שקרן!!!

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שטילע אינגערמאן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1009
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 23, 2013 12:54 am
האט שוין געלייקט: 628 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2005 מאל

שקרן!!!

שליחה דורך שטילע אינגערמאן »

אונזער וועלט איז געשלאגן מיט דער מידה פון שקר אויפ א מוראדיגע פארנעם.
לויט געוויסע סטאדיס זאגט די דארכשניטליכע מענטש איבער צען צאל א טאג ליגענט, א מענטש דרייט זיך צווישען אנדערע מענטשן קוים צען שעה א טאג, דאס מיינט יעדע שעה נאך א ליגענט.

די סיבה כעפען די אשכול איז, כ׳האב לעטצענס אנגעהויבן אריין טראכטן וויפיהל מאל מ׳זעהט מענטש זאגן ליגענט בלויז פאר די נישטיגקייט, אן קיין סיבה ממש, נישט אז זיי פארדינען דערפון עפעס, אבער ליידער כאפן זיי כאפן נישט אז סאיז דא קאנסעקווענסען.

נישט לאנג צירוק בין איך אדורך געפארן א אינגערמאן מיטן קאר א באקאנטע מיינע, כהאב עיהם געפיפן אבער ער האט נישט באמערקט, כהאב ארויס גענומען די טרייבעל אין עיהם גערופן.
העי וואס טוט זיך?
עםםם, סאו סארי כקען נישט יעצט רעדן כבין אין א מיטינג ביי א עטערני אין די אפיס.
דער אינגערמאן האט נישט געטראכט צוויי, געשאסן א סטעיטמענט אין די וועלט אריין.
לאמער זאגן ער איז געווען פארנומען אויפ א וויכטיגע קאל אדער ער האט פשוט נישט געהאט געדולד צו רעדן אויפן סעלל,
פארוואס האט דער אינגערמאן נישט געקענט זאגן ״שטילע אם סארי, כדרייוו יעצט כבין ביזי אויפן beep, כרויף די באלט צירוק״
פארוואס האט ער געזאגט ער איז אין א אפיס ביי א עטערני,
די אמתע סיבה ווייס איך אויך, פשוט ווייל טאמער זאגט ער אז ער איז ביי עטערני הערט זיך עס מער ביזי.
דער אינגערמאן ווייסט גוט אז איך לויף עיהם נישט נאך, אין כבין באופן כללי גאנץ וויניג אינטרעסירט צו רעדן צו עיהם, סאיז נישט כאילו ער האט געהאט א חשש כגיי עיהם אויפהאלטן אויפן סעלל אין כדי זיך ארויס דרייען האט ער געזאגט ער איז ביי א עטערני.
סאיז פשוט ווייל אזוי איז ער אויפ געוואקסען.
ווען ער איז געווען א קינד אין ער איז אריין חול המועד אין פארק האט עיהם די מאמע געזאגט אז ער זאל זאגן ער איז 4 יאר אלט אנשטאט 6. ווייל זי גיין פארדינען א אפגעפליקיטע 5 דולר אויפן חשבון פון די חינוך פון די קינד. ער איז געטרעינט אז ער זאגט ליגענט רעכטס אין לינקס, דארף נישט זיין א עכטע סיבה דערצי, משיסט ווערטער אין מגייט ווייטער.

סזאגט זיך א ווערטעל א חסידישע קאפעל איז געגאנגען מאכן א מערידז לייסענס, ביים אנפילען די פאורם האט די ווייבל געפרעגט די מאן וואס זאל איך שרייבען ביי date of birth? ס׳איז זי נישט אנגעפאלן מקען שרייבען די עכטע דאטום, זי איז מחנך געווארן אז מזאגט ליגענט ווי מ׳קען,
אינגערלייט כאפן נישט, סווערט א סיסטעם פון א אוטומאטיש ריפלעקס, ווען מקומט אהיים שפעט ביינאכט, די אינגערמאן האט זיך פארשמוסט אין גראסערי, די ווייב פרעגט ווי ביסטו געווען? ער טראכט נישט צוויי ״כ׳האב געשמיסט מיט מיין חברותה״, איי די וויב קערט נישט טאמע האסט געשמיסט מיט חיים אבער מיט זרח, אבער אזוי איז לייכטער.

עטץ מיינסט די ווייב כאפט נישט? די מיינסט דיין בעה״ב איז עפעס געבוירען איין נעכטן? די מיינסט דיין חברותה איז שיכור? אדער דיין טאטע איז א חיש קינד?

איין מאל געלונגט דיך עס אפשר אפי׳ צוויי מאל, למעשה גייט יענער כאפן אז ביסט א גראבע ליגענע,
אין די ווייסט וואס געשעהט ווען דיין ווייב, בעה״ב, שווער, פאלירט טראסט אין דיר? די ריזאלטס זענען נישט גוט, כמעט נישט שייך צירוק צו דרייען.
אפי זיי זאגן די נישט אז מהאט די געכאפט ביי א ליגעט אבער זיי ווייסען גוט אז ווען די זאגסט ניין מיינט עס יא אין יא מיינט ניין.
סזאגט זיך א סלענג ״די בעסטע ליגענט איז די אמת״ דער סלענג איז עפעס א דאורייתה, ס׳איז אזעלעכע שטארקע ווערטער.
דאס איז אפי ווען סאיז נישט באקוועם צו זאגן די אמת, אבער אפגערעדט ווען מ׳זאגט שקר סתם פאר די נישטיגקייט.
מדארף געדענקען נישט מחנך צו זיין קינדער אז ליגענט איז אקעי, אין ח״ו נישט זאגן ליגענט ווען זיי הערען, זיי זענען נישט געבוירען נעכטן אין כאפן גוט אויף.
ווען די זיצט אין די היים אויפן קואטש אין דיין זוהן שפילט אויפן ערד, מיטאמאל קלינגט דיין סעלל אין די זאגסט דיין חברותה ביסט אויפן וועג, דיין קליין אינגעל איז געשאנקען מיט א אוזן די אויבערשטער האט עיהם געגעבן אלץ א מתנה, האסט געזאגט א נארישע ליגענט וואס פעהלט נישט אויס, אבער דיין קליין זוהן האט געהערט גוט וואס די האסט געזאגט, אין ער לערנט זיך דערפון.
מארגן ווען ער וועט זאגן אז ער האט נישט אליין געקראסט די סטריט אדער ער האט נישט גענומען די נאש, וועסטו טאנצן ביזן לבנה פאר כעס אין וועסט נישט פארשטיין פון ווי ער נעמט צו זאגן ליגענט.

כ׳פארשטיי אמאל איז שווער צו זאגן אמת (אפי איך האלט אז דעמאלטס לוינט אויך צו זאגן אמת) אבער כרעדט וועגען די ליגענט איינער זאגט סתם אזוי.
למשל ביסט אויפן וועג אהיים, די ווייב פרעגט דיר ווי ווייט ביסט פון די היים, די ווייסט פאר א שעה איז נישטא צו רעדן אבער מיט א פשטות שיסטו ״כוועל זיין אין די היים אין א האלבע שעה״
וואס פונקטליך טוסטו אויף? אז זי גייסט די רופן נאכאמאל אין א האלבע שעה?

לעצטע וואך האב איך גערופן איינער וואס האט מיר געדארפט עפעס איבערגעבן אלץ שליחות, נאך נישט אויפהייבן אפאר מאל ריפט ער מיר צירוק, ״סארי מיין בעטערי איז געווען טויט כהאב עס נאר יעצט recharged.
ווען ער איז געקומען צו מיר אפגעבן די פעקל האט ער אראפ געלייקט די סעלל אויפן טיש אין כהאב פונקט באמערקט אז זיין סעלל שטייט ביי 82 פראצענט.
איי מין קאמאן, האסט נישט געקענט זאגן ״סארי, כוועל די ברענגן באלט, כבין ביזי״. בס״ה ביסט אריין אין מיין קאפ אלץ א שקרן וואס מקען נישט געטרויען, פארשטייט זיך כגיי נישט אפיהר האלטן א אינגערמאן מיט א ליגענט וואס ער גייט נישט האבן א וועג ארויס, אבער זיין טראסט האט ער פארלוירען ביי מיר.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שטילע אינגערמאן, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 53 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר