שולדיגע קליפ - אימשולדיגע מיידל

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
מיש-נייעס
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 424
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 06, 2016 7:07 pm
האט שוין געלייקט: 425 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 212 מאל

שולדיגע קליפ - אימשולדיגע מיידל

שליחה דורך מיש-נייעס »

ארום דעם פורים איז ארומגעפארן א קליפ וואס האט אויפגעברויזט יעדן רעכט דענקענדער מענטש ווי אויך נישט רעכט דענקער זענען טיילווייז אויפגעברויזט געווארן...
דער אינהאלט פונם קורצן קליפ: צוויי בחורים - ווייט פון עד דלא ידע, אבער גענוג געטרינקן אויף צוטאנצן מיט עקסטאז - איינער וואס איז געקומען נאך געלט צו דעם טיפיק"ל בארא פארקער הויז, און דער צווייטער א איינוואוינער דארט אין הויז - טאנצן פורים'דיג צום ליהודים היתה אורה... ווען אין די הונטערוויילעכטץ הערט מען לאכן, און מען הערט שרייען: ליפא גענוג!,
דער בחור וואס איז א תושב אין הויז געבט א שטארקן טאנץ אזש די הוט פאלט איהם אראפ און עס ווערט נתגלה... שיינע לאנגע מיידעלישע האר, דאס איז נישט קיין בחור, דאס איז א מיידל וואס האט זיך אינטערגעהאלטן אויף די חשבון פון דעם בחור וואס איז געקומען צו זייער הויז נאך געלט, די קליפ ענדיגט זיך ווייטאגליך! דער בחור ה"געלט גייער" כאפט הענט און פיס און מיט מיט א געשריי לויפט ער ארויס פון דעם הויז, דאס קעמרע ווערט נאכדעם ארומגעדרייט צום דיינונג רום און מען זעהט שייטלן פון פרויען, ווי אויך די לעצטע סקונדע א ערשיטערטע טאטע וואס זעהט אויס האט נישט געכאפט וואס אזוינס איז דא פארגעקומען, עד כאן תוכן דברי הקליפ.

די באשולדיגטע איז אומשולדיג, אזוי ווי דאס קליפ האט אנגעהויבן ארויסצופארן, איז עס גלייך צוזאמגעפארט געווארן מיט א פראפיי"ל בילד פון א מיידל אויף פעיסבו"ק, ווי אויך שאט'ס פון דאס מיידל פארשטעלט ווי א בחור, אבער ווי עס שטעלט זיך ארויס איז דא מיידל גענצליך אומשילדיג, זי האט זיך אויך פערצאפאל פארשטעלט ווי א חסידישע בחור, און אזוי טאקע שרייבט זי אויף איר בלאט אין פעיסבוק אז מען האט סתם מוציא ש"ר געווען אויף איר, און דאס איז נישט זי.

דא שטעלט זיך די קשיא ווי אזוי פאסירט אזא זאך ביי א היימישע שטוב?
מאנכע ווילן זאגן אז דאס איז א אינטערגעשטעלטע זאך געווען, און דאס אטיז גאר א ברודער און שוועסטער, אבער עס זעהט נישט אויס פון דעם שאק ווי אזוי דער בחור איז ארויסגעלאפן, אבער עס איז נישט אוסגעשלאסן.

ווי עס זאל נישט זיין, קען מען זאגן אז דאס מיידל איז אומשילדיג, און עס איז זיכער אז זי האט נישט געוויסט די הארבקייט פון אנרירן און טאנצן מיט א פרעמדן מאנס פערזאן, אבער די קשיא איז אויף די פאטאגרעפירער און די שטוב מענטשן ווי אזוי האט מען דאס צוגעלאזט, עס קען זיין אז יעדער איז געווען אין שאק, אבער עס זעהן נישט אויס אזוי ווייל די עולם ארום שפילט מיט און לאכט פונ'ם (אומ?)געלונגענן דזשוי"ק.
אז עמיצער זאל מיר קענען פושט זיין די איבעיה וואלט איז איהם זייער דאנקבאר געווען.

נ"ב איך האב די אלע בילדער און קליפ ביי מיר אבער איך ווייס נישט ווי אזוי מען לייגט צו א קליפ צו א ארטיקל, און בילדער ווייטער ווייס איך נישט די רעגולאציעס פון ק"ש צו מען מעג פאויסטן בילדער פון פרויען (אפשר וועט עס נאך אריינגיין אינם פארום, בילדער פון פרויען אין ספרים)
ענדערש פון מישן נייעס, מיש א משניות, זאג א פרק נאך א פרק, איי דו פארשטייסט נישט, און צו נייעס פארשטייטו יא...?

דער אשכול פארמאגט 46 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר