בלאט 1 פון 1

איך בין נישט מכיר

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2018 5:40 pm
דורך קל וחומר
דער ווינטער האט זיך צעלאזט, ער האט זיך אנגערוקט מיט א נאסער שניי מיט א גראד שטאפל וואס איך גלייך נישט.
מיר ערליכע אידן האבן אלעמאל געוואוסט אז אינמיטן נאוועמבער האט נישט שניי קיין שום רעכט אראפצופאלן זאל נאר זיין א האלבע אינטש, יעצט אז ס'האלט ביי דריי איז שוין כלו כל הקיצין.
איך הענג א שילד אויפן טאראסע, 'אין אנו מכירים בחורף המוקדם'!
מיינע קינדער טארן בשום אופן זיך נישט שפילן אין אזא שניי.
פאר קאמפענסעישען האב איך צפעציעל פארפאסט א לידל מיט וואס זיי זאלן זיך קענען אינטערהאלטן אנשטאט שפילן מיט דעם שרעקליכן אינוואדירער. איך גיי נישט מפרסם זיין דעם גאנצן ניגון אבער איין חלק דערפון גייט ווי פאלגנד: בחורף המוקדם אין אנו מאמינים, ובשלגותיכם אין אנו משחקים, בדרך העולם נלך זמן לאש זמן למים וכו'.