חסידיש-געמאכטע אפיקורסים

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
באניצער אוואטאר
העניך
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 941
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 25, 2016 5:54 pm
האט שוין געלייקט: 1242 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4534 מאל

חסידיש-געמאכטע אפיקורסים

שליחה דורך העניך »

כ'וויל רעדן פון א נושא וואס איז האקל, אבער דאך גאר וויכטיג אויסצושמועסן. עס איז א נושא וואס מענטשן האבן מורא צו בארירן, מ'ציטערט בכלל צו דערמאנען די פאקטן, אבער דער מציאות מוז געזאגט ווערן, און דא אויף קאווע שטיבל מוז מען עס אויסשמועסן.

אפיקורסות.

יארן לאנג איז אנגענומען אז אמאליגע אפיקורסים זענען געווען כופרים און היינט זענען בלויז דא בעלי תאווה. דאס איז א וועג פון אראפווארפן פון אונז דעם אחריות צו טיף אריינקלערן אין דעם ענין, און טראכטן צי מאמינים האבן נישט אפשר עפעס אן אויפגאבע צו העלפן אידן בלייבן ביי דער אמונה. אויב זאל מען מודה זיין אז אפיקורסים וואס דרייען זיך צווישן אונז האבן לעגיטימע פראגעס און ספיקות ברענגט דאס תיכף אן אחריות פאר מאמינים צו ענטפערן אויף די פראגעס, און מסביר זיין פארוואס מ'קען דאך בלייבן ביי דער אמונה. עס איז פיל גרינגער זיך אפצושאקלען פון די ערנסטע אחריות'ן וואס מיר פארמאגן, געבן א פאכע מיט דער האנט און שרייען אז אפיקורסים זענען בעלי תאווה, און עס האט גארנישט מיט אונז.

כאטש מ'רעדט נאכנישט דערפון אפן, איז אבער קלאר אז עס זענען דא הונדערטער – אויב נישט טויזנטער – אפיקורסים וואס דרייען זיך ארום צווישן אונז. מ'הערט מער און מער וועגן היימישע חסידישע יונגעלייט וואס גייען אראפ פון דרך (או-טי-די, בלשונם), אמאל מיט דער משפחה און אמאל אן. פון זיי איז אוממעגליך זיך צו פארהוילן, ווייל עס נעמט אריין משפחות, גיטין, און א שטורעם אויף דער גאס. אבער די אפיקורסים וואס בלייבן צווישן אונז, אנגעטון מיט די שמונה בגדים און פירן ווייטער א חרדיש לעבן כאילו לא היה, מאכן נישט קיין ווינט און קיין שטורעם, און אויב מ'איז אומבאקוועם מיט'ן רעדן דערוועגן אדער טון עפעס דערוועגן קען מען זיך פארהוילן פון די פאקטן.

עס זענען פאראן שוטים וואס אויב האבן זיי א חשד אויף איינעם אז ער איז נישט קיין מאמין וועלן זיי אים פרובירן צו דערגיין די יארן, ווי כאילו דאס וועט אים צוריקברענגען די אמונה. אנשטאט זיך פרייען אז יענער איז שטיל, האט ווייטער ליב זיין ווייב און קינדער, צעברעכט נישט זיין משפחה, וועלן זיי גיין און חרוב מאכן וואס זיי קענען נאר. אדרבה, אויב אידישקייט און משפחה-לעבן גייט דיר אן, זיי יענעם מחזק און העלף אים ארויס אז זיין לעבן זאל זיין ווי מער באקוועם – ווייל אז דו וועסט אים נאך מער דערשטיקן זענען דא גרעסערע שאנסן אז זיין משפחה וועט ח"ו צעבראכן ווערן. אבער פאר אונז ווי א כלל בלייבט יא איבער צו טראכטן פארוואס דאס געשעט. פארוואס הערט מען וועגן אונזערע בעסטע און שענסטע וואס פארלירן די אמונה?

און נאכאמאל, אונזער שמועס דא איז נאכדעם וואס מיר אנערקענען אז נישט יעדער וואס פארלירט די אמונה איז א בעל תאווה. עס זענען פאראן אזעלכע אויך, אבער דער לומד'ישער מחבר ספרים וואס איך קען וואס איז שוין אן אפיקורס פאר צען יאר האט נאך אין זיין לעבן נישט געטון קיין עבירה. דאס זעלבע דער איידעלער מגיד שיעור און בריליאנטענעם ביזנעסמאן וועמען איך קען זענען מער אריינגעטון אין תורה און ביזנעס ווי "פארדינען" א שטיקל טרפות פון זייער כפירה.

איך וויל נישט דא אריינגיין אין קושיות און ספיקות וואס ברענגען צו כפירה, נאר בלויז מאכן איין אבזערוואציע איבער דעם ענין וואס מ'דארף נעמען צום הארץ. אין מיינע שמועסן מיט ליטווישע אידן שטעלט זיך ארויס אז ביי זיי הערט מען פיל ווייניגער וועגן פרומע חרדישע יונגע מענטשן וואס פארלירן גענצליך די אמונה. איך רעד נישט דא פון מענטשן וואס ווערן אפיציעל או-טי-די, וואס איך ווייס נישט צי דער פענאמען איז שטערקער ביי חסידים צי ביי די ליטווישע. כ'רעד פון חרדישע מענטשן מן השורה, בני תורה און ביזנעסלייט מיט משפחות, וואס הערן אויף צו גלייבן אין דער תורה. פון אזעלכע זענען דא מער אין דער חסידישער וועלט ווי אין דער ליטווישער.

אין אלגעמיין זענען די ליטווישע פונקט אזוי פרום ווי חסידים, זייער אינטעליגענץ איז גארנישט ווייניגער ווי אונזער, און די קושיות און ספיקות וואס חסידישע אפיקורסים טראכטן זענען פונקט אזוי נוגע ליטווישע. טא, וואס ברענגט דעם חסיד צוצוקומען צו לייקענען תורה און אידישקייט ווען דער ליטוואק קומט ווייניגער אן ביז אהין?

איך מיין אז דער תירוץ איז ווי פאלגנד. צווישן לעבן מיט פולקאמער תמימות ביז גענצליכער כפירה זענען פאראן גאר אסאך שטאפלען. מ'קען האבן ספיקות אין רבי'ס, מ'קען לייקענען אין חסידות, מ'קען צווייפלען אין חרדיזם, מ'קען כופר זיין אין זוהר און קבלה, מ'קען גלייבן אין עוואלוציע, מ'קען קריכן צו סליפקין, מאדערן ארטאדאקס, וכו'. נישט יעדער אינטעליגענטער מענטש איז פארנומען מיט'ן קריכן אין עניני אמונה – עס זענען דא אסאך קלוגע מענטשן וואס זענען באקוועם מיט וואו זיי שטייען, און זענען נישט אינטערעסירט צו גרובלען טיפער און טיפער. די פראגע צי עפעס איז אמת צי נישט איז געווענליך א פראגע וואס איז נוגע למעשה – אפילו נאר במחשבה. אויב איז עס נישט נוגע, קריכט מען נישט אהין.

יעצט לאמיר פארשטיין וואס געשעט ווען א ליטוואק'ס נשמה פאנגט אים אן נאגן ביים הארץ אז נישט אלעס וואס מ'פארקויפט ביי אונז איז אמת. ער פאנגט אן כאפן אז אסאך פון אונזערע באגרעניצונגען זענען באזירט אויף טעותים, נאאיוויטעט און שקר. עס שטערט אים, עס ווייטאגט אים, און ער נעמט זיך גרובלען צו פארשטיין וואס איז יא אמת און וואס נישט. פיין, ער זעט איין אז מ'מעג יא גלייבן אין עוואלוציע, מ'דארף נישט זיין אזוי אינגאנצן פארגלייבט אין קבלה, און זיין מחשבה-וועלט לייכט אויף. פלוצלינג איז זיין לעבן שוין נישט אזוי ענג, זיין קאפ איז אים ברייטער, און ער קען נאכלאזן פון זאכן וואס לייגן זיך אים שוין נישט אויפ'ן שכל. אז דאס לעבן איז אים באקוועמער געווארן בלייבט ער שטיין דארטן, און גייט נישט ווייטער.

אבער וואס געשעט ווען דער חסיד פאנגט אן ווערן געפלאגט מיט ספיקות איבער דעם חרדיש לעבן? די רגע וואס ער דרוקט נאר אויס איין ווארט סקעפטיציזם אויף א געזעלשאפטליכער נארישקייט ווערט ער תיכף אפגעשטעמפלט אן "אויפגעקלערטער". אז ער גייט א טריט ווייטער איז ער א ציוני, און ווען ער קומט אזש צו צווייפלען אז עס זענען היינט דא בעלי רוח הקודש איז ער שוין אן "אפיקורס". ביי ליטווישע זענען אויך דא שמאלקעפיגע מענטשן וואס וועלן זיך ווארפן מיט אזעלכע טערמינען ווי "אפיקורס" – אבער נאר ביי חסידים איז עס פולקאם איינגעבאקן ווי אן אינטעגראלער חלק פון דעם געדאנקענגאנג.

דער ליטוואק וועט פיל לייכטער טרעפן א באקוועמען ארט אין אידישקייט וואס איז מקובל פאר'ן שכל. דער חסיד – אין דער רגע וואס ער איז איין טראפ ארויס פון דעם נארמאטיוון מהלך מוז ער תיכף זיין א מאראנא, אן "אנוס", און באהאלטן פון יעדן וואס ער האלט באמת. דאס זיין אן אנוס איז זייער פיינפול, און ברענגט נאר אז דער מענטש זאל נישט טרעפן זיין ארט אין אידישקייט. דאס וועט אים אדער איר פירן ווייטער צו קלעטערן און גרובלען און אנקומען ביז'ן ווערן אן אפיקורס ממש.

עס זענען דא וואס מאכן אוועק די וואס האבן ספיקות מיט דער טענה אז עס קומט נאר פון ווייטאג. צו זאגן אזוי איז אראגאנט און רשעות'דיג, ווי כאילו זיי האבן די רעכט און פעאיגקייט צו דערקלערן אז יענעמ'ס ספיקות זענען נישט לעגיטים. אבער עס איז דא אן אמת אין דער טענה, נישט ווייל די ספיקות זענען נישט לעגיטים, נאר ווייל אויב אידישקייט וואלט אים באקוועם געווען אויף א פריערדיגן שטאפל וואלט ער מעגליך קיינמאל נישט אנגעקומען צו גרובלען ביז די יסודות ממש. יא, די ווייטאג פון אפשפעטן און טעראריזירן יעדן וואס טראכט נאר אביסעלע אנדערש ברענגט כפירה. נישט כפירה וואס מיר קענען אוועקמאכן און אפשפעטן, נאר כפירה וואס וואלט געקענט פארמיטן ווערן אויב מ'וואלט ערלויבט עטוואס בויגזאמקייט אין אונזער געזעלשאפט, און געלאזט מענטשן זיין אביסל אנדערש און זיך אנדערש אויסדרוקן.

מאמינים דארפן פרובירן צו זען אז מענטשן זאלן נישט ווערן קיין אפיקורסים, בפרט ווען מ'רעדט פון די אייגענע ברודער אין איין גרויסער געזעלשאפט. די וואס האלטן אז זיי קענען העלפן מיט מוכיח זיין אמונה דארפן טון זייער חלק, די וואס האלטן אז זיי קענען העלפן אמונה דורך מאכן אידישקייט געשמאק דארפן אוודאי עוסק זיין אין דעם. אבער ווי א געזעלשאפט מוזן מיר אנהויבן אנערקענען דעם רעכט פון מענטשן צו זיין ברייטער און מער אויפגעקלערט. נישט יעדע דעה וואס יעדער האלט מוז דיר געפעלן, און ס'איז גארנישט אז יענער האלט אנדערש. מיט'ן טשעפען און רודפ'ן יעדן וואס זאגט א ווארט אנדערש ווי דעם אפיציעלן נאראטיוו באשאפן מיר אפיקורסים מיט אונזערע אייגענע הענט.
האט איר הנאה געהאט פון מיין ארטיקל? גיט א 'לייק' און שיקט א לינק צו אייערע פריינט. אבער בשום אופן נישט קאפירן דעם גאנצן ארטיקל און שיקן ווייטער - אדם אוסר את שלו.

דער אשכול פארמאגט 185 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
פארשפארט