בלאט 1 פון 1

כעמישע קאסטראציע אין גור, פנים אמיתיות-אמנון לוי

נשלח: מאנטאג אקטאבער 30, 2017 9:26 pm
דורך שושן פורים
עס איז שוין מערערע מאל גערעדט געווארן איבער די מהלך אין גור צו באהאנדלען ענייני קדושה ביי בחורים מיט פילן וכדו.

אמנון לוי פון פנים אמיתיות באשטעטיגט דאס אין א פרישע הארצרייסנדע דאקומענטרי מיט א געוועזענע גור'ע בחור פיני לאנדוי.

אנדערש ווי ביז היינט ווען עס איז בלויז געווען ווערטער פון נושרים וואס מאנכע האבן געלייקנט, שטעלט אמנון אהער א גאר גוטע אינוועסטיגאציע ארבעט, שיקט אראפ דעם בחור מיט א באהאלטענע קאמערא זיך טרעפן מיטן משגיח וועלכע האט איהם געשיקט צו די באהאנדלונג, יענער באשטעטיגט אלעס און זאגט אז פילע אנדערע גייען אדורך די באהאנדלונג, זיי טרעפן זיך מיטן דאקטאר וואס האט פארשריבן דעם איינשפריץ וכו'

זעהט און שטוינט