אפלטון און דעמאקראטיע

אין דער וועלט פון נאטור און וויסנשאפט
רעאגיר
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5447
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 13018 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7101 מאל

אפלטון און דעמאקראטיע

שליחה דורך מי אני »

צוויי יאר צוריק האב איך געהאט א שמועס מיט @קטלא קניא איבער די טוויִט זיינער. איך האב ארויסגעברענגט אז אפלטון, אין זיין דייאלאג רעפּאָבּליק (מאמר ח-ט), האלט אז עס זענען דא 5 סארטן רעגירונגען בהדרגה פונעם בעסטן ביז׳ן שוואכסטן, וואו יעדעס איינס צוביסלעך degenerate אין צו די שוואכערע אונטער איר:

‏1). אריסטאקראטיע - דאס איז בעצם דאס בעסטע אידעאלע פארעם פון רעגירונג: א מאנארכיע וואס ווערט געפירט דורך א קעניג א פילוסוף (צי מער ווי איינס) וואס איז ממאס אין סתם תאוות השררה און איז נאר פארנומען מיט דאס ענדגילטיגע פילאזאפישע גוטס. ער (צי זיי) און זיינע העלפערס פארמאגן נישט קיינע פריוואטע נכסים און זענען ריין פארנומען מיט׳ן רעגירן פאר׳ן וואוילזיין פונעם מדינה - עס איז א סארט מעריטאקרעסי וואו די וואס זענען ראוי לזה געוועלטיגן/רעגירן טאקע.

דאס איז ווייל אליבא דאפלטון איז די אידעאל צו צוטיילן דאס פאלק אין צו דריי קלאסן: די געוועלטיגערס כנ״ל, די סאלדאטן, און די וואס פלאנצן און ארבעטן. ער האט טאקע געהאלטן אז די קלאסן פון געוועלטיגערס און סאלדאטן טארן נישט פארמאגן קיינע נכסים (ווי אויך אז די געוועלטיגערס האבן נישט צו נעמען קיינע באשטומטע ווייבער און אזוי וויסן ווער זייערע קינדער זענען, וואס אויב ווייסן זיי יא פירט דאס דאך צו קאראפציע און נעפּאטיזם.)
ביי דעם איז אויך וואו ער זאגט זיין באקאנטע כלל פון ״שקרים קדושים״/אמונות הכרחיות אָנצוהאלטן די סטאבּיליטעט והסכמה דערצו, וואו מ׳רעדט איין דעם עולם אז די געוועלטיגער קלאס האט גאלד אין זייערע אָדערן/בלוט/נשמות, די סאלדאטן זילבער, און די ארבעטערס בּראַנז.

כמובן איז דאס אבער אַן אידעאל וואס איז בעצם מן הנמנע (ואפילו מארקוס אָרעליאוּס איז דאך נישט געווען ממש דאס), וויבאלד פּאַוּער קארופטירט (און אַבּסאלוטע פּאַוּער קארופטירט absolutely).

‏2). טימאקראטיע - דאס איז ווען די מדינה ווערט געפירט דורך פירערס וואס זוכן כבוד און דאס איז וואס טרייבט זיי; נישט פילאזאפיע און אמת. און וואו עס איז מער די מיטעלסטע סאלדאטן קלאס סארט וואס פירט דאס. עס איז נישט ריין געפירט למען האמת פילאזאפיע וחכמה. און אז דאס פעהלט איז שוין נישטא וואס זאל אפהאלטן פון נאכלויפן סתם תענוגים וממילא ווערט דאס צוביסלעך,

‏3). אליגארכיע - דאס איז ווען די מדינה ווערט געפירט דורך די רייכע פאר פירערס וואס זוכן געלט ונכסים אויך און נאר דאס איז וואס טרייבט זיי. ועכ״כ אז זיי שטעלן עס אזוי אויס אז די רעגירער און געוועלטיגערס זאלן זיין די וואס באקומען די רייכטום פונעם לאנד, און אז די ממשלה זאל פארבלייבן פאר די רייכע אפגעזעהן צי זיי זענען ראוי דערפאר. דאס זוכט דייקא אז עס זאל זיין אַן אינעקוואַליטי אין רייכטום וכו׳ צווישן די עליטע געוועלטיגערס און דאס סתם פאלק. (עס איז אנדערש ווי פּלוּטאַקרעסי, וואו די מדינה ווערט געפירט סתם דורך די רייכע, אין דעם אז ביי אליגארכיע איז די דגוש אז עס זאל זיין דייקא דורך א קליינע גרופע עליטע רייכע. ווי אויך איז דאס אביסל אנדערש ווי קלעפּטאַקרעסי, וואו די מדינה ווערט געפירט דורך רייכע וואס ווערן רייך פון די מדינה עפ״י קארופציע וגניבה, ווייל ביי אליגארכיע איז די דגוש מער אויף פירערשאפט און עס איז פארט דא עפעס א כח המעצר; הגם כמובן איז ביניהם כמלא נימה.) אבער עווענטועל דארפן זיי אָנקומען צום פאלק צו זיין זייער מיליטער וכדומה. דאן, ווען זיי האבן געווער און זענען אומצופרידן פונעם סיסטעם ,ווערט דאס,

‏4). דעמאקראטיע - עכ״פ די דעמאקראטיע בימיו, איז וואו למעשה ווערט די מדינה געפירט (טאקע דורך רעפּרעזענטעטיווס אבער פארט) דורך דאס ווילן פון די אונטערשטע קלאס שהן הרוב, און זיי זענען פונקט אזוי להוט לאחר געלט וכו׳, און דאס שפיגלט פונקט אזוי אפ אין זייער פירערשאפט. און אנדערש ווי ביי די אליגארכיע, איז בעצם ביי די רעגירער נישטא קיין אפהאלט וכח המעצר לגמרי, און ביי דעם איז ניטאמאל דא קיין פאקוס אויף פירערשאפט בכלל. (דאס קען אויך סתם אזוי ווערן אַן אכלאקרעסי, והיינו ״מאַבּ רוּל״, וואו די מדינה ווערט סתם אזוי געפירט דורך די מאסן וואו איש כל הישר בעיניו יעשה און וועלעכע גרופע איז אלים גבר; א פארעם פון אנארכיע.) דאס פירט אריין,

‏5). טירעני - וואו איינער נעמט עדווענטעדזש פון דאס למעשה׳דיגע חלל אין פירערשאפט און נעמט נאר פאר זיך די ממשלה און מאכט, און אונטערדרוקט עני ווידערשטאנד דערצו. ער איז נישט קיין געזעצליכע מענטש און שטעלט אוועק זיינע אייגענע ״געזעצן״ פאר זיינע אייגענע אינטערעסן.

דר. קאַרל פּאַפּער האט שארף ארונטערגעריסן אפלטון דערפאר, זאגענדיג אז זיין פארעם פון דאס בעסטע רעגירונג האט געגעבן דעם מבוא פאר טאָטעליטעריען רעגירונגען און פאַשיזם, וואס האלטן זיך באמת אלס ״פילאזאפישע״ קעניגן ולמען ״האמת״, וואס זענען טאקע טיראניש.

זעקס יאר צוריק, ווען דאנאלד טראמפּ איז געווארן פּרעזידענט, האט ענדרוּ סאָליווען גע׳טענה׳ט אז דאס איז אט דאס וואס אפלטון האט געמיינט, ואפילו בימינו אלה מיט מאדערנע דעמאקראטיעס, וואו בתוך טירעני ממש ליגן די קערענדלעך פון איר אוינטערגאנג צו טירעני. (און דאס איז על אף די גדרים וואס די אמעריקאנע גרינדער האבן אריינגעלייגט דערין אז עס זאל דאך נישט ווערן ממש ממש א ״גענצליכע״ דעמאקראטיע אין דעם זין וואס גייט צולאזן צו דאס אויפוואכונג פון טירעני. און א שולד דערין ליגט אויף מעס מיִדיִאַ, וואו דאס שנעלקייט וכו׳ דערפון שטארקט געפילן איבער לאגיק וראציאנאל און עקספּערטן, וואס דאס איז די יסוד פון בעסערע רעגירונגען וכדברי אפלטון.) און ווי דר. דזשעיסאן סטענלי ברענגט ארויס (צום סוף), איז דאס וויבאלד דעמאקראטיע האט בתוך זיך אין אירע אידעאלן פון פרייהייט פון מיינונג ודיבור אט דאס וואס ברענגט איר אונטער - וכעין די טאלעראנץ פאראדאקס, אז מ׳נעמט די אידעאל פון טאלעראנץ אויף אזוי ווייט צו טאלערירן די וואס טאלערירן נישט אנדערע, איבער וועלכע דר. פּאַפּער האט טאקע געווארענט איבער. און ווי לענגער דעמאקראטיע האלט אָן אלס מער דעמאקראטיש און טאלעראנט ווערט דאס. ווי אויך ווי לענגער דאס האלט אָן אלס מער ווערט דאס געדאנק פון אטאריטעט שוואכער ווארום אלע זענען דאך לגמרי גלייך. דאס איז וואו און ווען דעמאגאגן פּאַפּוּליסטן ודומיהם נעמען איבער מיט זייער רעטאריק, צו וועלכע זיי האבן ווייטער די פרייהייט, דאס פאלק צו זייער זייט, און זיי זענען דאך לגמרי גלייך צו די וואס זענען ערוועלט אלס אטאריטעטן, אזש ביז׳ן מבטל זיין דעמאקראטיע לגמרי און דאס אונטערדרוקן און זיי ווערן דערנאך טאקע די טיראנען. און משלים דערצו זענען ווי אזוי היטלער ימ״ש איז געקומען צום מאכט, ווי אויך רוסלאנד׳ס פוטין ימ״ש. (עס איז מערקווידיג צוצוצייכענען צו וואס דר. איִען שפירא זאגט אין די לעקציע [פון 7:19] אז וואס טוהט מען ווען, ווי אין אלדזשיריע אין 1991, א פארטיי לויפט אין דעמאקראטישע עלעקשאנס אויפ׳ן פלאטפארמע אז טאמער זיי געוואונען וועלן זיי אויפלעזן דעמאקראטיע אין לאנד בכלל, און זיי געוואונען טאקע? דארט האט זיך די מיליטער צום סוף אריינגעמישט.)

לעומת סאָליווען האט דזשעף גוּאָ אראפברענגט פון דר. ענדרוּ האנסען און דר. ראבּערט פלעק אז אפלטון איז טאקע געווען א גאון בפאליטישע פילאזאפיע אבער א שוואכע פאליטישע סייענטיסט. מיינענדיג, אז עמפּיריש (והיינו ״סייענטיסט״) איז דאס איז נישט אזוי געווען אין זיינע צייטן - פונקט פארקערט: פון טירעני, וויבאלד למעשה איז די עקאנאמישע שטאנד פון די מיטעלע קלאסן בעסער געווארן, האבן זיי צום סוף גורם געווען מ׳זאל זיך רעכענען מיט זיי און עס איז געווארן א דעמאקראטיע.

דר. דזשעק וויזשניק באמערקט אויך אז עס איז סתם אזוי דא א מבוכה צווישן היסטאריקער צי אין היסטאריע איז למעשה דא פּעטערנס וכדומה. (די שאלה איז צי דאס איז קעגן דזשארדזש סאַנטאַיאַנאַ׳ס באקאנטע מימרא, ״די וואס געדענקען נישט די עבר זענען פאראורטיילט דאס איבערצושפילן.״) ער ברענגט אויך ארויס אז עס איז יתכן אז בימיו האט אפלטון יא ממש געזעהן ווי די שטאפלען וויאזוי רעגירונגען טוהן פּראגרעסן איז יא אזוי ווי ער זאגט. און דער היסטאריקער פּאליבּיִאוס, וועלכע האט געלעבט 200 יאר נאך אפלטון, האט געהאט אַן ענליכן מאדעל.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)

דער אשכול פארמאגט 36 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר