי שעה?!" כל מקום שנותנים עיניהם מיד נשרף." אין מיינע אויגן איז עס איראניש אז דווקא רבי שמעון איז לאחר מיתתו געווארן א פאלקס-מאגנעט, איינער אין וועמענ'ס קבר דער המון עם טרעפט טרייסט און נחמה.

***

אבער ווי נישט ווי, עס קומט דאך ל"ג בעומר אויף דער וועלט. עס ווילט זיך טרעפן אין רבי שמעון'ן עפעס מיט וואס צו פייערן, עפעס וואס אפילו איך זאל קענען דערמיט טשעמפיאנירן און זיך שפירן באקוועם מיטצוזינגן "לכבוד התנא האלוקי...". לערנענדיג נאכאמאל דעם מעשה פון רבי שמעון אין מערה, האבן זיך מיינע אויגן אנגעשטויסן אין די ערשטע שורות פונעם געשיכטע. פארציילט די גמרא אזוי:

יתבי רבי יהודה ורבי יוסי ורבי שמעון ויתיב יהודה בן גרים גבייהו פתח ר' יהודה ואמר כמה נאים מעשיהן של אומה זו תקנו שווקים תקנו גשרים תקנו מרחצאות ר' יוסי שתק נענה רשב"י ואמר כל מה שתקנו לא תקנו אלא לצורך עצמן תקנו שווקין להושיב בהן זונות מרחצאות לעדן בהן עצמן גשרים ליטול מהן מכס.

עס זענען געזעצן רבי יהודה, רבי יוסי, און רבי שמעון און זיי האבן פארברענגט. רופט זיך אן ר' יהודה "קוק ווי טויגליך די רומישער זענען. אויפגעבויעט א שטאט ווי עס דארף צו זיין, געפלאסטערטע גאסן, מארק-פלעצער לתפארת, מעכטיגע בריקן, בעדער ס'זאל ראקן, א יפה נוף!" רבי יוסי שווייגט. רבי שמעון אבער קען נישט שווייגן. "אלעס איז קארופטירט!" שרייט ער. "גאסן? מארק-פלעצער? אלעס אז ס'זאל זיין א שיינע רעד-לייט דיסטריקט. בעדער? זיי מיינען זיך! בריקן? זיי ווילן פשוט האבן א קאסע פון וואו צו נעמען געלט."

עס שטעלט זיך ארויס אז רבי שמעון בר יוחאי אז געווען דער ערשטער ציניקער. רבי יהודה האט מסתמא אויך געוואוסט אז אויבן ביים שטייסל איז נישט אזוי איי איי איי. די רוימישע עסקנים מיינען שוין גארנישט די גוטס פון זייערע אונטערטאנען. זיי מאכן זיכער אז די נאן-פאר-פראפיט ברענגט זיי אריין גענוג געלט און אז עס זאל זיין גענוג א גרויסע פראסטיטוט סופליי. אבער ווי נישט ווי, טענה'ט רבי יהודה, האבן מיר הנאה פון די גאנצע מעשה. מיר באקומען בענעפיטס. איז הו קעירס אז זיי מיינען זיך דערמיט? אה, "כמה נאים מעשיהן", קוק נאר וויפיל חסד ס'דא ביי זיי, וויפיל עסקנים און ארגאניזאציעס על כל צרה שלא תבוא!

רבי שמעון איז אבער נישט אנטציקט. אלעס איז קארופטירט, שרייט ער. און ווען זיי קענען ווען ווארפן זיי אונז אין באד אריין אבי זיי האבן זייערע זונות און בארס און קלאבס. נאר זיי דארפן דאך איינער זאל עס זיי פאנדן, מאכן זיי זיכער אז אונז זענען אויך צופרידן. ווילאנג די sheeple זענען צופרידן, קענען די עומדים בראש טון וואס ס'שמעקט זיי.

ס'שפיגלט זיך מיר אפ אין רבי שמעון אן אויפגעקלערטער ציניקער וועלכע לאכט פון תמימות'דיגע הכרת הטוב סענטימענטן וואס רבי יהודה לאזט הערן. ער קען נישט נעמען סיריעס די טענה פון "כמה נאים מעשיהם של אומה זו". די העק מיט די גוטס פון די עסקנים און די ארגעניזאציעס, ווייל ווען זיי קענען ווען זאגן ווען זיי די העק מיט די אונטערטאנען! חסד, ארגעניזאציס, אלעס מיינען זיי נאר איין זאך: זיך, זיך, און נאכאמאל זיך. דא איז עס תאוות, דארט איז עס פאוער, און ערגעץ אנדערש איז עס געלט. אבער אונטער די שיכטן גוטס און "זיך אוועקגעבן פארן ציבור" ליגט ריין שלעכטס.

***
לכשתרצו זענען ביידע שטריכן - די ראדיקאלע עליטיזם און די ציניזם - בעצם איינס. די סטעיטמענט "כל מה שתקנו לא תקנו אלא לצורך עצמן" איז מעגלך נישט קיין קריטיק נאר א פאקטועלער סטעיטמענט. רבי שמעון זעט נישט קיין וועליו אין סארווירן אנדערע. ער איז דוגל אין דעם מהלך פון מוטב שיאבדו אלפי שוטים ואל יאבד חכם אחד. פון רבי שמעון'ס קוק-ווינקל איז נישט מעגליך אז די ביים שטייסל זאלן קעירן וועגן די המון עם. דעריבער פארשטייט ער נישט פארוואס די רומיים זאלן זיך בכלל אפגעבן מיט די צרכים פונעם פאלק. די איינציגסטע לאגישע מסקנא איז אז לצורך עצמן תקנו. ווי האט רבי שמעון געזאגט פאר זיין זון נאך וואס ער איז ארויסגעקומען פון מערה דאס צווייט מאל? "בני, די לעולם אני ואתה". דער פאלק זאל זיך עוסק זיין אין וואס זיי ווילן, מיר זענען די ריכטיגע סחורה, אויף אונז שטייט די וועלט.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.

דער אשכול פארמאגט 7 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר