תרמב האט געשריבן:דו פירסט מיר צוריק צו מיינע יארן אין קעמפ, ס'איז מיר זייער שווער צו לייענען ווייל איך האב עס פיינט געהאט א פייערדיגע שנאה, איך בין נאך עד היום הזה ברוגז אויף משפחת ראזענבערג, איך בין געווען פינעף זומער'ס אין נעפאנעק קעמפ.
וואס איז מיר אזוי אינטערסאנט איז אז איך בין געווען ארום פינעף און צוואנציג יאר שפעטער ווי דיר אין נעפאנעק און אזוי לייענענדיג זע איך אז ס'איז כמעט נישט געווען קיין שינויים דורך אויס די 25 יאר, איך בין אנגעקומען פונקט ווי דיר פארלוירענערהייט אין קעמפ אן דעם וואס איינער זאל אפווארטן, און נאך פולע זאכן וואס דו פארציילסט שפיר איך אז איך בין דורך אקוראט די זעלבע.
אגב איך בין געשלאפן איין זומער אין זופניק זעקס, און די זעלבע באנק ווי דיר, איך בין אפשר געשלאפן אויפן זעלבן מאטראץ ווי דיר, איך געדענק נישט צו ס'איז געווען אין צענטער פונעם באנק...
די שלאף רבי'ס און די געהעריגע רבי'ס פלעגן טיילן געזונטע פעטש, אן זיך רעכענען אז די קינדער זענען דא זענען פארבענקט און פולן זיך פארלוירן אן געהעריגע הילף, איך געדענק די ערשטע נאכט וואס איך בין געווען אין קעמפ, זענען די קינדער ארויסגעשפרינגען פון די בעטן ווען די שלאף רבי איז געגאנגען צו מעריב, און מ'האט זיך געשפילט מיט די סוויטש פון די לעקטער, ס'האט פאסירט און אנדערע באנק'ס אויך, צופרו סוף שחרית האט מען געשיקט כיתה ה צו דוד ראזנבערג, איינער האט זעהט אויס געמסר'ט, און דוד האט אויסגעפרעגט ווער די שולדיגע זענען געווען און ער האט געטיילט פעטש פאר די יעניגע, עד היום קען איך נישט פארשטיין פארוואס ס'האט אויסגעפעלט צו טיילן פעטש די ערשטע צופרו, די קינדער זענען נאך ביטער פארלוירן זיי ווייסן נאך נישט ווי די בית כסא איז, און דו טיילסט פעטש..
איך האב איינמאל אינמיטן בענטשן געכאפט א געזונטן פראסק פון דוד'ן פארנט פון דריי הונדערט קינדער ווייל איך האב ארויסגעשטעקט א פוס פאר א גבאי, א אינגל וואס ער האט ארומגעשיקט טיילן שמאנטשקעס פאר ווער ס'בענטשט שיין.
נארמאלע אקטיוויטי'ס ווי ס'איז דא אין יעדע קעמפ האט מען נישט געקענט צושטעלן, ווייל ביים רעבין האט מען עס נישט געזעהן, איז מען געזעצן און געגראבן גריבעלעך אין די זאמד און געזוכט פרעש און סאלאמענדערס, איך האב געוויינט צו מיינע עלטערן אז איך וויל אהיימקומען אויף שבת דא דארט, אבער די מנהל האט נישט געהאלטן ביים לאזן גיין, ס'איז געווען א ביטער שלעכטע פלאץ, איך בין געווען פארדעם אין דעי קעמפ אין אנדערע נארמאלע פלעצער, קען זיין פאר דעם איז מיר עס געווען אזוי שווער.
פרישטיג לאנטש און נאכטמאל האט גענומען מינומום א דריי פערטל שעה צו מער, און מ'האט געדארפט זיצן און אויסהערן דוד ראזנבערגס בויך ווייטאג, אדער זיין איידעם שמעון שווארץ, ווען ס'איז געווען אין די ניין טעג, האט מען אנשטאט שווימען געדארפט זיצן און אויסהערן א שיעור אין ויואל משה און עס אפשרייבן, אך און וויי אויב מ'האט זיך נישט צוגעשטעלט.
איך האב נישט צופיל צו צולייגן ווייל @לייביששרייבער לייגט אלעס אזוי גוט אראפ, דארף מען מיר נישט האבן, אז איך וועל זיך דערמאנען נאך וועל איך אפשר צושרייבן.
ווער עס איז נישט דארט געווען וועט דאס קיינמאל אין זיין ווילדסטן חלום נישט קענען פארשטיין.
עס קומט מיר טרערן אין די אויגען 35 יאר שפעטער דערמאנענדיג זיך די שלעק מיט ווייער פון די מייק אינפארנט פון א געפאקטן לאנטש רום פון קינדער. די בזיונות פון נישט קענען האלטן די ביטערע טרערן פון ווערן אזוי פארשעמט פון די ברענענדיגע שלעק מיט א טוץ פון פארשעמונגס ווערטער. "דער אינגעל האט וכ''ו" בשעת מען איז אוועק פון אינדערהיים מיט אזאנא אומציווילאזאציעשער אומשטענדן איז לא יאומן כי יספור.
גיי זיי מסביר אן היינטיגער קינד ווי אזוי קינדער אין אוישוויץ האבן געפיהלט (נישט מעגליך, ריכטיג?) דאס איז אויך נישט מעגליך צו מסביר זיין גלייבט מיר מיר זענען נישט מגזם קיין איין ווארט. נישט דער צו גלייך ח''ו כאפט מיר נישט ביים ווארט. אבער דער רחוק מן שכל האנישי אז עס איז פשוט נישט מעגליך עס מקרב זיין לשכל.
גלייבט מיר איך האב נאך אזויפיל וואס צו צולייגען הזמן יוכלי, והם לא יוכלי.
איך האב אריין געטראטן אין גאר גרויסע שיך איך קען נישט אזוי פיל נאכקומען. ארטיקלען קאכן זיך רעכטץ און לינקס איך ווייס נישט אויף וועלעכע צו ארבעטן קודם.
אבער אי''ה עוד חזון מיר וועלן נאך צוריק זיין אין רב טוב (רע) בקרוב.
Sent from my SM-S908U using Tapatalk