גארנישט קען נישט לויפן שנעלער ווי ליכטיגקייט!

אין דער וועלט פון נאטור און וויסנשאפט
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שרגא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 548
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 27, 2012 11:20 pm
האט שוין געלייקט: 280 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 780 מאל

גארנישט קען נישט לויפן שנעלער ווי ליכטיגקייט!

שליחה דורך שרגא »

יעדער (?) געדענקט ווי די וויסנשאפטליכע וועלט האט זיך לעצטנס איבערגעקערט ווען איין פרעסטיזשפולע אינסטיטוציע האט ארויסגעגעבן זייער העכסט מאדנע געפינס אז א געוויסע פארטיקל איז געלאפן שנעלער ווי די ספיד אוו לייט. "שנעלער" האט געמיינט נישט מער ווי מיט 60 ביליאנסטלעך פון א סעקונדע, אבער דאס איז פונקט גענוג. וואס אויב שטעלט זיך דאס ארויס צו זיין אזוי, ווארפט עס צוזאם א גאר וויכטיגן יסוד וואס איינשטיין האט אראפגעשטעלט און אויף וועלכע מען בויעט שוין אין די סייענטיפישע וועלט לאנגע יארן.

ווי איידער דאס אנצונעמען זענען אלע חכמים ויודעי העתים אויפגעקומען מיט פארשידענע טעאריעס פארוואס יענעמ'ס טעסט האט אזוי געקענט אויסקוקן. לעצטנס איז אויפגעקומען נאך צוויי מעגליכע פראבלעמען מיט יענעם טעסט, איינס אז די מאשין וואס האט געהאלטן חשבון אויפ'ן צייט האט נישט געטויגט, אדער אז עס האט פשוט געהאט מיט א נישט גוטע קאנעקשאן. מען וועט נאכמאל איבערקוקן די מעגליכע פעלערן און אויך איבערמאכן טעסטס צי זען די רעזולטאטן, אבער מ'קען שוין אפאטעמען אז גארנישט איז טאקע נישט מעגליך צו לויפן שנעלער ווי ליכט-שנעלקייט.

אויב וואלט זיך עס ארויסגעשטעלט אלס אמת, וואלט עס געווען "די נייעס פונעם יארהונדערט", אבער ווי עס ארבעט געווענליך, לאזט די נאטור נישט אזוי שנעל חוזק מאכן פון זיך.
און נאך א לעקציע: איינשטיין לאזט זיך נישט אזוי גרינג אפפרעגן! (אפילו גראדע איז ער מער ווי איין מאל שוין געווארן אפגעפרעגט ביי אנדערע זאכן.)
(We need mercy, kindness, not judgment. (Describe, Matisyahu

דער אשכול פארמאגט 58 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר