פארוואס בין איך אזוי פאסינעיטעד פון מאטעמאטיקס?
ווייל מיין קאפ פלאצט פרובירענדיג זי צוצושטעלן צו פארשטיין פאקטן, נומערן וואס צו מיר זעען זיי אויס, געפינען זיך אינדרויסן, אין די פיזישע וועלט ווי איידער אין מיין קאפ. זיי זענען אינדרויסן פון מיין יכולת צו דרייען זיי מיט לאגיק אהער אדער אהין. אין אנדערע ווערטער, גארנישט אנדערש איז מיר נישט שווער צו געפינען א סיבה לכאן או לכאן פארוואס ס'קען זיי אמת איין וועג די זעלבע ווי פארקערט; און דאס מאכט די וועלט פאר זייער אן אומזיכערע און אומבאקוועמע פלאץ פאר מיר. משא"כ מיט מאטעמאטיקס, עס איז דא אן אמת לאמיתו וואס בלייבט ווייטער אמת אפגעזען צו איך פארשטיי עס צו נישט און איך קען זיך נישט פאפן אליינס אז איך פארשטיי עס ווייל די אמת וועט מיר צוריקפאטשן אין פנים ווען אין מציאות וועט עס נישט ארבעטן. סאוי איך קען נישט אוועקלויפן פון מיר אליינס. אלזא, דארף איך מיר ברעכן קאפ אזוי לאנג ביז ווי איך פארשטיי עס און אז נישט, מוז איך פעיסן די בלאדי מציאות אין פנים אז איך בין נישט אזוי קלוג ווי איך האב געמיינט! אךך, און דאס קען איך נישט פארנעמען! אהה, הבנתי.
נאך איינער פיהלט מיין פעין?
מיין פאסינאציע מיט מעטאמאטיקס
- טאמבל סאס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4246
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
- געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
- האט שוין געלייקט: 7223 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3621 מאל
מיין פאסינאציע מיט מעטאמאטיקס
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
דער אשכול פארמאגט 14 תגובות
איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.
רעגיסטרירן איינשרייבן