ילפינן יציאה ממציאה ("פה-סח" - #1)

אין דער וועלט פון נאטור און וויסנשאפט
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3791
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 7130 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8162 מאל

ילפינן יציאה ממציאה ("פה-סח" - #1)

שליחה דורך ונבנתה העיר »

[center]ילפינן יציאה ממציאה[/center]



[center]יציאת מצרים אין ליכט פון ארכעאלאגישע געפונסן[/center]


עס האט אייך שוין זיכער פיהל מאהל גע'נייגער'ט וואס די ארכאלאגישע וועלט האט צו זאגן אויף שיעבוד ויציאת מצרים, גיין אין מדבר פערציג יאהר און דערנאך אייננעמען דאס כנעניש לאנד אין א מיליטערישן קאמפיין.

בכלל איז יעדער מענטש פארזיכערט צו האבן אן ארכעאלאגישער פונק ערגעצוואו אין זיין זעהל, פילייכט דארף ער איהר אביסל אנרייצן, איך פארדעכטיג אז ווער עס איז נאר אמאהל געווען ביי אן ארכעאלאגיש-אויסגעגראבענעם ארט מיט וועמענ'ס היסטאריע ער איז באקאנט פון זיין יוגענט, האט נישט געקענט האלטן די כנפי הדמיון – און אין תוצאה: התפעלות - איינגעשפארט, אט דאס זענען די אייגענטליכע שטיינער וועלכע דוד המלך האט באטראטן... דאס איז דער פאקטישע גאס וואו אידן האבן זיך געשטופט מיטן קרבן פסח...

אבער די תקופה וואס אינטערעסירט אונז אין די יעצטיגע מינוט איז אנגעלאדענט מיט פראבלעמען פון אן ארכעלאגישן קוק-ווינקל, אנדערש ווי פון דוד המלך אנגעהויבן וואס גאר אסאך איז באשטעטיגט און אויסגעקלארט אין ארכעאלאגישע געפינסן, איז אבער די תקופה ביז אהין כמעט ליידיג פון פון דעם אלעם, לעת עתה קען ארכעאלאגיע נישט פארשטעלן צופיהל קלארע אנקערונגען צו די היסטאריע וואס תורתינו, תורת חיים, פארציילט.

דער אמת איז אז ארכעאלאגיע בכלל, ווי א מסודר'דיגע חכמה מיט שטרענגע כללים, איז בסך הכל בערך הונדערט יאהר אלט, אלזא איז עס קיין גרויסער וואונדער אז צופיהל איז דערווייל נישט געפונען געווארן, בנוסף, צו דעם וואס פיהלע ארטיקלן זענען ווארשיינדליך קאליע געגאנגען אין די דורות פון אומאחריות'דיגע גראבונגען, ווי מיר וועלן שפעטער זעהן.

אין פאקט האבן געוויסע חוקרים שוין אנגעפאנגן צו שטופן א שיטה אז דוד המלך לא היה ולא נברא, עס האט קיינמאהל קיין פאראייניגטע אידישע קעניגרייך עקזעסטירט און אלעס האט זיך אנגעהויבן ביי מלכות יהודה וישראל, למעשה האט מען דערנאך געפונען די ארכעאלאגישע באווייזן דאס צו באשטעטיגן.

איינע פון די הויפט פראבלעמען ווען עס קומט אויסצוקלארן די היסטאריע פון א פריע כלל ישראל – די Israelites, איז די שרעקליכע צומישעניש וואס הערשט לגבי די יאהרן, צעהנדליגע מהלכים, השערות און השוואות זענען שוין פארגעשטעלט געווארן ווי אזוי מען דארף פארגלייכן די אידישע היסטאריע מיט די וועלטליכע יאהרן, וועלכער פרעה איז דער פון די תורה וכו' וכו', ניתן להיאמר אז יעדע אפציע האט א מאן דאמר.

בכל אופן, מחמת די אלע סיבות ועוד, איז מיט די יאהרן – צום פארלוסט פונעם נייגעריגען עמך איד – עס געווארן אוועקגעשטעלט לכמו שני מחנות, די מאמינים [בעיקר קריסטליכע] קעגן די נישט גלויביגע, און כנהוג בלייבט עס שוין נישט ביים טרוקענעם אמת - ביידע זייטן זענען חשוד אויף מפתה און מאנס זיין די געפונסן צו זייערע הנחות קדומות, א זאך וואס לאזט זיך ממילא גאר לייכט טוהן אין אזא פעלד ווי ארכעאלאגיע.

יהי' איך שיהי', קלער איך אז עס וועט זיין העכסט אינטערעסאנט צו כאפן א בליק אויף א טייל פון די געפונסן וואס די מאדערנע טעכניקן דאטירן זיי צו יענע תקופה, און קערן זיך אהן אין אונזער היסטאריע פון ווען אידן זענען אראפ קיין מצרים ביז נאך די ערשטע תקופה פון כניסת הארץ, א טייל פון זיי זענען אנגענומען ביי רוב חוקרים, און א טייל זענען שנוי במחלוקת.

וועלן מיר פראבירן זיך צו האלטן מיט די סדר המאורעות – איינגעטיילט אין דריי תקופות: דאס זיך אויפהאלטן פון אידן אין מצרים און זיין פארשקלאפטעט ביי איהר, יציאת מצרים און זיך אויפהאלטן אין מדבר, און די ערשטע תקופה פון כניסת הארץ וכיבושה.

------------------

[center]תקופה א'[/center]


דער איזראעלייט הויז

אין 2003 האט דער עסטרייכישער פראפעסאר און עגיפטילאג, מאנפרעד ביעטאק, געמאכט אן אינטערעסאנטע אנטדעקונג, אינעם חצר פון א טעמפל אין עגיפטן האט מען געהאט אויפגעגראבן אן ארבעטער-הייזקע, און עס איז געלונגען פאר די ארכעאלאגן אויסצומאהלן דעם בוי-פלאן אויף וועלכע מהלך די הייזקע איז געווען געבויעט.

דער פראפעסאר האט באמערקט אז זי איז נישט געווען געבויעט אזוי ווי אלע אנדערע עגיפטישע הייזער, זי האט דוקא נאכגעפאלגט דעם בוי-פלאן פון דעם 'איזראעלייט הויז'.

דער 'איזראעלייט הויז', אדער 'פיהר צימער הויז', איז אן אויסדרוק אנגענומען ביי די חוקרים צו באצייכענען א ספעציפישע וועג פון אויסשטעלן א הויז וואס איז געווען אייגענארטיג פאר די פריע אידן, מען געפונט זיי כמעט נאר אין די אור-אלטע געגענטער פון כנען ווען די אידן האבן זיך דארט באזעצט, פאר א לאנגע תקופה איז זי געווען די מערסט-פאפולערע הויז אויסשטעל אין ארץ ישראל, און פונעם חורבן בית ראשון און ווייטער איז זי מער נישט צום געפונען.

איז דאס אן אנדייטונג אויף די הייזקע פון א אידישן שקלאף? פראפעסאר ביעטאק קלערט אז גאנץ מעגליך יא.
אן איזראעלייט הויז אין שומרון:
1.jpg
1.jpg (65.88 KiB) געזען געווארן 6968 מאל


דער איזראעלייט הויז אינעם חצר פונעם עגיפטישן טעמפל:

2.jpg
2.jpg (30.12 KiB) געזען געווארן 6968 מאל


די קנעכט ליסטע

אין ברוקלין מוזעאום געפונט זיך א מצרי'שע קנעכט-ליסטע פון יענע תקופה, צווישן זיי איז אויסגערעכענט 'שפרה', איז דאס אונזער שפרה, אדער מעגליך אן אנדערע אידישע.

די קנעכט-ליסטע:
3.jpg
3.jpg (38.54 KiB) געזען געווארן 6968 מאל


אידישע קנעכט ארבעט

דאס איז שוין אן אלטע און איבערגעקייעטע ויכוח צו די פיראמידן זענען מעגליך געבויעט געווארן דורך די אידישע שקלאפן, דאס פארציילט אונז די תורה אז די אידישע קנעכט זענען באשעפטיגט געווארן אין מאכן ציגל פון ליים/מאראסט אין וועלכן מען האט אריינגעמישט שטרוי, אין פאקט וואלט אזא ארבעט'ס קראפט געדארפט ארויסגעבען אן אומבאגרייפבארער מאס פון ציגל.

אויב זאל יעדער פון די 600,000 מענטשן נאר מאכן 'איין' ציגל א טאג פאר 200 יאהר (לאמיר עס געבן 200 ארבעט'ס טעג פער יאהר), קומט עס אויס צו א סך הכל פון 24,000,000,000 ציגל! אלזא איז עס נישט ווייט אנצונעמען אז אזא מאסיווע ארבעט'ס קראפט איז איינגעשפאנט געווארן טאקע פאר א מאסיווע בוי פראיעקט.

דא האט איהר א נאנטע בילד פון איינע פון די פיראמידן וואס זענען געבויעט געווארן מיט ציגל פון ליים, מען קען קלאר דערקענען די אריינגעמישטע שטרוי, זענען דאס די ציגל וואס אונזערע זיידעס האבן געהאלטן אין די הענט?

די ליימענע ציגל געמישט מיט שטרוי:
4__1428343265_66.87.116.223.jpg
4__1428343265_66.87.116.223.jpg (15.01 KiB) געזען געווארן 6968 מאל


דער ארבעטער'ס שטעטל 'קאהון'

נישט ווייט פון איינע פון די פיראמידן ליגט אן ארבעטער'ס שטעטל 'קאהון' וואס איז געווען באוואוינט דורך די שקלאפן וועלכע האבן געבויעט דעם פיראמיד.

דער פלאץ איז אויסגעגראבן געווארן אינעם סוף פונעם נייצעטן יאהר-הונדערט דורך סיר פלינדערס פעטריע, בשעת'ן אויסגראבן זענען פילע פון די ליימענע הייזקעס נאך געשטאנען גאנץ ביז'ן דאך, נאר אזוי ווי די דיציפלין פון ארכעאלאגיע איז נאכנישט געווען פעסט אוועקגעשטעלט בימיו איז נישט געבליבן קיין סאך צו זעהן היינט.

געפונען האט מען אבער דארט עטליכע גאר אינטערעסאנטע זאכן, קודם כל זענען די הייזער געווען פול מיט חפצים, פארשידענע בוי געצייג, אבער אויך טעגליך-באנוצטע הויז כלים, צו דעם זענען אלע מסכים אז מען זעהט קלאר ווי דער שטעטל איז איבערגעלאזט געווארן פלוצלינג, געוויסע טענה'ען אבער אז עס איז נישט נאר ווייל די ארבעט האט זיך פשוט גענדיגט, פון די פילפארביגע חפצים וואס זענען איבערגעלאזט געווארן ווי עס שטייט און גייט צייגט זיך ארויס א פלוצלינג'דיגע, אומפארגעגרייטע, ווארשיינדליך א בחפזון'דיגע, אויסוואנדערונג.

נאך אן אינטערעסאנטע זאך האט מען דארט געפונען, אונטער די פאדלאגע פון גאר אסאך הייזער זענען געווען קליינע הילצערנע קעסטלעך וואו עס זענען געלעגן פיצלעך קינדער נישט מער ווי דריי חדשים אלט, מעגליך א תוצאה פון פרעה'ס גזירה, און נאך מער, דער ספעציפישער אופן פון באגראבן איז א פרעמדער אין עגיפטן.

והשלישית, די גאנצע שטעטל באשטייט פון קליינע ליימענע הייזקעס, אבער אויף איין פלאץ איז פארהאן א קעניגליכער פאלאץ, ווארשיינדליך גרייט פאר די קעניגליכע באזוכן – לפי השערת החוקרים, אבער אינטערעסאנט איז אז דער פאלאץ איז פארלאזט געווארן פריער ווי דאס גאנצע שטעטל, אפשר איז דאס אן איבערבלייבעניש פון פרעה'ס מיטארבעטן פון אנפאנג.

די מאפע פון קאהון:
5.jpg
5.jpg (76.58 KiB) געזען געווארן 6968 מאל
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?

דער אשכול פארמאגט 22 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר