אריסטו׳ס סקווער פון אפּאזיציע (והמסתעף)

אין דער וועלט פון נאטור און וויסנשאפט
רעאגיר
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5465
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 13057 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7138 מאל

אריסטו׳ס סקווער פון אפּאזיציע (והמסתעף)

שליחה דורך מי אני »

אין אריסטו׳ס לאגיק איז דא די סקווער פון אפּאזיציע. להקדים דארף מען מסביר זיין זיינע פיר [נישט ״ליידיגע״] קאטעגארישע פּראפּאזישאנס בנוגע א שייכות פון א סאבּיעקט [א/די זאך/מענטש וואס די זאץ רעדט זיך פון] און איר פּרעדיקעט [וואס דער סאבּיעקט טוהט וכדומה]. דאס זענען צוויי פון צוויי סארטן ואלו הן:

‏1). יוּניווערסאל עפירמעישאן: אלע סאבּיעקטן האבן/זענען (וכו׳) דעם פּרעדיקעט. {גערופן A}

‏2). יוּניווערסאל נעגעישאן: קיין איין סאבּיעקט האט דעם פּרעדיקעט. {גערופן E}

‏3). פּארטיקולער עפירמעישאן: אפאר סאבּיעקטן האבן/זענען (וכו׳) דעם פּרעדיקעט. {גערופן I}

‏4). פּארטיקולער נעגעישאן: אפאר סאבּיעקטן האבן/זענען (וכו׳) נישט דעם פּרעדיקעט. {גערופן O}

נאך דעם זענען דא צוויי סארטן אפאזיציעס אין סטעיטמענטס: קאנטרעדיקשאן און קאנטרערייעטי. קאנטרעדיקשאן באדייט אז איין סטעיטמענט׳ס אמת-וועליו איז די היפך פונעם אנדערן; אויב איינס איז אמת איז די צווייטע פאלש. קאנטרערייעטי/קאנטרערי באדייט א שוואכערן סארט אפאזיציע. דאס איז ווען איך ווייס אז איך קען נישט אננעמען ביידע סטעיטמענטס אלס אמת, אבער עס איז מעגליך אז ביידע זאלן זיין פאלש.

דאס צאמצושטעלן האט מען געשאפן דאס סקווער פון אפּאזיציע וואס זעהט אויס כזה:
AF8264F7-55D5-489E-A90B-36CD46E21FBA.jpeg


אויף די אויבערשטע לינקע זייט שטעלט מען דעם ערשטן סוג קאטעגארישע פּראפּאזישאן, אויף דעם אויבערשטן רעכטע זייט די צווייטע סארט, אונטן לינקס דעם דריטן סארט, און אונטן רעכטס דעם פערטן.

עס קומט אויס דערפון אז די צוויי [פאר א גיווען פּראפּאזישאן] וואס זענען באלכסון [1 {A} מיט 4 {O}; 2 {E} מיט 3 {I}] זענען קאנטרעדיקשאנס און בהיפך גמור איינס צום צווייטן; איינע פון זיי איז אמת און די אנדערע איז פאלש. למשל, אויב איז A אמת און אלע סאבּיעקטן פארמאגן דעם פּרעדיקעט קען דאך O נישט זיין אמת אז ״אפאר״ פארמאגן דאס נישט. און אויב ״אפאר״ פארמאגן דאס נישט קען דאך נישט זיין אז אלע פארמאגן דאס יא. און זאגן אז ביידע זענען פאלש, דהיינו אז עס איז נישט אמת אז אלע פארמאגן דאס ובאותו רגע אז עס איז נישט אמת אז אפאר פארמאגן דאס נישט קען אויך נישט זיין. ווייל אויב נישט אלע פארמאגן דאס [הנחה א] און אויך נישט אז אפאר פארמאגן דאס נישט [הנחה ב] האיך יתקיימו שניהם. דאס זעלבע ביי E און I.

משא״כ די אויבערשטע צוויי איינע צום אנדערן זענען קאנטרערייעטי/קאנטרערי: זיי זענען ביידע צוזאמען זיכער נישט אמת אבער ביידע קענען זיין פאלש (אדער נאר איינע איז פאלש, ופשוט). אויב איז אמת אז אלע פארמאגן דאס איז זיכער נישט אמת אז קיין איינע פארמאגט דאס. אבער עס קען געמאלט זיין אז ביידע זענען נישט אמת: אפאר פארמאגן דאס יא און אפאר נישט.

די אונטערשטע צוויי זענען די היפך פון דעם [סאָבּקאנטרערי]. דאס הייסט אז זיי זענען ביידע צוזאמען זיכער נישט פאלש אבער ביידע קענען זיין אמת (אדער נאר איינע פון זיי איז אמת, ופשוט). עס קען זיין אז ביידע זענען אמת ווען אפאר פארמאגן דאס יא און אפאר נישט. זיי קענען אבער ביידע נישט זיין צוזאמען פאלש. ווייל עס קען נישט זיין אז עס איז ״נישט [אמת]״ אז אפאר האבן דאס נישט, מיינענדיג אז אפאר האבן דאס יא, ובאותו רגע אז עס איז ״נישט [אמת]״ אז אפאר האבן דאס יא.

דערנאך איז דא די סאָבּאַלטערעישאן [ביי די צוויי זייטן]. דאס באדייט אז די אמת פון די אויבערשטע יוּניווערסאל מאכט אטאמאטיש די אונטערשטע פּאַרטיקולער אמת. אבער אויב איז די יוּניווערסאל פאלש מיינט דאס נישט דוקא אז די פּארטיקולער אונטער דערפון איז אויך פאלש. למשל, אויב איז די אויבערשטע לינקע, אז אלע האבן דאס, אמת, איז די אונטערשטע לינקע זיכער אויך אמת אז אפאר דערפון האבן דאס. אבער אויב איז די אויבערשטע, אז אלע האבן דאס, פאלש, קען נאך אלס די אונטערשטע דערפון אז אפאר האבן דאס יא נאך אלס בלייבן אמת.

משא״כ פון אונטן ארויף איז פארקערט. דהיינו, אויב איז די אונטערשטע פאלש איז די אויבערשטע זיכער אויך פאלש. ווארום, למשל ביי די רעכטע זייט, אויב איז עס פאלש אז אפאר האבן דאס, איז זיכער פאלש אז אלע האבן דאס. אבער אויב ווייס איך אז די אונטערשטע איז אמת, אפאר האבן דאס, מיינט נישט אז די אויבערשטע איז אמת און אלע האבן דאס.

די סקווער האלט אבער נאר אָן ווען די סאביעקט איז נישט ״ליידיג״, דהיינו עס איז נישט קיינמאל נישטא קיינע אמת׳ע פּרעדיקעטס אויף זיי (למשל די סאביעקט איז א מיטאלאגישע חיה). אין אזא פאל וועט דאך די אונטערשטע לינקע {I} אז ״אפאר סאביעקטן האבן די פּרעדיקעט״ זיין פאלש, ווייל עס איז בכלל נישטא די סאביעקט אז א פּרעדיקעט זאל חל זיין דערויף. וועט דערנאך, עפ״י די סקווער, איר אויבערשטע רעכטע קאנטרעדיקטארי {E} אז ״קיין שום סאביעקט האט דעם פּרעדיקעט״ זיין אמת. אבער דעמאלטס מוז דאס וואס איז אונטער איר אויף די רעכטע זייט {O} אז ״אפאר סאביעקטן האבן נישט די פּרעדיקעט״ אויך זיין אמת. און דאס איז דאך פאלש, ווייל די פירוש המילות פון ״אפאר סאביעקטן״ קענען נישט נוגע זיין ווען עס איז בכלל נישטא אזא סאביעקט; עס האט עקזיסטענשאל אימפּאָרט. מ׳קען אבער אויף דעם זאגן אז די געדאנק איז ״אויב וואלט געווען דעם סאביעקט דעמאלטס וואלטן אפאר וכו׳״ [א פרייע לאגיק]. ווי אויך אויב פארמולירט מען דאס אז אנשטאט ״אפאר סאביעקטן האבן נישט דעם פּרעדיקעט׳״ צו ״נישט יעדע סאביעקט האט דעם פּרעדיקעט״ איז אויך נישט שווער.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)

דער אשכול פארמאגט 57 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר