ברוקלין מאכט א ברוך שפטרני

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1670
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 6166 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6282 מאל

ברוקלין מאכט א ברוך שפטרני

שליחה דורך יואב »

כ'ווייס נישט וואס גענוי. עפעס גרויס און דראמאטיש, עפעס א רוישיגקייט אין דער בריאה וועלכע איז ראפטאם געגאנגען אויף א סטרייק, א סמבטיון וואס דער זיבעטער טאג האט אין אים אריינגעשטעלט א פוס פון איין מינוט אויף דער צווייטער, אן דערלויבן אפילו א מאגערע בין השמשות אינדערצווישן. די שטאט האט מיטאמאל אויפגעהערט זידן, ווילדעווען און זיך בייזערן, ווייניגסטנס אויף צייטווייליג איז איר געלונגען זיך צו באפרייען פון איר פיינליכן באדרענגעניש. מ'קען דעם פענאמען שמעקן, טאפן, און זען, ער איז א שלווה וואס שפאצירט אין דער לופט, הענגט פון הימל און רוט אויף דער ערד.

דער גאנצער ארום האט אויפאמאל ארויסגעלאזט איין אבער לאנגען אטעם, און ברוקלין האט געמאכט א ברוך שפטרני. כ'הייב היינט אינדערפרי מיין קאפ צום הימל, כ'פראביר קוקן צווישן די לעכער אין די צעריסענע וואלקנס, כ'זע א מחזה. די זון זיצט אין העל-בלויען חלל אן אויפגעלייגטע, איר פנים לייכט, און שמייכלט אראפ דירעקט צו דער שארית הפליטה. די שמחה נאכ'ן באפרייט ווערן פון א יאך, די רואיגקייט וועלכע צעגיסט זיך אויף די געוויסן, עפעס דערמאנט זי אין משה רבינו נאך וואס דער כביכול האט געגעבן זיין הסכמה צום "ואתה תחזה." די שפיזיגע שטראלן וועלכע פלעגן דעם בייזן יארמארק בלויז טרייבן צו מהומה'דיגע שטאפלען, געמאכט דעם ברוקלינער איינוואוינער ארויסקוקן און גארן צו דער נאכט מיט איר קליינער לבנה, אט זיי זענען אויך נעלם געווארן צוזאמען מיט די אנגעשוואלענע אייער-באקסעס און פארשוואנגערטע גארבעדש-בעגס.

מאסן ווייבער אריינגעטון אין זייערע תשעה קבין האבן נאך אזוי שפעט ווי נעכטן געשפאנט קעגן דער רויטער האנט, און דעם באגאבא אומ'אחריות'דיג אריינגעפירט אין לויפנדן פארקער; ויהי ערב ויהי בוקר, אלץ איז איבער די בערג. אויף אן אפשניט פון צוויי חדשים קענען זיי פלוישן און בארעדן א וועלט אן יענע חציצה פון טעלעפאן צווישן דעם טורבאן און אויער.

ומה נהדר המראה, נישט די קינדער טאנצן ארום אין די געלע באסעס, און נישט די געלע באסעס טאנצן ארום איבער די גאסן. נישט דא קיין באגלייטן, נישט דא קיין חופות, נישט דא קיין הכנסת ספרי תורות; נישט קיין עצרת רבתי, און אפילו נישט קיין עצרת ווי. איי. פי לקרואי העדה בלבד. יובל העשור, דינער השנתי, שמיטה, ערלה, הצילו, צדיק בא לעיר און נעתר לבקשתינו, אלץ האט געצויגען קיין צפון. אפילו פאשקעווילן איז מער נישט דא פאר וועמען צו ווארפן — קוים פארבליבן אויף וועמען צו ווארפן.

די מאסן-ארויסוואנדערונג האט אריינגעבלאזן א סארט נאכגיביגקייט אין דער ברוקלינער לופט, א גייסט פון פארשטענדעניש און וותרנות האט מיטאמאל פארכאפט אלץ וואס אטעמט אין איר. נעמט לדוגמה די שווארצע טויבן, לכאורה די מערסט-פארהאסטע זגאל צווישן ברוקלינער איינוואוינער. זיי היפן נאך טאקע ווייטער אויף די רויטע פיסלעך, און גראבן מיט זייערע שנאבלען אין אלץ וואס ס'האט איבערגעלאזט דער אלטמאדישער בעזעם-טראק. זיי פאטשן שוין אבער נישט אזוי ווילד מיט די כנפיים, שפיצן מער נישט אן קיין אויער צו מענטשליכע סודות, עפעס רעספעקט האט דער מין האנושי פארט געקריגן אין זייערע אויגן. אגב, באזירט אויף דער דאזיגער פארשריט זענען מאנכע גאר אפטימיסטיש אז די טויבן וועלן בקרוב דורכפירן א רעפערענדום צווישן זיך איבער אנהייבן טון די געברויכן בלויז אין מיוחד'דיגע ערטער — העשטעגס וועלן נאכפאלגן.

די רואיגקייט האט זיך אריינגעגאסן אויך אין די אכילה געשעפטן. צווישן אנדערע שטייען רעבתנים מער נישט אויס צו זיין געשטראנדעט אין לאנגע שורות, אלץ צוליב די אייביגע קווענקלענישן פון העלטה-פריקס איבער וועלכער פון די שאר ירקות ס'זאל יא און נישט און נישט און יא אריינגיין אין זייער נערוו-שפאלטנדן שיסל. יענץ איז עפעס אויך ארויף על ראש הפסגה, דער רוח האט דעם דאזיגן קאפ-פארדרייעניש געהויבן פון דאנעט.

כ'קוק מיך אום, איבערנאכט איז ווי פון דער ערד ארויסגעקראכן א ברוקלין וואס אויסער איר שטאטישער סטרוקטור איז זי אויסשטאפירט אויך מיט ביימער, גראז, שאטן, פארקס, טייכן, פארקינג, בייק-לעינס, אטראקציעס, שווים-באסיינען, מנוחת הנפש און הרחבת הדעת. ממש א קאנטרי!

אן אינטערסאנטע שטימונג וועלכע איז פילייכט א געמיש פון שושן פורים, חול המועד, פאוסט-חצות'דיגן תשעה-באב, סובסיטוט אין חדר, אומאן, יתום, פארווע און מזונות, האט עפעס אויך באוויזן אריינצוקריכן אין דעם ברוקלינער קאנפארמיזם. דא שפירט עמיצער גענוג זיכער זיך צו באווייזן מיט קראקס אונטער דעם שוין-במילא-נאכגעלאזטן הימל; דארט ווידער ערלויבט זיך א ווייבל צו קויפן ברויט נישט מער און נישט ווייניגער נאר מיט א בענדענא אויפ'ן געגאלטן קאפ. אן אנדערער מיט אייביגע שולד געפילן צום אלטן היים שפירט שוין נישט דעם צורך צו ערזעצן די שבת'דיגע בעקיטשע מיט א רעקל פאר יענע פינף און א האלב טעג וואס מ'גייט במילא ליידיג.

ווייטער קומט א אינגערמאן ארויסצוקריכן אינדערפרי פון הויז, זיין גאנצער יקום שיינט צו זיין טראמאטיזירט פון א ברויזנדן חלום. ער אליינס ווייסט נישט צי די אויגן זענען אים מער טרוקן אדער מער קלעפעדיג; צי דאס מויל איז מער טרוקן אדער דער בייזער גערוך איז דאמינירנד. דאס העמעד — צעכראסטעט, פון אלע קנעפלעך איז בלויז דאס צווייטע פון אויבן צוגעמאכט. די שיך האט ער אויף צייטווייליג פארוואנדלט אין לאטשן, און פון ביידע זייטן קאפ רייסן זיך בינטלעך האר וועלכע דערמאנען אין די הערנער פון אן אקס הארט נאך א מועד'יגער נגיחה. השערות וועט ער טאקע איבערלאזן פאר א צווייטן צו מאכן, ס'איז אבער אלץ זאכליכע חשבונות. זיין ערשטע דעסטינאציע פון בעט איז דאך די מקווה. אוודאי וואלט ער חשק געהאט צו האבן די מקווה אין זיין הויז. האט ער אבער נישט. טייטש די יגיעה וואס די גאס ערווארטעט אים יעצט אריינצולייגן איז מוכן ומזומן צו גיין לאיבוד נאך בלויז קארגע פופצן מינוט. און ער זאל פאר דעם צוועק האבן דערקלערט מלחמה מיט זיין פוילקייט, ווידער יעצט איבער טון די זעלבע ארבעט צוויי מאל דווקא ווען מצידו וואלט ער איר אפילו איין מאל אויך נישט געטאן?

די ליסטע פון מענטשן וואס קוועטשן אויס נחת פון דער אויבנדערמאנטער בלולה'דיגער שטימונג איז ענדלאז. אט שטויסט שוין דער שבת אריין, אבער נאך איין צדיק. יענער איז דווקא א ירא שמים און אזא איינער אשר לא כרע לבעל. ער ערלויבט זיך אנצוגיין מיט דעם סדר היום אן א רעקל, כאטש וואס מיט דעם ברייטן הוט גייט ער יא. סוף כל סוף, נישט צו גיין מיט שתי כיסויים איז אפילו אויף פורים נישט דא קיין היתר. דורכאויס דעם רוב פון טאג שפאנט ער ארום מיט אן אפענעם וועסטל, אזא וואס דער פארקנייטשטער גלאנציגער חלק פון הינטן איז געהויבן אין צענטער ווי ביי א בריק. א שטיק טלית קטן פון אינמיטן רוקן ביז נאנט צו די זאקן, טרעפט זיך מיטאמאל מיט די אויגן אויף דער פריי. א זעלטענע געלעגנהייט צו באטראכטן ברוקלין מיט אירע אויסגעלאסענע איינוואוינער, וליתר שאת אויך פלאטערן מיט עזות אין דער לופט, גארנישט ווייניגער ווי די בארד און פיאות. נו שוין, סוף כל סוף איז דער טלית קטן אויך א מענטש, און כאטש וואס ער איז למעשה נישט אנגעקומען בהאי שעתא בין הרי הקעטסקילס, מעג ער זיך פארט אביסל אויסלופטערן. סך הכל א ירידה לצורך עליה.

שבת שלום מברוקלין
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום יואב, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 31 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר