נייע ביהמ"ד אין די מייל פון סקווירא שטעטל

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
נשמת אדם
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 21
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 26, 2015 4:09 pm
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 42 מאל

נייע ביהמ"ד אין די מייל פון סקווירא שטעטל

שליחה דורך נשמת אדם »

צו א' סליחות עפנט זיך ענדליך אויף די ערשטע ביהמ"ד אין די מייל פון סקווירא דורך הרה"צ ר' נפתלי צבי ראטטענבערג שליט"א פון די קאסאניער קינדער, ער האט שוין עד היום געהאט א ביהמ"ד יארן אין פלעטבוש אבער מיט זייער א קנאפע הצלחה צוזאמגעשטעלט פון אלטע באטשיס וכדו' און יעצט וויל ער מופן צו א נייע געגנט וואס האט א עתיד אי"ה.

וואס איז אזוי אינטרעסאנט מיט דעם איז נישט נאר אז ער איז דער ערשטער וואס האט נישט קיין פחד און טוהט וואס ער זעהט פאר ריכטיג, נאר וויאזוי ער האט געהאנדלט מיט סקווירא,
א תקופה נאך וואס ער האט געקויפט זיין הויז אויף 20Andover Road, Spring Valley, NY 10977

נצר שוהל.png


האט מען איהם אנגערופן פון סקווירא צו זאגן אז עס שטערט פאר סקווירא אז ער קומט דארט, האט ער זיי געפרעגט ווער איז סקווירא לפי ידיעתו איז עס א נאמען פון א שטאט און נישט קיין פערזאן, האבן זיי פראבירט צו מסביר זיין אז מען רעדט פון די סקווירא ראשי קהילה, נו אויב אזוי האט ער מציע געווען זיי זאלן רעדן מיט זיינע ראשי קהילה, האבן זיי נישט געהאט קיין ברירה און ארויסגעזאגט דעם שם המפורש אז עס שטערט פארן רבי'ן שליט"א, אה אויב אזוי איז עס קיין פראבלעם, רבי'ס קענען זיך פארשטיין ער קען אליין רעדן צו מיר, האט ער געזאגט, איז געבליבן אז ווען סקווירא רבי וועט זיין אין בארא פארק וועט ער קומען א באזוך צו איהם.
כך הוה, ער קומט אריין צו סקווירא רבי און סקווירא רבי זאגט איהם, איהר זענט געקומען עפעס אויסשמועסן..., ניין ענטפערט ער, איהר האט מיר גערופן בין איך געקומען אבער פון מיין זייט איז אלעס אקעי איך האב נישט וואס צו אויסשמועסן.

האט ער אנגעהויבן מיטן טאטן און מסביר זיין ווי שטארק דעם טאטנס רצון איז געווען צו זיין אפגעשייד פון כלל ישראל, האט ער איהם געזאגט וואס ווילסטו יעצט איך האב שוין געקויפט די הויז, איך בין שוין היינט א בן שישים, וואס ווילסטו יעצט פון מיר איך זאל האבן א הפסד איך זאל יעצט אנהייבן פון דאסניי צו זוכן א מקום מנוחה, האט ער געזעהן אז ער קען נישט מיט איהם איז געבליבן אז סקווירא איז טאקע נישט מסכים מיט זיינע געפארפולע מעשים אבער וועלן נישט שטערן.

למעשה איז סקווירא געווען ביזי מודיע זיין פאר אלע ריעל עסטעיט בראוקערס אז ער האט צוריק געצויגן און ער קומט נישט אהין און זיי האבן נישט וואס צו שיקן מענטשן דארט קויפן הייזער, זענען געגאנגען די תושבים וואס ציהען זיך אריין אהין און לעצטע וואך זונטאג געמאכט א לחיים פאר איהם למען ישמעו וידעו.

לחיים נצר.jpg


די שבת האט געהאנגען אין סקווירא א צעטיל מיט בערך די לשון "ב"ה אז זייער אסאך האבן פארשטאנען דעם רצון פונעם רבין זי"ע אבער לעצטנס איז דא א עסק פון איינער וואס טוהט קעגן זיין רצון בעהט מען אז קיינער זאל נישט צושטיין צו דעם און נישט צולייגן א האנט צו העלפן", די צעטל איז געהאנגען פונעם זמן ביזן זמן מוצ"ש מן הסתם כדי עס זאל קיין בילדער נישט זיין פון דעם.

היינט נאכט איז פארגעקומען אין וויזניץ ביהמ"ד א חתונה מיט א וויזניצער איינקיל און זיינס א אייניקל, ווען דער מחותן איז געגאנגען לאדענען דעם סקווירא רבי האט ער איהם געזאגט אז ער קען נישט קומען צו די חתונה ווייל דער זיידע פונעם חתן איז מצער דעם טאטן.

דער אשכול פארמאגט 67 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר