ס'מיר איינגעפאלן א קשיא היינט ביים דרייוון, און כ'האב נישט געקענט טרעפן קיין תירוץ דערויף, מילא אפיליר איך צים עולם ארויסציהעלפן די מצב, ובכן, וויפיל מאל שנעלער איז 1 מפ"ש אקעיגן 0 מפ"ש?
די (קהל'ס) נער וואלט געענטפערט 1.
אבער פארשטייט זיך אז דאס איז נישט ריכטיג ווייל 1*0=0.
דער וואס האלט זיך פאר א חכם גייט ענטפערען 0.
וויבאלד 0 מפ"ש איז נישט קיין שענלקייט קימט אויס אז 1 מפש איז 0 מאל שנעלער פון 0 מפ"ש, דאס איז אבער נישט אמת ווייל 0*0=0 און נישט 1, און די הנחה אז 0 מפ"ש איז נישט קיין שנעלקייט איז נישט ריכטיג ווייל איה"נ מען קימט ערגעץ נישט אן אויף 0 מפ"ש אבער א שנעלקייט איז עס.
דער אויבער חכם וועט ענטפערען אינפיניטי (@מי אני, ביטע מאכן די אינפיניטי סימבאל).
ווייל 1 מפ"ש איז אינפיניטי מאל שנעלער פון 0 מפ"ש, דאס איז אבער אויך נישט ריכטיג ווייל 0*אינפיניטי=0 און נישט 1.
זענען מיר געבליבען ביים קשיא, וויפיל מאל שנעלער איז 1 מפ"ש פון 0 מפ"ש?
וויפיל מאל שנעלער איז 1 מפ"ש פון 0 מפ"ש?
- קהל'ס נער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2364
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
- געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
- האט שוין געלייקט: 5982 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5612 מאל
וויפיל מאל שנעלער איז 1 מפ"ש פון 0 מפ"ש?
If I could do it all again, I'd be a plumber.
Albert Einstein
Albert Einstein
דער אשכול פארמאגט 24 תגובות
איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.
רעגיסטרירן איינשרייבן