א פילם קלוב פאר תוכנ'דיג און ארטיסטישע מאוויס

ארט, גראפיק,און פאטאגראפיע
רעאגיר
Movie Club
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 11
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 21, 2021 11:47 am
האט שוין געלייקט: 38 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 25 מאל

א פילם קלוב פאר תוכנ'דיג און ארטיסטישע מאוויס

שליחה דורך Movie Club »

איך וויל ווידמען די אשכול פאר פילמען וואס זענען ווי ערווענט אין די קעפל "ארטיסטיש און תוכנדיג". תוכנדיג איז גרינג מגדיר צו זיין, תוכן מיינט אז ווען מען ענדיגט וואטשן גייט מען אוועק מיט א נייע דערעהער און לעבן, א נייע בליק אדער פערספעקטיוו אויפ אן הינזיכט פונעם לעבן.

ארט איז שווער מגדיר זיין וואס גייט אלס ארייו אין ארטיסטישע פילמען, ווייל אין א געוויסע זון האט א יעדע קאמערציאלע פילם א געוויסע ארט צו זיך. לאמיר אנפאנגן א מינוט פריער וואס איז די דעפיניציע פון ארט ?
גוגל ווערטער בוך זאגט:

The expression or application of human creative skill and imagination, typically in a visual form such as painting or sculpture, producing works to be appreciated primarily for their beauty or emotional power.

און אידישע איבערזעצונג:

"דער אויסדרוק אדער אפליקאציע פון מענטשליכע שעפערישע סקיללס און פאנטאזיע, געווענליך אין א וויזשאוואל פארעם ווי מעלעריי אדער סקולפטור, וואס פראדוצירן ווערק צו זיין אפריעשיעטעד פאר זייער שיינקייט אדער עמאציאנעל מאכט".

באמת קען מען זאגן אז ארט איז כולל קאמעדי און אקציע פילמן, נעמליך, קאמעדי איז אויך אן אויסדריק אדער אפליקאציע פון מענטשליכע קריעטיוויטי און דמיון, וואס ווערט אפריעשיעטעד פאר איר עמאציענאל מאכט (פון לאכעריי). די זעלבע קען מען זאגן אויף אלגעמיינע אקציע און דראמא פילמן , עס איז אן אויסדריק אדער אפליקאציע פון מענטשליכע קריעטיוויטי און דמיון, וואס ווערט אפריעשיעטעד פאר איר עמאציענאל מאכט (פון thrill, suspense, and drama) און עס איז לכאורה ריכטיג. אבער איך וויל ווידמעןן די אשכול און פילם קלאב פאר אביסעל א טיפערע ארט, נישט מאוויס וואס איר גאנצע קריעטוויטי איז מיך אנצוצוען (drama) אדער מיך מאכן גוט לאכן (comedy) אדער שפילן מיט מיין נייגונוג פאר ראמאנס איך רעד פון טיפערער סארט ארט וואס האט אן אנדערע סארט אימפעקט אויפן מענטש.

ואחרי בינותי וויל איך עס מגדיר זיין אזוי עס ברויך האבן איינע פון די דריי קאמפאנענטס

מען ווערט טיף באיינדרוקט פון איר:

א. פון איר עמאציאנעלע מאכט. (וואס געווענליכע דורכשניטליכע קאמעדיע, ראמאנס, און דראמא, האבן נישט אין זיך)

ב. פון איר שיינקייט, הערליכקייט, און יצירה.

ג. פון א געוויסע טאלאנט ווי מוזיק אדער עקטן וכדו' .


ואיך וואלט מציע געווען אז מען זאל ארויפלייגן יעדע מוצאי שבת א מאווי, יעדער פון די חברים דא איז מכובד ווען ער שטויסט זיך אן מיט אזא פילם וואס קומט נאך טייל פון אויבן דערמאנטע פרטים צו עס ארויפלייגן מוצאי שבת וכל הקודם זכה. און דער נעקסטער זאל ווארטן פאר די קומענדיגע מוצאי שבת. איך וויל פרעגען דעם עולם צו דער עולם איז in ?? צווייטע, שאלה, צו איז איין מאווי א וואך צו ווייניג, אדער צו סאך?

וסימן זה נתון בידכם אויב איז די פילם אזאנס וואס באאיינדרוקט אייך אזוי שטארק אז איר טראכט נאך פון איר א פאר טאג נאכדעם און איר רעקאמענדירט עס פאר חברים לדעה, איז עס א מאווי וואס באלאנגט דא.

נאך איין נקודה עס מוז זיין א מאווי, וואס איז נישט צו לאנגוויליג (אפילו עס איז זייער ארטיסטיש), און האבן א סקאר העכער פון 6.5 אויף IMBD. מען ברויך ארויפליין א פיקטשער פון די מאווי, א קורצע איבערזיכט (50-100 ווערטער) אן קיין ספוילערס און אפשר פארוואס מען איז איבערצייגט אז עס איז ווערט די צייט.

דער אשכול פארמאגט 125 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר