געים טעאריע

אין דער וועלט פון נאטור און וויסנשאפט
רעאגיר
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5467
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 13059 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7145 מאל

געים טעאריע

שליחה דורך מי אני »

געים טעאריע איז א פעלד אין מאטעמאטיקס וואס גיבט זיך אפ מיט׳ן מאטעמאטיש אנאליזירן אינטערעקשאנס/קאמפּעטישאנס צווישן צוויי פארטייען וואס האנדלען ראציאנאליש, וואו אנגעוואנדן אין וואס איין פארטיי טוהט גייט דאס צד שכנגד אדער פארלירן אדער פארדינען וכן להיפך. אונז וועלן זיך באציען צו פשטות׳דיגע פעלער וואו עס זענען דא נאר צוויי ״שפילערס״ (עס קענען פארשטייט זיך זיין מער) איינע קעגן די אנדערע וואס יעדע איינע פון זיי האבן צוויי אויסוואלן (דאס קען אויך זיין מער); מיינענדיג אז עס זענען דא בעצם 4 סארטן אויסקומען ווייל עס זענען דא צוויי אויסוואלן וואס יעדע פון די צוויי האט א ברירה פאר זיך וועלכעס אויסצווועלן. דערנאך שאץ איך און איך גיב א קוואנטיטעטיוו נומער/צאל, פאר יעדן פאל באזונדער אין יעדע פאל לויט וואס עס לוינט זיך אים, גערופן די יוּטיליטיס. אויף דעם מאכט מען א 4x4 גריד, א דעסיזשאן מעיטריקס, וואו די לינקע זייט ווייזט די 2 אויסוואלן פאר איין צד און אויבן די צוויי אויסוואלן פאר די אנדערע צד און ווי אזוי זיי מישן זיך אויס. דערנאך אין יעדעס קעסטל צייגט מען צום ערשט די יוּטיליטי פונעם ערשטן שפילער און דערנאך, אינעם זעלבן קעסטל די יוּטיליטי פונעם צווייטן, וכדלהלן.

צום ערשט דארף מען מסביר זיין צוויי געדאנקען דערין: געימס וואס האבן פּערפעקט אינפארמאציע און די וואס האבן קאָמפּליִט אינפארמאציע (אביסל דערמאנט דא און דא).

פּערפעקט אינפארמאציע = א סארט געים וואו יעדעס פּארטיי ווייסט וואו די געים שטייט און ווי אזוי מ׳איז אנגעקומען עד האידנא ביי יעדע מינוט פונעם געים און וואס די (מעגליכע) אפציעס זענען פון דא און ווייטער פאר יעדע שפילער.

קאָמפּליִט אינפארמאציע = וואו יעדע שפילער ווייסט די יוּטיליטיס און ווערט פון די סארט סטראטעגיע פונעם קעגנער פאר׳ן קעגנער; אלע שפילערס ווייסן פונקטליך אלע ״נומערן״/יוּטיליטיס אינעם דעסיזשאן מעיטריקס.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)

דער אשכול פארמאגט 49 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר