מ'קען נאך היינט שאפן א ישועה פאר אומזיסט?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3331 מאל

מ'קען נאך היינט שאפן א ישועה פאר אומזיסט?

שליחה דורך קאך_לעפל »

הערט אויף צו פארדרייען דעם קאפ.....

נישט אין די צו ווייטע פארגאנגענהייט, האט יעדער זעלבסט, געקענט פוילן ישועות און רפואות פאר אומזיסט, ס'איז געווען גענצליך פריי ס'האט נישט געקאסט קיין רויטער פיאסטער. מ'האט ארויסגענומען דעם אויסגעווייקטען תהילמ'ל, און זיך אויסגעוויינט פארן הייליגען באשעפער, און פלאי פלאים, מ'האט ווירקליך געזען אפענע זאכן, מ'איז געהאלפן געווארן מיט בני חיי ומזוני, מיט אלעם גוטען. ממש חוץ לדרך הטבע.

אין די לעצטע עפאכע איז ערשינען א דראסטישע ענדערונג אינעם עולם הישועות... ס'איז אויפגעשטאנען א כאפקע לייצים און קאמיקער, וואס האבן באשלאסען צו פארוואנדלען די ישועות אינדוסטריע פאר א מולטי מיליאן דאללאר'דיגע ביזנעס, און אזוי ארום זיך אנצופולען די קעשענעס מיט אידיש אויסגעהארעוועטע געלט. די דאזיגע לייצים האלטן זיך נישט אפ פאר גארנישט אויף דער וועלט. זיי טרייבן אקטאוועס פונעם אלגעמיינער ציבור, וואס כאפט קעלבענע התפעלות פון זייער שרייעדיגע רעקלאמען.

די רעקלאמעס זענען אין אלגעמיין פארשמירט מיט מעשיות שלא היה מעולם, רייפע פרוכט פון די פאנטאסטישע און פרוכטבארע כוח הדימיון פון די כיטרע רעקלאמע אגענטור אלוזיעזירער. טראץ דעם וואס די לייצנות רעקלאמעס רופט טאקע ארויס א שמייכעל ביים אלגעמיינעם טראכטענדיגען באפעלקערונג, פארט זענען נאך אלס פארהאן מאנכע וואס זענען ליידער נישט באשאפן געווארן מיט צו קיין ברייטע כלי מחשבה, וואס ליינען די ליגנערישע רעקלאמעס מיט זודיגע טרערן, און קלייבן יעדעס איינציגע ווארט פון די הייסע שטותים מיט בארשט, ווי ס'וואלט ווען געווען תורה פון הימל זעלבסט.

ס'איז העכסט זייט זיך אויפצווועקן. איר דארפט נישט דירכגליטשען קיין קרעדיט קארטעל, ביים תהילים כולל, חצות כולל, פאר קיגעל עסן אינעם הויז פון רבי ישעי'לען, טובים מאורת אד''ג. איר נויטיגט זיך אין א ישועה? איר זענט נישט אליין, אלע יודן דארפן געהאלפן ווערן מיט ישועות און רפואות. נעמט ארויס דעם אלטן אויסגעפריווטער ישועות פראדוצירער, און גיסט אויס אייער הארץ פארן הייליגן באשעפער. וועט איר זען אז איר וועט געהאלפן ווערן בחנם אין כסף.

אדרבה פראבירט דאס אליינס אויס...

דער אשכול פארמאגט 9 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר